סליחות מיט א גיטאר, קאם אן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

סליחות מיט א גיטאר, קאם אן

שליחה דורך רימון »

כ'האב אויך געזען די קליפס ווי רבי משה בער בעק שטייט מיט נאך אייניגע אידן פארנט פון ר' יואלי לעבאוויטש'ס סליחות אין אטריום פלאזא אין מאנסי און שרייען גיוואלד. די ערשטע מינוט האב איך אויך געלאכט, דאן האבן מיר די מחשבות אנגעהויבן ערגבערן.

הכל מודים אז א' סליחות איז אן ערנסטע צייט און די מסורה פארלאנגט מ'זאל זיך באציען דערצו מיט ערנסטקייט. פון מיינע פריעסטע זכרונות איז ווי מיין טאטע וועקט מיך צו א' סליחות אלס יונג קינד און דערנאך זאגט מען די פיוטים אין שול מיט א צעבראכנקייט.
דאווענען איז אלעמאל אן עבודה שבלב און ס'דארף צוגיין מיט ערנסטקייט און אחריות, ס'איז דא הלכות פון כובד ראש און תפלה דארף טראגן אן ערנסטע כאראקטער. ספעציעל אין די הייליגע טעג, ס'איז א צייט פון תשובה, מיר זענען נישט קיין רעפארמער, אין שלחן ערוך שטייט אז מ'הויבט אן א' סליחות אום זונטאג עס זאל זיין צען טעג צייט צו פאסטן, אז מיר האבן נישט קיין כח צו פאסטן דארף מען כאטש דאווענען ערליך.
דאס איז אמאל קלאר, די שאלה איז נאר איבער די כאראקטער פון א' סליחות אין די אטריום, דאס איז שוין אפן פאר דעבאטע און לכאורה ווענדט זיך עס יעדן יחיד ויחיד וויאזוי ער גייט צו דערצו.

לאמיך אייך מיטטיילן מיין פערספעקטיוו: (איך גיי נישט אריין אין דער מער הלכה'דיגער שאלה פון מוזיק בשעת'ן דאווענען, כ'גיי אננעמען אז די מיהאלאוויצער תקנות צי סיי וועלכע תקנות פון גדולי אונגארן אין זייער תקופה איז נישט בינדנד.)
ר' יואלי לעבאוויטש, איז א וואוילער יונגערמאן לדעתי, בפרט די לעצטערע יארן איז ער נתקרב געווארן צו ברסלב און מ'זעט א שטארקע ערנסטקייט, סיי אין זיין תוכו און סיי אין זיין כברו. כ'בין זיכער אז ס'איז כוונתו רצוי', איך גלייב אויך אז ער איז א פאסיגער שליח ציבור, נישט אלעמאל האט אים דאס לעבן געגלאנצט און האט שוין פארשידענע זאכן געזען אין זיין לעבן אז כ'בין איבערצייגט אז ער איז א לב נשבר וואס ס'פארלאנגט זיך פאר א ש"ץ אין די הייליגע טעג.
די אידן וואס קומען זיך דארט צוזאם הערן א שיינע דרשה פון א גוטן איד, ר' יואלי דאוונט ווארעם, ער האלט נישט קיין כלי שיר אין דער האנט, ס'איז א שיינע גרויסע ציבור, ביי קדיש טוט ער אן דער טלית פון קאפ, האלב פון דעם נוסח איז לויט אונזער מסורה. נישקשה, ס'קען דורכגיין, כ'קען זען אז א איד זאל עס זען אלס אן ערנסטער מנין סליחות. טאקע נישט ווי אין ראדני סטריט תשל"ז, אבער א פיין מנין מיט וואוילע אידן.

