הגה"צ ר' ישכר דוב כ"ץ (שליט"א) זצ"ל אב"ד דושינסקי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

berlbalaguleh האט געשריבן:זיין טאטע דער זשיבויער דיין (דאס איז געווען זיין אפיציעלע און אמת'ע טיטל.) האט אויך געהאט דעים קלאנג אין זיין קול...!

איינס פון די גרעסטע (אמת'דיגע) שבחים וואס מ'קען זאגן אויף הרה"ג ר' ישכר דוב כ"ץ ז"ל איז אז ער איז אייביג געגאנגען אויף דעם מיטעללן וועג. קיינמאל האט ער נישט בולט געווען אלס אן עקסטרעמיסט...! געווען א נעים הליכות...! יהא זיכרו ברוך...!


אויב מעג׳ך צילייגן, ער איז געווען גאר אַ ערענסטער מענטש אָהנע שמאלקעפיגקייט. קינדישע געשעפטן האט בכלל נישט פארנומען ביי אים קיין געוויכט. אַן עם-הארץ איז ער אויך נישט געווען, ער האט געקענט אסאך אין פארשידענע מקצועות התורה. ״אמת׳ע שבחים״ פארטייטצעך. א מעלה איז א שבח און פאזיצירט דעם מענטש אויף א בעסערן שטאנדפונקט מיט אללעם.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אישתישבי האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:היינט געשטעלט די מצבה, איך געדענק נישט אזעלכע איבערגעטריבענע שבחים אויף א מציבה ווי דאס.
זיין גלאנץ וואס האט עם ארויסגעשטעלט אלס רעדנער איז געווען וועגען זיין קונצליכע שטומע מיט שימנע לשונות, זהו.
קיינמאל געווען מגדולי הרבנים און זיכער נישט חכימא דיהודאי מילד גערעדט


גראדע יא מגדולי הרבנים, און גראדע נישט געווען א נאר. חכימי דיהודאי איז אבער רעזערווירט פאר דער וואוידיסלאווער.

אויפ'ן וואידסלאווער שרייבט מען עס אויך נאר אין דער איד וכדומה, נישט אויפ'ן מציבה.

לגבי "מגדולי הרבנים" בין איך נישט זיכער וואס די מיינסט ווייל איך האב קיינמאל נישט געהערט מ'זאל נאכזאגן עפעס א פסק הלכה אין זיין נאמען. נישט אז ער האט נישט געקענט לערנען, נאר איינער וואס באקומט אזא טיטול וואלט איך עקספעקטעט צו זיין עפעס מער ווי א לאקאלע רב. דאס אז ער איז געווען א געלונגענע רעדנער איז נישטא וואס צו רעדן אבער פארדעם קומט זיך א טיטול מגדולי הדרשנים.

ביסט גערעכט מיט דעם אז ער איז געווען א מענטש מיט א ברייטע פארשטאנד און ער האט טאקע ארויסגעהאלפן אסאך אידן. אויך האט ער זייער קלוג געהאנדעלט מיט די סאטמערע פאליטיק. כאטשיג ער האט נישט געקענט דערליידן מהר"א, און דער ברך האט ער אויך נישט אזוי ליב געהאט, איז אבער נישט ארויפגעטאנצן אויפ'ן וואגן תש"ס ווי אסאך אנדערע, נאר מיט שכל האט ער יעדע זאך שוקל געווען צו טון לויט ווי ער האלט איז ריכטיג.
איך דערמאן מיך ווען תוא"י רבי איז געקומען און איינגעשטאנען ביי יצחק ראזענבערג און די זאליס האבן אים מחרים געווען צוליב וואס ער איז מחזק א "הולך לערכאות" איז געווען דעמאלטס א טיי אווענט ביי יצחק און שטוב און קיין איין רב אין וומ"ס איז טאקע נישט געגאנגן חוץ ר' בערל וואס האט זיך אנגעפיפען אויף די פרעשור און געטון ווי זיין אייגענע שכל האט דירעקטירט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בקיצור ער איז קלאר נישט געווען פון אויסגערופענע תלמידי חכמים אין שטאט מילד גערעדט.
פאר א סיבה האט מען מכבד געווען אין סיטי פיעלד זיין יונגערמאן ברודער און נישט עם.

ארויסגעשטאנען איז ער נאר מיט זיין כח הדרשה וואס האט שוין אויך פארלוירן זיין חן אין די לעצטע יארן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואו פונקליך האט ער אויפגעפיקט די טיטל חכימא דיהודאי?
איך מיין חונף צו זיין יצחק ראבינאוויטש דארף מען נישט זיין וועלטס חכם, סעטלן שלום בית אישוס איז די לימונבער אויך דא צום טיש און קיינער איז עם נישט חושד אלס חכם...

מגדולי הרבנים? חוץ די חתימה זיינע יעדע שני וחמישי מיט וואס איז ער בכלל געווען רב ארויסגעשטאנען פון זיין קליין שולכל?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

עמעזאן האט געשריבן:בקיצור ער איז קלאר נישט געווען פון אויסגערופענע תלמידי חכמים אין שטאט מילד גערעדט.
פאר א סיבה האט מען מכבד געווען אין סיטי פיעלד זיין יונגערמאן ברודער און נישט עם.

ארויסגעשטאנען איז ער נאר מיט זיין כח הדרשה וואס האט שוין אויך פארלוירן זיין חן אין די לעצטע יארן.

שטותים והבלים, ער האט גע'שמ'ט נאך אלס בחור אלס אויסגערופענער עילוי. זיין שווער האט אים גענומען אלס אינגער גאון. פרעג דעם דור וואס געדענקט אים אלס אינגערמאן. ער איז געווען פון די גרעסטע ת''ח אין שטאט, דער אינגסטער דיין אין התאחדות פון אלע יארן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין "דער איד" האב איך אביסל געלייענט וועגן אים, נאך יענע ארטיקל קען מען מער פארשטיין די טיטלען אויף אים.
איך פערזענליך האב אים אויך געקענט אלס מעסיגער וואוילער רב, ווארימער בעל תפלה, שיינער בעל דרשן (הגם לדעתי האט ער אביסל איבערגעטריבן ביי די טעכנאלאגיע מערכה, דוכט זיך אז בשעתו האב איך אפילו עפעס מעתיק געווען בשמו דא אין שטיבל, אבער איך שטעל אים אויף די חזקה אז ער האט עס געמיינט ערנסט און לשם שמים).

עכ"פ אין דער איד לייגט ער אראפ ווי אזוי ער פלעגט געבן שיעורים פאר די בחורים אין ישיבה סיי אין ארץ ישראל און שפעטער דא אין אמעריקע, זיי רימען אויס זיינע כוחות בתורה ועבודה וגמ"ח, עיי"ש ותמצא נחת.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט