החוקר האט געשריבן:שבת איז מיר בייגעפאלן אז לכאורה איז נח "געגאנגען גרין" בלע"ז (ענווייראמענטאליסט) ווייל אויב נישט, וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע אונטערשטע שטאק, יעדעס אינטש איז זיכער געווען פריים ריעל עסטעיט און ער וואלט ווען געקענט דאמפן אלע מיסט און אפפאל אינדרויסן, נאכמער, די עיפוש איז זיכער געווען אומדערטרעגליך זאל איינער פרובירן צו וואוינען מיט מיסט און צואה פאר דריי חדשים, נאר מן הסתם האט ער נישט געוואלט פאלוטען די ענווייראמענט.
איך האב ביים שבת טיש געזאגט אביסל ענדליך פאר די קינדער. הלמאי וואס דארף מען א גאנצע שטאק פאר די מיסט, וואס האט עפ"י חשבון געדויערט ארום 40 יאר צו בויען? ער וואלט זיכער אלעס געקענט טראסקן פון א פענסטער, קיינער זעהט נישט און קיינער וועט קיינמאל געוואר ווערן דערפון, און ער מאכט גארנישט קאליע, די וועלט דארט אונטען איז ממילא כאדאראם.
נאר הא גופא לערנט אונז די תורה אויס! מ'טוט נישט קיין אומאיידעלע זאכן, אפילו די ווייסט אז קיינער זעהט נישט! ווען די גייסט שפאצירן און די וויסט אראפ ווארפן דיין מיסט און תהום אריין, דאונט דא איט. אויב די אקט איז אומאיידעל טוהט מען דאס נישט יהיה מה שיהיה..