הגאון ר' אברהם אליהו קאפלאן זצ"ל - וועקער 9

צום ערשט מוז איך אפגיבן הכרת הטוב פאר ידידינו [tag]אבטולמוס[/tag] און זיין חשוב'ע רעדאקציע ([tag]מפוזרי[/tag] ווייס איך, יישר כח גדול) וואס האבן באוויזן דאס אומגלויבליכע מיט דעם נארוואס-ערשינענעם וועקער, און באזונדער וואס זיי האבן באוויזן צו נעמען אזא רויע ארטיקל פון מיין אומערפארענע שטומפיגע פעדער און געמאכט דערפון א לייטישע ארבעט, און א באזונדערע דאנק פארן גרעפיקער פארן דאס אזוי שיין אהערשטעלן, עס לייענט זיך אינגאנצן אנדערש ווי דאס האט אריגינעל אויסגעזעהן. וגם לא אמנע מלהביע תודתי לידידי [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] שהעביר עיניו עליו והעיר הערות נכונות.
וואס עס האט מיר געברענגט צו שרייבן דעם ארטיקל איז א געוויסע ווייטאג וואס איך טראג זיך ארום דערמיט, ואפרש שיחתי. עס איז אלעמאל געווען באוואוסט בכל הדורות אז גדולי ישראל מנהיגים זענען געווען גדולים אין אלע הינזיכטן מיט א געוואלדיגע ברייטקייט, הן התורה והן במילי דעלמא, די אלע גדולים וואס מיר ווייסן זענען געווען גרויס סיי בעיני כל ישראל און סיי להבדיל בעיני העמים ולפני מלכים התייצבו, דאס איז נישט געקומען פון זיין בלויז באהאוונט אין ש"ס ופוסקים, נאר אויך פון האבן א ידיעה איבער וועלטליכע ענינים. אבער אין די לעצטע דורות ווערט מער אין מער נכחד דעם פענאמענעם, היינט איז ווי מער פארמאכט אלץ מער גדלות. און איך בין נישט אויסן גראדע אריינצוברענגען לימודי חול אין די ישיבות דוגמת הגאון ר' עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל (הגם ער האט געהאט די שטיצע פון די גרעסטע גדולי אונגארן בימיו ווי ערווענט אינעם ארטיקל), לאמיר שוין אפילו גיין מיטן ליטווישן מהלך פון כל היום קודש וואס איז למעשה אקצעפטירט געווארן ביים אלע חרדי'שע גדולים מדור העבר, אבער גיבט א קוק אויף אזא ר' אברהם אליהו, ער האט געהאט דעם פולאקאמע חרדי'שע חינוך אנהויבן ביים שטעטלדיגע מלמד און געענדיגט אין סלאבאדקע, פון די שטערקסטע ישיבות בימיו וואו מען האט קיין לימודי חול נישט געלערנט, פארט אבער האט ער זיך אליין משלים געווען במילי דעלמא אויף א מורא'דיגע פארנעם. איז ער דען געווען אויסגעשפיגען? אדרבה, זיין רבי דער אלטער, און זיינע נאנסטע חברים, די שפעטערדיגע גדולים ר' אהרן קאטלער (און זיין שווער ר' איסר זלמן מעלצער) ר' יעקב קאמינעצקי ר' יחיאל יעקב וויינבערג, האבן אלע דאס געזען דוקא אין א פאזעטיווע ליכט (און זיי אליין זענען זאגאר אויך נישט געווען צופיהל אפגערוקט פון איהם אין דעם הינזיכט, ע"ע making of a godol). אדרבה, זאל זיך היינט געפונען אז דער מצוין פון ישיבה זאל האבן אין דארמעטארי אנשטאט דער איד בלאט צייטונג מאמענט שטערן שפאקטיוו גארבידזש זאל ער האבן לכה"פ אן אלגעמיינע אנציקלאפעדיע וכדומה ה"י הס מלהזכיר, ותוצאות הגדולים בהתאם ליידער, ועל זה דוה ליבנו.
