לוינט זיך צו ארבעטן אין בי ענד עיטש?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

לוינט זיך צו ארבעטן אין בי ענד עיטש?

שליחה דורך זר זהב »

מיט וויפיל הייבט מען אן די מינומים? און מיט וויפיל קען מען אנהייבן? כ'רעד פון א פשוט'ן ארבעטער, נישט איינער וואס ספעליציזירט זיך אין עפעס.

לאמיר זאגן א פרישער אינגערמאן ארויס פון כולל נעמט דעם זעלבן דזשאב אינעם זעלבן טאג וואס אן אנדערער אינגערמאן מיט 3 קינדער
נעמט, באקומען זיי אייניג באצאלט? וויאזוי ארבעט עס?

און ווער ארבעט אין מאנהעטטען און ווער אינעם נעיווי יארד? וועלכע איז בעסער?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

זר'לע אויב דו פלאנסט צו מופן קיין לעיקוואד (עיין באשכול אחר) איז עס אפשר נישט די בעסטע אויסוואל
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ניין, איך האב נאך נישט געמאכט א דעסיזשען. איך עקספלאר אלעס.
אגב וויאזוי איז פרנסה אין לעיקוואוד? און פארוואס איז עס ערגער ווי מאנראו פון וואו צענדליגער
באסעס ברענגען אידן קיין מאנהעטטען צו ארבעטן? דארונטער אויך BH ארבעטער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

זר זהב האט געשריבן:מיט וויפיל הייבט מען אן די מינומים? און מיט וויפיל קען מען אנהייבן? כ'רעד פון א פשוט'ן ארבעטער, נישט איינער וואס ספעליציזירט זיך אין עפעס.

לאמיר זאגן א פרישער אינגערמאן ארויס פון כולל נעמט דעם זעלבן דזשאב אינעם זעלבן טאג וואס אן אנדערער אינגערמאן מיט 3 קינדער
נעמט, באקומען זיי אייניג באצאלט? וויאזוי ארבעט עס?

און ווער ארבעט אין מאנהעטטען און ווער אינעם נעיווי יארד? וועלכע איז בעסער?

#1just remember every single $ goes thru the "beecher" !!!!!!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

וואס איז די ביטשער?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

ער מיינט 'ביכער'.

פון אן אנדערן שטאנדפונקט האב איך געהערט אז אינטערנעל קאמפעטישאן איז דארט זייער גרויס, ממש אזוי ווי ביי די מאפיא, אויב וויל איינער וואקסן דארף ער קודם ברענגען אפאר קעפ.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

DotCom האט געשריבן:ער מיינט 'ביכער'.

פון אן אנדערן שטאנדפונקט האב איך געהערט אז אינטערנעל קאמפעטישאן איז דארט זייער גרויס, ממש אזוי ווי ביי די מאפיא, אויב וויל איינער וואקסן דארף ער קודם ברענגען אפאר קעפ.

חוץ פון דעים האס עס נאך א אז זיי געבען אפי' די ביליגע דשאבס פאר אידען איך וועל מסביר זיין וואס איך מיין איך איך קען איינער וואס ארבעט דארט יענער האט עס גענומען אויך גלייך ארויס פון כולל מיטען חשבון אז נאך א יאר צווי וועט ער האבען עקספערינס וועט ער זיכען א צווייטע דשאב זיי האבען אים געלייגט און שיפונג דיפארטמענט צו פיקען און פאקען ארדערס ער ארבעט שוין דארט איבער 2 יאר ער האט געוואלט טושען זיין דשאב און ער האט געכאפט אז ער מיט וואס איז ער עקספערינס? מיט פאקען ארדערס? וועלכע קאמפאני חוץ פון בי ענד עיטש טוען דעיס אידען? ער האט געארבעט צווי יאר און אז ער וויל טוישען דארף ער אונהייבען נאךאמאל פון אונהייב, פארשטייט זיך אז איינער וואס דארף פרנסה איז עס זיכער בעסער ווי גארנישט טיו
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יעדע שטעקן האט צוויי עקן און אויף יעדע זאך קען מען אנקוקן פאזיטיוו און נעגאטיוו, זאגסט דאך ער איז געווען א גרינער נאר וואס ארויס פון כולל (מן הסתם איז זיין ענגלש אויך נישט עפעס איי איי) נו וואס האסטו געוואלט אז מען זאל עם געבן א דשאב ביי די פרפעסיאנל קעממרע דיפארטמענט ווי די וועלטס ריזען קויפן איין? יעצט אז ער קען שוין אביסל די אייטעמס קען ער אריבערגיין צו א בעסערע פאזיציע און אי"ה אין 2 יאר וועט ער זיין א פרא (דאס איז א פראבלעם ידוע, אין די ברייטע וועלט ווייסט יעדער אז מען מוז שוויטצן יארן ביז מען איז מצליח, ביי אונז וויל יעדער שמויגר נאכמאכן זיין שכן דער (כמו) מיליאנער און מהאי טעמא זעצן אזויפיל היימישע אן בלי בושה).

לגבי דעם אז נאר בי ענד עיטש געבט די שיפינג דשאבס אויך פאר היימישע אידען, איז דאס אויך א חסרון? הלואי זאלן מער היימישע ארבייטסגעבער דאס נאכטוהן.

וואס יא, אזוי ווי מען שרייבט איז די אינערליכע פאליטיק דארט שטארק.

מיר איז אינטרעסאנט אז כמעט יעדער וועם איך קען וואס האט געארבייט/ארבייט דארט איז א 'מענעדשער' ,עס דערמאנט מיר אז יעדע רוסקי קאר סערוויס דרייווער איז א 'כענזשיניר'.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

איך ווייס נישט אויב ס'אמת, אבער איך האב געהערט אז זיי האבן אן קאמפיוטערייזד וועג וויזוי צו רעיזען, דהיינו אז יעדע ארבעט וואס אן ארבעטער דארף טהון במשך'ן טאג האט א ווערד אין דאלער, למשל אן ארבעטער וואס מאכט 50000 $ א יאר, יעדן טאג סוף טאג לייגט דער מענעזשער אריין אלעס וואס און וויפיל דער ארבעטער האט געטהון, אויב ביז סוף יאר האט ער געארבעט אין די ווערד פון 55000 $ איז זיין רעיז פון 5000 $ א יאר, דאס איז כמעט 2 א האלב דאלער א שעה.

