אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פארשפארט
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

שליחה דורך קל וחומר »

שאלה, האם מותר להחזיק חתול בשעת פסוקי דזמרה?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קודם האט מען מחליט געווען אז אויפ׳ן צימבעל אין די ישכר כ"ץ אשכול איז אויך ר׳ משה פיינשטיין. נאך דעם איז מען אראפ אז איך בין אויך אויפ׳ן צימבעל. איך בין נישט דא דער נושא, הרב ישכר כ"ץ איז יא. זיין אדזשענדעס און קענטעניסען, אדער חסרון דערפון, זענען דא די נושא. און לדעתי איז זיין אדזענדע נישט אינקלוסיוויטי, נישט פרויען רעכטען, נאר בלייבען רעלעוואנט. פונקט ווי ראביי אבי ווייס, וואס האט שוין געוויילט יארען יאגענדיג פובליסיטי ווי נאר עס איז געווען צום טרעפען, האט הרב כ"ץ געזוכט רעלעוואנס צווישען דענקערס און קענערס, און ביי די עכטע האט ער עס נישט געקענט טרעפען, האט ער עס געזוכט אין דער פרעמד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
.....
. פונקט ווי ראביי אבי ווייס, וואס האט שוין געוויילט יארען יאגענדיג פובליסיטי ווי נאר עס איז געווען צום טרעפען, האט הרב כ"ץ געזוכט רעלעוואנס צווישען דענקערס און קענערס, און ביי די עכטע האט ער עס נישט געקענט טרעפען, האט ער עס געזוכט אין דער פרעמד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אויב אזוי איז דאך די אויספיר אין ארטיקעל אז מען געבן נישט קיין שאנס פאר די פילע ר' יששכר'ס וואס דרייען זיך ביי אונז, יא גערעכט!!!!
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

גדליה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי דו זעסט נישט די ליצנות דא. יעדער שאלה אויף או"ה דארף קומען מיט א הקדמה אז עס איז דא א חזקת היתר ביז עס איז אויפגעוויזען? ווי איז דאס נוגע אין די שמועס צו עס איז אויפגעוויזען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אכן! בשאר איסורים אנחנו מבינים מעצמנו שהכל מותר עד שנוכיח לאיסור, אבל למרבה הפלא, בנוגע שאלות הנוגעים לנשים, הכל נוקטים סתמא לאיסור עד שנוכיח להיתר, וגם אז כולי האי ואולי (וזה בניגוד למה שהנהיגו חז"ל שמקילים כלפי הנשים).
ובגלל שאתה מתעקש, עיינתי עוה"פ בהתשובה המקורי, וראיתי שר' יששכר התחיל תשובתו בהנחה פשוטה שלדעתו הדבר מותר ועל האוסר להביא ראיה, והמשיך לברר למה - לדעתו - אין איסור ברור בזה, ומתוך כך הוציא פסק דינו שהדבר מותר. ולא הזכיר כלל המונח של הממע"ה.
ואחר כך השיב רב לינזר לעומתו וכתב ככה לאמר:
[left]Turning to the more general point, in my experience, poskim do not begin with saying: I am assuming that something is permitted until it can be incontrovertibly proven otherwise. This is a peculiar structural argument, taken from the world of monetary disputes – המוציא מחבירו עליו הראייה – that the one who comes to extract money from another person has the burden of proof.[/left]
הרי שרב לינזר הכניס המושג הזה אל תוך הדיון. ועל זה השיב ר' יששכר במענתו שאדרבה, החזקה בצד המתירים. ור' יששכר האומלל בלע החיצים והבליסטראות שלך ולא העלית בדעתך כלל שאתה קובל על האדם הלא נכון.


יא המוציא נישט המוציא, לעיקר הדבר איז פשוט אז ר' כץ איז גערעכט אז אלעס איז מותר חוץ וואס די תורה אסר'ט, ווי עס איז באקאנט פין עונג יום טוב אז ביטול קען נישט מוסיף זיין א שם, ממילא קען ביטול נישט צוגעבן קיין לשמה פאר ציצית, אבער עס קען אראפ נעמען א שם איסור, ווייל בעצם איז אלעס מותר, די תורה לייגט נאר ארויף א שם איסור, קען עס ביטול אראפנעמען. זאל ר' לינזער זיין גערעכט אז אלעס איז אסור ביז די תורה איז מתיר, וואלט ביטול נישט געקענט ארויף לייגן א שם היתר אויף א שטיקל נבלה, ודוק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און לדעתי איז זיין אדזענדע נישט אינקלוסיוויטי, נישט פרויען רעכטען, נאר בלייבען רעלעוואנט.

