חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שלום עליכם טייערע חברים עס איז מיר א כבוד און פארגעניגן צו פארשטעלן פאר אייך מיין ארטיקל "חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע" אין דעם היינטיגן וועקער נומער 13.
ביטע לאזט מיר הערן אייער מיינונג, האט איר הנאה געהאט? איז עס צו טרוקן און לאנגווייליג? איז עס צו ווייט פארקראכן פונעם נושא? איז עס צו שטארק פול מיט פרעמדע טערמינען און באגריפן אן קיין הסברה? לאזט מיר וויסן.
דער ארטיקל איז דער ערשטער חלק פון א סעריע ארטיקלען איבער די נושא. נאך צוויי ארטיקלען זענען שוין אפגעדרוקט און אריינגעשיקט צו דער וועקער. דער צווייטער ארטיקל טוט ארומנעמען די תקופת התנאים והאמוראים ביז נאך תקופת הגאונים. דער דריטער ארטיקל דעקט דעם ערשטן האלב פון תקופת הראשונים אין אזעלכע פלעצער ווי שפאניע אונטער די מוסלעמענער הערשאפט, מצרים און די מזרח לענדער, אשכנז און פרובינציה און נאך. ווי אויך די פילע פולמוסים אויפן מורה נבוכים.
דער פערטער ארטיקל וועט דעקן דעם איבריגן חלק פון תקופת הראשונים אין שפאניע אונטער די קריסטן, פארטוגאל מאראקא און נאך, ווי אויך איטאליע ביז אריין אין תקופת האחרונים. דער פינפטער ארטיקל וועט ממשיך זיין תקופת האחרונים אין די לענדער פון די גולי ספרד ווי טערקיי און האלאנד. דערנאך וועלן מיר זיך צוריקדרייען כאפן א בליק אויף אשכנז ביז די ישיבות אין פולין. דער זעקסטער ארטיקל וועט דעקן די פרי-משכילים און די משכילים, די מאדערנע תקופה און די מערכות וועגן חינוך אין קורצן.
די סעריע ארטיקלען טוט דערמאנען הונדערטער היסטארישע באגריפן און מענטשן, מיר פרובירן צו איבערקוקן יעדן היסטארישן דעטאל עס זאל זיין ריכטיג, אבער גרייזן מאכן זיך. די סעריע איז נישט איבער קיין איינעם פון די היסטארישע זאכן וואס אויף יעדן פון זיי זענען געשריבן אסאך פארש ווערק און מאטריאל, דעריבער וועלן מיר נישט מאריך זיין ביי קיין איינעם פון זיי מער ווי עס פעלט אויס צום ענין.
די סעריע איז אן איבערבליק איבער די היסטאריע פון חכמות חיצוניות אין די אידישע וועלט, איבער די פארשידנארטיגע צוגאנגען דערצו אין פארשידענע צייטן און ערטער, און איבער די רייכע און קאלירפולע ליסטע פון אידישע דענקער וואס האבן זיך אויסגעצייכנט אין פארשידענע וויסנשאפטליכע מקצועות. די סעריע ארטיקלען זענען נישט קיין אקאדעמישע ווערק און איך ווייס נישט אויב זיי זענען עפעס מחדש, מיין ציל איז צו געבן א קורצן איבערבליק איבער די גאר וויכטיגע נושא.
ביי ויכוחים איבער לימודי חול קומען כסדר ארויף אזעלכע ווערטער ווי חכמות חיצוניות, השכלה, רמב"ם, פילאזאפיע, ווייניג ווייסן די פאקטן; זענען געווען נאך גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן ווי דעם רמב"ם? האט דער רמב"ם באמת געהאלטן פון לערנען פילאזאפיע, אדער נאר פאר די נבוכים? האט טאקע דער חתם סופר אנגעקוקט לימודי חול ווי כפירה? ווייניג ווייסן אז רבי סעדיה גאון איז געווען א פילאזאף, און נאך ווייניגער ווייסן אז דער רמ"א, דער תוספות יום טוב, מיט'ן לבוש, זענען געווען פילאזאפן און מאטעמאטיקער. די סעריע צילט צו כאפן א בליק אויף די פארשידענע תקופות ביי כלל ישראל, און זייער בליק אויף די נושא.
דער ערשטער ארטיקל דעקט די גאר פריע תקופה פון כלל ישראל, וואס ספק אויב מען קען עס שוין בכלל אנרופן חכמות חיצוניות, איך האב נישט אנגערירט פילע נקודות וואס קענען זיין זייער סענסיטיוו, ווי צב"ש איבער השפעות פון די אומות העולם אין די תורה. אפילו אזוי איז עס גענוג ווייט געגאנגען.