די פראבלעם געשעט אבער בעיקר ביי די העכערע פאזיציעס פון 80000 $ און ארויף, ווי עס איז זייער גרינג נישט אנצוקומען אפילו צו די אריגינעלע 80000 $, וואס געשעהט דעמאלטס איז, אז די ארבעטער ווערט א לאך פאר די ביזנעס, הלמאי מ'האט אים איבערגעצאלט אקעגן זיין ארבעט פאר די קאמפעני, ממילא באקומט ער נישט א רעיז, און די צווייטער יאר דארף ער ארבעטן ביטער שווער אפצוצאלן די חוב פון לעצטעס יאר, און אויב האט ער מזל און ער איז נאך מאריך ימים דארט ביזן דריטן יאר און ארבעט ביטער שווער וועט ער דעמאלס קענען באקומען א רעיז צום ערשטן מאל אין דריי יאר!
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מיין חבר ארבעט שוין יארן דארט, איך האב אלס געוואוסט אז זיין ארבער איז אויפהייבן טעלעפאן קאלס, אזוי האט ער מיר געזאגט. איך בין איינמאל געגאנגען באזוכן זעה איך ווי ער שלעפט באקסעס, פרעגעכעם העי כאגעמיינט אז דיין דזשאב איז אויפהייבן טעלעפאן , זאגט ער מיר יא יא אין די באקסעס זענען דא טעלעפאנען.
:oops:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך green sunday »

איך וואלט דיר געראטן אויב די בערזל דריקט דיר נאכנישט זאל זיך לערנען א פאך, ווי איך זע האסטי ליב דעם computer לערען זיך א פאך אין דעם ווי למשל accounting , excel, access, etc. סאיז נישט אזוי טייער זיך צי לערנען ווי די בענעפיט וואס מנעמט ארויס, קענסט פראבירן אפשר J-Tech Center.com
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

א אידישער בליק אויף טעכנעלאגיע

שליחה דורך green sunday »

קרעדיט גרינבוים אויף www.ivelt.com

ארויסגענומען פון א שמיעס וואס איז געהערט געווארן ברבים פאר אינגעלייט דורך ר' חיים דוד ארי' דעססער הי"ו, וואס פירט אן מיט די דזשעי טעק סענטער ווי אינגעלייט לערנען זיך די היינטיגע סארטן פרנסה:

רבותי איך וויל אנרירן זייער א הקעלע טעמע
איך וועל אנרופן די טעמע "דער טיילונג פונעם קאמפיאטער מיטן אינטערנעט"
ווייל אויב מיר רעדן פון זיך לערנען קאמפיוטערס און פראגרעמס האבן מיר נישט קיין ברירה און מיר מוזן אנירן און רעדן פונעם פראבלעם וואס הייסט אינטערנעט, אבער פאר דעם דעם קומט קודם א וויכטיגע א הקדמה

איך וויל קלאר שטעלן אז ניין! איך בין נישט קיין מחנך, נישט קיין רב, און נישט קיין דיין, און אויך נישט קיין סאקאלעדזשיסט, נישט קיין קאמפיוטער טעקנישן, און בכלל נישט קיין פערפעשענאל אין דעם פעלד פון חינוך, איך בין פשוט באהאווענט אין דעם ענין פון קאמפיוטער לגבי ארבייטער און וואס עס קומט פאר היינט צוטאג אין די ביזנעס וועלט לגבי טעכנעלאגיע, און איך בין אויך ב"ה א טאטע פון קינדער און איך האב אויך אן אייגענע ביזנעס מיט ארבייטער, דעריבער וויל איך רעדן פשוט פון פראקטיק

די מציאות איז קלאר אז מען קען נישט אוועק לויפן פון דעם פראבלעם, יעדער ווייסט דעם אמת אז מיר האבן נישט קיין ברירה און יעדער מיז מודה זיין אז דער קאמפיאטער ווערט א הכרח אין לעבן פון יעדן בעל הבית און יעדן ארבייטער, מיר זענען מחייב זיך אויסצולערנען צו לעבן מיטן פראבלעם, און נישט אנטלויפן פונעם פראבלעם,
איך טו שוין אין דעם נושא פון אריינלייגן ארבייטערס אין קאמפאניס ב"ה א שיינע פאר יאר, און איין זאך וואס מען זעט קלאר אז מיטן זיך צומאכן די אויגן און גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין, וועט מען זיך מער פון זיך צוזעצן דעם קאפ און ערגעץ נישט אנקומען.
דער ערשטער יסוד איז אז מען דארף וויסן אז די קאמפיוטער מיטן אינטערנעט איז 2 זאכן כאטשיג ביידע קומט למעשה אין איין מעשין איז יא דא אן אופן אז מען זאל קענען ארבייטן אויף א קאמפיוטער, אן האבן די אינטערנעט אפען צו די גאנצע וועלט

א קליינע דוגמע :
א יעדע קאר האט א CD מיט א ראדיא און א יעדע קינד וואס ווערט ערצויגן אז די ראדיא האט נישט קיין שייכת מיט עם, קען זיך דאס קינד אריינזעצן אין א קאר און וועט אנצינדען די CD און נישט אנצונדען די ראדיא, ווייל ער איז ערצויגן געווארן אז די ראדיא האט נישט מיט עם קיין שייכת.

