אכצן טויזענט קבלות! פארוואס? פאר ווען? און פאר וואו?

קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אכצן טויזענט קבלות! פארוואס? פאר ווען? און פאר וואו?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ערב יום הקדוש שפאן איך אזוי געמיטליך צו די מקוה, זיך צו רייניגען לכבוד דעם בעפארשטייענדעם הייליגן טאג. מיטאמאל פאלן מיינע בליקן אויף א מאדנער פלאקאט.
דער פלאקאט לייענט זיך ווי פאלגענד: אזוי ווי דער צדיק פון סקולען איז ליידער זייער נישט געזונט, (והוא מחולל מתוך פשעינו) דערפאר פאדערט מען פון איטליכער, אז מ'זאל זיך קאטאגאריש פארנעמען נישט צו קוקן אין קיין סמארט פאון ביז חנוכה אויף קיין שום פאל. און דער ענדגילטיגער ציל לייענט זיך דער פלאקאט ווייטער... איז אנצוקומען צו נישט ווייניגער ווי גאנצע אכצן טויזענט פארנעמערס. און ווי ס'איז זעלסט-פארשטענדליך וועלן די אלע פארנעמער דערמאנט ווערן לטובה ביים צדיק, און זיינע ברכות וועלן ווארשיינליך איבערלאזן א גראנדיעזער רושם...

ערשט איז מיר דאס נישט צופול אנגעגאנגן, לופטיגע סקולענער פראפאגאנדע פארנעמט ביי מיר קיינמאל נישט צופול ארט אין מוח. אבער אין לויף פון יום הקדוש האב איך צו מיין אויסטערלישער שטוינונג באמערקט, ווי יונגע בחורים זענען פארנומען דערמיט, זיי לייגן זיך אריין די פארנעמען-אפליקאציעס אין זייערע קעשענעס, מיטן ציל עס אויסצופילן און צוריק צושיקן צו די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטעריום. דאס האט מיר שוין פאראורזאכט א גאנצע טוץ מיט אומפארשטענדענישן.

נעמליך, גוטע-פארגענומענעכצער פארן שנעלן ערהוילונג פונעם צדיק איז באשיינפערליך גאר א וואוילע זאך. אבער פארוואס פונקט 'נישט צו קוקן אין א סמארט פאון'? פארוואס נישט 'נישט רעדן קיין לשון הרע', אדער לערנען מוסר איטליכער טאג, נישט רעדן שבת קודש קיין דברי חול אד''ג, פארוואס פונקט סמארט פאונס? און אויב איז טאקע 'נישט קוקן אין קיין סמארט פאון' א הייליגע זאך, דאן פארוואס בלויז ביז נאך חנוכה? פארוואס נישט ביז כאטש שבת פרה? און פארוואס איז בלויז 18 טויזענט אונטערגענומעכצער גענוג? פארוואס נישט כאטש 26 טויזענט ווי דער הייליגער שם הויה ב''ה? זאל שוין זיין... און נאך מער פון דעם, וואס פאסירט אויב אייגענטליך דער צדיק באשלוסט זיך צו באהעפטן מיט די שכינה אין מיטן די סאמע מיטן פון די הייליגע נעניעים פון גרויס מענדעטאַציע, דאן ווערן די אלע אונטערגענעמעכס גענצליך אנילירט? און מ'מעג שוין ווייטער קוקן אינעם פעך פוי טאמענער סמארט פאון? גיוואלד געשריגן...