איר מיינט אז ר' עזריאל הילדעסהיימער און ר' אברהם אלי' קאפלאן ווערן נישט באשריבן אין די חרדישע אויסגאבעס? א ודאי יא! אבער כמובן ווערן די חלקים פארווישט. ר' אברהם אלי' איז עטליכע מאל געווען באשריבן אין יתד נאמן בלויז אלץ חשוב'ע סלאבאדקע תלמיד וואס האט שפעטער געטוהן אין קירוב אין דייטשלאנד. א פאר יאר צוריק האט דער 'אויפגעקלערטער' ר' יחיאל גולדהבר באשריבן ר' עזריאל הילדעסהיימער'ס יארן אין אייזנשטאדט אינעם א.ג. "יעקישע" קובץ "ירושתינו", און גארנישט, עס קען זיך דוכטן פון זיין ארטיקל אז מען רעדט פון א געהעריגע ישיבה, קיין פיפס וועגן קיין התנגדות און רדיפות, גארנישט... טאקע דערפאר איז דער "וועקער" דער פלאץ פאר אן ארטיקל וואס זאל גיבן דעם פולן בילד אויף אלעס.
----
דא קען מען הערן דריי שיינע ניגונים פון ר' אברהם אליהו'ס קאמפאזיציעס. דירעקטע לינקס:
לדור (די הימנע פון צעירי ישראל, ווי דערמאנט אינעם ארטיקל)
רעגענדל
שיר המעלות
און א ודאי דעם שקעה חמה געזינגען דורך אביש בראדט, און דא דורך שלמה יהודה רעכניץ, מיט זיינע הוספות. און דא קען מען לייענען אן אינטערעסאנטע אפהאנדלונג אויף דעם ניגון, פון דוד אסף.
----
יעצט אפאר נקודות בנוגע ר' אברהם אליהו'ס משפחה.
זיין האלבע שוועסטער, טאכטער פון זיין מאמע'ן בזיווג שני מיט ר' יעקב רבינוביץ, איז געווען די רעביצין פון הגאון ר' יעקב לאנדא זצ"ל אב"ד בני ברק, און מוטער פונעם היינטיגן הרב משה יהודה לייב לאנדא פון בני ברק.
זיין שטיף שוועסטער, טאכטער פון ר' יעקב רבינוביץ, האט חתונה געהאט מיט ר' ראובן דוב דסלר בזיווגו השני, און זי איז געווארן די שטיף מאמע פון הגאון ר' אליהו אליעזר דסלר זצ"ל בעל מכתב מאליהו. פארהאן שיינע בריוון ציווישן די צוויי.
פראפעסער פייבל מלצר, בן הגאון ר' איסר זלמן, איז געווען אן איידעם ביי זיין שווער ר' צבי הירש אבעל.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
כ'ווארט שוין א וואך מען זאל עפענען די אשכול, איך זאל זיך קענען באדאנקען, די ארטיקל איז געווען פאר מיר די מערסטע אינהאלטסטרייך און כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט עס צו ליינען.
מיר האט מער באאיינדרוקט די געדאנק אז די ישיבות אין ליטא איז געווען א מקום מוכשר פאר אזוינע בעלי כשרון ווי ר' אליהו'ס פערסאנאלע גדלות. עס קען זיך אלס מאכן א יוצא מן הכלל אין א ישיבה, אבער די ארטיקל גיט דעם איינדרוק אז טאלאנט און מחשבה איז געווען א לכתחילה און א ארויפגעקוקטע זאך ביי די גדולי בעלי מוסר וראשי ישיבת ליטא, דאס איז לדעתי א מורא'דיגע חידוש, ווייל היינט איז ביי די ליטווישע די פרט נאך שוואכער ווי ביי חסידים. ס'איז מיר אינטרעסאנט פארוואס נאכן קריג האבן אלע מקימי עולמות הישובות סיי אין ארץ ישראל און זיי דאהי, וואס זיי זענען דאך געקומען פון דעם זעלבן חדר, פארוואס האבן זיי אויפגעשטעלט אזא שווארצע אידישקייט, ווי יעדע זיק פון ארט איז בעל יראה.