די בילדער זענען [tag]אבטולמוס[/tag]'ס קרעדיט. אזוי אויך האט ער אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות און צייט אויף הגהה און רעדאקציע, ווי יעדער וועקער ליינער און שרייבער ווייסט, ראובן זשאלעוועט נישט קיין כוחות און מי, און ער שטייט אונטער יעדן געדרוקטן אות און בילד אינעם וועקער.
איך האף אז איר האט הנאה געהאט. לאזט מיר דא הערן אייערע קאמענטארן און אנפראגעס. אויב איר ווילט א מראה מקום אד"ג, איך וועל פרובירן צו ענטפערן. ייש"כ.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
לדעתי, אן מקורות איז עס ממש גארנישט ווערט.
די אלגעמיינע חרדישע גלויבונג איז אז אלע חכמות פון דער וועלט זענען אדער פאלש אדער קומען זיי פון אונז גאר. די גאנצע באשרייבאכטס פון די היסטאריא פון חכמה ביי גוים האט גארנישט מיט איר השפעה אויף אידען צו די אידען האבען עס בכלל געקענט. נאר גענוג אז דער נביא האט אין דעם געשפעט? אזעלכע ידיעות מעג מען היינט אויך האבען.
און עס איז מערקבאר אז די מקורות זענען נישט אלע אזוי אייאייאיי. א חלק פון תהלים איז געשריבען געווארען בימי היוונים?! מיינסט׳ס ערנסט? דאס איז נאך עפעס פון די פוסטע ׳חכמה׳ הנקרא ביקורת המקרא?
א שאד אז אזא שטארקע פארש ארבעט זאל פארוואנדעלט ווערען אין א רשימה פון ׳אלס אחוץ תורה׳. דאס דארף קיינעם גארנישט איבערצייגען און אויפווייזען, די וואס רופען אן לימודי חול כפירה, האבען נישט מיט וואס צו טוישען זייער מיינונג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
יישר כח כוכב. דעם ערשטן ארטיקל האב איך געשריבן אין איילעניש און עס איז נישט געבליבן צופיל צייט פאר מראה מקומות און אנדערע זאכן. עס קומט מיר בכלל אן ביגיעה עצומה די גאנצע ארבעט, ארבעטנדיג פון א פאון. איך וועל פרובירן צוצולייגן אביסל מקורות אין די קומענדיגע קאפיטלעך.
מיט דעם אלעם האב איך געשפירט אז עס איז אביסל איבריג, אן אקאדעמישע מאמר קומט מיט הונדערטער פוטנאוטס לקיים חובת אקאדעמיע, אבער עס שטרענגט אן דעם ליינער און איז נישט געאייגנט אין א אינטערטעינמענט אויסגאבע, ווער עס וויל וויסן מער אינפארמאציע איבער הורדוס קען נאכקוקן אויף גוגל. גאר אסאך אינפארמאציע איז בכלל נישט קיין חידושים, סתם א קיצור פון די היסטאריע פון יוסיפון וכדומה, אנדערע זאכן האב איך געזען רעדן דערפון פארשידענע פלעצער איך ווייס נישט די אקאדעמישע הלכות פאר וועם צו געבן קרעדיט, ווער עס וויל זאל זוכן די עטליכע ווערטער אויף גוגל און ער וועט זען וואס איך האב געזען.
וואס איך שפאר מיך בפרט ביי אזעלכע האקעלע נושאים ווי תקופת המקרא איז אזעלכע ספאנטאנע תגובות ווי דאס זענען מקורות? אפיקורסים? איך האב געשריבן וואס האט מיר געפאלן און מסתבר געווען, און מיטגעטיילט מיינע אינטערעסאנטע אנטדעקונגען מיטן ציבור, און ווער עס וויל קען מחולק זיין, אויב מען וויל קען מען דא אנפרעגן א מראה מקום אדער איבערשמועסן א ענין הארצן גערן, און יעדער קען מחולק זיין וויאזוי מען וויל.
איך האף איך בין קלאר. אדרבה לאזט מיר וויסן וועלכע זאכן האבן אייך געמאכט וואונדערן איבער א מקור, עס קען זיין אז איך בין פשוט מער אריינגעטון דערין כאפ איך נישט. איך מיין אז א גוגל סוירטש וואלט געגעבן רעזולטאטן ביי ניינציג פראצענט פעלער.

- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
שלום וברכה הרב מיימון.
שוין פונלאנג געוואלט טוהן אין דעם ענין פון חכמות חיצוניות און איר באדייט, און אייער ארטיקל איז מיר געווען א געוואלדיגער קורת רוח און הנאה, צו ליינען אין עטליכע זייטן א קורצע אבער היפש גרונטליכער איבערבליק אין דעם ענין אין לויף פון די פארגאנגענע דורות.
