שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
א גוטע שלום בית איז א זאך וואס יעדער שטרעבט. איינער פון די זאכן וואס זענען שטארק נוגע איז אז די שטוב זאל ראָננען געשמירט איז אז אלעס וואס דארף געטוהן ווערן אין שטוב זאל ווירקליך פאסירן. די שאלה איז אבער וועמענס פליכט איז וואס?
ווען מ'רעדט פון א שטוב מיט קינדער. וואס זענען די מאן'ס פליכטן? און וואס אנבאלאנגט דעם ווייב? יעדער וועט מודה זיין אז דער מאן האט די אחריות פון ברענגען פרנסה אין שטוב, און אז די פרוי האט די אחריות צו האלטן דאס שטוב ריין, וואשן די וועש, און קער נעמען פון די קאך. ווי ווייט אבער גייט עס? לדוגמא. אז א מאן לאזט איבער דאס שטוב יעדן טאג זעקס'ע פארטאגס, גייט צום שיעור, דאווענט, לויפט אין ארבייט, קומט אן אהיים קרוב צו זיבענע, עסט נאכטמאל און פארברענגט געציילטע מינוטן מיט די קינדער, דערנאך גייט ער צו מנחה/מעריב און שיעור, און קומט אהיים נאך צעהנע. וואס נאך קען מען פון אזא אינגערמאן פארלאנגען? ליגט אויף איהם אן אחריות ארויסצוהעלפן מיט שלאפן לייגן די קינדער? אדער איז עס גענוג אז ער פארברענגט פערצן שעה א טאג מיט האראוואניע אויסצוהאלטן די שטוב מיט די הונדערט אלפים וואס ס'פעהלט זיך אויס א יאהר? שבת נאך די סעודה דארף ער העלפן אראפנעמען פון טיש? איך האב נישט באמערקט קיינער פון די פריערדיגע דור וואס העלפט ס'ווייב זיינע רייניגן די טיש נאך א סעודה, אפשר אבער היינט איז אנדערע צייטן? וואס איז ווען ס'קומט צו טוישן א פּעמפּער פון א קליינעם, איז דאס א מלאכה וואס א פאטער דארף זיך אויך אויסצייכענען אין? אדער איז עס עפעס וואס אנבאלאנגט סטריקטלי די ווייב? וואס איז וועגן אויפשטיין פאר א קינד וואס וויינט אינמיטן די נאכט? אא''וו....
איצט לאמיר זעהן פארקערט וואס קען זיך אלס פארלאנגען פון א פרוי וואס שטייט אויף אינדערפרי, קליידט אויס די קינדער, געט זיי סיריעל, לייגט זיי אויפן באס, גייט ארויס איינקויפן, מענעדזשט די גויטע, קאכט נאכטמאל און גרייט צו אויף שבת מאכן. איז דאס אלעס גענוג? דארף זי פארזארגן פרישטאג און לאנטש איבערבייס פארן מאן? אדער איז עס ס'מאנס אחריות צו באזארגן זיין אפעטיט פונעם תיקון אין שוהל? ווער דארף גיין אין גראסערי? אויפהאלטן דאס שטוב ווען מ'דארף רופן די טעלעפאן פירמע, אדער אז מ'דארף רופן אן עקסטעמינעיטאר, ווער דארף עס ארלעדיגן? אא''וו...

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
הכל לפי המצב והזמן, די עיקר איז אז מ'זאל טון מיט שכל. א יונגערמאן ווי די לייגסט אראפ, ער ארבעט 14 שעה א טאג וועט די ווייב נישט פארלאנגן צופיל און גערן זיך איבערשטרענגן אבער בתנאי אז זי זאל אים נישט זעהן קאלעצין אין די פרייע צייט. און אויך דארף מען ווייזן עפרישיעשן פאר די ווייב וואס שטרענג זיך אן צו פירן די ווירטשאפט אין שטוב. זיך באדאנקן און זיך נישט בייזערן ווען עפעס קלאפט נישט הונדרעט פראצענט, זיך אנטשולדיגן ווען מ'קען נישט העלפן א. א. וו.
טאמער איז די מאן אבער ביזי אפילו מיט גיטע זאכן ווי למשל טיי אווענטס, גיין נאך געלט, חסד טריפס אדער עסק'נן פאר די חסידות און דאס גייט אויפ'ן חשבון פון העלפן אינדערהיים, זאל מען זיך רישן אויף טראבל

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
זייער גוט געענטפערט שמעון וואלף, אבער בעצם, מ'זאגט דאך אייביג אז א מענטש וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט און מ'וועט אנהויבן נאכקוקן וויפיל שעה ער האט געלערנט וכו' וועט דאך דער אידל טענה'ען אז ווי האבעך דען געהאט צייט צו לערנען, איך בין געווען פאריאגט און פארפלאגט על המחיה ועל הכלכלה, וועט בית דין של מעלה, נאכקוקן און טשעקן וויפיל שעה ער האט געלערנט אין די ליידיגע זמנים, און לויט דעם מאכן א דעסיזשן
זעלבע זאך אינדערהיים, יעדער פארשטייט אז דער מאן און פרוי זענען ביידע פארפלאגט מיט זייערע דוטיס א גאנץ יאהר, אבער וואס טוט זיך ווען די האסט וואקאציע, צו סתם דיין חברותה קומט נישט היינט צו ס'איז ערב יום־טוב אדער חול המועד, פארוואס זאלסטו דעמאלטס נישט צולייגן א האנט ווי ס'פעלט אויס? ווי קענסטו קוקן ווי דיין ווייב צופליקט זיך, בשעת די זיצט אויפ'ן קאוטש און פארברענסט צייט?