ענדליך זאגסטו עפעס א ווארט צום זאך, איין זאך בין איך נאר נייגעריג, וואו און ווען האסטו איינגעזען אז דאס איז זיין אגענדע אין זיינע פסקים? און וואו האסטו איינגעזען אז באמת גייט איהם נישט אן צו זיין אינקלוסיוו?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך האלט גראדע אז ליטוואק האט עס פיין ארויס, נאר ער איז אביסעל צו עמאשינעל.
פעיס פעקט מאדערענע ארטאדאקסיע לייגט א דגוש אז תורה ומצוות טראגט א מינימאלען דגוש אינעם טאג טעגליכען פונעם מענטש. דערפאר נעמען זייערע רבנים והרב יששכר כץ בתוכם נישט אזא ערענסטע צוגאנג צו קולות און התירים ווי א רעגולארע חרדישער רב. און דאס באדערט דעם ליטוואק און איך האב מיטלייד מיט אים.

איי וועט איר פרעגן ווער איז גערעכט? וויס איך נישט. פון אויסהערן משנה תורה קוקט אויס אז וואס באדערט גאט בעיקר איז דאס נאכלויפן אלהים אחרים און נישט אנערקענען אז אין עוד מלבדו און דאס אז ער איז דער איינציגער געוועלטיגער. דער חומש איז ביזי דערמיט אין דברים, ואתחנן, עקב וכו' וכו', אזוי אויך באדערט אים גאר געמיינע אקטן ווי פארגעוואלדעוועטען א נערה המאורסה און זיך לייגן מיט א זכר. אדער ווייס קוקט אויס ווי גאט איז בסדר מיט נשים זאגן סליחות פארן עמוד.

דאס אז עס האט זיך דיוועלאפאד גאנצטע ספרים שרענק און די לעצטע 2 טויזענט יאר, און מיט יעדע יאר הונדערט איז צוגעקומען הונדערטע אדער טויזענעטע איסורים מנהגים וחרמות איז נישט אין איינקלאנג מיט משנה תורה און גאטס ווילען ווי אזוי דער עם הנבחר זאל אויסזען. לפי זה איז גאנץ מעגליך אז דער בורא כל עולמים לערענט מיטן פמליא של מעלה יששכר כץ'ס תורות און זאגט עפעס אויף דעם נוסח: הפמליא של מעלה והרבנים ארטודוקסים אומרים כך, ואני אומר כך וגם יששכר בני מודה לדברי והלכה כדברינו.

מעגליך.. אדער נישט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

גדליה האט געשריבן:שאלה לכולם: האם מותר לשנות ההלכה שכל המשנה ידו על התחתונה?

כן, מותר לשנות אבל בלי שום שינו חלילה ויהיה ידו על עליונה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

הרב כ״ץ איז נישט קיין קראי ער בויעט אוכט אויף די איסורין וחרמות פון די לעצטע צוויי טויזענט יאר, ער באטאונט אפאר מאל און זיין אינטערוואוי אז ער איז דירעקט יא א שטארקע הלכה יוד.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

שליחה דורך יהודי פשוט »

גדליה האט געשריבן:כי סתמא הכל בחזקת היתר. ומה שמעולם לא נאסר הרי הוא בחזקת היתר.