לענ"ד וואלט איר אבער געברויכט ווידמען עטוואס מערערע שורות פאר א שטערקערע גרונטליכקייט איבער די אלע אנשי שם, פעלקער, מיט זייערע חכמות. דהיינו, איר זענט געגעאנגען שנעל און היפש אויבנאויף, עס וועלט שטארק געווען אינטערסטאנט אריינצוקומען קלארער, און מער בפרוטרוט איבער די אלע פיגורן און זייערע חכמות פונקטליך, נישט סתם אנרירן אויפן שפיץ גאפל און גיין ווייטער.
עניוועי הרב מיימון, איר האט געטוהן א שטארקע און גרונטליכע ארבעט, מעגליך איז דאס א טייל פון א סעריע ארטיקלען און דער חלל וועט ערפילט ווערן אין די קומענדיגע געלעגנהייטן.
יישר כח
לבי

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ידידי ר' מימון,
לאמיך מיך בעסער מסביר זיין. קודם כל קאדוס פאר אייך, ווען מ'ליינט אזא זאפטיג און געשמירטע ארטיקל, וויל זיך באמת דאכטן אז דאס האט דער שרייבער ארויסגעשאקלט פון ארבל, ממש אזא אימפרעסיע גיט דעם ארטיקל, צוליב דער קלארקייט, זיכערקייט און געשמירטקייט מיט וואס עס איז געשריבן געווארן. יעצט אז איך הער גאר די האראוואניע וואס איז אריין דערין, און דער פאקט אז עס איז נאך גאר געשריבן געווארן אויף א טעלעפאן, טו איך זיך אויס דאס היטל פאר אייך און אלף תודות פאר'ן נעמען די אומגעהויערע מי פשוט צו מהנה זיין און בארייכן נאר א פאר אידעלעך. איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב שוין איבערגעליינט דעם ארטיקל צוויי מאל, און כ'האב געטשעט פריוואט מיט ראובן אז דאס איז מסתמא דער בעסטער ארטיקל אין דעם וועקער.
יעצט, בנוגע מראה מקומות, טראץ וואס כ'האב שוין געליינט צוויי מאל דעם ארטיקל, קען איך נישט זאגן איך בין עס גענצליך מקיף, רוב אינפארמאציע איז געווען אזוי ניי און פרעמד פאר מיר, טאקע ווייל מ'האט גערעדט פון באקאנטע נושאים ווי חנוכה און די מתייונים, הורדוס און דער בית המקדש אבער פון א קוק ווינקל וואס איך בין בכלל נישט געוואוינט דערצו.
איך פארלאנג נישט עס זאל זיין אנגעפאקט מיט מראה מקומות ווי אן אקעדעמישן ווערק, אבער שרייבן שטיקלעך תורה וואס הערן זיך אזוי פרעמד און מחודש ווי דער שלחן ערוך הרב אליין אן קיין מראה מקומות, האט מיך שטארק פארשווערט ריכטיג אריינצוזינקען די אינפארמאציע אין מיין הארץ.
דערפאר וואלט איך פארגעשלאגן א מיטלפונקט כאטשיג צו שענקען כללות'דיגע מראה מקורות דא און דארט און אנצייכענען ווען א זאך איז א חידוש אדער א דעת יחידיאה וכדו' אדער מוטל בספק אדער מחלוקת הפוסקים, וואס וואלט געגעבן עטוואס קאנטעקסט און וואס וואלט שטארק פארגרינגערט צו זעצן דעם ארטיקל אין געדאנק.

- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
הנני מצטרף להנ"ל אז די ארטיקל איז לכאורה די מערסטע אינטערעסאנט ארטיקל אינעם וועקער. איך האב באמת הנאה געהאט פון דעם היקוף אין די היסטאריע חלק, אפשר מער ווי פון די חכמה חיצוניות. עס זעהט זיך שטארק אהן אז @מיימון איז א בקי נפלא אין די ענשיענט היסטאריע בפרטי פרטים, דערפאר האט נישט אויסגעפעלט לדעתו קיין סך מראי מקומות. אבער פאר אונז עמי הארצים איז דאס מלא חידושים, און אזוי ווי די אנדערע זאגן , ביטע מער מרחיב זיין קומענדיגע ארטיקל אין די דיטעילס וכו'. און אפשר גאר עפענען א נייעם קאלום צו דורך טוהן די היסטאריע פון כלל ישראל במשך די תקופות להנות בהם בני אדם.
לגבי די עצם נקודה פון חכמה חיצוניות, בלייבט כמעט נישט קיין צוויי צדדים אויב דאס איז געווען א פאזיטיווע זאך אדער דאס פארקערט, עס האט געברענגט אסאך מער חרבונות ווי א תועלות. פארשטייט זיך אבער מען דארף מאכן די הגדרות ריכטיג, און געוויסע חכמות איז יא דא א תועלת, און זעהן צו זיך האלטן צו די הגדרות.