שמערל האט געשריבן:. ס'איז מיר אינטרעסאנט פארוואס נאכן קריג האבן אלע מקימי עולמות הישובות סיי אין ארץ ישראל און זיי דאהי, וואס זיי זענען דאך געקומען פון דעם זעלבן חדר, פארוואס האבן זיי אויפגעשטעלט אזא שווארצע אידישקייט, ווי יעדע זיק פון ארט איז בעל יראה.
אין ארט אה"נ. מיר דוכט זיך אז ס'איז פארט דא א נפק"מ ציווישן אמעריקע און ארץ ישראל אין דעם הינזיכט פון ברייטקייט. אין ארץ ישראל האט הרב שך שטארק געשטיפט צו פארמאכטקייט, ניטאמאל אינערליכע ישיבה'שע אידעלאגיע האט ער געגליכן, ע"ע ר"מ שפירא רש"ד פינקוס רי"א וויינטרויב ר"ח פרידלענדער ועוד (שמעתי אז אפילו אין זיינע ערשטע יארן אין פאנעוויטש האט ער אפגערעדט תלמידים פון צו ווערן נאנט מיט הרב דעסלער). ווידער אין אמעריקע איז קיינמאל נישט געווען קיין געהעריגע מערכה דערקעגן, ר' שרגא פייוול זיכער נישט, הרב הוטנער און ר' יעקב קאמינעצקי מסתמא אויך נישט, און אפילו ר' אהרן קאטלער זאגט מען אז ער האט גאנץ פיין געגליכן שלמה קרליבך'ס טאלאנט אין די בראשית יארן. און איך מיין אז ציווישן די ערשטע קבוצה פון לעיקוואד זעהט מען טאקע אביסל מער אריגינעלע בעלי אידעלאגיע ווי היינט (כוונתי בעיקר אידואווידועליזם, נישט סתם מעינסטרים. ע"ע ר' יצחק עבאדי, שלמה קרליבך, משה הירש וכדומה).
וויאזוי האט זיך למעשה פארט געשאפן דעם טויש? לכאורה פון זיך אליינס. מן הסתם איז געווען פארשידענע פאקטארן, צב"ש די רוח פון זיין "ישיביש" האט אויפגעבויעט א באבל, און בכלל איז די אלגעמיינע גאס אויך היפש געפאלן אין דעם הינזיכט, אידעאלאגישע ווינטן בלאזן שוין נישט היינט ווי אמאל, די יוגענט וואס איז עוסק אין ארט איז מער פאר די נישטיגקייט וכו'.
קען זיין אז איך בין זיך טועה מיט מיין אבזערוואציע. אדרבה, בעסערטס מיר אויס.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הגאון ר' אברהם אליהו קאפלאן זצ"ל - וועקער 9
איך וואלט נישט געדאנקט לעיקוואד פאר די דריי אין דיין רשימה. הרב אהרן האט נישט געוואוינט אין לעיקוואד, און זיין השפעה אין ישיבה איז געווען גאנץ שוואך. דעריבער זענען רוב זיין ׳תלמידים׳ אדער אמעריקאנער תם קעפ (אפילו די וואס קענען לערנען) אדער אינגאנצען אייגענער מענטשען, מושפע פון אנדערע.
