צדיקים פון אנדערע רעליגיעס

מחשבה, השקפה ועיון
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

צדיקים פון אנדערע רעליגיעס

שליחה דורך נהורא נפישא »

צעווישען די פילצאליגע בייעסעס וואס זענען פארהאן איז דא עפעס אזא סארט בייעס וואס איך האב נאכנישט געפונען די פאסיגע טערמין. אדרבה איך וועל דאנקאבאר זיין ווער ס'קען מיר ציווייזן די פאסיגע טערמין דערפאר. די בייעס איז ווי פאלגענד; געווענליך א מענטש וואס איז אויפגעוואקסען אין א געוויסע רעליגיע, אפילו ער האלט זיך גאנץ ראציאנאל און יושר'דיג וועט אבער געווענליך האבן אזא סארט נגיעה צו באטראכטן צדיקים פון זיין אייגענע רעליגיע מיט א געוויסע אנערקענונג, בשעת ווען צדיקים פון אנדערע רעליגיעס אינטערסירט אים ניטאמאל, געוואנדן אין יעדן לויט זיינע אפשאצונגען, וועט ער אנקוקן דעם צדיק פונעם אנדערען רעליגיע אלס אזא איינער וואס פארברענגט די צייט מיט מאדנע פראקטעצירונגען, מיט שטיות, אדער גאר מיט עניני טומאה, אדער קוקט ער גאר אן יענעם ווי עפעס סתם א שפילער און נישט קיין אויפריכטיגער מענטש, עכ"פ שערי נגיעות לא ננעלו.
מיין פראגע איז, איז דא א בארעכטיגטע ראציאנאל צו האבן א אומפראפארציאנאלע אינטרעסע פאר צדיקים פון די אייגענע רעליגיע בשעת ווען ס'אינטערסירט אים גארנישט איבער צדיקים פון אנדערע רעליגיעס. איז דען נישט ריכטיג צו טראכטן אז יעדער צדיק איז אין זיין רעליגיע צוליב דעם וואס ער איז דארט אויפגעוואקסן, אויב וואלט ער אויפגעוואקסן אין אן אנדערע רעליגיע וואלט ער מעגליך געווען א צדיק דארטן.
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון אינטרעסע אלס זיך מדבק זיין אין א צדיק וכדומה איך רעד נאר פון די התפעלות חלק.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נהורא נפישא:ווען מ'רעדט פון צדיקים ביי די אנדערע פעלקער, דארף דאס ווערן איינגעטיילט אין צוויי טיילן.איין חלק זענען די מענטשן וואס טוען בלויז גוטס פאר די מענטשהייט. און זענען מקריב זייער אייגענע באקוועמליכקייט. און אפילו זייער וואוילזיין. און צומאל זייער אייגענעם לעבן. די ווערן אנגערופן חסידי אומות העולם. דער ערשטער וואס קומט אויפ'ן געדאנק איז דער וועלט בארימטער דיפלאמאט ראול וואלענבערג. וועלכער האט געשטאמט פון א רייכע שוועדישע פאמיליע פון באנקירן. און ער איז געווען דער ריכטיגער שליח וועלכער האט ביים סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה געראטעוועט דאס לעבן פון בערך הונדערט טויזנט אידן אין בודאפעסט, אונגארן. אויך דער יאפאנישער אמבאסאדאר אין איינס פון די לאטוויער רעפבוליקס, מיט'ן נאמען סוגיהארא. וועלכער האט ארויסגעגעבן הונדערטער וויזאס פאר ישיבה בחורים און אנדערע אידישע פליטים בשעת די צווייטע וועלט מלחמה. אין קעגנזאץ צו די באפעללן פון זיין אייגענע רעגירונג...! אויך דער דאקטאר אלבערט שווייצער איז געפארן קיין אפריקע כדי צו געבן לעבנס וויכטיגע וואקסינען פאר די באפעלקערונג. און זיי היילן פון זייערע שווערע, לעבנס באדראענדע מחלות. און ער האט מיט דעם געשטעלט זיין אייגן לעבן אין סכנה. איך מיין אז ער איז צום סוף געשטארבן דורך א אנשטעקיגע מחלה וואס ער האט באקומען דארט אין יענע צוריקגעשטאנענע מדינות...!

נאכדעים איז פארהאן א צווייטע גרופ פון אזוי גערופענע גוי'אישע .."צדיקים"... אזוי ווי דער בארימטער רעוואלוציאנערער פיהרער פון די רעפובליק אוו אינדיע, מאהאטמא גאנדהי. וועלכער איז געווען א וועדזשעטעריען און האט אויכעט ..."געפאסט" תעניתים (און נאר געטרונקען וואסער...לאל)...אבער ר'איז אויכעט געווען א גרויסער אנטיסעמיט...! אויך דער הערר אדאלף שיקלגרובבער/היטלער, ימח שמו וזכרו. קאנצלער פון דריטן רייך, איז געווען א וועדזשעטעריען. פי' ער האט נישט געגעסן קיין שום סאך וואס קומט פון א בעל חי. ער האט זייער שטארק ליעב געהאט ארבעס זופ. אבער איז דאך געווען איינער פון די גרעסטע רוצחים און מאסן מערדערס אין די גאנצע וועלט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די מצב ביי אונז איז גארנישט אנדערש ווי אין דער גאנצער וועלט. ראיתי בני עלייה והם מועטים. פונקט אזויווי ביי אונז זענען די גרויסע רביס לאו דוקא די אמת'ע, און די אמת'ע בני עלייה גייען אן אומבאמערקט און קוים וואס מ'הערט פון זיי, אזוי איז אויך אין דער גאנצער וועלט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