עס איז פארהאן אסאך נקודת וואס איך וועל טאקע מוזן מגלגל זיין צו וויסן מער איבער זיי. אינצווישן די שורות שרייבט @מיימון אז שטיקלעך פון תהלים איז צוגעלייגט געווארען שפעטער בימי החשמונאים. ( יעצט זעה איך אז @ליטוואק האט שוין אנגערירט דער נקודה) ווי אויך אז אנדערע ספרי קודש זענען אזוי נישט מיר נישט דיר געשריבן געווארן צושטיקעלט און נשפע געווארן פון די ארומיגע סביבה.
צוויי זאכן וויל איך פארשטיין, א' כפי וואס מיין מאמע האט מיך אויסגעלערנט האט דוד המלך מחבר געווען תהלים, יעצט האב שוין ספיקות. ובאמת האב איך שוין לאנג ספיקות, אסאך קאפיטלען אין תהלים רעדט זיך פון זאכן וואס איז געשעהן לאנג נאך דוד המלך'ס צייטן, ווי לדוגמה קאפיטל קלז "על נהרות בבל וגו'" וכדומה. געווענדליך איז אנגענומען אז דוד המלך האט דאס געשריבן בנבואה, אבער כפי דבריך האט דאס מער פשט. ביטע מבאר זיין די מקורות הדברים. ושנית כל, דאס גאנצע ענין אז כתבי קודש איז עפעס אזא זאך וואס ווערט נשפע פון דרויסנדיקע הערט זיך עפעס זייער ווילד. דאס מאכט זיי לכאורה באלד אויס פון צו זיין עפעס תורה שבכתב, וואס חז"ל לערנען ארויס פון יעדעס ווארט תילי תילים של הלכות. ( ובאמת טרעפן מיר גאנצע פרקים אין נ"ך וואס איז ניטאמאל געשריבן אין לשה"ק נאר אראמיש, וואס געבט צו מיין וואונדער. דאס וועט אבער לכאורה מסביר זיין פארוואס די קריסטן האלטן אז די נייע "כתבי קודש" זענען פלוצלינג געטוישט געווארן צו א נייע שפראך און כתב אינגאנצן.) לענינו דארף לכאורה אונזערע כתבי הקודש זיין עפעס געטליכע ווערטער געשריבן דורך שליחים. נישט פרי דמיון פון א שרייבער וואס נאשט פון זיינע שכנים. איך בין זיכער אז מען רעדט פון דעם, ווער האט מקורות?

אגב, איך דעם ארטיקל ווערט דערמאנט אז די נעמען פון די חדשים קומט פון בבל. דבר בעתו מה טובו, יעצט אין דעם הייליגן חודש אלול ווען איינער שרעקט מיר מיט דעם נאמען "אלול" אז דאס איז ראשי תיבות פון כל מיני זאכן, איז דאס פונקט ווי איינער וועט מיר זאגן א ראשי תיבות אויף חודש "אוגוסט". דער חודש איז הייליג, אבער דעם נאמען איז א טריפה'נע בבל'ישע (צו פרס'ישע) נאמען, און קומט פון א גוי'אישע מקור.
זעה אין רמב"ן (שמות יב) וואס איז שיין מסביר פארוואס טאקע אונז רופן מיר אונזער חדשים מיט גוי'אישע נעמען, וז"ל בתוך הדברים:
וזה טעם ראשון הוא לכם שאיננו ראשון בשנה אבל הוא ראשון לכם שנקרא לו לזכרון גאולתינו וכבר הזכירו רבותינו זה הענין ואמרו שמות חדשים עלו עמנו מבבל (ירושלמי ר"ה א ב ב"ר מח ט) כי מתחלה לא היו להם שמות אצלנו והסבה בזה כי מתחלה היה מניינם זכר ליציאת מצרים אבל כאשר עלינו מבבל ונתקיים מה שאמר הכתוב (ירמיהו טז יד-טו) ולא יאמר עוד חי ה' אשר העלה את בני ישראל מארץ מצרים כי אם חי ה' אשר העלה ואשר הביא את בני ישראל מארץ צפון חזרנו לקרא החדשים בשם שנקראים בארץ בבל להזכיר כי שם עמדנו ומשם העלנו הש"י כי אלה השמות ניסן אייר וזולתם שמות פרסיים ולא ימצא רק בספרי נביאי בבל (זכריה א ז עזרא ו טו נחמיה א א) ובמגילת אסתר (ג ז) ולכן אמר הכתוב בחדש הראשון הוא חדש ניסן כמו הפיל פור הוא הגורל (שם) ועוד היום הגוים בארצות פרס ומדי כך הם קוראים אותם ניסן ותשרי וכלם כמונו והנה נזכיר בחדשים הגאולה השנית כאשר עשינו עד הנה בראשונה.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
