אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער

שליחה דורך יואלי וואלפסאן »

זינט די נומבער'ס זענען נישט באקאנט און ווערן נישט פובליצירט איז אינטערעסאנט זיין צו זען וואס דער עולם שאצט וויפיל בערך ס'גייט פונעם וועקער אויסגאבע. באזירט אויף בלויז שפאקולאציע שטימט אויף פון 1 ביז 10.

1. 300... בערך
2. 500
3. 700
4. ביז 1000
5. צווישן 1000 און 1500
6. ביז 2000
7. איבער 2000
8. 2500
9. 3000
10. מער פון 3000
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך וואלט געשאצט אז ס'האלט שוין היינט 'לכאורה' ערגעץ ציווישן אכט און ניין.
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך יואלי וואלפסאן »

ווואוו. כ'גלייב אז ס'וואלט ארויסגעקומען מער ווי 6-5 מאל א יאר אויב גייט עס אזוי שטארק.
**(דאס געשריבן ווען כ'האב אומריכטיג פארשטאנען איר שרייבט 8 9 טויזענט.)**
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואלי וואלפסאן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

מיין געס וואלט געווען אז ס'איז ערגעץ ביי נומבער 4
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

7
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

בערך א האלבן יאר צוריק האב איך געהאט קראנטע אינפארמאציע (ווען כוכב זאגט אז ס'איז קראנט איז עס קראנט) אז די נומערן זענען געשטאנען ארום 8-9 (כ'בין אויך געווען שאקירט) ווייסעך נישט גענוי ווי די נומערן האלטן אצינד, כ'וואלט געזאגט אז עס וואקסט נאר.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

דער עולם שיסט גרויסע נאמבערס. אזויפיל ליינען טאקע מיין ארעמע געשרייבעכץ? פון די אנדערע זייט וואו זענען די הערות עס זעט אויס ווי א קארגער מנין מיט עטליכע בחורים קען מען קוים צוזאמקראצן פון די וועקער ליינערס, פון די דריטע זייט קען זיין אז אלעס איז פונקט גוט און עס איז נישט דא וואס צו קאמענטירן נישט לטוב און נישט לרע
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איך ווייס אויכעט נישט פון וואנען מנעמט די גרויסע נומבערס אבער אז כוכב זאגט אז ווען כוכב זאגט איז קראנט מסתמא ווייסט דער כוכב וואס ער רעדט, אנדערש וואלט ער דאך נישט געווען קראנט
אבער לו יוצייר אז די וועקער פארקויפט טאקע צוויי דריי טויזענט שטיק - און אפילו אויב היינט פארקויפען זיי נישט די ציפערן, וועלען זיי דאך איין טאג פארקויפען אזא נומער, אויב וועלען זיי ווייטער זען הצלחה, ווי די סדר אז יעדע מוצלחדיגע זאך ווערט מער אין מער מוצלח - על כל פנים אין אזא פאל קעמען דאך ארויסקומען בפרהסיא. ווער גייט זיך שלאגן מיט א ארמיי פון דריי טויזענט אידען? יעדע גייט זיך טרעפען מיט א טאטע א שוואגער א שוועסטער וואס ליינט די וועקער...
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

נו יא, איך בין נישט אזא גלייבער אינעם המון עם. צוביסלעך וועט מען הערן געלאסענע קריטיק ווי דאס פאסט נישט יענץ וואלט געברויכט זיין מער פארווישט מיט די צייט וועט זיך פארמירן אזא קאמיטע פון עלטערע בעלי בתים מלפנים יושבי אייוועלט הראשונים כיום עלטערע שיינע יודן וואס וועלן ארויסרוקן אונזער ראובנען און א קליינע גרופע ערגעצוואו אינעם דארק וועב וועלן מאכן א אייגענעם וועבסייט מתחילה נאר אנליין און שפעטער אויף עמעזאן וכו' וכו' פאר מיר איז גענוג אז זעכציג מביני מדע האבן א שטיקל ווינקל וואו צו פארברענגען בצוותא ודי ווי דער קאצקער האט געזאגט כידוע
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

יעדער קען זען אשכולות אויף קאווע שטיבל וואס טויזענט מענטשען ליינען און נאר איין צוויי רעאגירן. וואס די חידוש? שרייבען און קאמאנטירען איז רעזערווירט פאר אייניגע. פארוואס ווייס איך נישט.