דו האסט מיך דערמאנט א מעשה, וואס הגם אז דא אין שטיבל וועט עס רוב עולם נישט גלייכן, אבער איך וועל סיי ווי שרייבן.
די הייליגע מונקאטש'ער רב זי"ע איז אמאל געוועהן אויף א באזוך ביי ר' מאיר שפירא זצ"ל און ר' מאיר האט כנהוג מכבד געוועהן מונקאטש'ער רב מיט א בעכער וויין, דער מונקאטש'ער רב האט געריקט דעם בעכער אין א זייט און געזאגט: איך וועל דען ביי אייך טרינקען וויין?! ס'איז דאך נסך...
ס'איז אריבער אפאר מינוט און מונקאטש'ער רב האט צוריק געריקט דעם בעכער און געטרונקען פון די וויין, ווען ר' מאיר האט דאס געזעהן האט ער געפרעגט פונעם מונקאטש'ער רב וואס איז פשט פון דעם? ממ"נ איז עס נסך פארוואס האט ער עס געטרונקען? איז עס נישט נסך פארוואס האט ער עס אוועק געריקט? האט די מונקאטש'ער רב גע'ענפערט, איך וועל אייך זאגן די חילוק צווישן מיר און אייך, ביי אייך איז יעדע זאך אין די וועלט קודם מותר, כשר וכדו', נאכדעם אז מ'ווערט געוואור אז ס'איז נישט ווארפט מען עס אוועק, ביי מיר איז פונקט פארקערט, יעדע זאך וואס קומט צו מיר אן איז קודם אסור, טריפה וכדו', דערנאך אויב הער איך אז ס'איז יא גוט נעם איך עס צוריק.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אספקלריה האט געשריבן:הרב כ״ץ איז נישט קיין קראי ער בויעט אוכט אויף די איסורין וחרמות פון די לעצטע צוויי טויזענט יאר, ער באטאונט אפאר מאל און זיין אינטערוואוי אז ער איז דירעקט יא א שטארקע הלכה יוד.


חלילה, הרב כץ ודעימי' לייגן אודאי נישט קיין תפילין צווישן די אויגן, און גיסן נישט קיין נסכים אויף די פיס. אבער די עטיטוד פון בייגן הלכה אויף וואס מען קען נאר אלץ מתיר זיין, כדי צו זיין צוגעשטעלט צו די געזשעלשאפט, קומט לעשירת דעתי פון דאס אז מען איז איבעצייגט אז יהדות החרדית איז צו שטארק פארקראכען מיט בויען א רעליגיע ארום הוספות, מנהגים, וחומרות וואס האט זיך צוגעשטעפט צו אונזער היינטיגע אידישקייט דורכאויס אונזער לאנגע גלארייכע היסטאריע, און בעל כרחך טוט אפפרעמדען דעם איד פונעם געזעלשאפט און מיט היינטיקייט.