ווי ס'ווערט געברעגט אין די פארבאגענע שריפטן, איז אין מצרים דער דעת געווען אין גלות. און דאס איז געווען ממש דאס ארגסטע. היינט צוטאגס ווען מיר שטייען שוין הארט פארן אנקום פון משיח פארארבייט דער שטן אויסטערלישע טעטיקייטן אז דער יונגווארג זאלן האלטן אידישקייט אן קיין דעת. און דאס איז אן קיין צווייפל דאס גרעסטער ניסיון וואס ג-ט האט אונז ליידער באשאנקן הארט פאר זיין בעפארשטייענדעם אנטפלעקונג ב''ב, ווען ס'וועט באשיינפערליך צושטאנד קומען וואס ער זעלבסט האט אונז הייס פארשפראכן דורך זיינע הייליגע נביאים, ומלאה הארץ דעה את השם. די וועלט וועט פול ווערן מיט דעת, מ'וועט אים דינען מיט די ריכטיגע דעת.
אידישקייט אן קיין דעת, האט א פנים ווי חלה אן פּאָמידאָרן-כותח, ווי געפילטע פיש אן קיין כריין, ווי יוהך אן קיין ווארניטשקעס, ווי פלייש אן קיין זויער אוגערקעס, ווי אייער צוויבל אן קיין לעבער, און ווי טשולענט אן קיין ביר רח''ל.

פארוואס זאל מען נישט אנשטאט צו שווענקן די מוחות פון קינדער איבער סמארט פאונס, נישט לערנען מיט די יונגווארג צו דינען דעם הייליגן באשעפער מיט דעת מיטן מוח אונעם שכל וו.צ.ב.ש. מ'זאל לערנען מער נביא, ווי מ'זעהט באשיינפערליך ווי די הייליגע געטליכע נביאים האבן פארמאגט א פערזענליכע פארבינדונג מיט ג-ט. זיי האבן פארפירט לאנגע דיסקוסיעס מיט אים, זיי האבן זיך צומאל צו צושלאגן מיט אים און זיך דאן איבערגעבעטן מיט אים, ממש להבדיל ווי א מאן און ווייב. וויפול אהבת השם, יראת השם, דביקות השם דאס ברענגט. מ'זאל לערנען מיט זיי די הייליגע מענדעטאַציע-דיכטער פון אונזערע הייליגע דיכטער, ראשונים כמלאכים, א שטייגער פון רבינו שלמה אבן גבירול, אברהם אבן עזרא, רבי יהודה הלוי, דונש בן לברט, אד''ג. געזאגען און דיכטער וואס ברענגט צו א אייביגע פארבינדונג און צוגעקניפטקייט מיט ליבע צום היילגן באשעפער. מ'זאל לערנען מיט זיי מער טיפזיניגע מוסר און חסידות וואס פלאמען אויף די הערצער צום הייליגן באשעפער. ניין! מ'איז פארנומען צו שווענקן די מוחות מיט די סמארט פאונס...פון דאס באשטייט דאס גאנצער אידישקייט! רח''ל מהאי דעתה...

דער שטן שיקט אלעמאל אונטער אזעלכע אנגעבליכע פרימאקעס, (פ.יל ר.שעות ו.וייניג מ.צוות) וועלכע באשטייען אין אלגעמיין פון ארבעטלאזע פראזיטן, וועלכע לויפן בייטאג און ביינאכט צו רבנים תמימי לב, און פארדרייען זיי א קאפ מיט אלערליי פון פינגער ארויסגעזויגענע פרצות. פרצות וואס זייערע שמאלע קארטאפאל קעפ זאגט זיי אז דאס גייט ענדגילטיג אונטערברענגען דאס גאנצע אידישקייט. און די דאזיגע פון אונז וועלכע ליידן נעבאך פון א מאסיווער דעת-מאנגל, ווערן צום באדויערן אינגאנצן איבערגענומען, און מיינען נעבאך אז מיטן באקעמפן און זיין פארנומען מיט די דאזיגע קליינקעפיגע משוגעתן קויפט מען אפ ג-ט.