יעצט! פארשטייט זיך אליין אז מיר טארן ח"ו זיך נישט איינרעדן אז די צוויי זאכן ראדיא און אינטערנעט זענען ממש די זעלבע, ווייל יעדער וועט מודה זיין אז די אינטערנעט איז די גרעסטע פראבלעם וואס איז פארהאנען סיי אידישלעך און סיי לגבאי ביזנעס, איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגען אז מיר מיזן זיך אנהייבן צו [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווען מיר ניצן די קאמפיוטער אז די זאך זאל ווערן אפגעטיילט כדי דער קאמפיוטער זאל יא קענען זיין א כלי וואס זאל קענען העלפן פארן הצלחה און נישט ח"ו פארקערט

יעדער איז מחייב צו וויסן קודם כל אז כמעט אלע אפיס פראגרעמס ווי ווארד, עקסעל, פאער פוינט וכדו, האט נישט קיין שום שייכת מיט אינטערנעט, און דאס איז אזוי ווי א טייפרייטער, ווי מען קען שרייבן און פרינטן בריוון און ארויסגעבן חידושים און ספרים, און עס איז מותר לכל הדעת, ווייל ח"ו אז איינער רעד זיך איין אז ער איז שוין סיי ווי א בדיעבד'דיגער איד און ער פאלט אריין און א יאוש רח"ל, איז דאס אסאך אסאך ערגער.

עס אינטערעסירט מיך נישט ווער עס זאגט וואס, מען מיז קלארשטעלן אז דער קומפיוטער איז נישט דער פראבלעם דער פראבלעם איז ווערט אנגערופן אינטערנעט, און פון דעם דארפמען טאקע רעדן

איך האב שוין גערעד פון דעם פאקט אז די פראבלעם פון אינטערנעט איז נישט נאר א אידישער פראבלעם, א יעדער ארענטליכער מענטש אין די וועלט וואס וויל ווערן אנגערופן בגדר אנושי האט דעם זעלבן פראבלעם, און אפגערעד איינער וואס וויל אויפצוען א שטוב מיט נארמאלע קינדער א יעדער האט דעם זעלבן פראבלעם.

איך מיין אז איר וועט אלע מודה זיין אז די גאנצע אישא פון אינטערנעט איז זייער ווייט סיי פאר א רב, א רבי, א דיין, א בעל מקובל, אדער א משפיע, ווייל ממה נפשך אויב דער רב אדער דיין אדער רבי איז באקאנט מיט דעם אינטערנעט פון די נאנט קען ער מער נישט טראגן דעם טיטל, איי! מיר הערן דאך שטענדיג די פייערדיגע דרשות און די וויי געשריי פון אלע ערליכע מנהיגי דורינו, יא מיר ווייסן אז עס איז אמת ויציב ונכון וואס זיי אלע זאגן אונז, אבער מיר הערן נאר די פראבלעמען וואס זענען נאר נעבעך די עפטער עפעקטס, זיי געבן אונז איבער דעם באדעם ליין, וואס זיי הערן און זיי זעהן, און דאס איז אז נשמות ווערן פארברענט, שיינע שטובער ווערן חורב, ליידער זענען דא וואס גייען אינגאנצן אראפ פון אידישן דרך, אין די סכנה איז זייער גרויס זייי אלע שרייען אז עס ברענט א פייער וואס איז טמא און מטמא,

אבער ליידער ליידער נאך אלע דרשות ןןאס מען הערט ווען מען פרעגט איינעם, זאג נאר וואס איז דער פראבלעם פונעם אינטערנעט? איז דער תירץ וואס הייסט! דאס איז א כלי וואס איז אפען פאר די גאנצע וועלט און רחמנה לצלן דאס איז דאס ערגסטע וואס קען נאר זיין

יא אזוי רעדן די וואס זענען ב"ה נישט בהאווענט מיט א קומפיוטער אדער אינטערנעט, מען רעד און מען רעד אין קיינער רעד נישט פון דעם שורש פראבלעם, און דעריבער ליידער נעמט מען נישט אן די זאכן ערענסט

דעריבער מיין איך אז כאטשיג דעת בעל הבית איז היפך דעת תורה איז אין די פאל דער דעת תורה אויך מודה אז די אישא באלאנגט נישט פאר די הייליגע אידן, מיר ווילן זיי נישט זאגן אז זיי קענען דאס נישט פונקטלעך, ווייל מיר קענען אלע באשטיין אז זיי זאלן טאקע קיינמאל נישט וויסן פון די נאנט וואס דאס איז ווייל מיר ווילן זיי זאלן אלע בלייבן הייליגע אידן און קענען פאר אונז משפיע זיין, די נושה באלאנגט ליידער נאר צו בעלי בתים וואס האבן נישט קיין בריריה און קענען דעם אמת'ן פראבלעם פון די נאנט, וויל זיי האבן דעם אינטערנעט אין אפיס

דעריבער טייערע אידן בעלי בתים און ארבייטער דא רעד צו אייך א בעל הבית, לאמיר רעדן צווישן אונז תכלית,
Let’s face it, and let’s face the problem

מיר ווילן אלע זיין גיטע און ערליכע אידן און אפילא די אלע וואס זענען נעבעך שוין אמאל אדורך געפאלן, ווילן אויך אלע אז די קונדער זייערע זאלן זיין הייליג, קיינער פון אונז איז נישט אין מלחמה מיט קיינעם איבער דעם ענין אז מען דארף פערטעקטן אונזערע קינדער, יעדער וויל האבן גיטע קינדער און יעדער וועט טאן אלעס וואס איז שייך צו טאן כדי צו פערטעקטן זיינע קונדער.

קיינער איז אונז נישט גארנישט מחדש ווען מען זאגט אונז ווי גרויס דער פראבלעם פון אינטערנעט איז, מיר ווייסן אלע ווי דענזשרעס די אינטערנעט איז, און להבדיל דער גוי ווייסט דאס אויך.