אודאי וועט ער הרב כץ שרייען אז ער רעכענט זיך מיט הלכה, ווייל אנדערש ווערט ער דערקלערט אלץ א קאנזערוועטיוו און פארלירט דעם סטעמפל ארטאדוקס, אבער גלייכצייטיג וועט ער נוצען יעדע סברה און לאך צו סטאבאלזירן און צוריקשטעלן אידישקייט צו וואס איז, לדעתו, איר ארגינעלע פורום און ציל. און איך בנימין בן אביה בין אויך שטארק נוטה אזוי.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ס'איז דא איין סיבה פארוואס מ'האט פיינט יששכר, אין דאס איז אז ער האט געוויזן א גרויסן מיטעלסטען פינגער פאר די גאנצע סיסטעם. ליטוואק שרייט אז יששכר קען נישט לערנען, שרייט יששכר צוריק אז ליטוואק קען נישט לערנען. ספליען קולות פון אלע זייטן אבער אולטימעטלי בלייבט יששכר אין בית המדרש און ליטוואק מוז ווידער אויסארבעטען זיינע ארגומענטען מיט יעדע פרישע תגובה און מסביר נאכאמאל בטוב טעם ודעת ווי אזוי פינקליך ר' יששכר רעדט אזוינע עמאראצות אז מקען גארנישט מסביר זיין ווואספארא עמאראצות דאס איז.
דאכט זיך אז די היתרים פון ר' יששכר'ן זענען נאך אזוי אויסגעהאלטן ווי אלע הארבע ליטווישע איסורים פון רב פאליק צו אסר'ן טונא פיש און טאמאטן און טרויבען און יעדע דבר הראוי לאכילה, אדער מברר זיין די פינקליכע שיעור פון די סקוירט, צי גאר א גאנצע ספר אויף לשון הרע אנגעפילט מיט אויסגעטראכטע הלכות און פופציג טויזנט איסרים וואס זענען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.
ליטוואק שרייט אז הממע"ה באלאנגט אין די מירע און בריסקע ישיבות צו לומדות'ן אויף עפעס א הייפאטעטישע שאלה וואס האט אפשר אמאל פאסירט אין בבל דריי טויזענט יאר צוריק, און דער יששכר קומט זיך און טראגט דאס גאר אריין אין דרכי הפסיקה און ער טוט זיך כאדם העושה בשלו, און ער נארט נאך איין יעדען איינעם אז ער איז א פוסק ווען עכט האט ער בכלל נישט ציטירט ר' משה פיינשטיין און ר' חיים עוזר.
נאכמער, ער טענהט אפילו אז אויב ספאלט אריין טעותים דארף מען פאררעכטן זאכן און צוריקטוישען. א מין מאדנע בריאה. פארוואס קען ער נישט זיין נארמאל און נאכזאגען אזוינע גאונישע לומדישע חידושים ווי למשל מסביר די חילוק צווישן לא נהיר און לא צהיר. אויכעט האלט ער אזוינע מאדענע שיטות אז פרויען זענען מענטשען מיט רעכטען וואס מדארף זיך כאילו רעכענען מיט זייערע רצונות, אזוי צו זאגען, און מרעכנט זיך בכלל נישט וואס אפאר אלטע אידן מיט קראך היטען פון די תר"ע יארען האבן געפסקעט און וואס דער קרייניצער רבי פון די פינצטערע מיטעל אלטער האט וואס צו זאגען.
און יא, נאך איין זאך, מארגען וועט דער קרייניצער און עפעס א אלטע איד פון בני ברק מחליט זיין אז ס'איז א חומרא פרויען זאלען ליינען די מגילה פאר זיך אליין, זיי זאלען זיך נישט דארפען אויסמישען מיט די מענער בעצם יום הפורים, און א פרוי וואס וועט זיך וואגען זיך באטייליגען ביי די מענערישע מנין וועט נישט קענען ליגען אין בית החיים. און זאל שוין א פרוי אויכעט בלאזען תקיעת שופר, אבער דאס איז שוין א שאלה ווייל אין חכמה לאשה אלא בפלך און תקיעת שופר איז א חכמה ואינה מלאכה. נו, וועט א 95 בני ברקער תמים זיך צאמזעצן מיט דעם כיטרען קרייניצער באנדיט און מ'עט מאכען א היתר מאה רבנים און זאגען אז אינז דארפען זיך נישט רעכנען מיט די שולחן ערוך ווייל אונז האמיר די אלטע תקנות פון די עוזר ישראל פון קרייניץ און ער האט מפורש אנגעזאגט אז ס'עט קימען א צייט וואס די שונאים פון קרייניץ וועלען מאכען א מרידה אין די איינציגע וועג דאס צי פארמיידען איז דורך מאכן א שינוי אין קריאת המגילה.
אין נאכדעם וואס דער בני ברקער תמים מיטן קראך היט געבען א זאג "נהיר ובהיר וצהיר, מ'זאל יע מאכען די נשים מנין". אין יעדער וועט נתפעל ווערען פון די שרעקלעכע עמקות פון די ווארט ווי ממש ער האט אפגעלערענט די גאנצע מצב מיט אזא עמקות, פששש, אפילו דער קרייניצער קאן דאס נישט. אין מ'עט ווייטער צריקגיין אין די ישיבבה אין פארזעצען די ויכוח איבער ראובן'ס אקס וואס דארף צאלען חצי נזק פון די נבילה פאר די מזיק אבער שמעון שרייט חי וקיים אז די אקס איז א שטויסעדיגע אקס, שוין גארנישט אזא תם.
(בענדזשאמין פרענקלין וועט טייער באצאלן פאר מיך צוריקשלעפן דא פיר אזייגער פארטאגס)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פאר יעדעם לייגסטו אריין ווערטער אין מויל גדליה, זאכען וואס זיי האבען נישט געזאגט צו געטראכט. אביב יענער איז דער וואס ברענגט אריין ליצנות.

די סבה פארטואס איך ווער עמאשינעל איז ווייל ביי מיר איז לערנען גאר וויכטיג, און דער צוגאנג פון לייכט זאגען א חידוש און זאגאר פסקנ׳ן דערפון איז ביי מיר אפגעפרעגט. לערנען פאדערט יגיעה און זיך בייגען צום אמת. עס וועט מעגליך בלייבען נגיעות וואס מ׳קען נישט גענצליך אויסרייסען, אבער וואס מ׳קען נישט קען מען נישט. דאס צולאזען נגיעות און חשבונות פירען די זאך לכתחילה איז א זלזול צום אמת אויף וואס די תורה איז געבויט.