דער מציאות איז, אז א סמארט פאון פארגרינגערט דאס לעבן פאר די מענטשהייט, דאס איז א מתנה וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן זיך עטוואס צו פארגרינגערן דאס לעבן. דער וועלט שפאנט פאראויס און נישט אויף צוריק. מיט די צייט וועט מען ווארשיינליך זיך נישט קענען באגיין אן קיין סמארט פאון. און דאס האט מען גענומען און געמאכט פאר א יסוד אין יודישקייט. דאס איז בלויז מעשי שטן, עס איז מיר נישט קיין שום צווייפל אז דער הייליגער רמב''ם מיטן אבן עזרא וואלטן געווען די ערשטע זיך איינצוהאנדלן א סמארט פאון. פארוואס דען נישט? נעמליך,מ'קען דערמיט זינדיגן? אמת! מיט א קאר אויך...

דער זינלאזע סמארט פאון מערכה ברענגט אונטער אידישקייט און חינוך צוליב 3 פונדאמענטאלע אורזאכן:

1. אז די מוחות פון קינדער ווערן געשוואנקן אז בלויז פון דעם באשטייט דאס גאנצער אידישקייט, (דער סקולענער פראפאגאנדע קאמפיין העלפט גאר שטארק צו צו דעם)
2. דאס ברענגט אריין אין די קינדער א געדאנק אז דער טאטע טוהט חלילה עפעס אן איסור מיטן פארמאגן א סמארט פאון, וואס דאס צונעמט דעם גאנצן יסוד פון חינוך הבן וואס ליגט אויפן פאטער! און נישט אויף דער סקולענער פראפאגאנדע מיניסטעריום.
3. ווען די עוסקי-בעריות האבן געזען ווי די פאפולאציע פארשטייט עטוואס יא וואס עס איז ווירקליך אסור און וואס ס'איז בלויז א קאפריז, און מ'כאפט נישט קיין התפעולת פון די אלע כרוזמאטישע ראבינאוויטש-קארטנס, האבן זיי אויסגעאיבט א אומהויערע דרוק אויף די מוסדות צו אינפארסירן זייערע קאפריזן, אין רעזולטאט איז די באנעמונג און די באציאונגען פון די עלטערן צו די מוסדות געווארן שטארק אנגעצויגענע. וואס דאס איז ממש סם פאר די הצלחה פון די טייערע קינדער.

ועל כולם מיר זענען אלע ערוואקסענע באשעפענישן, און מיר ווייסן גענוי וואס מיר האבן צו טאן, מיר נויטיגן זיך אין קיין אומגעבעטענע אנווייזונגען ווי אזוי צו דינען דעם אלמעכטיגער באשעפער, און וואס יא צו טאן אדער וואס נישט צו טאן.

אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ב"ה איך בין פין די ברכיים שלא כרעו לבעל
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כי מחשבותי מחשבותיכם...

viewtopic.php?p=412935#p412935
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך וואלט געקענט באשטיין אפצוקויפן די ליסטע פון חתימות וואס קומען אריין דארט. ס'איז א גוטע ליסטע פון סענסעטיווע עמאציאנאלע מענטשן וואס מ'דארף אויף זיי קענען שיין קאפיטאליזירן............
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך ונתנהתוקף »

סקולענער רבי שליטה איז פין זקני האדמורים, וואס מען קען טוהן לזכותו איז א גוטע זאך.
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ונתנהתוקף האט געשריבן:סקולענער רבי שליטה איז פין זקני האדמורים, וואס מען קען טוהן לזכותו איז א גוטע זאך.

אן עבירה לזכותו איז אויך א גוטע זאך? אדער סתם עסן א פיצא אדער מאכן א גריל לזכותו?
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: אכצן טויזענט קבלות! פארוואס? פאר ווען? און פאר וואו?

שליחה דורך טרויבן88 »

718 5-skulen...
לעב אין לאז לעבן.
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך ונתנהתוקף »

קורקלענד האט געשריבן:
ונתנהתוקף האט געשריבן:סקולענער רבי שליטה איז פין זקני האדמורים, וואס מען קען טוהן לזכותו איז א גוטע זאך.

אן עבירה לזכותו איז אויך א גוטע זאך? אדער סתם עסן א פיצא אדער מאכן א גריל לזכותו?