אויף די היינטיגע מאסיווע ניט יארק טיימס ארטיקל אויף טראמפ איז נאר דא 1611 קאמענטס. (אויף די פעידזש ווי זיי לאזן קאמענטירן) ס'איז מן הסתם געליינט געווארן דורך עטליכע צענדליג מיליאן מענטשען.

לייקס איז א עקסטערע מסכת. סתם אזוי וואלט איך געגעבן אן עצה מ'זאל קענען לייקען אן אריינשרייבן.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:יעדער קען זען אשכולות אויף קאווע שטיבל וואס טויזענט מענטשען ליינען און נאר איין צוויי רעאגירן. וואס די חידוש? שרייבען און קאמאנטירען איז רעזערווירט פאר אייניגע. פארוואס ווייס איך נישט.

אויף די היינטיגע מאסיווע ניט יארק טיימס ארטיקל אויף טראמפ איז נאר דא 1611 קאמענטס. (אויף די פעידזש ווי זיי לאזן קאמענטירן) ס'איז מן הסתם געליינט געווארן דורך עטליכע צענדליג מיליאן מענטשען.

לייקס איז א עקסטערע מסכת. סתם אזוי וואלט איך געגעבן אן עצה מ'זאל קענען לייקען אן אריינשרייבן.

איר זאגט אז צוויי דריי מענטשען פירען אלע שאף, אזוי ווי ביי די רביס... נו נו, כ'האף זיי זענען חאטש גיטע רביס.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער

שליחה דורך קל וחומר »

גדליה האט געשריבן:איך ווייס אויכעט נישט פון וואנען מנעמט די גרויסע נומבערס אבער אז כוכב זאגט אז ווען כוכב זאגט איז קראנט מסתמא ווייסט דער כוכב וואס ער רעדט, אנדערש וואלט ער דאך נישט געווען קראנט
אבער לו יוצייר אז די וועקער פארקויפט טאקע צוויי דריי טויזענט שטיק - און אפילו אויב היינט פארקויפען זיי נישט די ציפערן, וועלען זיי דאך איין טאג פארקויפען אזא נומער, אויב וועלען זיי ווייטער זען הצלחה, ווי די סדר אז יעדע מוצלחדיגע זאך ווערט מער אין מער מוצלח - על כל פנים אין אזא פאל קעמען דאך ארויסקומען בפרהסיא. ווער גייט זיך שלאגן מיט א ארמיי פון דריי טויזענט אידען? יעדע גייט זיך טרעפען מיט א טאטע א שוואגער א שוועסטער וואס ליינט די וועקער...
איך וועל נישט זיין סורפרייזד צו הערן אז עפעס א גביר א קנאי קויפט אויס פון די קיאסקן אויף צו פארברענען, און אז אסאך פון די וואס באשטעלן אויף עמעזאן זענען פון די וואס דארפן דאס אלס דע מה שתשיב. אזוי ווי סאטמאר רב האט געליינט ציוניסטישע צייטונגען.

עכ"ז בין איך סורפרייזד אז ס'האלט טאקע ביי אזא נומער, איך וואלט מערסטענס געשאצט אויף אן אלף פער נומער.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער

שליחה דורך נעגעל וואסער »

כוכב האט געשריבן:בערך א האלבן יאר צוריק האב איך געהאט קראנטע אינפארמאציע (ווען כוכב זאגט אז ס'איז קראנט איז עס קראנט) אז די נומערן זענען געשטאנען ארום 8-9 (כ'בין אויך געווען שאקירט) ווייסעך נישט גענוי ווי די נומערן האלטן אצינד, כ'וואלט געזאגט אז עס וואקסט נאר.

איר מיינט לכאורה צו זאגן 8-9 הונדערט. איא? דאס איז אויך היבש אסאך, עס קוקט אויס ווי דער עולם מיינט איר רעדט פון צווישן אפאר טויזענט.
ביטע קלאר מאכן.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

הערשט א גרויסע צומישעניש צווישן אלערליי נומערן.

כ'האב גאר קראנטע אינפארמאציע פון צוויי וועקערס צוריק, אז ס'האט זיך שוין דעמאלט פארקויפט ארום דריי טויזנט שטיק!

