ליצנות...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

ליצנות...

שליחה דורך גדליה »

.....אין א זייט געלייגט, לאמיר אלע אריינטראכטן אין דעם באדייט פון א יום הדין. דער טאג וואס די גאנצע בריאה ווערט גע'משפט. דער מלך מלכי המלכים זעצט זיך אוועק אויף זיין שטול און ער פסק'נט רעכטס אדער לינקס.
לאמיר גוט אריינטראכטן ווי אזוי דאס יאר איז אדורך. וויפיל פון אונזערע צילן האבן מיר דערגרייכן און וויפיל האבן מיר נישט.
וויפיל עוולות האבן מיר געטון. אמת'ע עוולות וואס קיינער ווייסט נישט אויסער מיר אליין.
וויפיל נארישקייטן זענען מיר באגאנגען. וויפיל צייט פארברענגט. וויפיל חרטה און עגמת נפש זיך אליין געשאפן.
וויפיל שוועריקייטן האט מען מיטגעמאכט דעם פארגאנגענעם יאר. אה, ס'איז זיכער צוליב די עבירות. זאל מען אפקומען די זינד. תכלה שנה וקללותיה.
ווי אזוי שטעלן מיר זיך? קען א מענטש בכלל זיין גרייט פאר א יום הדין איבער זיך אליין?
אן אנדער משפט איז אויף א געוויסע מעשה. דער מענטש איז יא אדער נישט שולדיג אין מארד. ער איז יא אדער נישט שולדיג געלט.
ראש השנה ווערט דער מענטש אליין גע'פסק'נט. איז ער א צדיק אדער א רשע? פירט ער זיך אויף מאראליש אדער נישט?
מי יאמר זיכיתי ליבי....???
ג-ט אליין משפט אינז. הוא היודע. הוא המדע. הוא העד.
יעדער ווייסט ווי דורכגעפוילט ער איז. וויפיל קנאה און שנאה געפילן ליגן באגראבן אין הארצן. וויפיל תאוות מושחתות ער פארמאגט.
איי איי איי.
געב א טרער. איין קליינעם טרערל און צייג דיין לב נשבר. דיין צובראכן הארץ.
ס'איז דא א שפאלט אין אלעם; אזוי גייט די ליכטיגקייט אריין.
עפן אויף דיין שפאלט ווי די הר הזיתים ביי ביאת בן דוד. לאז די ליכטיגקייט אריין.
דו אליין קענסטו דיך נישט העלפן, אבער ג-ט קען יא.
השיבנו ה' אליך, ונשובה.
חדש ימינו כקדם.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איז דא א געוויסע סעטינג וויאזוי מדראף ליינען דו סליחה?
אויב ליין איך דאס מיט א גיטאר און זינג זוך אינטער טרעט איך אפ פון דו ארגינעל מכיון?
.... אין א זייט, שיינע געדאנק!
ליינדיג איז מיר בייגעפאלן א געדאנק.
וואס עפעס דארף גאט בכבודו ובעצמו משפט'ן ער האט דאך אן א שיעור מאלכים, שרפים, השומרים קארטלעך סטעף.
נאר וואס דען, ווען סקימט צי דזשאדשען א מענטש קען דאס קיינער נישט טאן ריכטיג , נאר גאט אליין! דער וואס האט געמאכט דו פראדוקט ווייסט אלע לעכער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה: דאס קעפל פונ'ם פתיחת האשכול הייסט ..."ליצנות"...דאס וויל דעפינירן וואס הייסט ליצנות. די גאר שלעכטע מידה וועלכע מאכט אן חורבנות. אזוי ווי ס'שטייט אין די מוסר ספרים..."ליצנות אחת, דוחה מאה תוכחות"...דאס מיינט מען נישט א ווערטל זאגער. א בדחן. נאר אן אפשפעטער. וועלכער מאכט קאלט די אמונה. אפשפעטנדיג פון אלץ און אלעמען. אזוי ווי רש"י הק' זאגט ביי יצחק אבינו. אז דער אייבישטער האט געמאכט יצחק'ס צורה זאלל זיין אינגאנצן ווי זיין טאטע אברהם אבינו. ווייל די ליצני הדור האבן געזאגט ..."מאבימלך נתעברה שרה"...די לצים מאכן אן חורבנות איבעראל...! און אויף דעים בעט מען מחילה ביי ווידוי פון אשמנו..."לצנו"...!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

נולד מאוחר האט געשריבן:.

:like
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
פארשפארט