מיר ווייסן אויך אז ווען איינער ניצט דעם אויסדריק אז דער קאמפיוטער מאכט די גרעסטע חורבן פאר די נשמה ווייסט יענער נישט וואס ער רעד, ווייל די קומפיוטער איז א כלי וואס 99 פערצענט פון די מענטשהייט היינט צו טאג דארף אנקומען דערצו, און הינדערט פערצענט גייט דאס מארגן מוזן ניצן, אויב די קאמפיוטער פארברענט די נשמה פון א מענטש זענען מיר נעבעך אלע פארפאלענע מיט פארברענטע נשמות רח"ל, ניין! מיר זענען גיטע וואוילע ערליכע אידן וואס פראבירן אין דעם שפלות'דיגן דור זיך צו האלטן ערליך און מיר געבן אויס אסאך געלט און כוח פאר די חינוך פון אונזערע קינדערלעך

דער פראבלעם פון וואס מען דארף יא רעדן איז די סכנה פון וואס הייסט אינטערנעט, דער קומפיוטער מיטן אינטערנעט מיז ווערן צוטיילט בהכרך, כאטשיג למעשה קומט דאס געווענדליך צוזאמען, דארפן מיר אבער ווייסן אז די אינטערנעט איז די גרעסטע סכנה פארן מענטש נישט נאר פארן איד, דאס איז אזאך וואס אלע גוים להבדיל מיטשענען זיך דערמיט און אלע גרויסע קאמפאניס טיען וואס זיי קענען צו מינימייזן עקסעס צו די ווארלד ווייד וועב,

יעצט פאר מיר רעדן ווי אזוי מען טיילט דאס אפ מיזן מיר קודם פארשטיין אז ווען מען רעד פון דעם פראבלען פון אינטערנעט מיז קודם ווערן אדרעסירט ט דעם "שורש" פונעם פראבלעם
דאס אז די אינטערנעט איז אפען צו די גאנצע וועלט: איז א פאקט נישט דער שורש פון פראבלעם
דאס אז די אינטערנעט פארברענט נשמות: און מאכט חרוב שטיבער: איז נאר די תוצאה פונעם פראבלעם נישט דער פראבלעם אליין

דער שורש אינטערנעט פראבלעם איז אז די אינטערנעט האט אוועקגענומען די זאך וואס רופט זיך "בושה" און דאס האט געמאכט א שרעקליכן חורבן וואס איז דאס ערגסטע פארן מענטש א בשר ודם זאל דאס קענען דעהייבן, און דער גרעסטער צדיק אדער ירא שמים אדער מקובל קען דאס איוך נישט גובר זיין

ווייל ווען מען האט געגעבן פאר אונז אידן דעם איסר פון יחוד האט מען יעדן גע'אסרט, אפולי דעם גרעסטן צדיק וקדוש, דאס איז א איסר פאר יעדן גלייך, מעג ער זיין דער גרעסטער ירא שמים, ווייל די חכמים האבן פארשטאנען אז אפולא א ירא שמים קען נישט בייקומען געוויסע נסיונות אן די מידה וואס רופט זיך "בושה" יא! מעג ער זיין דער גרעסטער צדיק

דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין א יעדן מענטש די מודה פון בושה, בושה איז אזאך וואס האלט צוריק דעם מענטש פון טאן אימאראלישע זאכן, אפולי א קינד ווען ער זאל זייער שטארק גליסטן פאר עפעס א זאך וואס א צווייטער האט און ער וועט אדורכפאלען אין א שוואכע מנוט אין גיין גנב'נען, אויב וועט ער זיך כאפן אדער עס וועם זיך עם נאר דאכטן אז זיין טאטע אדער איינער האט עם געזעהן גנב'נען, וועט ער זיך באגראבן בלויז פאר די בושה אליין, אויב וועט דער קינד אויסארבייטן א וועג ווי אזוי ער וועט קענען פון יענעם צוגענבענען זאכן אן דעם וואס איינער זאל אמאל געוואר ווערן אז ער איז דער גנב, וועט דאס ווערן ביי עם א געוואוינהייט און ער וועט ח"ו בלייבן אן עדיקטעט גנב זיין גאנץ לעבן

דער פראבלעם פון אינטערנעט איז פושט זי זעלבע, מען האט אוועקגענומען די "בושה" דערפון, אויב מען קען זיך איינשפארן דערמיט און קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן וואס און ווי און ווען ער איז אנגעקומען צום ערגסטן, דאס איז דער שורש פון פראבלעם און דערנאך ווערט נאכדעם שוין אן עדיקשען, וכולו..וכולו....

לאמיר טראכטן צו זיך אליין וויפיל מאל האט זיך שוין א מענטש צוריקגעהאלטן פון צו טאן עפעס אימאראליש זאכן בלויז צוליב דעם ווייל מען האט זיך געשעמט פון אנדערע,