גראדע דאס אז געוויסע קאפיטלעך אין תהלים זענען געשריבן געווארן נאך דוד המלך שטייט שוין אין גמרא, אין פסחים קיז. איז דא א מחלוקת ווער ס'האט פארפאסט די הלל, צי מרדכי ואסתר, צי חנניה מישאל ועזריה און נאך אסאך שיטות. און אפאר פון די נעמען זענען געווען אסאך שפעטער ווי דוד המלך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
נעגעל וואסער האט געשריבן:הנני מצטרף להנ"ל אז די ארטיקל איז לכאורה די מערסטע אינטערעסאנט ארטיקל אינעם וועקער. איך האב באמת הנאה געהאט פון דעם היקוף אין די היסטאריע חלק, אפשר מער ווי פון די חכמה חיצוניות. עס זעהט זיך שטארק אהן אז @מיימון איז א בקי נפלא אין די ענשיענט היסטאריע בפרטי פרטים, דערפאר האט נישט אויסגעפעלט לדעתו קיין סך מראי מקומות. אבער פאר אונז עמי הארצים איז דאס מלא חידושים, און אזוי ווי די אנדערע זאגן , ביטע מער מרחיב זיין קומענדיגע ארטיקל אין די דיטעילס וכו'. און אפשר גאר עפענען א נייעם קאלום צו דורך טוהן די היסטאריע פון כלל ישראל במשך די תקופות להנות בהם בני אדם.
לגבי די עצם נקודה פון חכמה חיצוניות, בלייבט כמעט נישט קיין צוויי צדדים אויב דאס איז געווען א פאזיטיווע זאך אדער דאס פארקערט, עס האט געברענגט אסאך מער חרבונות ווי א תועלות. פארשטייט זיך אבער מען דארף מאכן די הגדרות ריכטיג, און געוויסע חכמות איז יא דא א תועלת, און זעהן צו זיך האלטן צו די הגדרות.
עס איז פארהאן אסאך נקודת וואס איך וועל טאקע מוזן מגלגל זיין צו וויסן מער איבער זיי. אינצווישן די שורות שרייבט @מיימון אז שטיקלעך פון תהלים איז צוגעלייגט געווארען שפעטער בימי החשמונאים. ( יעצט זעה איך אז @ליטוואק האט שוין אנגערירט דער נקודה) ווי אויך אז אנדערע ספרי קודש זענען אזוי נישט מיר נישט דיר געשריבן געווארן צושטיקעלט און נשפע געווארן פון די ארומיגע סביבה.
צוויי זאכן וויל איך פארשטיין, א' כפי וואס מיין מאמע האט מיך אויסגעלערנט האט דוד המלך מחבר געווען תהלים, יעצט האב שוין ספיקות. ובאמת האב איך שוין לאנג ספיקות, אסאך קאפיטלען אין תהלים רעדט זיך פון זאכן וואס איז געשעהן לאנג נאך דוד המלך'ס צייטן, ווי לדוגמה קאפיטל קלז "על נהרות בבל וגו'" וכדומה. געווענדליך איז אנגענומען אז דוד המלך האט דאס געשריבן בנבואה, אבער כפי דבריך האט דאס מער פשט. ביטע מבאר זיין די מקורות הדברים. ושנית כל, דאס גאנצע ענין אז כתבי קודש איז עפעס אזא זאך וואס ווערט נשפע פון דרויסנדיקע הערט זיך עפעס זייער ווילד. דאס מאכט זיי לכאורה באלד אויס פון צו זיין עפעס תורה שבכתב, וואס חז"ל לערנען ארויס פון יעדעס ווארט תילי תילים של הלכות. ( ובאמת טרעפן מיר גאנצע פרקים אין נ"ך וואס איז ניטאמאל געשריבן אין לשה"ק נאר אראמיש, וואס געבט צו מיין וואונדער. דאס וועט אבער לכאורה מסביר זיין פארוואס די קריסטן האלטן אז די נייע "כתבי קודש" זענען פלוצלינג געטוישט געווארן צו א נייע שפראך און כתב אינגאנצן.) לענינו דארף לכאורה אונזערע כתבי הקודש זיין עפעס געטליכע ווערטער געשריבן דורך שליחים. נישט פרי דמיון פון א שרייבער וואס נאשט פון זיינע שכנים. איך בין זיכער אז מען רעדט פון דעם, ווער האט מקורות?
בקיצור מען הייבט אהן אריינצופארן דא אין סוגיא פון ביקורת המקרא. עס איז זייער א האקעלע נושא און א שפיל מיט פייער. פאר איינער וואס האט נישט די קאפ זיך אריינצילייגן אין דעם לאורכה ולרחבה איז עס זיכער א סכנה
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
כוכב. יישר כח פאר דעם קאמפלימענט עס קומט שטארק צונוץ.