און ווען דער עולם וואלט געווען גרייט דערצו, וואלט מען געדארפט נעמען דער מסמיך אויך אויפ׳ן צימבאל און ארום שמועסען ווי ווייניג די צען בענדער פון עמק התשובה זענען פון זוכען דער אמת און ווילען עכט פארשטייען תורה. נאר דער עולם וועט גלייך צוטאנצען צו אפשטאמונגען און פארטיי פאליטיק, ממילא קען מען דאס נאך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך ונתנהתוקף »

און אז מען רעדט פין זייגען אין ביהמ"ד,

https://www.thesun.co.uk/fabulous/73877 ... -year-old/
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יהודי פשוט האט געשריבן:די הייליגע מונקאטש'ער רב זי"ע איז אמאל געוועהן אויף א באזוך ביי ר' מאיר שפירא זצ"ל און ר' מאיר האט כנהוג מכבד געוועהן מונקאטש'ער רב מיט א בעכער וויין, דער מונקאטש'ער רב האט געריקט דעם בעכער אין א זייט און געזאגט: איך וועל דען ביי אייך טרינקען וויין?! ס'איז דאך נסך...
ס'איז אריבער אפאר מינוט און מונקאטש'ער רב האט צוריק געריקט דעם בעכער און געטרונקען פון די וויין, ווען ר' מאיר האט דאס געזעהן האט ער געפרעגט פונעם מונקאטש'ער רב וואס איז פשט פון דעם? ממ"נ איז עס נסך פארוואס האט ער עס געטרונקען? איז עס נישט נסך פארוואס האט ער עס אוועק געריקט? האט די מונקאטש'ער רב גע'ענפערט, איך וועל אייך זאגן די חילוק צווישן מיר און אייך, ביי אייך איז יעדע זאך אין די וועלט קודם מותר, כשר וכדו', נאכדעם אז מ'ווערט געוואור אז ס'איז נישט ווארפט מען עס אוועק, ביי מיר איז פונקט פארקערט, יעדע זאך וואס קומט צו מיר אן איז קודם אסור, טריפה וכדו', דערנאך אויב הער איך אז ס'איז יא גוט נעם איך עס צוריק.

דערמאנסט מיר א מעשה. איך האב מיך אמאל געטענהט מיט איינעם וועגן עפעס א גדול בישראל - געדענק איך נישט ווער. בתוך הדברים האב איך זיך אנגערופן אז די מנחת אלעזר האט נישט געהאלטן פון איהם, האט מיר יענער געענטפערט "ווען דו זאלטס פסל'ן יעדעם איינעם וועם די מנחת אלעזר האט געפסל'ט וועסטו נישט איבערבלייבן מיט קיינעם". ודפח"ח.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

שליחה דורך גראף »

ונתנהתוקף האט געשריבן:און אז מען רעדט פין זייגען אין ביהמ"ד,

https://www.thesun.co.uk/fabulous/73877 ... -year-old/
נו! לייג א אזהרה פון נשים זייגן...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
יששכר כץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך יששכר כץ »

ר' גדליה ור' לעיקוואד,

ישר כוחכם על התגובות הערבים לאוזן. צאו וראו מה בין בני לבן חמי, דברי חכמים בנחת נשמעים ודברי …

סליחה שלא חזרתי אליכם אתמול. הייתי עסוק בדם שפיר ושליא-ממש. נפגשתי עם חתן וכלה מבני קהילתי. (במשך כל השיחה עמד לנגד עיני דמות דיוקנו של ר' אברהם לייטנער ז"ל. כפי שסיפרתי בוועקער, אבי ז"ל התעקש לפני חתונתי שאלך ללמוד הלכות בינו ובינה עם ר' אברהם. מקודם סירבתי, אבל לבסוף נכנעתי. לא הייתי מוכן להפתעה שחיכה לי. היה כל כך נעים ללמוד הלכות אלו איתו. הוא היה נוח, פתוח ומאוד נגיש. הוא הסביר הכל בטוטו"ד (דוגרי!) ובלי שום שגעונות.)