יעצט טייערע אינגעלייט איך ווייס זייער גיט אז קיינער וויל נישט און האט נישט ליב צו הערן קין מוסר און אוואדא נישט פון מיר, דעריבער לאמיר רעדן נישט פון אונז, קיינער וויל נישט הערן פון א צווייטן וועגן זיין אייגענע מצבים, לאמיר רעדן פון אונזערע קונדער און צוקונפטיגע דורות, אזאך וואס מיר אלע ווילן ארבייטן אונאיינעם דערויף, מיר ווילן דאך אלע האבן ערליכע קינדער, און נארמאלע קונדער, און אויב מיר ווייסן אז עס איז דא א טשענס אז א קינד זאל זיך קענען איינשפארן מיט א קאמפיוטער און טאן אדער אנקומען צו אימאויסגעהאלטענע זאכן און לכבוד דעם וועט ער ווערן א סייבער עדיק און דאס קונד ווייסט אז קיינער אינדערוועלט וועט קיינמאל נישט געוואר ווערן אז ער האט דאס געטאן, איז דאך דאס די גרעסטע סכנה וואס קען נאר שייך צו זיין, און אויב מיר ווייסן די סטאטיסטיקס אז די קונדער וואס האבן דאס טועם געווען זענען אלע אלע הונדערט פערצענט געדעמידזש אויף א גאנץ לעבן, זיי קענען נישט לערנען און קענען נישט נארמאל פירן קיין שטוב און די טשענס זיך צו היילען פון דעם איז ווייניגער ווי 5 פערצענט.
וועט איינער דען איינשטעלן און דעמידזשען זיינע קינדער ח"ו לעולם?
אוואדא נישט!
נאר וואס דען: מען טראכט אז מען וועט מאכן א פעסווארט און קיינער וועט נישט קענען אריינגיין און די קאמפיוטער, אדער מען וועט קויפן א גיטע פילטער, אבער לאמיר זיך נישט אליין נערן און נישט זיין נייאיוו, דאס איז א קליינע פעטש אויף א גרויסע מכה, און דאס זענען פון די גאר שוואכע מעטאדן צו פארעכטן דעם פראבלעם, ווייל ווי יונגער די קונדער זענען אלס מער טעק סעווי וואקסן זיי אויף, און אז דער קאמפיוטער איז אפולי נאר נאנט צו זיי פאר גאר א קורצע צייט, וועלן זיי דאס קענען עפענען ווען די ביסט נישט אינדערהיים, און מען זעט זיך ווייטער מיט דעם גרויס פראבלעם פון יחוד וואס יעדער איז נחשד דערפאר אפולי דער גרעסטער צדיק

פילטערס איז טאקע איינע פון די וויכטיגע אפשענס פאר ערוואקסענע מענטשן, אבער פילטערס ארבייטן נישט קיינמאל הינדערט פערצענט, און אויב עס איז דא אפולי א קליינע פערצענט טשענס אז מען קען געדעמידזש ווערן לעולם ועד וויל קיינער נישט איינשטעלן זיין אייגן קינד צו אזא סכנה, קיינער וויל נישט רח"ל הארגענען די אייגענע קונדער

במילא אויב ווייסן מיר יא קלאר אז די שורש פונעם פראבלעם איז אז די בישה איז אוועקגענומען געווארן ווייסן מיר אויך קלאר אז די איינצוגסטע סעלאשען וואס קען יא ארבייטן איז נאר א וועג פון צוריקברענגען דעם בושה צו דעם קאמפיוטער, דאס מיינט אז יעדער וואס מיז האבן די אינטערנעט דארף א חוץ נעמען די שטערקסטע פילטער אויך מאכן עפעס אן אויפן אז אנדערע זאלן אייביג האבן עקסעס צו זעהן פונקטלעך ווי מען איז געווען און וואס מען האט געטאן, און זיכער מאכן אז די וואס האבן עקסעס זאלן טאקע זעהן פון צייט צו צייט, ווייל קיינער וויל נישט דורך גיין די שרעקליכע בושת און דאס איז די שטערקסטע גדר לגבי דעם פראבלעם

במילא וועט א יעדער מודה זיין אז ווען די אינטערנעט געפונט זיך און א פלאץ צוזאמען מיט אנדערע און נישט אינדערהיים איז דאס די בעסטע בענעפיט ווייל ברבים איז די בושה צוריקגעשטעלט

עס איז זייער וויכטיג צו וויסן אז ווען מען זאגט פאר איינעם אז די בעסטע וואלט געווען נישט צו האבן קיין אינטערנעט אין שטוב דארף ער קלאר וויסן און פארשטיין אז נישט דאס ארויסווארפן פון שטוב די קאמפיוטער איז די מעטרה, און אין אפיס מעג מען יא, אויסדריקלעך ניין! אין אפיס אויף אן אויפן וואס קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן וואס און ווען מעט טיט דערויף איז דער זעלבער סכנה פאר זיך אליין, אפולי מען איז דער גרעסטער צדיק

איי עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז מען וויל דאך האבן עפעס פרייוועסי, מען וויל דאך נישט אז א צווייטער זאל קענען זעהן זאכן וואס איז נוגע סודות פאר די ביזנעס

אויף דעם איז דער תירץ, פארפאלן אויב מיר ווילן זיין געזינטע מענטשן און מיר ווילן אז אונזערע קינדער זאלן זיין נארמאל און געזונד, דארפן מיר סעקרעפייסן אויף אנאנעמעסי בנוגע סטארידזשען זאכן אויפן קאמפיוטער, און אויף די באקוועמליכקייט פון פרייוועס וואס איז בכלל שייך לגבי קאמפיוטער, אפילו מען קען מאכן געוויסע פעסקאדס דארפן מיר זיך איינגעוואוינען אז אויף די כלי איז נישט דא קיין סיקרעטס, אלעס איז אפען אין יעדער קען זעהן
איך האב שוין איבערצייגט פאר אסאך מענטשן, אז אזוי ווי מען ווייסט אז דאס איז די "שורש פון בראבלעם", וועלן מיר אלע אליין טרעפן הינדערטער עצות צו סאלווען דעם פראבלעם כדי אז די בושה זאל צוריק קומען אויפן קומפיוטער, מיר וועלן אלע אליין קענען בעסער מאכן די סעלאשן פאר אונז און פאר אונזערע קינדער,
מיר וועלן אלע אליין פארשטיין אז אויב מען דארף ארבייטן מיט א קומפיוטער וואס מיז יא זיין אנגעהוקט צום אינטערנעט קען מען זיך אויסשטעלן צו ארבייטן אויף א פלאץ מיט א סעטינג פון א צומער מיט מערערע מענטשען וואס אויב ווילן זיי. קענען זיי זעהן וואס דער צווייטער טיט דאס איז א געוואלדגע גדר פון ווייל דער בושה איז דא צוריק.

ווילן מיר דען נישט אלע זיין נארמרלע מענטשן?