אני הקטן, ביי מיר אינדערהיים בין איך דער וואס לייגט די קליינע קינדער ביינאכט, איך גיי נישט ארויס לערנען פאר די קליינווארג זענען אין בעט (גראדע מיין אשת חיל אפרישיעט עס ניטאמאל, זעט אויס זי ווייסט נישט ווי ווייניג מענער טוען אזא זאך...) אנהויב ווען איך האב עס איינגעפירט אז עס געווען שווער, באדן, טראגן אין ביה"כ, טוישן פעפמפערס וכו' למעשה זינט איך האב מיך צוגעוואוינט דערצו, וויל איך עס פאר קיין געלט נישט אויפגעבן, עס איז מיין געשמאקסטע צייט מיט די קינדערלעך, מען לאכט מיט זיי, מען שפילט מיט זיי, אה ס'איז געשמאק
נאך א זאך וואס איך האב זיך איינגעפירט, אז איך וועל מיך נישט לייגן פאר מיין ווייב, בדרך כלל, ווען עס קומט פאר א יום טוב, ווען מען בלייבט אויף קאכן און גרייטן ביז פארטאגס, בלייב איך אויך מיט איר און איך העלף ארויס, אדער קיפ איך סתם קאמפעני, עס איז נישט מיין דוטי אבער עס איז א געשמאק
בקיצור היוצא לנו איז, אז שטוב ווערטשאפט דארף זיין טיעם ווארק, מיר זענען אדאלטס, מיר זענען אויפן זעלבן פעידש דארף פארוואס זיך נישט ארויסהעלפן ווען נאר מעגליך? ( מיר, מיינעך צו זאגן אונז אלע מענער)

- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
קורקלענד האט געשריבן:יעדער איז ביזי מיט וואס די מאן דארף טוהן אין די פרייע צייט. וואס פארא התחייבות ליגט אויפן אשת חיל ווען זי האט פרייע צייט?
קום אריין מאוחרי פאר מער דיטעילס...
ערנסט גערעדט; שלום בית איז נישט אלעס וועגן "פליכטן". להדיא נישט. א מערידזש איז נישט קיין ביזנעס דיעל, איך האב אזא דזשאב און די האסט אזיינס. איך טוה מיינס און די טוה דיינס. אך און וויי אויב עס קוקט אזוי אויס!
א מערידזש איז א רילעישענשיפ וואס איז נישט דא זיינס גלייכן, עס איז א מיזוג פון צוויי מענטשען צוזאמען, וואס ליבן זיך אויפן שטערקסטן אופן. מען האט ליב יענעם צו העלפן ווי אימער מען קען, אפגעזעהן אויב דאס איז א פליכט צו נישט.
לאמיר פרעגן אזא שאלה; איך האב גאר א נאנטע חבר אין ביהמ"ד, איך האב איהם אזוי ליב אז איך האב זיך מתחייב געווען צו איהם ברענגען יעדער וואך פיש פאר שאלעשידעס, חוק ולא יעבור (און ער ברענגט מיר חריין), והנה איך קום אהן אין שול און כ'זעה ווי ער האט געכאפט א מיאוס'ן גליטש אויפן ערד, דארף איך קלערן אויב איך האב א טעכנישע "פליכט" איהם צו העלפן אויפשטיין?! אויב איז דאס א ספק בכלל, איז פשוט אז דאס איז נישט קיין אלף בית פון א חברשאפט.
אז די שלום בית אין שטוב דרייט זיך ארום פליכטן, דארף מען צוריק גיין צום דראינג בורד וואס עס מיינט "שלום בית", און אנהייבן און אינוועסטירן אין די עצם מערידזש. און אין די איבעריגע צייט זאל מען גארנישט טוהן חוץ אריין לייגן כחות צו בויען די קשר שטערקער. ודוק כי קצרתי.