ולגופו של דברים. אבאר בקיצור נמרץ, כיוון שהזמן מאיץ וגם כבר אמרתם אתם הרבה מהדברים שהיו בדעתי לומר.


עיקר המחלוקת ביני ובין ר' דוב לינזר הוא אם יש לאמירות סליחות מעמד של תפילה ודברים שבקדושה. ר' דוב קורא את הגמרא בר"ה מילולית. כלומר, הוא סבר כשהגמרא אומרת שהקב"ה נתעטף כשליח ציבור לאמירת יג מידות הכוונה כפשוטו, שהמידות נאמרו עם ציבור והקב"ה שימש כשליח ציבור של אותו ציבור. אם זה אכן הכוונה, על כרחך שלאמירת יג מידות יש מעמד של דברים שבקדושה: הם אינן יכולים להיאמר רק עם ציבור של עשרה איש ועם שליח ציבור שהוא גם כן גבר, שמחויב באמירתם כמותם. לדעתו, סליחות הנאמרות עם אישה בתור שליחת ציבור אינן תוקפות וכתוצאה יהיה אסור לציבור כזאת לומר היג מידות.

אני איני חושב שהכוונה מילולית, שהיה ציבור ממש בשמים כזה שהקב"ה היה "שליח ציבור" שלהם. הקב"ה נתעטף בטלית "כ"שליח ציבור אבל לא היה ש"ץ ממש. לפי זה אין שום סיבה להגיד שהלכתית יש לאמירת יג מידות דין דבר שבקדושה. כתוצאה אפשר לאומרם בלי מנין, וגם אשה יכולה לשמש כבעלת התפילה.

דיון פרטי זה הביא אותנו לדון בשאלה כללית, משהו שמעניין אותי כבר הרבה זמן. האם המושג המשפטי "תקדים" precedent) קיים גם בהלכה. לדעתי התשובה כן כמשתמע מסוגים מיוחדים של חזקה כמו בהמה בחייה שמשמעה סוג של גישה פסיבית המניחה שהדברים הם כפי שהיו ועל המשנה להוכיח אחרת.

כפי שאמרתם: א) הכוונה לא היה להחיל דיני חזקה כפשוטם, רק ניסינו להבין אם אפשר להוכיח משהו מושגי מאחדים מסוגי החזקות. ב) לא אני ציינתי להממע"ה.אני פשוט עניתי לר' דוב שחשב שהדין חשוב לעניינו.

לגבי החיד"א שציינתי: הגאון הרב עובדיה יוסף סומך עליו גם כשנשים שרים לבדם.

בנוגע ללבישת טלית: אתה צודק לגמרי. בהזדמנות, אוסיף זה לדברי.

אידיי דאיירינן, חשבתי לציין שכהמשך לדיון הנ"ל נתתי לבי לעיין במושג ציבור. נראה לי שיש "צוויי דינים" ציבור ומנין, שהם אינם אותה דבר. מנין הוא מושג מגדרי, שיכולה להתהוות רק על ידי גברים, אבל ציבור הוא מושג שוויוני שמתהווה כל פעם כשמכולל של בני אדם, נשים או אנשים, מצטרפים לעשות מצווה ביחד. למכולל כזה יש כוח מיוחד שהלכה מייחסת לעשייה ציבורית. הנה דברי, אשמח לשמוע דעתכם. https://library.yctorah.org/lindenbaum/ ... d-selihot/

תודה מעומק ליבי על המשוב.

