berlbalaguleh האט געשריבן:אויף מיין מציבה וואלט איך געוואלט (לאחר מאה ועשרים) אז מ'זאלל אויסרעכענען איינס פון די שבחים....וויפיהל פעסער בראנפן דער פה נטמן האט אויסגעטרונקען בימי חייו. און נישט סתם בראנפן נאר היי אקטעין. פון 100 פרוף און העכער. נישט סתם קיין מים אחרונים וואסער. און וויפיהל טעצער קוגל ער האט אריינגערוקט כל ימי חייו מיום עמדו על דעתו.... פאטעיטא. לאקשן און ירושלמי...!
ס'איז פארהאן א שיר של שיכורים
איבער א בראנפ"ן וואס האט געהייסן מאנאפאל"ע
און ס'גייט בערך אזוי:
מאנאפאלע, מאנאפאלע, מאנאפאלע,
דו ביסט דאך אזוי טייער,
מאנאפאלע, מאנאפאלע, מאנאפאלע,
דו ברענסט דאך ווי א פייער,
זינט מאנאפאלע איז אראפ אויפ'ן וועלט,
בין איך אזוי אין כעס,
ס'קאסט דאך אפ אזויפיהל געלט,
און טרינקען דארף מען אסאך...
מאנאפאלע...
רבונו של עולם בעט איך דיר,
הייליגער פאטער זיסער,
ס'זאל נאר רעגענען בראנפן און ביער,
מ'זאל קיינמאהל נישט ווערן ניכטער...
מאנאפאלע...
מיין קבר זאל מען מיט בראנפן אנשפריצן
ווייל דאס איז דער עיקר,
און אויף מיין מצבה זאל מען אויסקריצן
"דא ליגט דער אלטער שיכור"...
מאנאפאלע...