אדנירם האט געשריבן:פאר ווער ס'האט נישט פארשטאנען דעם פראבלעם וואס איז מער נפוץ אין סאטמאר ווי אין אנדערע קרייזן, דארף נישט מער ווי ליינען איש את רעהו'ס ווערטער צו כאפן פונקטליך דעם פראבלעם. ב"ה די סארט שמאלקעפיגקייט ווערט ווייניגער און ווייניגער, און מער און מער סאטמערע אידענטיפיצירן זיך נישט מיט פיליפינע"ן און טעלערלע"ך [ווער געדענקט?], אבער דאס איז אין קורצן זייער פראבלעם.
ואליכם [tag]איך אויך[/tag], [tag]דעת תורה[/tag], [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], ושאר חברים אקרא בקול גדול: זייטס מונע דעם נארישן ויכוח, מיט א נארישן ניק, וואס רעדט נארישקייט אויף איינער פון די גרעסטע גדולי הדור. זיין פלאץ איז אין צימעס, דארט קען ער עסן מייערן מיט צימעס אנעם עפענען א גמרא, און דארט קען ער פסק'ענען וויפיל ער וויל ווער איז א 'הגה"ק' און ווער איז בלויז א 'ר'.
איך שרייב נישט דא כמעט אבער איך דריי זיך אסאך, דאס איז וואס מיר באדערט פון קאווע שטיבל, איעדעס מאל וואס די סאטמארע נושא קומט ארויף (און עס קומט
אסאך ארויף) איז אויב ביזטו קעגן סאטמאר ביזטו וועלקאם צו שרייבן וואספארא שטותים/שקרנות און קללות קעגן סאטמאר איר ווילט, די מינוט וואס איינער קומט זאגן די אנדערע זייט הייבט זיך אן א גאנצע מערכה ״גיי קיין צימעס״ אדער ״שמאל קעפיגער סיקריק״ וכו׳ וכו׳, העלאו??? הזאת קאווע שטיבל? קען מען טאקע מער נישט האבן א נארמאלע ארגומענט דא?
לעניננו: ליינט דורך דעם אשכול וועט איר זען אז
קיינער האט נישט געברענגט קיין שום באווייזן צו בארעכטיגן זיין זייט, פארוואס זאל דאס זיין אזוי? מיר לעבן היינט אין די ״אינפארמעישן עידזש״ וואו כמעט אלעס איז אוועילעבל אנליין, פארוואס זאל זיך קיינער נישט מיען צו פירן א נארמאלע אינטעליגענטע שמועס אן קיין העיט?
איך דריי זיך שוין דא פונעם טאג וואס קאווע שטיבל האט זיך געעפנט און איך מוז אייך זאגן אז די קוואליטי דא האט געדראפט צו למעטה מעשרה טפחים, א ״healthy argument " איז ״די״ סיבה פארוואס קאווע שטיבל איז געגרינדעט געווארן, פארוואס זיך נישט האלטן דערצו עכ״פ למחצה לשליש או לרביע?
אגב נאטינג פערסאנעל קעגן רב אדנירם, איך האלט איר זענט א גוטער שרייבער, עס איז פשוט די ענווייראמענט דא איז פאר׳סם׳ט