א יעדער רעכט דענקיגער מענטש פארשטייט אז אויב איינער טריניקט זיך אן א יעדן טאג מיט אלקעהאל ביז ער ווערט טויט שיכור האט דער שיכור נישט קיין נארמאל לעבן, ווייל מיט א שיכור קען קיינער נישט וואוינען, און קיין שום בעל הבית פון א ביזנעס וואלט נישט אריינגעלאזט אן ארבייטער צו זיך ארבייטן און עם געטרויט מיט ארבייט אויב דער ארבייטער איז א אנגעטרינקענער

די זעלבע איז ווען איינער איז אנגעשיקערט פון די ווארלד ווייד וועב, ער איז גלייך ווי אן אנגעטרינקענער שיכור, קיינער קען נישט וואוינען מיט אזא איינעם און קיינער וועט עם אויך נישט נעמען פאר אן ארבייטער, און די ביטערסטע זאך איז אז פון אלקעהאל קען מען זיך אמאל אויסשלאפן און מארגן אפשר זיין א נארמאלער מענטש אויב מען טרינקט נישט, מה שאין כן דער וואס ווערט אבער שיכר פון סייבער ספעס בלייבט א שיכור א גאנץ לעבן און עס איז זייער זייער שווער ארויסצוקריכן אינגאנצן דערפון.
איך וויל אייך פארציילן אז איך בין נישט לאנג צוריק געווען פאנומען מיט א בעל הבית וואס האט זיך אפגערעד זייער שטארק אז ער פארשטייט נישט פארוואס די ארבייטער ביי עם אין ביזנעס ארבייטן זיך נישט אויס, ער פרעגט זיך זייער גיט נאך איידער ער הייערט זיי און ער באקומט די בעסטע אינפרארמעישן וועגן זיי אבער למעשה דערליווערן זיי נישט, ער ווערט ממש אויסגעברענט פון זיינע אייגענע ארבייטער, קיינער איז נישט פאקעסט אויף זייער ארבייט
איך בין זייער שנעל געוואר געווארן אז די פראבלעם איז אז זיינע קאמפיוטערס אין די ביזנעס כאטשיג עס איז געפילטערט איז עס נאך אלס צו פיל אפען צו די וועב, און זיינע ארבייטער ווערן אריינגעשלעפט איינער מיט נייעס און איינער מיט אביסל אנדערע שטותים מאזיק וכדו, ווען איך האב געפרעגט פון דעם בעל הבית ווי איז דיין שכל? די פארשיכורסט זיי און דערנאך פארלאנגסטי אז זיי זאלן פאקעסן? האט ער מיר גענפערט אז ער קען נישט אנדערשט, ווייל היות ער פארקויפט פראדוקטן אויף די וועב א קען ער נישט צופיל רעסטריקטען די עקסעס צו די וועב.
איך האב עם אויפגעוויזן אז דאס איז סתם אן איינרעדענישט אדער א תירץ פארן באבען, ווייל קאמפאניס וואס זענען גרעסער פון עם און האבן טויזענטער ארבייטערס מער פון עם, און זיי מאכן מער מיליאנען פון עםן, זיי אלע האבן נישט קיין פראבלעם און זיי אלע מאכן זיכער צו קאנטראלען און רעסטריקטען זייערער אלע קאמפיוטערס פון אינטערנעט,
וואס הייסט די קענסט נישט? זאג אז די ווילסט נישט, אויב אזוי האב נישט קיין טענות פארוואס דיין ביזנעס וואקסט נישט, און פארוואס דיינע ארבייטערס ארבייטן נישט

רוב נארמאלע ביזנעסער האבן עפעס א פארעם פון פילטערן אין רעסטריקשנס אויפן אינטערנעט, אבער די בעסטע ארבייטן די וואס זייערע ארבייטער ווייסן קלאר און מען זאגט זיי אז עס איז דא איינער וואס קיקט אדורך דעם גאנצן טרעפיק פון יעדע קאמפיוטער, און בנוסף צו דעם זיצט מען אינאיינעם מיט אנדערע, אדער און א סעט-אפ ווי יעדע מנוט קען א צווייטער אריינקומען צו עם אין אפיס, אדער אין א גלאזערנע אפיס, דאס איז די מערסטע עפעקטיוו ווייל דאס ברענגט צוריק די בישה און שלאגט אוועק דעם שורש פונעם פראבלעם, וואס מיר האבן פריער אדרעסירט

אבער דאס וועט יעדער מודה זיין אז איינער וואס האט בכלל נישט קיין פילטער און איז אפען צו די גאנצע גלאבאלע וועב אזא איינער איז א פושעטער קראנקער מענטש לכל הדעת, ער איז א סייבער שיכור וואס וועט סוף כל סוף רח"ל פארלירן זיין משפחה, זיין ארבייט, און אויך זיין ביזנעס, דאס איז ליידער פאקטן וואס מען קען זיך אויף דעם נישט קריגן, אלע סייקאלעדזשיסטן רופן אן אזא אינטערנעט געדעמידשטער א סיק מען, במילא קומט ניטעמאל אין באטראכט אז נישט, און יעדער פארשטייט אז מען מיז טאן די שטערקסטע און דאס בעסטע אפשענס וואס איז נאר שייך צו פילטערן די וועב, אבער מען דארף וויסן און חזורן אז דער פילטער איז א קליינע בענדידזש און דער שורש פון פראבלעם איז נאך אלס דא ביז ווילאנג מען מאכט זיכער אז די בישה איז צוריק

עס איז שוין יארן וואס איך מיטשע מיך מיט דעם פראבלעם, ווייל עס איז דא אין טעקנאלעדזשי אזויפיל אפערטאנעטיס פאר אידן צו מאכן א שיינע פרנסה, און געלונגענע מענטשן קמען כסדר צו מיר אויף אינטערוויאס אין איך שטיי מיט אפענע מויל און אויערען איך האלט מיך איין מיט אייזערנע קייטן פון צו זאגן פאר דעם אינגערמאן זיי נישט קיין נער קויפט דיר א קאמפיוטער און לערען דיך א גיטע פאך, און כאטשיג מען דארף נישט האבן קיין אינטערנעט און די פאך קען מען זיך אסאך מאל לערנען בלויז אויפן קאמפיוטער אליין אן קיין אינטערנעט, קען איך אויף מיר נישט נעמען די אחריות, ווייל ווער ווייסט צו ער וועט טאקע נישט האבן קיין אינטערנעט, און ווער ווייסט צו ער וועט דאס פילטערן ריכטיג?