בערל בעל עגלה: איך רעד נישט פון הומאניסטן, איך רעד פון רעליגיעזע צדיקים. למשל א קריסטליכער גלח וואס פאלגט אלע רעליגיעזע אנווייזונגען מיט א תמימות און פארשפרייט זיי ווייטער, לערנט די ביבל מיט התמדה, גיט טיפע טעאלאגישע סערמאנס, ער לעבט באשיידן און מיט ענווה, טוט צדקה וחסד מיט אנשי שלומיו, ער איז מוחה אויף פירצות לויט די קריסטליכע גלויבן אנע חשבונות, ער קרייצט זיך זיך און איז מתפלל בכוונה צו יוזל פאר ער עסט וכו' וכו' אן אויפריכטיגער אמת'ער מענטש וואס פראקטעצירט זיין רעליגיע אין וואס ער איז אויפגעוואקסן מיט אן אמת.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נהורא נפישא: אזלעכע כאראקטערס פון מענטשן קענסטו נאר געפונען ביי די אמיש. איך האב א ביסל געליינט איבער זייער רעליגיעזע אויפפיהרונג. ס'איז שטוינענד מיט וואספארא תמימות און ערליכקייט זיי ציען אויף די קינדער. כמעט אזוי ווי ביי אונז. (להבדיל) למשל די מאמע פון א רעליגיעזע משפחה איז מקפיד אז די קינדער זאללן מאכן א ..."ברכה"... פאר'ן עסן. און נאכדעים. אויך האט די מאמע אנגעשריגן דעם יונגל ווען ער איז ארויפגעגאנגען אויפ'ן טיש... זי האט אים געזאגט (אין זייער שפראך) אז דער טיש איז הייליג. און מ'טאר נישט ארויפגיין אויף דעים...!

ס'איז אבער דא א נעגאטיווע זייט אויך (איינס פון מערערע). ווען די קינדער ווערן 17 יאר אלט. (סיי יונגלעך און סיי מיידלעך) געט מען זיי א יאר צייט אז זיי קענען ארומהאצקענען. זיי רופן עס טאקע..."רומ-שפרונגען"...זיי קענען ארומפארן און זעהן די .."גוי'אישע"... וועלט. און ווען זיי ווערן 18 יאר אלט זענען זיי מקבל די רעליגיע פון זייער אייגענעם ווילן. נישט אז מ'האט זיי געצווינגען...!

נ.ב: פונקט אזוי ווי די היימישע אידן ביי אונז רופן אן די אלגעמיינע וועלט ..."די גויים"...נוצן זיי דעם טערמין ..."די ענגליש"...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז אבער דא א נעגאטיווע זייט אויך (איינס פון מערערע). ווען די קינדער ווערן 17 יאר אלט. (סיי יונגלעך און סיי מיידלעך) געט מען זיי א יאר צייט אז זיי קענען ארומהאצקענען. זיי רופן עס טאקע..."רומ-שפרונגען"...זיי קענען ארומפארן און זעהן די .."גוי'אישע"... וועלט. און ווען זיי ווערן 18 יאר אלט זענען זיי מקבל די רעליגיע פון זייער אייגענעם ווילן. נישט אז מ'האט זיי געצווינגען...!


ס'קומט נישט אריין אין שמועס, אבער בעצם איז עס בכלל נישט א נעגאטיווע זאך. די ריזאלטס ווייזען אז רוב זייערע יונגען וועלען צום סוף בלייבן אין די רעליגיע, ווייל מ'צווינגט זיי נישט. ביי אונז, ווען מען וואקסט אויף אין א געצווינגענע אטמאספעריע שאדט דאס זייער שטארק, כידוע. מ'האט שוין אמאל געשמועסט ערגעץ דא וועגען דעם.

berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב: פונקט אזוי ווי די היימישע אידן ביי אונז רופן אן די אלגעמיינע וועלט ..."די גויים"...נוצן זיי דעם טערמין ..."די ענגליש"...!


ביי די מארמאנס טרעפט מען אויך ווי ביי יודען אז זיי רופען א יעדען וואס איז נישט א מארמאן מיט'ן כינוי gentile.

נאר זיי זענען געפערליכע פאנאטישע און וואס פרומער אלס מער שייגעץ שטיק טוען זיי בשם די רעליגיע.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נהורא, אפשר גיבסטו עקזאמפלס, נעמען, אף אזעלכע צדיקים?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מאמע טעריסע ע"ה
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: איך מיין זי איז א מאל געווען א אידישע מיידל. אזויפיהל ווייס איך פאר זיכער (גוגל/וויקיפעדיע) אז זי איז נישט געבוירן קיין קאטאליק. זי האט זיך געשמד'ט צו די רעליגיע...!

אן אינטערעסאנטע מנהג האט זי געהאט. זי האט געהאט א ...,קפידה"... נאר צו עסן וואס זי האט אליינס אנגעגרייט. זי האט נישט געגעסן פון די פרעמד. פארטיגע מאכלים. מ'האט זי עטליכע מאל געוואלט מכבד זיין מיט א גוט מאכל. און זי האט אייביג אפגעזאגט...!
פארשפארט