- וזרח השמש
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 58
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 3:24 am
- האט שוין געלייקט: 41 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
בשעת מען ווער חתן/כלה. שרייבט מען א תנאים. מען שרייבט א שטר ווי די מחותנים נעמען זיך פאר צי אויסשטפירן זייער קינד. און חתן כלה אז זיי גיי בלייבען מיט די שידוך
און בשעת מען האט חותנה. שרייבט מען א שטר וואס צוויי עדות שרייבען אינטער אז די חתן האט זיך דאס מקבל געווען. און זיי זעהן ווי ער געט עס איבער פאר די כלה. ווי דארט נעמט זיך די מאן אינטער געוויסע זאכן (איך גיי נישט שרייבען פרטים ווייל איך האב נישט די כתובה יעצט אין פראנט אויף מיר) וואס די קענסט אריין קוקען און זעהן וואס א מאן דארף אלס טוען פאר זיין ווייב
און פון די אנדרע זייט. די פרוי נעמט זיך קיינמאל נישט פאר קיין זאכן!! וואס זי זאל דארפן טוען פארן מאן. פארשטייט זיך געוויסע זאכען דארף זי טיען ווייל אזוי שטייט אין די תורה. אדער ווייל אזוי האבן די חכמים גוזר געווען
אין קורצען צי דיין קשיא! וואס דארפן טיען ווען זי האט ליידיגע צייט? די תירץ איז. א גארנישט!!! זי קען טיען וואס זי וויל.
Sent from my SM-G955U using Tapatalk

געדענק! נאך יעדע נאכט שיינט די זין אויף
- הויזן טראגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 117
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
זי האט נישט ממש רעכט צו טון גארנישט, ווייל עס איז דא עפעס א גמרא אז די מאן קען צווינגען / הייסן די פרוי וועבן אפילו ער גייט עס אוויקווארפן אבי זי זאל נישט גיין ליידיג.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
הויזן טראגער האט געשריבן:זי האט נישט ממש רעכט צו טון גארנישט, ווייל עס איז דא עפעס א גמרא אז די מאן קען צווינגען / הייסן די פרוי וועבן אפילו ער גייט עס אוויקווארפן אבי זי זאל נישט גיין ליידיג.
אלו מלאכות שהאשה עושה לבעלה, טוחנת ואופה ומכבסת, מבשלת ומניקה את בנה, מצעת לו המטה ועושה בצמר. הכניסה לו שפחה אחת, לא טוחנת ולא אופה ולא מכבסת. שתים, אין מבשלת ואין מניקה את בנה. שלש, אין מצעת לו המטה ואין עושה בצמר. ארבע, יושבת בקתדרא. רבי אליעזר אומר, אפי' הכניסה לו מאה שפחות כופה לעשות בצמר שהבטלה מביאה לידי זימה. רשב"ג אומר, אף המדיר את אשתו מלעשות מלאכה יוציא ויתן כתובה, שהבטלה מביאה לידי שיעמום: (כתובות נט:)
לויט רשב"ג איז נישט נאר וואס די מאן קען איר צווינגען נישט צו גיין ליידיג, נאר די ווייב קען אויך צווינגען די מאן איר צו לאזן ארבעטן...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
הנ"ל איז נישט א חיוב וואס זי האט כלפי איהם נאר כלפי איהר אליינס ווייל בטלה מביא לידי זמה אדער שיגעון.
די חיובים כלפי איהם פאלט אוועק להלכה אויב איז דא דריי שפחות.
למעשה זאגט די גמרא (כתובות סא):
אמר רב יצחק בר חנניא אמר רב הונא אע"פ שאמרו יושבת בקתדרא אבל מוזגת לו כוס ומצעת לו את המטה ומרחצת לו פניו ידיו ורגליו
וברש"י שם:
אבל מוזגת לו כוס ומצעת לו מטה - לפרוס סדין ולבדין דבר שאינו טורח ומשום דמילי דחיבה נינהו כדי שתתחבב עליו ולא דמי למצעת דמתני' דהוי דבר של טורח ובכפייה הני לא כפי לה אלא חכמים השיאוה עצה טובה להנהיג זאת בישראל:
חז"ל זוכען עצות להרבות חיבה.
די חיובים כלפי איהם פאלט אוועק להלכה אויב איז דא דריי שפחות.
למעשה זאגט די גמרא (כתובות סא):
אמר רב יצחק בר חנניא אמר רב הונא אע"פ שאמרו יושבת בקתדרא אבל מוזגת לו כוס ומצעת לו את המטה ומרחצת לו פניו ידיו ורגליו
וברש"י שם:
אבל מוזגת לו כוס ומצעת לו מטה - לפרוס סדין ולבדין דבר שאינו טורח ומשום דמילי דחיבה נינהו כדי שתתחבב עליו ולא דמי למצעת דמתני' דהוי דבר של טורח ובכפייה הני לא כפי לה אלא חכמים השיאוה עצה טובה להנהיג זאת בישראל:
חז"ל זוכען עצות להרבות חיבה.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
נעגעל וואסער האט געשריבן:הנ"ל איז נישט א חיוב וואס זי האט כלפי איהם נאר כלפי איהר אליינס
די חיוב פון ר' אליעזר איז וואס די פרוי איז מחויב פאר איר מאן, אז ער זאל האבן א נארמאלע ווייב. די חיוב פון רשב"ג איז וואס די מאן איז מחויב פאר זיין ווייב, ער טאר איר נישט צווינגען צו ווערן משוגע. ודו"ק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 04, 2024 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
הילף מיט שלום בית
איך האב זייער געוואלט עפענען א נייע אשכול, אבער ליידער קען איך נאך נישט.
עס איז נישט די ערשטע מאל אונז האמיר א רוגזא, אבער דאס מאל איז עס געווען ריעל סיריעס. אונז זעמיר שוין איבער 10 יאר חתונה געהאט און פון צייט צו צייט - איך וואלט געזאגט יעדע פאר חדשים - ברעכט אויס א רוגזא פון איר זייט. ווי נאטורליך, קומט דעמאלטס ארויף טענות וואס זי האט געהאלטן אין בויך אינדערצווישן, אבער איינמאל עס פלאצט קומט אלעס אויפן אויבערפלאך אפילו זאכן וואס כ'האב נישט געוויסט אז עס באדערט איר בכלל.
אלץ ווען אזאנס האט פאסירט האב איך מיך אנטשולדיגט און פרובירט צו ווייזן אז איך ווער בעסער, און נאך א טאג צוויי איז אלץ צוריק צו נארמאל, עכ"פ אויסערליך. דאס איז אלץ בבחינת היסטאריע ורקע. יעצט אבער איז געווען א געפערליכע ביטערניש, ממש געווען גרייט פאר א גט כאן ועכשיו, ווען נישט די קינדער. שוין, עפעס נוצן האב איך שוין געהאט פון די קינדער...
וועט עטץ אודאי פרעגן, וואס גייט דא פאר? בין איך טאקע אזא שלעכטער, אדער איז זי מאדנע אדער זייער סענסעטיוו? איך מיין נאן אוו די אבאוו. דער אמת איז כ'בין אליינס נישט זיכער ווי ווייט איך בין שולדיג, אבער עפעס זיכער. איז לאמיך פרובירן צו דיסקרייבן ביידע זייטן פון מיין קוק ווינקל.
מיין ווייב איז קע"ה א מושלמת ממש אין אלעס. איך האב אלץ אזא מחשבה אז עס קומט זיך איר עפעס בעסער פון מיר. זי איז ווייט פון סענסיטיוו צו פיזישע ווייטאג, אבער צו מענטעל ווייטאג איז זי סענסיטיוו, קען זיין ס'איז נארמאל. זי איז זייער א רואיגע; ווען זי געט א שריי מיינט עס אן אטאם באמבע האט געלאנדעט. זי קומט פון א שטוב ווי די טאטע איז בעיסיקלי באשאפן געווארן פאר די ווייב (איך קום פון א פארקערטע שטוב...). מתנות איז אלעס פאר די ווייב; א טייערע בלומען ערעינדזשמענט יעדע שבועות פאר די ווייב, וכו'. און צוריק גייט א קאזע.
יעצט וועגן מיך (לאמיר סקיפן מיינע מעלות...). איך האב צוויי גרויסע פראבלעמען. איינס איז קארגשאפט. למשל, איך קען נישט דערליידן ווען מ'ניצט פרישע פלעסטיק קאפס... צווייטענס, אביסל כעס. איך וואלט נישט געזאגט אז עס איז געפערליך, אבער איך קען ווערן שנעל אנגעצויגן. יעצט ווען דעיס קומט זיך צאם מיט קארגשאפט, קלאפט עס אויס די שווערסטע אויף איר. יעצט ווען איך רעד אביסל גערעגטערהייט קוקט זי עס אהן ווי איך האב געשריגן אויף איר, וואס איך האלט נישט אז עס איז די ריכטיגע טוירם.
יעצט איז דא נאך א טעות פון מיין זייט, איך קויף זעלטן א מתנה. און איך מיין אז עס איז פון 3 סיבות: 1. קארגשאפט, 2. איך האב עס קיינמאל נישט געזען ביי מיינע עלטערן, 3. זי איז נישט די טייפ זיך צו קויפן מתנות. וואס געשעט איז אז קויפן פאר איר עפעס קען איך נישט ווייל איך ווייס נישט אויב זי וועט עס עפרישיעטן. און זאגן "דא האסטו געלט קויף דיך עפעס" וועט נישט ארבעטן און עס מאכט עפעס נישט קיין סענס. אזוי פיל איך.
סא וואס איז יעצט געשען אז עס איז שוין כלו כל הקונצן? זעהט אויס אז עס איז געווען אפאר זאכן אין א קורצע צייט וואס האט איר זייער באטראפן. כ'וועל אויסרעכענען צוויי זאכן צו פארשטיין. איינס אז איך האב איר כאילו אנגעשריגן (כנ"ל) איבער עפעס וואס זי האט געקויפט אין גראסערי מיט איין קארטל אנשטאט די אנדערע, וואס מאכט מיך עפעס א נארישע דיפרענס. און ווען זי האט געענטפערט אז זי האט נישט געהאט יענע נומבער האב איך צוריקגעזאגט(שריגן?) אז זי וואלט מיך געקענט טעקסטן... צווייטענס, לעצטנס האט זי געהאט א מיסקערידזש, און איך האב נישט באשטעלט קיין לאנטש וכדומה. זי האט געטראפן אין פרידזש א שיינע לאנטש אבער ארויסגעשטעלט האט זיך אז עס קומט פון א חבר'טע. פארוואס זאל איך אינזין האבן ווייניגער ווי א חבר'טע?... זי זאגט אז זי איז נישט ווערט קיין פעני פאר מיך (מיין גוף וועל איך יא אוועקגעבן פאר איר, אבער ביז געלט, דאס איז וואס זי זאגט).