בנוגע מראי מקומות, ביזט באמת גערעכט, און איך האב יעצט געענדיגט אביסל מראי מקומות אויף חלק ב. דעם ערשטן קאפיטל האב איך ווי געזאגט געשריבן אין איילעניש און אביסל יא ארויס פון ארבל, אן צופיל הגהה, און שוין נאכן דעדליין, (ראובן האט געארבעט שווער דערויף), און נישט אניאגנדיג קיין מקורות. אלס א פערפעקשאניסט וואלט איך קיינמאל נישט געענדיגט אויב איך וואלט געארבעט לענגער, די איבריגע קאפיטלעך דויערן לענגער און עס גייט אריין גאר א סאך ארבעט.
בנוגע די מעשה פון חנוכה איז דאס אלעס מבואר אין ספרי המכבים (פון די ספרים חיצונים) און יוסף בן מתתיהו.
לגבי ספר תהלים זע אין הקדמה צו תהלים פון אבן עזרא און מלבי"ם אויף אנצוהייבן דעם נושא. שפעטער זע לגבי די יוונים אין מורה נבוכי הזמן פון רנ"ק בפרט אויף קאפיטל עט וכדו' ועי' אוצר השמות ע' תהלים. (דער סגנון פון ספר תהלים איז בכלל מער מיט מליצות פשוטות דומה לספרי ימי בית שני ווי דברי הימים און די ספרים חיצונים, ווערנדיג נענטער צו די מליצות פון תפילה וואס איז אויך נתחבר געווארן בימי החשמונאים).
לגבי אנדערע ספרי תנ"ך זע וואס דער אבן עזרא זאגט לגבי איוב (די רעי איוב זענען דאך ממילא געווען גוים). לגבי משלי שרייבט שוין ר' סעדיה גאון אז איתיאל וכדו' זענען אנדערע חכמים. לגבי קהלת זע אין עקידה וואו ער רעדט פון קהלת אנשי החכמה. ועוד יש להאריך לעת הפנאי.
מ"מ דארף מען נישט ווערן דערשראקן אז עס זענען דא פרעמדע השפעות דערין, ווייל אונזערע רבי'ס די מקבלי התורה ברוח קדשם האבן דאס אנגענומען פאר ריכטיג און אונז עס איבערגעגעבן, בבחינת כל האומר דבר חכמה אפילו באומות העולם מקבלין אותו. ובבחינת קבל את האמת ממי שאמרו. צומאל שיקט דער אייבישטער הארות פאר אנדערע פעלקער און מיר דארפן אויסקלויבן דאס גוטס וואס יעדער האט צו פארקויפן.
בנוגע מראי מקומות, ביזט באמת גערעכט, און איך האב יעצט געענדיגט אביסל מראי מקומות אויף חלק ב. דעם ערשטן קאפיטל האב איך ווי געזאגט געשריבן אין איילעניש און אביסל יא ארויס פון ארבל, אן צופיל הגהה, און שוין נאכן דעדליין, (ראובן האט געארבעט שווער דערויף), און נישט אניאגנדיג קיין מקורות. אלס א פערפעקשאניסט וואלט איך קיינמאל נישט געענדיגט אויב איך וואלט געארבעט לענגער, די איבריגע קאפיטלעך דויערן לענגער און עס גייט אריין גאר א סאך ארבעט.
בנוגע די מעשה פון חנוכה איז דאס אלעס מבואר אין ספרי המכבים (פון די ספרים חיצונים) און יוסף בן מתתיהו.
לגבי ספר תהלים זע אין הקדמה צו תהלים פון אבן עזרא און מלבי"ם אויף אנצוהייבן דעם נושא. שפעטער זע לגבי די יוונים אין מורה נבוכי הזמן פון רנ"ק בפרט אויף קאפיטל עט וכדו' ועי' אוצר השמות ע' תהלים. (דער סגנון פון ספר תהלים איז בכלל מער מיט מליצות פשוטות דומה לספרי ימי בית שני ווי דברי הימים און די ספרים חיצונים, ווערנדיג נענטער צו די מליצות פון תפילה וואס איז אויך נתחבר געווארן בימי החשמונאים).
לגבי אנדערע ספרי תנ"ך זע וואס דער אבן עזרא זאגט לגבי איוב (די רעי איוב זענען דאך ממילא געווען גוים). לגבי משלי שרייבט שוין ר' סעדיה גאון אז איתיאל וכדו' זענען אנדערע חכמים. לגבי קהלת זע אין עקידה וואו ער רעדט פון קהלת אנשי החכמה. ועוד יש להאריך לעת הפנאי.