מ'קען זיך רעכענען אז די נומער האלט שוין היינט היבש העכער, און דאס ווייזט אז מיר האלטן שוין ביים דור אויף וואס דער נביא האט חזיונ'ט "הנה ימים באים... לא רעב ללחם... כי אם לשמוע את דבר ה'"
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

נעגעל וואסער האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:בערך א האלבן יאר צוריק האב איך געהאט קראנטע אינפארמאציע (ווען כוכב זאגט אז ס'איז קראנט איז עס קראנט) אז די נומערן זענען געשטאנען ארום 8-9 (כ'בין אויך געווען שאקירט) ווייסעך נישט גענוי ווי די נומערן האלטן אצינד, כ'וואלט געזאגט אז עס וואקסט נאר.

איר מיינט לכאורה צו זאגן 8-9 הונדערט. איא? דאס איז אויך היבש אסאך, עס קוקט אויס ווי דער עולם מיינט איר רעדט פון צווישן אפאר טויזענט.
ביטע קלאר מאכן.

ניין ניין, 8-9 אין דער אנקעטע. צווישן צוויי א האלב און דריי טויזנט שטיק.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווען די רעדאקציע זאל נאר ארויסלייגן די עכטע נומערן וואלט עס שוין איבערגעשטיגן א גוטע פינף טויזנט פּער אויסגאבע. יעדער מיינט אז זיי זענען די איינציגסטע וואס לייענען עס. ווען מען פרעגט נאר איינער אנדערש דערוועגן מאכן זיי זיך כלא יודעים, אדער גאר קוקט מען אייך אן קרום, ווען אין די זעלבע צייט האלט עס יענער פונקט אזוי אונטער די קישעלע.....

[tag]קל וחומר[/tag]. די וואס קויפן עס צו פארברענען זענען טאקע א פארלוסט, אבער די וואס קויפן אלס די מה שתשוב קען מען לכתחילה רעכנען..... סוף כל סוף האט עס אן אפעקט.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

סתם פאר נייגעריגקייט וויפיל האט זיך פארקויפט פונעם וועקער נומער 18 ?
און וויפיל שטיק האט מען ארויסגעפרינט פון #19 ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיימון האט געשריבן:נו יא, איך בין נישט אזא גלייבער אינעם המון עם. צוביסלעך וועט מען הערן געלאסענע קריטיק ווי דאס פאסט נישט יענץ וואלט געברויכט זיין מער פארווישט מיט די צייט וועט זיך פארמירן אזא קאמיטע פון עלטערע בעלי בתים מלפנים יושבי אייוועלט הראשונים כיום עלטערע שיינע יודן וואס וועלן ארויסרוקן אונזער ראובנען און א קליינע גרופע ערגעצוואו אינעם דארק וועב וועלן מאכן א אייגענעם וועבסייט מתחילה נאר אנליין און שפעטער אויף עמעזאן וכו' וכו' פאר מיר איז גענוג אז זעכציג מביני מדע האבן א שטיקל ווינקל וואו צו פארברענגען בצוותא ודי ווי דער קאצקער האט געזאגט כידוע

איך קען געשוואוירענע וועקער ליינער וואס ציען נישט קיין שטריכן פונעם אויסגאבע צו קאווע שטיבל. איך בין זיכער אז זייער אסאך מענטשן דאונלאדן עס אבער זיי ווייסן נישט אז מען קען בכלל קאמענטירן דערויף דא אין קאווע שטיבל. עס שטייט נישט קיין ווארט איבער קאווע שטיבל דערין.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: אנקעטע שאצונג - וויפיל שטיק פארקויפט די וועקער

שליחה דורך החוקר »

איך וואלט געזאגט אז דער יעצטיגער וועקער קומט אריין פיל שטערעקר ווי וועקער נומער 18.

איך שאץ אז נומער 18 האט פארקויפט אן ערך פון 75 שטיק א טאג די ערשטע פאר טעג. דער יעצטיגע נומבער וואלט איך געשאצט איז אריינגעקומען בערך טאפלט, ביי בערך 150 שטיק א טאג, פאר די ערשטע טאג צוויי. יעצט האלט עס ארום 40-50 שטיק א טאג.

דער וועקער פארקויפט זיך די שטערקסטע אין די ערשטע צוויי וואכן ביז בערך א חודש. לפי זה וואלט איך געזאגט אז עס ווערט פארקויפט בערך 1,800 ביז 2,000 שטיק אנליין. אפליין וואלט איך געזאגט גייט נאך א קנאפע פאר הונדערט.
פארשפארט