בכבוד,
יששכר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

תודה ר' יששכר על המענה שלך.
לגופו של ענין עדיין הדבר כלל לא ברור אצלי.
כפי ראות עיני התשובה מבלבל בין שני ענינים:
שאלה א') האם מותר - לגברים ולנשים - לומר י"ג מידות ביחידות?
שאלה ב) כשאומרים יג מידות בציבור, האם אשה יכולה לשמש כשלוחת ציבור?
שתי השאלות האלו אינם כלל קשורים זה בזה. אפשר שאשה יכולה לשמש כשלוחת ציבור לסליחות ולעבור לפני התיבה לומר יג מידות בציבור, אבל אינה יכולה לומר יג ביחידות, כי זה אסור לכל, גם לגברים. ואפשר שאשה אינה יכולה לשמש כשליח ציבור לסליחות אבל היא כן יכולה לומר הי"ג ביחידות.
בכך שנברר שמותר לומר י"ג ביחידות, אין ראיה שאפשר לאשה גם לשמש כשלוחת ציבור. אולי כשהציבור אומר סליחות הדין שונה, וצריך כח גברא לזה.
(אגב, מהו מקור האיסור לאשה לעבור לפני התיבה? נראה שאתה נוקט סתמא לאיסור, ולכאורה היא מחוייבת בתפילה ולמה לא תוציא הרבים ידי חובתן, אע"פ שיהיו בכלל מארה, ועי' ריטב"א מגילה ד).
הבעיה השני היא שלא נראה לי כלל האופן הניתוח שלך של העובדא האגדי, ובכך להוציא השלכות להלכה למעשה. הגע בעצמך, הרי אמרו חז"ל שתפילת מנחה ניתקן על ידי יצחק כשיצא להתבודד בשדה ולשיח עם קונו. האם נאמר שכמו שיצחק התפלל ביחידות כן כהיום אין לתפילת מנחה דין ציבור? אתמהה. אין לנו מושג מה זה "שליח ציבור" אצל הקב"ה, וכמו שרמזתי למעלה בטח יש בזה סודות עמוקות. ועכ"פ זה ברור, שאם ניתקן שסליחות יהיה בציבור אז לא משנה מה עשה הקב"ה באותו שעה הגורלי כשנתעטף בטלית ועבר לפני התיבה בבית הכנסת שערי שמים.
גם שאר הערותיך ראויים לברכה, וכשאפנה אשנה.
בברכת שבת שלום ומבורך
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ממילא ווען די פרוי איז מוציא דעם ציבור, וואלט איך געקענט פארשטיין די פראבלעם (הגם בפשטות גייט די הלכה פון תבא מארה למי שאשתו ובניו מברכין לו נאר אן ביי אן עם הארץ, אבער שוין). אבער סליחות וואס דער גאנצער עולם זאגט צוזאמען?! ווער פונקטליך איז מוציא וועמען???
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
יששכר כץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך יששכר כץ »

רביה"ק,
ולטעמיך, וואס איז א שליח ציבור מוציא סתם אזוי בזמנינו ווען יעדער דאווענט פאר זיך?
יששכר כץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך יששכר כץ »

ר' גדליה,

כולהו בחדא מחתא מחתינהו,

סליחות אינה נאמרת ביחיד, רק בציבור, אבל ציבור אינו מושג מגדרי ולכן גם נשים הן חלק מהציבור.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יששכר כץ האט געשריבן:רביה"ק,
ולטעמיך, וואס איז א שליח ציבור מוציא סתם אזוי בזמנינו ווען יעדער דאווענט פאר זיך?

ווער זאגט אז די ש"ץ איז מוציא עמיצן? מ'דארף דאך האבן איינער וואס זאל פירן דאס דאווענען. צא ולמד פון די אלע הפגנות וואו מ'זאגט אבינו מלכנו שטיקל ביי שטיקל, אויסער אויב ס'איז דא אן עקסטערן דין אז ס'איז נישט חל די דין פון 'הפגנה' נאר אויב מ'זאגט אבינו מלכנו...

אדרבה זאג דו מיר, איז דא עפעס א דין אז ס'דארף שטיין איינער ביים ארון קודש מיט א טלית בשעת'ן דאווענען?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
יששכר כץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך יששכר כץ »

סו, לדעתך, רביה"ק, מעג א פרוי זיין שליח ציבור בזמן הזה?! קיין שום אורטאדאקסישער פוסק איז דאס נישט מתיר (אפילו נישט אפען ארטאדאקס).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יששכר כץ האט געשריבן:לדעתך, רביה"ק, מעג א פרוי זיין שליח ציבור בזמן הזה?!

איך ווייס נישט, אבער אויב זי מעג זיין ש"ץ ביי סליחות, מעג זי אויך זיין ש"ץ ביי אלע זאכן.

יששכר כץ האט געשריבן:קיין שום אורטאדאקסישער פוסק איז דאס נישט מתיר (אפילו נישט אפען ארטאדאקס).

איז וואס זאל איך טון?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט