"קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

היינט אינדערפרי אויף טעלעגראם:
מיר האבן יעצט באקומען די ידיעה איז וויליאמסבורג וועט בע״ה שוין האבן היינט נאכמיטאג, בארא פארק בע״ה היינט אווענט, די רעשט פון ניו יארק און ניו דזשעסי בע״ה מארגן אינדערפרי, מאנטרעאל וועט מוזן ווארט ביז דינסטאג מיטוואך, ווי נישט ווי איז זי אונטער די ענגלישע קעניגרייך, וועט זי נישט קענען האבן איידער לאנדאן עיר הבירה!
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

שליחה דורך יהודי פשוט »

ב״ה דער ליפערונג קיין לאנדאן איז אנגעקומען, עס וועט בע״ה זיין היינט, שפעטער נאכמיטאג, אין די היגע ספרים און יודאיקע געשעפטן.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

דוד בן ישי עבדך משיחך
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: "קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

שליחה דורך קל וחומר »

שבת איז מיר אויסגעקומען צו ליינען א גרויס טייל פונעם קונטרס, איך מוז זאגן אז עס איז גאר א רייכע ביכל מיט א זאמלונג פון פארשידענע אינטערסאנטע נושאים שיין אראפגעלייגט, די בילדער געבן א סאך צו, די שיינע גראפיק איז נישט אוועק צו מאכן. בקיצור, דאס איז א הערליך ארבעט.

יעצט אביסל קריטיק...
די פרייז...
כ'מיין, סיריעסלי?, זיבעצן טאלער פאר א תוכנדיג קונטרס'ל?
כ'האב געליינט דעם מאמר איבער לייבל מפרוסטיץ, האב איך זיך דערמאנט אז כ'האב שוין אמאל געליינט איבער אים, האב איך באלד אפירגענומען מיין 'משיחי השקר ומתנגדיהם' וואס כ'האב מיך איינגעהאנדל'ט וויילענדיג אין ארץ ישראל מיט ארום צען יאר צוריק, עס האט נאך דעם פרייז. 53 שקל. דאס איז אונטער פערצן טאלער! מ'רעדט דא פון א בוך וואס האט איבער 700 זייטן פון ריין היסטאריע, ארבעט פון אפאר צענליגער יארן און עס קאסט 25% ביליגער ווי אונזער קנקן, און עס קוקט אויס איבערגעטייטשט ווארט ביי ווארט פון דארט.

איך בין דירעקט נישט קארג ווען עס קומט צו צאלן פאר תוכנ'דיגע שרייבווערק, איך שפענד א יאר צווישן איינס און צוויי אלפים אויף שרייבעריי.
נעם א קונטרס וואס רופט זיך סופה וסערה, טאקע נישט אידיש, אבער א מייסטער ארבעט אויף היסטארישע שערורייה'ס אין הלכה וועלט, וואו דער מחבר טוט אדורך סיי די מציאות און סיי די הלכה לעומקה ולרוחבה און עס קאסט 11 טאלער, שוין אויך ביים שפיץ פרייז אבער ס'קען נאך אדורכגיין.

אבער זיבעצן טאלער?
יו גאטע בי קידינג מי.

איך וועל עס מסתמא פארזעצן צו קויפן אבער איך עקספעקט נישט די אלגעמיינע עולם צו צאלן אזוי פול פאר א קוים הונדערט זייטן תוכן.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

איך האב דורך געליינט א גרויס חלק דעם שבת און כ'בין געווען היבש סערפרייזט ווי גרינג ס'איז געווען צו ליינען.
פאר וועלכע יארגאנג איז דאס געווידמעט? ס'איז אביסל העכער ווי קינדליין לעוועל, אבער זייער נידריג אין א פראפעסיאנאלע שרייבערישע דרגה.
.I got voices in my head.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

קנקן ב' וועט בעזה"ש זיין צובאקומען אין די געשעפטן ראש חודש כסלו
דוד בן ישי עבדך משיחך
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
גבר ישראל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך גבר ישראל »

עפעס נייעס מיט קן ג?
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

קן ג'
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

בע״ה, אדר תניינא שנת ת׳הא ש׳נת ע׳פענען ט׳אשן לפ״ק



שלום לכם חבירים וידידים הע״י



האמת יאמר, פערזענליך בין נישט אזוי איינשטימיג מיט׳ן נייע גלאבאלע ערשיינונג באקאנט אלס ׳מעטשינג קאמפעין׳.

אבער! חז״ל האבן אונז אויסגעלערנט גאר א וויכטיגע פונקט ׳רבו עלי חבירי׳! מיר געפונען ווי די הייליגע תנאים, וועלכע האבן געהאט א מיינונג אין א געוויסע נושא אויף וועלכע מיר ווייסן אז עס גילטיגט דאס כלל פון ׳אלו ואלו דברי אלקים חיים׳ - דאך, ווען עס האט אויסגעפעהלט האבן זיי פארשטאנען אז צומאל דארף מען מבטל זיין דאס אייגענע דעת פאר די חבירים.

מיינע חבירים האלטן אין אט דעם נושא אנדערש פון מיר.

כ׳האב די פולע רעכט זיך ארויסצודרייען פונ׳ם קאמפיין, כ׳וועל צאלן פון מיין אייגענע טאש דאס מינימאלע התחייבות, אזויווי מען האט געטוען עד היום, אין זיך צו האלטן פעסט צו מיין פרינציפ.

אבער, קוקנדיג צוריק צו אונזערע הייליגע חכמים, האב איך געקלערט, צומאל דארף מען לייגן די אייגענע מיינונגען און די אייגענע פרינציפן און א זייט, און זיך צושטעלן צו דעם רבים. דעריבער בין איך דאסמאל גענצליך מבטל מיין מיינונג צו מיינע חברים, און איך כ׳האב מיר אנגעשלאסן אנטייל צו נעמען אין אט דעם קאמפיין.



די קאמפיין דא האנדלט זיך פון אפקויפן א נייע גרויסע געביידע פאר מיין טאכטער׳ס שולע - בנות ציון, דאהי אין לאנדאן, פאר וועלכע מען דארף שאפן 5 מיליאן פונט.



מיין ציל, איז צו אריינצוברענגען וואס מער געלט צו דעם פראיעקט.

איר זענט אימיצער וואס איך קען, כ׳האב געהאט א שייכות מיט אייך, ס׳איז שטארק מסתבר אז אין די לויף פון די יארן האט איר נהנה געווען פון מיר פערזענליך, אדער…

- פון מיינע ארטיקלען אין שערי ציון.

- פון מיינע געשיכטעליין ארטיקלען.

- פון די פראקטישע הקפה׳לעך.

- פון kolbobov.com.

- פון אנדערע גלעגנהייטן וואס מוזן נישט דא אויסגערעכנט ווערן.



ביז היינט, און בע״ה פון היינט און ווייטער אויך, ווען האט זיך פארבינדען מיט מיר און ערווארטעט אז כ׳זאל אוועקגעבן פון מיין צייט פאר אייך, האב איך עס גערן געטוען, שלא על מנת לקבל פרס.



דורכגייענדיג מיין ליסטע, האב איך געקלערט אז איר זענט זיכער איינער וואס איז גרייט ארויסצואווייזן אנערקענונג מיט׳ן פארגיטיגן מיר צו העלפן דערגרייכן דעם ציל.



ביטע נעמט אין אכט, און כ׳בעהט בכל לשון של בקשה, געבט אייערע ברייטהארציגע ביישטייערונג, מיט א ברייטע הארץ, מיט א וויליגקייט צו געבן פאר אט דעם צוועק, טוט עס נישט געצוואונגערנערהייט!

קלערט נישט אז כ׳קום נישט דא איינקעשן, חס ושלום! ס׳איז אן ענין פון ׳כמים פנים אל פנים׳… ״איר פארשטייט ואס איך מיין!״



מיט פיל שעצונג און ערע

יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט

משורר דק״ק באבוב לונדון יצ״ו

בעל ה׳קנקן׳



נ.ב. אויב קענט איר אימיצער וואס וואלט אויך געוואלט באשטייערן פאר אט די צוועק, ביטע שיקט ווייטער דאס אדרעס פונ׳ם דאזיגן זייטל.

www.charidy.com/bzb/75473
דוד בן ישי עבדך משיחך
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

בן ישי האט געשריבן: איר זענט אימיצער וואס איך קען, כ׳האב געהאט א שייכות מיט אייך, ס׳איז שטארק מסתבר אז אין די לויף פון די יארן האט איר נהנה געווען פון מיר פערזענליך, אדער…
ביז היינט, און בע״ה פון היינט און ווייטער אויך, ווען האט זיך פארבינדען מיט מיר און ערווארטעט אז כ׳זאל אוועקגעבן פון מיין צייט פאר אייך, האב איך עס גערן געטוען, שלא על מנת לקבל פרס.
טאקע? נישט צום גלויבן! זייער א שיינע זאך אז איר זענט מקדיש צייט. איר זענעט אלעמאל זייער פארנומען?...

קלערט נישט אז כ׳קום נישט דא איינקעשן, חס ושלום! ס׳איז אן ענין פון ׳כמים פנים אל פנים׳… ״איר פארשטייט ואס איך מיין!״ וואס מיינט איר פינקטליך?

יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
משורר דק״ק באבוב לונדון יצ״ו
שוין טאקע לאנג נייגעריג צי איר האט דעם זינגען פאך אויכעט...
בעל ה׳קנקן׳
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קנקן האט געמאלדן די ביטערע נייעס:

די אויסגאבע קנקן אויף יודיש, איז צוליב כמה סיבות אפגעשטעלט.
קנקן ענגליש גייט ווייטער אן, מיט א פלאן פאר קנקן אויף לשה״ק אין די נאנטע צוקומפט.
ואתכם הסליחה.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

רימון האט געשריבן:מער אינפארמאציע איז שוין אוועילעבל ארום די נייע אויסגאבע וואס איז צו ערווארטן ביז אייניגע וואכן און ווי ס'זעט אויס פלאנט קוואדראט צו נעמען זיין קנקן צו א נייע ריכטונג און וויל אביסל טוישן די מארקעט וואס פאדערט אן אנאליז.

קוואדראט שרייבט אויף טעלעגראם אז קנקן וועט קאסטן 18$.
דער חסרון: ס'איז אן עקסטרעם הויכער פרייז, אומגעפער טריפלט ווי סיי וועלכע אויסגאבע און אין גאנצן נישט אין פראפארציע פון סיי וועלכע געדרוקטע זאך אין דעם גאטונג. אפילו גוטע קובצים ווי קובץ עץ חיים וואס קומט מיט 300 זייטן פלאס, און האט א קאסטומער באזע פון א חסידות, צי גינת ורדים וואס האט א נאכפאלגערשאפט ביי די קנאאישע קרייזן, בעטן ניטאמאל האלב דערפון (קובצים האבן אויך "אריגינעלע פארש ארבעט), דער שטערן וואס איז גרעסער פון 110 זייטן קאסט ניטאמאל האלב פון אכצן דאלאר.
די מעלה: דער עיקר פראבלעם פון סיי וועלכע אויסגאבע און בעצם סיי וועלכע ביזנעס איז געלט, מיט אכצן דאלאר אינקאם, לו יצוייר עס בלייבט אים נאר א צענער, איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין.

קוואדראט שרייבט אז ער שרייבט אלעס אליין.
דער חסרון: עס פעלט קאליר ווען איין שרייבער שרייבט אלץ אין א מאגאזין.
די מעלה: ער שפארט זיך קאסטן.

קוואדראט שרייבט אז עס וועט זיין צום באקומען בלויז אין ספרים און יודעאיקא געשעפטן.
דער חסרון: ווי מער מענטשן זעען אסאך און ווי לייכטער עס קומט אן א פראדוקט צו קויפן = אלס מער קליענטן.
די מעלה: צו קענען אויסשפרייטן אין די געשעפטן דארף מען פרינטן מער ווי די אמת'ע געברויך און דאס קאסט אסאך, אויך ווערט אסאך פארלוירן און געגנבעט און בכלל, דיסטריובשען קאסט געלט און צייט. פארשטייט זיך אז די איינציגע וועג וויאזוי אזא זאך קען אנגעקוקט ווערן ווי א מעלה איז געבויעט אויף א הנחה אז דאס איז אזא געזוכטע זאך אז מענטשן וועלן עס פשוט נאכלויפן.

קנקן וועט ארויסקומען 6 מאל א יאר.
די מעלה: ס'איז א ממילא איז די ריסק נישט אזוי גרויס און די אינוועסטמענט און ארבעט איז מיט אן 88% רעדוקציע פון סיי וועלכע אויסגאבע וואס קומט ארויס וועכנטליך א ביישפיל קינדליין...
דער חסרון: ס'איז נישט עכט קיין ביזנעס, נאר אינבעסטן פאל א האבי מיט אביסל איינקונפט פון דער זייט און אן קיין גרויסע רעטוירן קען מען ווערן מיד מיט דער צייט.

ווי עס שיינט זענען זיינע באשלוסן געבויעט ווייל ער איז קאנווינסנד אז די פארלאנג פאר זיינע זאכן וועט זיין עפעס מוראדיג קען ער טון אנדערש ווי יעדעם.

קען זיין יא: ער איז א גוטער שרייבער און אן אריגינעלע פארשער, ער קומט נישט ארויס מער ווי בסך הכל זעקס מאל א יאר, ס'איז אן אריגינעלע פראדוקט וואס איז לכאורה נאכנישטא ממש זיינס גלייכן און מענטשן וועלן שעצן די שווערע ארבעט און טרעפן אינטערעסע אין זיינע געפינסן, בפרט אז ס'איז ריין פון שטותים אדער פאליטיק איז עס געאייגנט פאר אלעמען.

קען זיין נישט: יתכן אז ס'איז בכלל נישטא קיין חלל אין דער אידישער מארקעט, דער גאנצער געוויינעריי תוכן תוכן תוכן איז א מיטאס, און וואס ס'איז שייך צו שרייבן ביים פרומען עולם ווערט שוין מער ווייניגער געשריבן, צווישן דער איד מיט תורה אפטיילונג, בלאט מיט אוצר, צייטונג מיט פאליטיק און האלאקאסט, מעלות מיט עצות און חיזוק, קינדליין מיט אינטערוויוס היסטאריע קאמיקס, מאמענט מיט קארענט אווענטס פערזענליכקייטן און ארטיקלען, אוצר אוצרות ליכטיגע היים שערי ציון וכו', בכלל דארף מען וויסן וויפיל עהרע צו געבן פאר די נושאים, און צי דער מהר"ל האט יא באשאפן א גולם אדער נישט, צי דער קליווער גט איז טאקע פארגעקומען אין קליווע, קען זיין אז זיי זענען בכלל נישט וויכטיגערע און מער געשעצטע טעמעס ווי רעדן פון פשוטע זאכן וואס זענען נוגע מענטשן למשל וואס די מאמענט קען טון, רעדן מיט אלטע בחורים וועגן שידוכים קריזיס, ארעמלייט און עסקנים וועגן פרנסה פראבלעמען, מיט הרב גאנצפריעד וויאזוי זיך צו מחזק זיין נאך א טראגעדיע און וויאזוי צו רעדן בבית האבל וכו' וואס קען האבן א השפעה אויף די פאקטישע לעבן פון מענטשן און אפעקטירן די דעת הקהל.

