מ'זעהט אז ס'שפראצן ארויס יעדן טאג נייע אויסגאבעס, ווי שוועמלעך נאך א רעגן, מיט אלע שמות הנרדפים, איז די שאלה מאכן זיי געלט אדער טוהן עס פאר שוואויל טאג??
פון ווען איך האב נאר געקענט ליינען זענען שוין דורך אזויפיל אויסגאבעס עליהם השלום: א בליק, די פלאם, צייטשריפט, יפה בעטו און נאך וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט.
אלע האבן געהאט די זעלבע גורל פון שליסן איהרע טויערן, ווען מ'זאל ווען מאכן א מיליאן דאלער אדער אפילו א האלבע מיליאן
דאלער א יאר וואלטן זיי נאך געווען אין ביזנעס.
איז די שאלה וואס גייט פאר מאכט מען געלט אדער טרייעט מען נאר?
מתחילה מאי קסבר ולסוף מאי קסבר?
מאכ'ן אויסגאבעס געלט?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
- האט שוין געלייקט: 212 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
דיין פראגע איז דוקא בנוגע אידישע אויסגאבעס און מאגאזינען?
בד"וו מעלות עקזיסטירט שוין העכער צווואנציג יאר, מאמענט קרוב צו פינף (לענגסטע אין היסטאריע פאר א אידישע מאגאזין...).
דעריבער, מוז נישט אלעמאל זיין אז מאכן געלט און ארויסגעבן גייען ביינאזאם... פארהאן אמאל וואס אפפילו מיט דערלייגן געלט גייט מען ווייטער אן און מען שטופט וויפיל מעגליך, און פארהאן אז אן אויסגאבע הערט אויף צו ערשיינען צוליב אנדערע סיבות.
אבער דאס איז קלאר אז אידישע ליטראטור (סיידן וועקער...) איז אויף א שוואכן ניווא, דעריבער, ווי פארשטענדליך, איז דא שוואכע שאנסן עס זאל האבן א קיום פאר א לענגערע וויילע.
און לכאורה, די סיבה פארוואס אידישע ליטראטור איז אויף א שוואכע ניווא, איז נישט נאר ווייל זי האט א שוואכע קליענטל, דהיינו עס זענען פארהאן ווייניג אידן (קעגן די גויים), נאר אויך צוליב עס איז שווער צו סערווירן די אידישע ליינער, אין ליכט פון דעם וואס יעדער איד האט זיינע זיבן-אכט דעות אנדערש ווי א צווייטן, און ווער רעדט נאך ווען מען רעדט צו א צווייטן שטייגן די צאל דעות אויף אסאך מערערע...

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לבי ובשרי: נאך א נקודה. ביי די גויים האסטו נישט קיין גאט'ס פארזארגערס און פראפעסיאנאלע ליידיגגייער. ס'זענען יא דא ליידיגגייער און יושבי קרנות ביי די גויים. נאר זיי זענען באשעפטיגט מיט אנדערע זאכן. הויפטזעכליך מיט מאגגינג, און קליינלעכע, ווילדע רויבערייען און גניבות. די גאט'ס פארזארגערס און גאט'ס פאליציי האסטו נאר ביי אידן. א טייל זענען בעלי תשובות שלא קרו ולא שנו כל צורכם. און זיי מיינען דעם באשעפער. און זיי טרעפן אייביג עוולות ביי די ארויסגעבערס פון די מאגאזניען און זשוראלן...!