עכ"פ בכלליות מיין איך אז זי האט רעכט, נאר אביסל ארויס פון פראפארשען. למשל אויך די צווייטע זאך האב איך מסביר געווען אז איך האב נישט געוויסט אז א הפלה איז א שווערע דורכגאנג. עס האט למעשה נישט וויי געטון בשעת מעשה.
הלכה למעשה, איך בעט זייער שטארק אויב איינער האט אן עצה דא. איך האב איר זייער ליב און איך זוך נישט סתם צו איבערמישן א בלאט נאר איך וויל איר באמת מאכן צופרידן. איך מיין אז איך דארף נישט קיין טעראפיסט, אבער איך דארף יא איינעם וואס זאל מיך באגלייטן פאר א שטיק צייט מיט מאכן גאולס (למשל יעדן טאג דארף איך עפעס טון אין שטוב קעגן קארגשאפט) און מיך האלטן אקאונטעבל אויף זיי. עס קען זיין אפשר סתם איינער פון שטיבל דא. איך וויל באצאלן פארדעם, אבער נישט אסאך (דערווייל בין איך נאך קארג...).
ווי אויך בין איך נייגעריג ווי אזוי איך בין קאמפערט צו אנדערע. צ.ב.ש. וויפיל פראצענט מענטשן וואלטן געקויפט עפעס נאך א מיסקערידזש? איך רעד פון א פריע הפלה ארום 2 חדשים. וואס וואלסטו געטון?
תודה למפרע
החותם בדמע

- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:59 am
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
Re: הילף מיט שלום בית
wow! איך קען נישט זאגן איך קען דיר העלפן, אבער אין אפאר שורות האב איך ממש מיר געזען...
אזויפיל קען איך דיר יא זאגן, אז אויב ס'איז אזוי ווי ביי מיר, טוט דיין ווייב דיר שטארק ארויפקוקן, פארשטייט זיך ווען מ'שלאגט זיך נישט.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
איך קען א יונגערמאן: (ער איז שוין מער אן עלטערער מאן) וואס געט פאר זיין ווייב א סכום געלט א יעדע וואך. זי דארף (און טוט) אלעס פארזארגן. פון לייגן די קינדער אויפ'ן באס ביז גיין מיט א קינד צו א דאקטער. טאטי שטעלט טאקע צו די געלט (כמעט) אומ-באגרעניצט. נאר ער לאזט זיין ווייב האבן די אלע דאגות וואס ס'פעהלט אויס אין א שטוב.
וואס טוט דער יונגערמאן אין די צייט? ער גייט אויף "ביזנעס". פון וואס באשטייט זיין ביזנעס? ער זיצט אפ אין רעסטאוראנטס און בתי מדרשים און קהל'צט אוועק די צייט מיט חברים. מ'ווארפט דארט אדורך אלע סוגיות פון די רעבישע פאליטיק און די אנדערע זאכן העומדים ברומו של עולם.
ער האט אויך א ביזנעס (נישט די ערשטע). וואו ער פארלאזט זיך אויף זיין שותף און ---- --- צו טון די אלע ארבעט וואס ס'פעהלט אויס. יא. ער האלט מיט די אלע נייעס און געשעהענישן פון די ביזנעס. ווייל ענגליש קען ער ממילא נישט זייער א סאך. נאר דאס וואס מ'האט געלערנט אין "חדר". דער טאטע ערשיינט טאקע (ב"ה) צו אלע שמחות ווי ברית, בר מצוה און חתונה פון זיינע קינדער.
אזוי ארום האט ער א ווינדערליכן שלום בית. ער האט פשוט נישט קיין צייט ווען זיך צו קריגן מיט זיין בני בית.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
שלו' עליכם הרב פאר'חלומ'טער!
קודם בין איך נתפעל סיי פון דיין אפנקייט אויסצושמועסן דיין מצב און סיי פון דיין גרייטקייט זיך צו העלפן און איינזעהן אז דו האסט אויך אישוס (אזוי ווי יעדע יומען ביאינג), און נישט ווארפן די גאנצע שולד אויף איר.
לענינינו, האסט אראפגעלייגט דיין סיטואציע אבער אסאך אינפארמאציע פעלט נאך. למשל איז וויכטיג צו וויסן, צי דיין קארגשאפט קומט פון האבן ווייניג געלט און דו ווילסט נישט אריינגיין אין חובות? אדער אפילו דו האסט יא גענוג געלט סטראגלסטו נאך אלץ דערמיט? און ווי אזוי איז איר מהלך מיט ספענדן? שפירסטו אז זי איז ריזאנעבל נאר דו ביסט סתם א קארגער, אדער האט זי א פראבלעם מיט אווער-ספענדינג און וועגן דעם ביסטו אזוי קארג? און אזוי האב איך נאך שאלות, אבער עס איז שווער אין די ראמען פון איין תגובה אלעס אויסצושמועסן.