לדעתי, דער חילוק צווישען ליטא און היינט איז די גויישע וועלט. ליטא האט פארמאגט משכילים און געבילדעטע מענטשען, שרייבערס און שעפערישקייט. אמעריקא איז באפעלקערט מיט, אלץ א כלל, אומגעבילדעטע גאס חיות. אין אזא גרויסע מדינה מוז זיין גענוג אויסנאמעס, אבער שעפערישקייט איז נישט קיין אמעריקאנער תכונה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
ס'פארא נארישקייטן. אין יעדע סאסייעטי קולטור און ראסע אין די גאנצע וועלט איז דא ארטיסטן, זאל עס זיין מעלער צו זינגער צו עפעס אנדערש, זענען אלס דא מענטשן מיט א נשמה' דיגן געפיל צו עפעס ארטסי. ביי חרדים ווי רוב לעבן איז איבער קאנפארמען צו אנדערע, איז סעלף עקספרעשן און ארט א זעלטענעהייט, אבער מער שרייט ארויס אז ביי די ליטווישע איז עס ממש אומעקזיסטירבאר. והדבר אומר דרשוני.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: הגאון ר' אברהם אליהו קאפלאן זצ"ל - וועקער 9
אויב איך וואלט געדארפט אויס וועהלן איין ארטיקל פונעם גאנצן וועקער וואלט דעס געווען די געווינער. זייער גוט אראפגעלייגט און באמת אינפארמאטיוו.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך געדענק נישט די pseudonym וואס דו האסט גענוצט אבער ס'משמע אז דו ביסט אויך די שרייבער פון "שלא שינו את לשונם" אינעם צוועלפטע וועקער. איך וויל דיר שטארק באדאנקן פאר די העכסט אינטערעסאנטע ארטיקל, שטיקער היסטאריע וואס וואלטן נישט געווען באקאנט פאר אונז ווען נישט דיר. א גרויסע יישר כח.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: הגאון ר' אברהם אליהו קאפלאן זצ"ל - וועקער 9
דא איז דער מאמר אויף הערצל:
http://cloud.tapatalk.com/s/5ad6851cc68f5/%D7%A2%D7%9C%20%D7%94%D7%A8%D7%A6%D7%9C.pdf
גענומען פון דא:https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=450059#p450059
אני כשלעצמי פארשטיי איך נישט די התנצלות און פארוואס עס פעלט אויס. די ווערטער זענען נאך היינט אקטועל, נישט ווייניגער ווי אמאל, און אפשר מער.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
האב איך לעצטנס געזעהן אינעם בוך פון נתן אופיר אויך שלמה קארלבאך, אז ר' שלמה'ס צווילינג ברודער הרב אליהו חיים האט געהייסן נאך ר' אברהם אלי'.
זייער פאטער איז געווען א גרויסע מעריץ פון ר' אברהם אלי', און ווען זיינע אינגלעך זענען געבוירן אינעם יאר פון ר' אברהם אלי'ס פטירה האט ער א נאמען געגיבן נאך איהם. (ארומגעטוישט צוליב ר' אברהם אלי'ס יונגע עלטער)
זייער פאטער איז געווען א גרויסע מעריץ פון ר' אברהם אלי', און ווען זיינע אינגלעך זענען געבוירן אינעם יאר פון ר' אברהם אלי'ס פטירה האט ער א נאמען געגיבן נאך איהם. (ארומגעטוישט צוליב ר' אברהם אלי'ס יונגע עלטער)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הגאון ר' אברהם אליהו קאפלאן זצ"ל - וועקער 9
היינט נאכט, ט"ו אייר, די יארצייט.
זי"ע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זי"ע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
ריכטיג האט געשריבן:עכ"פ דאס האב איך געפונען אלץ דער "יעלה תחנונינו" וואס מען זינגט אין חברון, אויב איז ויקי גערעכט איז דאס ר' אברהם אליהו'ס א שטיקל, דאס איז מער נוסח ווי ניגון:
געטראפן דעם שטיקל אראפגעלייגט א סך בעסער און אריגינעלער, מיט א ליטווישן חן.
(בינתיים האב איך געזען אין ספר "קול חוצב" פון ר' שלום שוואדראן זצ"ל ווי ער באשטעטיגט אז דאס איז טאקע פון ר' אברהם אלי')
(פאר די וואס זענען מקפיד אום ספירה: עס פארמאגט א קנאפע בעקראונד מוזיק)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
כ'האב זייער הנאה געהאט פון די בריוו אהין און צוריק צווישן משה חזן און [tag]ריכטיג[/tag] אין וועקער 14. דו קומסט ארויס זייער שטארק און קלאר אין דיין אנטווארט. יישר כח פארן מיר רייכער מאכן מיט די ידיעות אין א וויכטיגע קאפיטאל אין אידישע היסטאריע.