מ"מ דארף מען נישט ווערן דערשראקן אז עס זענען דא פרעמדע השפעות דערין, ווייל אונזערע רבי'ס די מקבלי התורה ברוח קדשם האבן דאס אנגענומען פאר ריכטיג און אונז עס איבערגעגעבן, בבחינת כל האומר דבר חכמה אפילו באומות העולם מקבלין אותו. ובבחינת קבל את האמת ממי שאמרו. צומאל שיקט דער אייבישטער הארות פאר אנדערע פעלקער און מיר דארפן אויסקלויבן דאס גוטס וואס יעדער האט צו פארקויפן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער אמת איז אז ביקורת המקרא איז א געפערליכע סכנה, און בעיקר ווען מ'טוט עס דורך מיט אן אמת לאורכה ולרחבה. אבער ווער ס'האט שוין זוכה געווען צום 'הציץ ונפגע'...
פון וואנעט ווייסטו? דו האלסט שוין דארט? איך ווייס אז די מלבי"ם און רש"ר הירש האבן עס דורכגעטון און נישט געטוישט זייער מיינונג וועגן דעם.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
פון וואו ווייסטו וואס זייער מיינונג איז געווען?
ווען דו וועסט האלטן דארט וועסטו אליין פארשטיין פארוואס ס'נישט קיין סתירה. איינמאל מ'האלט שוין דארט קען מען שוין אלעס גלייבן און נאכאלץ נישט גלייבן אין גארנישט, איינמאל דו פארשטייסט וואס די שרייבער וויל ארויסברעגען מיט זיין מעשה, איז שוין בכלל נישט נוגע צו די אלע מעשיות זענען באמת געשען צו נישט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מיימון האט געשריבן:די מליצות פון תפילה וואס איז אויך נתחבר געווארן בימי החשמונאים
זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט. כ'האב שוין לאנג א חשד אויף געוויסע תפילות אז ס'נישט פארפאסט געווארן דורך עזרא הסופר וחבריו (אנשי כנסת הגדולה צו ווער), קענסט אפשר צוצייכענען עפעס מראי מקומות איבער דעם?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
לגבי מאריך זיין און פארברייטערן, איז אביסל שווער. גלייב מיר, עס איז דא אזויפיל צו שרייבן אז מען קען נישט פערטיג ווערן. מיין ציל איז אויף חכמות חיצוניות, און איך וויל נישט פארקריכן צופיל, נאר צומאל קען איך זיך נישט איינהאלטן און איך מוז אריינווארפן א ווארט ווען איך קען מחמת חביבותא. מעגליך עס איז נישט ריכטיג ווייל עס טוט צומישן דעם ליינער. אבער הרבה חכמתי אני דורך אזעלכע רמזים'לעך דא און דארט וואס רייצן אן דעם נייגער און פירן צו זוכן ווייטער.
לעולם איז מיין ציל געווען צו שרייבן א רשימה פון חכמי ישראל וואס האבן עוסק געווען בחכמה. נאר אריינקוקנדיג דערין האבן זיך זאכן פארברייטערט לאורך ולרוחב. כיום האב איך אזויפיל חומר אז איך מוז שוקל זיין יעדעס נאמען פארן אריינלייגן. עס איז אוממעגליך צו פארברייטערן ווייל מען וועט נישט ענדיגן.
בטבעו של דבר איז אזא ארטיקל וואס לויפט דורך טויזנטער יאר מוז זיין גאר קורץ. און ארומנעמען פילע פרעמדע נושאים
לעולם איז מיין ציל געווען צו שרייבן א רשימה פון חכמי ישראל וואס האבן עוסק געווען בחכמה. נאר אריינקוקנדיג דערין האבן זיך זאכן פארברייטערט לאורך ולרוחב. כיום האב איך אזויפיל חומר אז איך מוז שוקל זיין יעדעס נאמען פארן אריינלייגן. עס איז אוממעגליך צו פארברייטערן ווייל מען וועט נישט ענדיגן.
בטבעו של דבר איז אזא ארטיקל וואס לויפט דורך טויזנטער יאר מוז זיין גאר קורץ. און ארומנעמען פילע פרעמדע נושאים
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
דא איז דא אביסל פון מיינע בוקמארקס וואס איך האב בנוגע דעם ערשטן חלק. איך האף מען קען עס עפענען. אויב איר ווילט וויסן מער אויף א ספעציפישע נושא פרעגט, און איך וועל פרובירן צו געבן מער מקורות וואס איך דערמאן זיך.
האט הנאה.
האט הנאה.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל אזויווי עס איז און לדעתי זאלן די קומענדיגע ארטיקלן זיין אויםן זעלבע פארמאט. איך פארשטיי פארוואס מאנכע ווילן האבן מראי מקומות אדער מער ברייטער באשרייבן די מושגים, אבער ווען עס האנדלט זיך פון א ברייט פארצווייגטע מקיפ'דיגע נושא ווי דאס, וועט עס נאר שטערן דעם flow אינעם ארטיקל.