אויב זענט עטץ ביידע צוויי פארהאלטניסמעסיג-געזונטע מענטשן, און דו האלטסט אז עס איז דא וואס צו ארבעטן, איז די ערשטע אלף-בית "קאמיוניקאציע", זיך צוזאמשמועסן. און דאס דארף זיין אין א רואיגע צייט, נישט בשעת זי שרייעט אויף דיר און דו פארענטפערסט זיך (אויך נישט די ריכטיגע זאך צו טון, כדלהלן).
מען מאכט אפ א צייט ווען ביידע זענען רואיג, די קינדער שלאפן שוין, אדער גייט מען ארויס שפאצירן, אדער אויף א "דעיט"... און מ'הייבט אן אויסצושמועסן אלעס וואס שטערט ענק, און וואס ענק וואלטן געוואלט אנדערש. כמובן אז נישט אלעס וואס יעדער פארלאנגט קען [אדער דארף] דער צווייטער צושטעלן; אבער מען קען פרובירן עד שידכם מגעת. די וויכטיגסטע חלק איז די "וועלידעישאן", דהיינו אויב, ווי ביי אונזער פאל, זי באקלאגט זיך אויף די קארגשאפט און אז זי שפירט נישט ווערד ביי דיר, הער איר אויס און פרוביר איר צו פארשטיין. עס איז נישט די צייט זיך צו פארענטפערן און זיך "מסביר זיין". די לעצטע זאך וואס זי דארף יעצט איז דיינע הסברים. זי וויל זאלסט איר פארשטיין, און וואלידירן איר ווייטאג, און זיך פרובירן צו פארבעסערן.
די זעלבע זאך איז אויך שייך – און אפשר נאך מער – בשעת אן אטאקע. ווען זי שרייעט, קומט עס פון הארץ ווייטאג, פון געפילן, און מסביר זיין (וואס קומט פון שכל און נישט פון געפילן) גייט נישט העלפן. בשעת זי שרייעט, הער איר אויס, ווייז איר מיטגעפיל, זיי מקבל די נזיפה באהבה, און זאג איר נאר אז דו וועסט פרובירן זיך צו פארבעסערן. געדענק די חז"ל אין העולם מתקיים אלא על מי שבולם פיו בשעת מריבה.
מסביר זיין איז נאר ווירקזאם ווען ביידע זענען אין א גוטע גוסטע, די לופט איז קלאר און אנגעפילט מיט ליבשאפט, נאר דעמאלס איז שייך מסביר צו זיין דיין פוינט-אף-וויאו, אז באמת האסטו איר ליב, און דו ווילסט איר געבן אלע געלט וואס דו קענסט, ווייל זי איז דיר ווערד כל הון דעלמא, נאר דו סטראגלסט מיט דאס און יענץ, און דו ארבעטסט אויף זיך צו ווערן בעסער, אבער דו בעטסט פארשטענדעניש פון איר זייט, ווייל מען קען נישט פאררעכטן זאכן אויף איינמאל, תפסת מרובה לא תפסת, מען דארף ענדערש ארבעטן סלאולי-באט-שורלי. זאג איר אז דו ווילסט איר נאר מאכן פרייליך, אבער נישט אייביג כאפסטו ווען דו ביסט איר מצער, בעט איר זי זאל דיר מעורר זיין בדרכי נועם און זי זאל פרובירן נישט צו שרייען, נאר זיך אויסשמועסן ווי צוויי גוטע פריינט.
פרעג איר איידיעס ווי אזוי זי וואלט געוואלט שפירן מער חשוב. יעדער האט זיך זיינע זאכן וואס מאכט זיי פילן חשוב און אפרישיעטעד, עטליכע דוגמאות איז די 5 ליבשאפט שפראכן וועלכע זענען שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן אין שטיבל. זעהט אויס דיין ווייב האט ליב מתנות, פרעג איר וואס זי וואלט אפרישיעטעד, וועלכע סארט מתנות, שמועס אפ מיט איר ווי אזוי עס צו קויפן, צי דו זאלסט עס קויפן דירעקט אדער ענדערש געבן א גיפט סערטיפיקאט זי זאל זיך אויסקלויבן עפעס. דו שרייבסט: זאגן "דא האסטו געלט קויף דיך עפעס" וועט נישט ארבעטן און עס מאכט עפעס נישט קיין סענס. אזוי פיל איך. כאטש דו פילסט אזוי, מוז נישט זיין אז עס איז ריכטיג פאר איר. שמועס דאס אויך אויס. אויב אפרישיעט זי א לאנטש, אדער סיי וועלכע נאש פון געשעפט, קויף איר פון צייט צו צייט, בפרט ווען זי איז פארנומען. ווייז איר אז דו האסט איר אינזין.