אבער פון די אנדערע זייט איז דא א פיל ערגערע פראבלעם וואס געשעט נעבעך זייער אפט
אינגעלייט קומען ארויס פון כולל און גייען אראפ פון איין אינטערוויא צום צווייטען, און איבעראל פרעגט מען זיי צו זיי קענען די בעסיק פון קאמפיוטערס, אין ווען זיי באקומען דעם ענטפער אז זיי זענען נישט אנגענומען געווארן ווייל זיי קענען נישט דעם קאמפיוטער, נאך אפאר אזעלכע פראסקעס ווערן זיי אויפגעברויזד און זיי נעמען אריין דעם קאמפיוטער אין שטוב, כלומערשט מיט די תירץ אז זיי האבן נישט קיין ברירה מען דארף זיך לערנען א פאך, און רוב מאל שטעלט זיך דאס אויס אז עס ווערט מער באניצט פאר אנדערע זאכן און נישט צו לערנען זיך די פאך, עטליכע סטאדיס וואס מען האט גענומען פון טויזענטער מענטשן וואס האבן קאמפיוטערס אין שטוב האט געוויזן זייער קלאר אז נאר 3 פערצענט פון די צייט ווערט באניצט פאר ביזנעס אדער ארבייטס געלעגענהייטן און די אנדערע 97 פערצענט ווערט באניצט פאר אלע אנדערע שטיתום און הבלים וואס האט נישט קיין שום שייכת מיט קיין ביזנעס אדער ארבייט,
און דער גרעסטער פראבלעם איז אז איינמאל דער אינגערמאן נעמט אריין די קאמפיוטער אין שטוב ווען ער איז שוין אויפגערעגט אויף די גאנצע וועלט, קען שוין קיינער נעבעך צו עם נישט רעדן, ער איז ביטערלעך אנגעוויטאגט ווייל ער האט געכאפט ביטערע פעטש און קיינער קען שוין נישט רעדן צו עם וועגן פילטערס אדער וועגן בישה, די הייליגע חכמים וואס זענען געווען קליגער פון אונז אלע האבן אונז געזאגט אז די נסיון העוני קען מעביר זיין א מענטש רח"ל צו וועלן לייקענען די אמונה.
כאטש מיר ווייסן אז דאס איז קלאר נישט קיין תירץ, זענען מיר אלע מודה אז דאס דארף א לעזונג
ארבייט-לאזיקייט פיסטעווען איז זיכער נישט קיין לעזונג
הייליגע שטובער מיט בליטיגע ארעמקייט איז אויך נישט קיין לעזוינג

אבער אז מען זיכט א לעזונג טרעפט מען, דער רבונו של עולם האט מיר געהאלפן און איך שפיר פאר א זכיה אז מיר האבן געקענט אויפשטעלן א קאמפיוטער טרענינג סענטער וואס רופט זיך די דזשעי טעק סענטער, דער סיבה איז טאקע דערפאר אז מען זאל נישט מוזן אריינעמען א קאמפיוטער מיט אינטערנעט אין שטוב כדי זיך צו לערנען עפעס א פאך וואס מען דארף האבן אין די היינטיגע סארט ביזנעסער

דער ערשטער סענטער האבן מיר אויפגעשטעלט אין וויליאמסבורג אויף 519 פלאשינג עוועניא און מיר האפן זיך בקרוב אויסצושפרייטן אין אנדערע אידישע צענטערן מיטן הילף פון אידן וואס ווילן האבן א זכיה מקיים צו זיין די גרעסטע מצוה פון צדקה וואס די רמב"ם שרייבט אז דאס איז שטעלן א מענטש אויף די פיס אז ער זאל נישט ברויכן אנקומען צו א צווייטען און זיך אליין קענען מפרנס זיין
דער צענטער איז זייער באקוועם, איינגענעם, עס איז אנגעפילט מיט קאמפיוטערס וואס האט אין זיך אלע מעלת, עס איז קאנטראלירט ווי א ביזנעס, קיין איין יחיד איז נישט אליין בעל הבית אויף זיין קאמפיוטער, און נאך אסאך שטערקער פון דעם איז אז דאס איז גבויעט אויף א ווייט ליסט, עס האט די גרויסע מעלה אז מען זיצט אינאיינעם מיט אנדערע און דעם זעלבן צימער, א חוץ מזה וואס יעדער קומפיוטער האט אין זיך אינפארמאציע פון הונדערטער ערליי פאכן וואס יעדער קען זיך אליין אויסלערנען דורכן קאמפיוטער, קענען מיר אויך צושטיפן אינגעלייט אנצוקומען צו גיטע פרנסת אי"ה
די וויכטיגסטע נקידה איז אז דאס לערענט אויס דעם מענטש אז ווען ער הייבט אן צו ארבייטן זאל ער זיך איינגעוואוינען אז דאס ניצן פונעם קאמפיוטער איז טאקע א גרויסע הילף פארן מענטש אין מען מיז נישט ארבייטן מיט די סארט אינטערנעט וואס איז אפען צו די וועלט דער קאמפיוטער ווערט בלויז גענוצט פארן ארבייט און פאר די ביזנעס געלעגענהייטן וואס מען לערענט זיך, דאס איז דירעקט נישט געמאכט געווארן פאר אינטערנעט שאפינג אדער זיכן נייעס דאס איז בלויז א מקום וואס איז געאייגנט פארן תכלית וואס דער קאמפיוטער קען ברענגען פארן מענטש'ס הצלחה

