אונזער אמעראצישע געשרייבעכץ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אויב רעדט מען פון "איינצלנע" אפילו ס'מער פון ממש א יחיד וועט מען דאך שרייבן א ל' יחיד. ווי למשל מ'וועט שרייבן: "געוויסע שרייבער" נישט "געוויסע שרייבערס". ווען מ'רעדט צו א רבים זאגט מען "מיינע ברודער" (עיין ערך מונקאטשער רב: מיינע ברודער אין אמעריקע) אויב רעדסטו צו איינעם וועגן דיינע ברודערס זאגט מען "מיינע ברודער'ס".
כ"ז לפע"ד קען זיין איך בין ראנג.
כ"ז לפע"ד קען זיין איך בין ראנג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
זר זהב האט געשריבן:"מיינע ברודער"
ברידער, [ברודער איז א לשון יחיד].
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
זר זהב האט געשריבן:דער ע פון שמייכלן זעהט מיר אויס איבעריג
לאו דוקא. (דער ע' פון איבעריג, דאס איז פילייכט יא איבריג!)
קוק ביי דיר ווי אזוי דו זאגסט עס ארויס.
אויב איז עס ווי מיט א סגול, דאן קומט יא דער ע'.
אויב איז עס ווי א שוא, קומט נישט.
איך בין יעצט איבערגעגאנגען פאר 2-3 מינוט עטליכע תגובות פון עטליכע אשכולות.
איך שרייב ווי אזוי דער ווארט באלאנגט ריכטיג (אן א ע')
און ווי אזוי דער עולם האט דא געשריבן (געשריבען)
זוכן (זוכען / זיכען)
האלטן (האלטען)
פארלוירן (פארלוירען)
אביסל (אביסעל)
געבן (געבען)
לעבן (לעבען) (אקעי, דאס איז א עסן וואס מען עסט מיטן כף הקלע, אבער דאך..)
דארפן/ווארפן (דארפען/ווארפען)
אפשר וועל איך ברענגען נאך.
אבער תן לחכם ויחכם עוד.
אויב זאגט מען א ווארט ווי א סגול, למשל "געגאנגען", דאן קומט יא אן ע'.
זייער אסאך אזעלכע ווערטער שרייבט דא דער עולם נישט ריכטיג, מען פארפעלט דעם ע'.
ווי צב"ש
זענן (זענען)
ברענגן (ברענגען)
וירח ה' את ריח הניחוח
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
שמעקעדיג, דיין מעטאד איז ארביטערי. ראטה'ס "אידיש ווערטער אוצר" שרייבט ווי פאלגנד (איך לאז אויס אלע דוגמאות):
א. ראטה האט געשריבן:אין דער אויסשפראך פון דעם אונגאריש-גאליציאנער (אדער "חסיד'ישער" אידיש, דערקענט מען כמעט נישט קיין חילוק צווישן דער נאכזילבע (suffix) -ן (ווי "מאכן") און דער נאכזילבע -ען (ווי קומען). אינ'אמת'ן איז לכתחלה געווען בלויז די נאכזילבע -ען, ווי מען זעט אין אלטע אידישע ביכער - א שטייגער צאינה וראינה - שטיין "מאכען", און ווי מען שרייבט נאך ביז היינט אויף דייטש (machen). אין דער אויסשפראך פון פויליש-ליטוויש אידיש רעדנדע האט זיך אבער מיט די יארן געשאפן צוויי באזונדערע נאכזילבעס מיט אן אנדערע קלאנג (זיי לייגען א דגש אויפן "ע" ביי "קומען", בעת ביי "מאכן" כאפט מען אריין דעם "ן".) אין שריפטליכען אידיש איז היינט אנגענומען דער כלל, אפילו ביי אונגאריש-גאליציאנע שרייבערס.
דער כלל איז באזירט אויף דעם אות/יות וואס קומט הארט פאר די נאכזילבע.
אויב דער אות פאר דעם ן איז איינער פון די פאלגענדע אותיות, לייגט מען צו די נאכזילבע -ען.ווען דער אות פאר דעם ן איז א ל, איז דער כלל געוואנדען לויט דעם אות וואס קומט פאר דעם ל.
- מ
- נ
- נג
- נק
אויב דער אות פאר דעם ל איז א וואקאל, לייגט מען נישט צו קיין ע.
אויב דער אות פאר דעם ל איז א קאנסאנאנט, לייגט מען צו אן ע.
ווען דער אות פאר דעם ן איז סיי וועלכע אנדער אות אויסער די אויבנדערמאנטע, לייגט מען נישט צו קיין ע.
אן אויסנאם איז ווען דאס אריגינעלע שורש ווארט קומט לכתחלה מיט אן ע צום סוף. דאן לאזט מען אלעמאל דעם ע פאר דעם ן. אפילו ווען עס שטימט נישט לויט די פריערדערמאנטע ספרים.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
וואס איז דאס ארביטערי?