קענסט אויך אויסשמועסן די דיפערענצן פון ענקערע עלטערן. אויבן-אויף קוקט אויס אז קיין איין מהלך איז נישט אינגאנצן ריכטיג, קיינער איז נישט קיין עבד פאר'ן צווייטן, עס דארף זיין אייניג (איקוואל) גיוו-ענד-טעיק, יעדער גיט פון זיך וואס מען קען פאר יענעם, און נאר וואס און וויפיל מען קען. די ערווארטונגען (עקספעקטעשיאנס) זאלן נישט זיין צו הויך. מאכטס אפ צווישן ענק ווי אזוי די דיינעמיקס וועלן ארבעטן, נישט אז איינער זאל זיין א שלאק פאר'ן צווייטן.
קען זיין דו קוקסט זיך אן אז נאר אמאל אמאל רעגסטו זיך, אבער עכט ליידסטו אביסל פון ענגער מענעדזשמענט. ס'איז כדאי זיך אליינס צו אססעסן. ארבעט אויף דעם. כעס איז א באקאנטע שלעכטע מדה וואס כמעט יעדער ליידט פון דעם מער אדער ווייניגער, און מ'דארף ארבעטן דערויף. פרוביר צו זיין אין קאנטראל, לכה"פ אויף אזויפיל אז זי זאל דיר קענען מעורר זיין בשעת דו ביסט אין כעס אז עס באדערט איר. אסאך מענטשן וועלן ווערן מער אויפגערעגט ווען מען זאגט זיי עפעס בשעת כעסם, און חז"ל זאגן שוין טאקע אל תרצה וכו', און אויב עס איז א מאן, כאפט ער נישט אז די פרוי פחד'ט אוועק פון זיין כעס אטאקע.
פאר דיר אליין זאלסטו כסדר טראכטן צוויי זאכן. איינס אז "גם זה יעבור", עס וועט אדורכגיין, זי האט גענוצט די נישט ריכטיגע קארטל? ביז 2 טאג וועסטו פארגעסן, מאך נישט קיין צימעס דערפון. טראכט פאר דיר אליינס "כפרת עוונות" און פריי דיך אז דו קומסט אפ מיט דעם... צווייטנס, אז יעדער ליידט עפעס פון זיין/איר ספאוס, עס וואלט געקענט זיין אסאך ערגער ווי נוצן א נישט ריכטיגע קרעדיט קארטל. פרוביר פאוקעסן אויף אירע מעלות, ווי דו אליינס שרייבסט אז זי איז א מושלמת. ווייסט וויפיל הייזער זענען צופלויגן אז מען קען כמעט נישט אראפשטעלן א פוס אויף א ליידיג שטיקל ערד? ווייסט וויפיל פרויען קענען נישט קאכן און באקן? ווייסט וויפיל פרויען זענען פארביטערט און פארמאכט? פריי דיך מיט וואס דו האסט און קוק אויף די האלבע (כמעט-גאנצע) פולע גלאז, דאנק דעם רבש"ע דערפאר און דאנק דיין ווייב פאר דעם! זאג עס ארויס מיט'ן מויל כסדר, דו האסט נישט קיין השגה וואס דאס טוט פאר א פרוי. ליידער פאר אסאך מענער איז שווער צו עקספרעסן לאוו מחמת סיבות שונות. עס איז ממש א שאד. וואס אפאר פשוט'ע ווערטער קען אויפטון! עס גייט גאר א ווייטע וועג...
זעה צו פאוקעסן אויף מער עמאשענעל קאנעקשאן צווישן ענק. נישט נאר מאטריאליסטישע און טעכניקעל ענינים. לערן דיך אויס אויפצוכאפן וואס איר שטערט און וואס זי האט ליב, האב איר אינזין אפילו ווען דו ביסט נישט מיט איר אינאיינעם, אינטרעסיר זיך אויף איר, שרייב איר שיינע טעקסט מעסעדזשעס אוט-אף-די-בלא, גיב איר צייט צו זיצן און אויסהערן מיט געדולד וואס זי האט צו פארציילן, אפילו זאכן פון איר וועלט וואס דיר אינטרעסירט נישט אזוי שטארק, העלף איר צו אינדערהיים ווען זי איז פאריאגט און פארפלאגט, און פארשטייט זיך אז זי זאל דאס אויך טון מצדה, וועסטו זעהן (בדרך הטבע און מיט'ן הילף פונעם רבש"ע) אז זאכן וועלן פארן הערליך שיין.
הצלחה רבה.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 04, 2024 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
Wow, א ריזיגע שכויעך @שמעקעדיג.
מיין פראבלעם יעצט איז נישט אזוי ווייט די ידיעה, עס איז פשוט אז מען פארגעסט און אלעס געשעט ווייטער. סא וואס איך זיך עכט איז א קאונסלער וואס זאל שטיין מיט מיר פאר א שטיק צייט. דאס האב איך איר אויך געזאגט אז איך וועל טון, און איך מוז עס טון אויך צי ווייזן אז איך בין ערענסט דערביי.