זע איך אבער דערנאך נאך א קליפ, עפעס א יונגער יונגערמאן, מייזעלס הייסט ער, א רביש קינד מיט קוים א חתימת זקן, פראוועט סליחות ביי איינעם אין דיינינג רום מיט א גיטאר אין דער האנט, אפאר נערים מונערים שטייען פון הונטן מיט סמארטפאנס אין דער האנט און זינגען און טאנצן, און די גאנצע סליחות איז לויז און לופטיג ווי א חול המועד קומזיץ ביי איינעם אינדערהיים.
אנטשולדיגט מיר, אבער דאס הייסט נישט געדאוונט און דאס הייסט נישט קיין סליחות, האסט נישט קיין כח אויפצושטיין פארטאגס ווי דיין טאטע און זיידע, זאג ביינאכט אין שומרי שבת. ביים רבי'ן פעניעט מען און ס'נעמט צו לאנג, זאג אין א קליינע שול וואו ס'נעמט שנעל, ווילסט נישט זאגן, זאג בכלל נישט. ווילסט קענסטן זאגן ביחידות מארגן ביי שחרית, ס'איז דא גענוג וועגן ארויס בדיעבד ווילאנג דו מאכסט עס נישט פאר א לכתחילה.
אבער פליז, סליחות איז נישט קיין הענגאוט, קאם אן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אלס פיין. אבער איך בין נישט קאנווינסד אז בכלל נישט זאגן איז בעסער ווי צו זאגן ביי מייזעלס מיטן גיטאר. סוף כל סוף, אז מ'האלט עפעס קשר מיט אידיש'יזם וועט עס איבער צייט האבן א פאזיטיווע אפעקט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

ראש השנה מיט עפל און האניג, קאם אן

שליחה דורך לעיקוואד »

.
I have a dream
Martin Luther King ~
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

האט דער הייליגער בארדיטשובער געזאגט, "קוק ווי אפילו בשעת די אידן שפילן מוזיק זאגן זיי אשמנו בגדנו"
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

Delete די ווארט מסורה פון באשרייבונג און קוק עס איבער. ביסט גערעכט אז סליחות איז נישט קיין פארברענג אין א ווערצהויז, אבער אויב דאס ברענגט א שייכות פון א יודיש קינד צום באשעפער וואס אנדעם וואלט ער דאס נישט געהאט, תבא עליו ברכה. מסורה הייסט קרי וכתיב אדער וועלכע קאטשקעס מעג מען עסן, ס'האט נישט מיט נגינה-נוסח גארנישט, און אודאי נישט מיט ראדני קוועטשערייען. די בעש"ט מיט זיינע תלמידים האבן געטון מה שלבם חפץ און געטוישט מנהגים ווי און ווען זיי האבן געוואלט. אז 10 יודען דינען דעם אייבערשטער אויף אן אופן וואס ארבעט פאר זיי איז דאס ריכטיגע ישראל אשר בך אתפאר.

און צום שלוס, מעולם לא שמענו אז יודען ר"ל נעמען זיך צוזאם צו באשרייען זייער אייגענע יודישע פרימע ברודער וואס האבן יעצט גערעדט צו זייער טאטע אין הימעל. נישט קיין חילוק צו די "פרידליכע" מוחים זענען יונגע מטורפים מיט צובלוזשעוועטע פאות, אדער א זקן ממרא מנעוריו וואס שטעלט אוועק אן איידל צורה. זייער איינציגע מסורה איז פון שטיינער ווארפענדיגע ליידיגייערס פון ירושלים וואס זייער השפעה האט זיך אריבער געצויגען קיין וויליאמסבורג.

אשריכם ישראל, אז אפילו מ'מיטשעט זיך מיט טאג טעגליכער לעבן, ווען עס קומט צו עבודת השם לעבט מען אויף מיט שמחה. דאס זענען די "יונגלעך מיט די פייפער" פון היינטיגע דור. זיי זענען קורע דעם גזר דין וואס די "מסורה" יודען קענען ניטאמאל רירן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: סליחות מיט א גיטאר, קאם אן

שליחה דורך קל וחומר »

כיהודה ועוד לוואלווי וועל איך צולייגען, ליידער זענען א סאך היינטיגע אינגעלייט פארמיאוסט פון ערענסטקייט נישט ווייל זיי זענען קלים בטבע, נאר ווייל זייערע עלטערן האבן דאס גורם געווען במשורין אדער בעקיפין. אן אריינגיין אין די סיבות לכך איז דאס די מציאות.
טאמער קען א פאזיטיווע סליחות זיי אריינצוען אין ביהמ"ד און זיי זאלן נאך האבן א טעם דערין, איז עס א געוואלדיגע זאך.
פארשפארט