איך בין נישט קיין געבילדעטער אין שפראך, און איך קען נישט און פארשטיי נישט די הויכע שפראך און איבערגעשפיצטע וואקאבולירן (?).
איך בין פשוט אויפגעוואקסן און געליינט אסאך אידישע היינטיגע ביכער, און "איך בין א נאר און איך גלייב"...
איך דארף נישט די אלע דרושים לכל חפציהם, אפילו נישט פון די "מעלות" וואס גיט צו פארשטיין יעדן חודש אנדערע ווערטער ווי אזוי עס איז צושטאנד געקומען און זייער מקור א.א.וו.
איך וועל אפילו נישט מקפיד זיין ביי מיר אדער ביי יענעם צי מען שרייבט ברודער/ברידער, שיך/שוך, פיס/פוס, וכדומה. אבער ווערטער וועלכע איך טרעף קיינמאל נישט נאר אויף קאווע שטיבל (שטיבעל) מאכט מיך יא נערוועז.
בפרט אז כמעט אלע שרייבער דא מאכן די זעלבע גרייזן... זענען זיי געגאנגען אלע אין איין קלאס???..

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
זר זהב האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:איך וויל דער עולם זאל מעורר זיין מיינע טעותים, איך האב אנגעהויבן שרייבן אידיש די טאג וואס כ'האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבל. סא אז איר זעט א ספעלינג מיסטעיק ביטע זייט מיר מעורר, נישט אין יענעם אשכול, כדי נישט יעדע אשכול זאל פארוואנעלט ווערן אין א 'שפראך און גראמאטיק' אשכול, נאר לייגט עס דא, אדער אין אישי.
יישר כח.
ג״א מצטרף, איך האב קיינמאל קיין אידיש נישט געשריבן ביז איך האב מיך אהער אריינגעסיינט, איך זע בחוש אז איך האב מיך אסאך צוגעלערנט אין די קארגע פאר חדשים וואס איך שרייב דא. אויב איינער באמערקט עפעס א טעות אין מיין געשרייבעכעץ זאל ער אזוי גוט זיין און מיך לאזן וויסען.
וויסן
געשרייבעכץ
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
זר זהב האט געשריבן:דער ע פון שמייכלן זעהט מיר אויס איבעריג
איינע פון די סיבות פארוואס מ'קארגט היינט אויף די שימושים איז וויבאלד דער נייער שפראך עברית איז פיהל גרינגער צו לייענען און שרייבן טאקע צוליב וואס זי פארמאגט נישט די הונדערטע עי'ן און אלף'ס, און טאקע די א"י זענען ע"פ רוב די וואס שפארן.
שמייכלען, אפ' הערן הערט זיך עס טאקע אהן א ע' צום סוף קומט עס מיט א עין צום סוף, און דאס מאכט אז די די ל' זאל ווערן פון א חטף שווא (סיילענט), א דרוקנדע-שווא.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'בין אלץ מסופק בנוגע
איך בין פיל מיט ...(אנגע'געסנקייט)
איך פיל / פיהל אז ...(דו האלסט אויך אזוי)
וויפיל ?
דעתי דעת בעה"ב, full איז פול, און פיל איז א pill, אבער feel איז פיהל.
אדער פיעל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
http://chabadlibrary.org/books/default. ... 7%95%D7%98
ער נוצט עס פאר "אסאך"
ער נוצט עס פאר "אסאך"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אין אייוועלט האט שוין מאשקע געקלאגט אויפן מצב הדור, די שפלות פון אונזער אמעראצעס.
איבעית אימא קען מען דאס אריינשטעלן ביים אשכול פון "טעותים אין אונזערע אויסגאבעס".
נעמט אייך די שעה/צוויי, לייענט און האט הנאה.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=17&t=4369
איבעית אימא קען מען דאס אריינשטעלן ביים אשכול פון "טעותים אין אונזערע אויסגאבעס".
נעמט אייך די שעה/צוויי, לייענט און האט הנאה.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=17&t=4369
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אייוועלט האט שוין מאשקע געקלאגט אויפן מצב הדור, די שפלות פון אונזער אמעראצעס.
איבעית אימא קען מען דאס אריינשטעלן ביים אשכול פון "טעותים אין אונזערע אויסגאבעס".
נעמט אייך די שעה/צוויי, לייענט און האט הנאה.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=17&t=4369
אין רעאקציע צו וואס מאשקע שרייבט דארט: איך פיר זיך טאקע עד כמה שידי יד כהה מגעת איבערצוליינען די צעטלעך וואס מיין זון ברענגט אהיים פון חדר און כ'טו פאררעכטן די גראמאטישע טעותים אויף ווי ווייט מעגליך.