דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:געמישט צוויי זאכן. צו זיין אריינגעטאן פארן כלל קען נאך אלץ זיין סעלפיש, דהיינו ער וועט ארויפצווינגן "זיינע" אידילאגישע קוק אויפן כלל אפילו ס'ווייט פון פראקטיש כרחוק מזרח ממערב. למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז רוב אידיאליסטן, נעם קאמוניזם, סאציאליזם, פאשיזם וכדומה, האבן אויך געמיינט דעם כלל און געווען אריינגעטוהן פארן כלל און וויבאלד ס'נישט געווען א "פראקטישע" וועג האט עס נישט און גייט קיינמאל נישט ארבייטןנהורא נפישא האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו מיינסט צו פרעגן וויאזוי איך קוק אויף מיך אליין...?
ניין ניין.
איינער וואס איז אידילאגיש איז געווענליך מער אריינגעטאן פארן כלל. נישט סעלפיש. משא"כ איינער וואס איז פראקטיש איז נישטא לטובת הכלל נאר דארט ווי עס בעניפיטירט אים.
קען זיין איך וועל דא זיין קאנטראווערסיאל, אבער איך זעה נישט אין היטלערן קיין סעלפישן פארשוין אדרבה ער האט געמיינט די טובת הכלל ער האט נאר געמאכט א יוצא מן הכלל וואס דאס האט צוגעברענגט די גרעסטע שחיטה אין היסטאריע. און נאכאמאל איך האב נישט גערעד ספעציפיש וועלעכע אידילאגיע. איך רעד פון אן אידילאגיע וואס איר קענט זען דערין די טובת הכלל.