איך וויל אז מען זאל פארשטיין פארוואס איך האב גערעד אזוי באריכת פון דעם קאמפיוטער און אינטערנעט, ווייל אז מען טראכט אריין זעט מען די קלארע פאקטן און עס שטעלט זיך אויס א מורעדיגער בילד, און די באמינג ריעל- עסטעט מארקעט ווען היימישע מענטשן האבן געמאכט מיליאנען דאלארען האט דער בעסטער אין גרעסטער ארבייטער פון די גרויסע ריל עסטעט קאמפאניס פארדינט 150 טויזענט דאלער, און די גאר גרויסע האבן שוין פארדינט 200 אדער 250 טויזענט דאלער געהאלט א יאר,
און ווען מען קיקט אויף די אינדאסטרי פון טעקנאלעדזשי זעט מען אז די גרויסע סאפטווער אינדזשענירן קענען מאכן 400 און אפולא 600 טויזענט דאלער א יאר געהאלט, פארשטייט זיך אז נישט יעדער שמויגער קען דאס פארדינען מען דארף זיין זייער לאקי אנצוקומען צו אזא פאזישן, אבער דאס ווייזט ווי גרויס די אפערטאנעטי איז און ווי מען קען אלס אנקומען אין די טעקנאלעדזשי אינדאסטרי, מער ווי אין אלע אנדערע אינדאסטריס פון די היינטיגע ביזנעס וועלט, במילא האבן מיר פארשטאנען אז מען מיז טרעפן אן עצה און טאן די ריכטיגע הישתתלות אז אידישע קינדער זאלן קענען אנקומען צו א גיטע פרנסה בדרך כבוד און פארשטייט זיך אויך בדרך היתר.

מיר האבן אויך איינגעזעהן אז זייער אסאך פון די וואס ארבייטן שוין ב"ה אויף געוויסע פלעצער זענען אויך זייער לימיטעד, זיי זיכן זייער שטארק צו פארדינען מער און זיי זיכן אנצונעמען נאך ארבייט פון זייערע בעלי בתים אבער עס שטעלט זיך אויס אז זיי דארפן זיך קודם עפעס צולערנען כדי ווערד צו ווערן מער פאר די קאמפאני, זיי האבן מיך זייער געבעטן פאר אן עצה וואס זיי קענען טאן, זיי האבן נישט קיין צייט ארויפצוקומען אין אונזער סענטער, דעריבער האבן מיר אויך צוגעשטעלט א וועבסייט פאר די וואס ווילן זיך לערנען אין די ארבייט אדער פאר די וואס וואוינען אויסער די שטאט, די אדרעס איז http://www.JTechCenter.com
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

זייער שיין אבער וואס האט דעיס מיט בי ענד עיטש?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יידל האט געשריבן:וואס איז די ביטשער?

דאס זעלבע וואס "בוקס" איז אויף אידיש. דערווייל האט מען נאכנישט אהערגעשטעלט אן אות "חית" אין ענגליש. ס'איז אינטערעסאנט אז אין די סאוט אמעריקאנער מדינות ווי למשל אורוגוויי און ארגענטינע זאגט די גאנצע באפעלקערונג, אפילו נישט אידן דעם אות "חית" אלס א טייל פון די שפראך. דער ענגלישער "דזשעי". די מעקסי-קאנער און פארטארי-קאנער זאגן דאס ארויס ווי א "הא".-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך green sunday »

לעמיל האט געשריבן:זייער שיין אבער וואס האט דעיס מיט בי ענד עיטש?


עס האט טאקע נישט מיט B&H עס איז פשוט אן עצה טובה, BTW ביי B&H קען מען אויך בייקימען "בעסערע" פאזיציעס אז מען קען א פאך.
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

זר זהב האט געשריבן:מיין חבר ארבעט שוין יארן דארט, איך האב אלס געוואוסט אז זיין ארבער איז אויפהייבן טעלעפאן קאלס, אזוי האט ער מיר געזאגט. איך בין איינמאל געגאנגען באזוכן זעה איך ווי ער שלעפט באקסעס, פרעגעכעם העי כאגעמיינט אז דיין דזשאב איז אויפהייבן טעלעפאן , זאגט ער מיר יא יא אין די באקסעס זענען דא טעלעפאנען.
:oops:

חח

געהערט ענליך'ס, ..אז ער איז א מענעדזשער, וואס הייסט..? אז איך דארף מענעדזשן אז די באקסעס זאלן אנקומען דארט, ני, אז כ'זאג זיי איינמאל צוויי מאל און זיי די באקסעס פאלגן נישט מיז איך זיי נעמען אהין צום דעסטינעישאן זייערע..

קודוס (..כ'ניץ עס גוט?) פאר די אלע וגם מהחבירים פה, וואס זענען מקיים די גמרא ..פשוט נבילתא בשוקא ואל תצטרך לבריות. עס איז נישט גרינג טאקע ווייל מיר זענען נישט אלץ אזעלעכע מלומדים אין וועלטליכע מהלכים אין ביזנעס, אמער, מיר זענען ב"ה פון א ישיבה ארויס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זייער א שיינע עדווערטייזמענט פאר זיין פרייוועט ביזנעס, (ווער ווייסט, אפשר ווערט ער באלד א נאנ-פראפיט ארגענעזאציע?) אבער ער האקט אויך אסאך שטותים, ער איז גערעכט אז מ'דארף זיך לערנען א פאך, און אז אינטערנעט פאר איינער וואס איז נישט אויפגעוואקסען דערמיט און האט נישט די כלים ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט קען זיין שעדליך, אבער דער קוואט נעמט די פרייז.
green sunday האט געשריבן:איך מיין אז איר וועט אלע מודה זיין אז די גאנצע אישא פון אינטערנעט איז זייער ווייט סיי פאר א רב, א רבי, א דיין, א בעל מקובל, אדער א משפיע, ווייל ממה נפשך אויב דער רב אדער דיין אדער רבי איז באקאנט מיט דעם אינטערנעט פון די נאנט קען ער מער נישט טראגן דעם טיטל
פארשפארט