אויב מעג מען יא געבן א ריקוועסט, אפשר וואלט כדאי געווען מקדיש צו זיין איין פרק פאר ספרי חיצוניים וואס זענען געבליבן אינדערויסן פון די תנ"ך. וואס האבן מיר פון די דאזיגע ספרים (נישט אלעס איז איבערגעבליבן)? ווער האט זיי געשריבן און ווען? פארוואס זענען די ספרים טאקע נישט אריין אינען תנ"ך? פארוואס איז איוב און קהלת א חלק פון תנ"ך און נישט ספר חנוך אדער בן סירא? פארוואס האט דברי הימים געוואונען איבער ספר היובלים? לעצטענס האב איך מיך אנגעטראפן אין א שטיקל פון ספר ראובן, וואס איז א טייל פונעם ספר צוואת השבטים. פארוואס זענען די ספרים נישט געווארן א טייל פון די אידישע כתבי קודש?
איך וויל מיר נאכאמאל באדאנקן פאר די העכסט באלערנדע ארטיקל און מיר קוקן ארויס אויף די קומענדיגע פרקים.
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
יישר כח הוגה.
בנוגע מקורות האב איך למעשה טיילווייז געפאלגט וואס דער ציבור האט געבעטן. אינעם קומענדיגן ארטיקל וועט ערשיינען אביסל מקורות, כאטש מען וואלט געקענט מער מאריך זיין איז דאס אבער א באזונדערע שווערע ארבעט ווי כהאב שוין געשריבן. צב"ש איך וועל צוצייכענען א חז"ל אבער נישט אריינגיין אין אלע מחקרים וואס צונעמען און פארטייטשן דעם חז"ל נאר מהבא ליד. איך ווער דאך נישט באצאלט פאר דעם.
לגבי ספרים חיצונים, דאס איז לכאורה א באזונדערע נושא פאר זיך, און דערצו גאר א קאנטראווערסיאלע ווי עס זעט זיך שוין אן אין דיינע שאלות. מעגליך וועל איך אן אנדערס מאל מיך אריינלייגן דערין אדער קען עס א צווייטער טון. דער יעצטיגער ארטיקל האלט שוין ביי תקופת התנאים וואס וועט ממשיך זיין אינעם צווייטן חלק, און פון דארט ווייטער. לעת עתה שרייבט זיך ספרד און איטליה, און גלייבטס מיר עס איז א שווערע מלאכה (אבער געשמאק...)
איך האף איר וועט הנאה האבן דערפון
בנוגע מקורות האב איך למעשה טיילווייז געפאלגט וואס דער ציבור האט געבעטן. אינעם קומענדיגן ארטיקל וועט ערשיינען אביסל מקורות, כאטש מען וואלט געקענט מער מאריך זיין איז דאס אבער א באזונדערע שווערע ארבעט ווי כהאב שוין געשריבן. צב"ש איך וועל צוצייכענען א חז"ל אבער נישט אריינגיין אין אלע מחקרים וואס צונעמען און פארטייטשן דעם חז"ל נאר מהבא ליד. איך ווער דאך נישט באצאלט פאר דעם.
לגבי ספרים חיצונים, דאס איז לכאורה א באזונדערע נושא פאר זיך, און דערצו גאר א קאנטראווערסיאלע ווי עס זעט זיך שוין אן אין דיינע שאלות. מעגליך וועל איך אן אנדערס מאל מיך אריינלייגן דערין אדער קען עס א צווייטער טון. דער יעצטיגער ארטיקל האלט שוין ביי תקופת התנאים וואס וועט ממשיך זיין אינעם צווייטן חלק, און פון דארט ווייטער. לעת עתה שרייבט זיך ספרד און איטליה, און גלייבטס מיר עס איז א שווערע מלאכה (אבער געשמאק...)
איך האף איר וועט הנאה האבן דערפון
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
@מיימון איך קוק שטארק ארויס אויפן קומענדיגע ארטיקל.
והנני מצטרף לההוגה דעות צו באשרייבן נאך און נאך.
די היסטאריע פון עם ישראל איז אזוי רייך, אבער אזוי ארעם באקאנט. דערווייל זעה איך נישט נאך איינער דא וואס איז דערין שולט אזוי ווי דיר. אז די רעדסט פון געלד, אפשר קלער פון עפענען אן אייגענעם "קנקן". סיריעסלי.
חזק ואמץ ויפוצו מיענותך חוצה!

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
נעגעל וואסער האט געשריבן:אפשר קלער פון עפענען אן אייגענעם "קנקן". סיריעסלי.
חזק ואמץ ויפוצו מיענותך חוצה!
פעהלט נישט אויס, ער קען מאכן א פטרון אקאונט און ביילבן מיט אונז.