מיין פראבלעם יעצט איז נישט אזוי ווייט די ידיעה, עס איז פשוט אז מען פארגעסט און אלעס געשעט ווייטער. סא וואס איך זיך עכט איז א קאונסלער וואס זאל שטיין מיט מיר פאר א שטיק צייט. דאס האב איך איר אויך געזאגט אז איך וועל טון, און איך מוז עס טון אויך צי ווייזן אז איך בין ערענסט דערביי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
הרב פארחלומ'טער: איך האב נישט געליינט דיין גאנצע דיסערטאציע (קענסט נאכקוקן וואס דאס ווארט מיינט). נאר מיט איין זאך בין איך זיכער מסכים מיט דיר.
איך (און מיין ווייב) ווארפ/ן נישט ארויס קיין פלעסטיק אדער האט קאפס. מ'שווענקט עס אויס און מ'נוצט עס איבער.
ווען די אייניקלעך זז"ג קומען פאר א וויזיט לערן איך זיי אויס אז נאכדעים וואס מ'טרינקט פון א קאפ שווענקט מען עס אויס. און מ'שרייבט אן דעם נאמען פון דעם "בעה"ב" אויפ'ן קאפ מיט א מארקער. נאר פארשטייצעך אז דאס אלעס דארף געטון ווערן בטיב טעם ודעת. מיט קאממאן סענס.
הני מילי. ווען איז דאס געזאגט געווארן?. ווען מ'איז פרייוועט. פאר זיך אליין. ווען ס'איז דא א צוזאמקום פון א גרעסערן עולם ווארפט מען אלעס גלייך אריין אין גארבידזש נאכ'ן ניצן.

- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:56 am
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
אז מען האט שוין דא דערמאנט דאס ענין פון קויפן מתנות פארן ווייב, איך מוטשע מיך אייביג מיט דעם פראבלעם, וואס זאל איך קויפן? וואס מען "ברויך" קויפט מען דאך סייווי, און וואס מען ברויך נישט פארוואס זאל מען דאס קויפן?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
די קשיא פרעגן שוין די מפרשים ביי די אפיקומן...
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
שווער צו גלייבן אז דו וועסט טרעפן דא אין שטיבל אן אנאנימער קאונסלער... דו וועסט מוזן טרעפן א גוטע חבר אין ביהמ"ד וכדו'.פארחלומ'ט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:11 am Wow, א ריזיגע שכויעך @שמעקעדיג.
מיין פראבלעם יעצט איז נישט אזוי ווייט די ידיעה, עס איז פשוט אז מען פארגעסט און אלעס געשעט ווייטער. סא וואס איך זיך עכט איז א קאונסלער וואס זאל שטיין מיט מיר פאר א שטיק צייט. דאס האב איך איר אויך געזאגט אז איך וועל טון, און איך מוז עס טון אויך צי ווייזן אז איך בין ערענסט דערביי.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: שלום בית: וועמענס פליכט מאן אדער ווייב?
@ פארחלומ'ט
קודם כל ביזטו בכלל נישט קיין יחיד אין די פראבלעם, דאס איז ליידער זייער מצוי ביי אסאך אפילו נאך 10 יאר, און די עיקר פאקטור איז אז מען האט קיינמאל נישט עכט אוועקגעשטעלט די ריכטיגע קאמיוניקעטיאן און פארשטיין איינעם דעם צווייטען.
ארבעטען אויף דיינע מידות איז זייער א גוטער זאך אבער וועט נישט קיין סאך העלפען דא... איר דארפט זיך ליב האבן און פארשטיין איינעם דעם צווייטען מיט אלע מעלות און חסרונות [חוץ פון עקסטרעמע פעלער], בפרט אז דו זאגסט אז עס קומט נישט פון שלעכטיקייט נאר ווייל מען קומט פון אנדערע סארט שטיבער, חתונה האבן איז צו נעמען צוויי פארקערטע און עס מאכן ארבעטען, ודו"ק כי קצרתי.
זיך צונויפשמועסען יעצט קען זיין ווייניג אפעקטיוו ווייל די רוגזא איז שוין טיעפ אינעווייניג, איז קען זיין אז זי וועט עס נישט "עכט הערן און מקבל זיין" בפשטות פעלט אויס א מומחה coach פונדרויסען [פארשטייט זיך א גוטע און קלוגער - נישט איינער וואס זוכט צו בויען א קעיס און מאכן אסאך געלט] וואס וועט ענק ביידע געבן צו פארשטיין אז די אנדערע האט אייך באמת ליעב און שעצט אייך, נאר עס זענען דא חילוקי טבעיים ומשפחות, און ווען דו רעדסט הויעך שרייסטו נישט און פון די צווייטע זייט זאלסטו זיין מער סענסעטיוו צו איר טאון און וואליום אא"וו מיט יעדע נושא.
איך ווינשט אייך פיל הצלחה וסיעתא דשמיא
לגבי די הפלה, ס'איז זייער א שווערע זאך - עמאציענאל פארשטייט זיך