ס'איז נישטא קיין כלל אין די ענינים יעדע מאגאזין האט זיך זיין סיבה פאר סוקסעס און פון די פאר מאגאזינען וואס זענען יא מצליח קען מען אפשר אויסדרינגען פארקערט, איינער אויף אייוועלט האט אויסגערעכנט פיר סוקסעספולע מאגאזינען, קינדליין, מעלות, המספיק, עמי.
בעיני צייגן די פיר מאגאזינען אין קעגנזאץ פון קנקן. קינדליין איז א קאמיקס ביכל פאר קינדער (וודאי קומט אים קרעדיט פאר האלטן א הויכע ניווא אבער ס'איז נאריש צו זאגן אז זיין סוקסעס איז צוליב די זייטיגע שיינע זאכן, אויב עפעס איז די לעקציע פארקערט, לא הצליח מאגאזין פאר ערוואקסענע עד שבא קינדליין און האט גענומען א בעסערע און געטרייערע קליענטעל). מעלות איז א חודשליכע זאך וואס איז בעצם אינגאנצן אן אנדערע ברי' ווי א וועכענטליכע זאך, אין פאקט ווייזט עס אז דער עולם דארף "נישט" קיין סחורה, זייער אינהאלט איז געפאלן די לעצטערע יארן און די קליענטן זענען נאר געוואקסן. בעיני איז עס אן אומעדיוקירטע מאגאזין געאייגנט בלויז פאר אומעדיוקירטע מענטשן וואס נעמען אלעס פאר פעיס וועליו (פוק חזי ווער זענען די קליענטן, מיינסטנס נשים דעתן קלות פון די פרומסטע קרייזן וואס האבן די ווייניגסטע געליינט אדער געלערנט, ס'זאגט נישט עפעס?) ווילאנג מ'שרייבט מיט א ריינע גראמאטיק און ס'זעט אויס גוט, מ'לייגט אריין אן אתה בחרתנו גוד-פיל צווישן די שורות, קענסטו פארקויפן די זעלבע השגחה פרטית ארטיקלען און די זעלבע עצות אויף מוירסע, די זעלבע רענטס קעגן אלע חטאים פון "יענעם" (ווייל נאר איך בין גוט) און עולם גולם וועט קויפן פאר גוט געלט.
המספיק, כ'ווייס נישט גענוי וואס דאס איז, כ'זע עס אמאל אויף די פאסט, ס'האט נאך קיין מענטש נישט ארויסגענומען א דאלאר דערפאר, ווייס איך נישט גענוי ווי ס'איז שייך יא סוקסעס אדער נישט סוקסעס.
עמי וויאזוי מ'דרייט דעם ניגון האט עס מיט תוכן גארנישט, ס'איז א שיינע סענזאציאנאלע ביכל מיט פאליטיק און נייעס און א שטארקע פרויען אפטיילונג און איז נאר אן אנדייטונג קעגן קנקן...

די נענטסטע צו קנקן איז טאקע אונזער וועקער וואס קומט אויך ארויס אפאר מאל א יאר און טאקע פול מיט אריגינעלע תוכן און ווי ס'האט זיך אויסגעשטעלט איז דער פארלאנג ריזיג גרויס וועקער האט אויך זייער א קליינע דיסטריבושען און דאך ווייזט עס אז ווען א זאך איז גוט וועלן עס מענטשן אויפזוכן און אומבאשטעטיגטע קוועלער זאגן אז ס'גייט טויזנטער שטיקלעך פון יעדע אויסגאבע, און וועקער איז אויך נישט ביליג טראץ וואס עס איז ווייט נישט קיין 18 דאלאר, דאס איז א שטארקע אנדייטונג אז קנקן וועט בעז"ה מצליח זיין העכער אלע ערווארטונגען.

עד כאן דברי רימון, מכאן ואליך טיים וויל טעל און שטייצעך אז מיר וואונטשן אים אלע גרויס הצלחה.


יעצט כאפ איך ווי דער קעפל פאר דעם אשכול האט נבואה געזאגט. קנקן נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע.
פארשפארט