פארשטייט זיך אז אן עבירה איז נישט גוט צו טוהן.

איר טוט פארלייגן אז די אכצען טויזענט חתימות קאמפיין איז א עבירה? פארשטיי איך נישט מיט וואס.

סוף כל סוף, דארף כלל ישראל סקולענער רבי, איז פארוואס נישט טוהן גוטע זאכן לזכותו?
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך לעפל: ייש"כ. איך בין מסכים מיט א יעדן איינציגן ווארט וואס דו זאגסט. נאר איין קליינע הוספה האביך צו מאכן. אז נאכדעים וואונדערט מען זיך פארוואס אזא גרויסער פראצענט פון די יוגנט פאלט אוועק, ל"ע. אז מ'לערנט נישט קיין שום אידישע היסטאריע. און פארוואס אונז לייגן מיר תפילין און היטן שבת און עסן כשר'ס. נאר וואס מ'טוט איז כמעשי קוף בעלמא. און נאכדערצו די אלע מח שווענקונגען פון די אלע פארשידענע ברואים אשר ברא ה' בעולמו. איז עס זייער א נאטירליכער פראצעס אז אזויפיהל יוגנטליכע (בחורים און מיידלעך) גייען אראפ פונ'ם אידישן דרך...!
[NAMELESS]

טיפש מרחם'דיגע אפהאנדלונג אויף סקולענע חתימות קאמפיין

שליחה דורך [NAMELESS] »

סקולען האט נישט געזאגט אז עס מעגן נישט זיין מער ווי אכצן טויזענט חתימות און אויך האבן זיי נישט געזאגט אז גלייך נאך חנוכה זאל מען לויפן קוקן אין סמארטפאונס, סך הכל מאכן זיי א קאמפיין און כדי מענטשן זאלן זיך קענען באשטיין צו אונטערנעמען און חתמ'ענען (נישט ביי יעדן סיינט זיך אזוי גרינג ווי ביי קאך לעפל) האבן זיי געשריבן ביז חנוכה.
אינטערסאנט ווי א נארישע אפשאצונג פון קטני דעת נעמט אזוי אויסן ביים ציבור... (אויפן קאמפיין געזאגט) זיי האבן שוין מער ווי אכצן טויזענט חתימות, ווייל ניובורן בעיבי'ס סיינען דארטן אויך
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער רבי לרפו"ש איז נעבעך ווידעראמאל על ערש דוי, דארף מען דאך ווייטער טון השתדלות....

כאפט אריין! היינט איז דער לעצטער טאג וואס איר קענט שיקן אייערע נעמען אז דער רבי שליט"א זאל עס נאך זעהן אויף חמשה עשר בשבט!

.
וירח ה' את ריח הניחוח
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ר' שאול יצחק האט יעצט געהאלטן א דרשה אויף יענער וועלט, און בתוך הדברים געזאגט, דער סקולענער רבי איז מסכים צו שטארבן, אבי אידען זאלען נישט האבען קיין סמארטפאנס. און די בי"ד של מעלה האט צוגעשאקעלט, און דער סקולענער און נעבעך נישט געזונט געווארן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: לפענ"ד האמיר די גאנצע זאך ארום סמארטפאונס, טעכנאלאגיע און אינטערנעט וכל המסתעף נישט אויף די ריכטיגע רעלסן. (טרע"ק בלע"ז).לאמיר אנהייבן מיט קאמפיוטערס און אינטערנעט. די אפענע (אומ-געפילטערטע ) וועב איז א סכנה ברוחניות לפי שיטת הרבה פוסקים. ספעציעל וואו קינדער און יוגנטליכע זענען אינוואלווד. ווייל זיי קענען נישט מבחין זיין בין טוב לרע. און ס'קומט ליידער ארויף פון זיך אליינס א סאך נישט טויגעדיגע זאכן. און זיי האבן נישט דעם דעת און דעם רצון דאס אוועקצו ווישן. און אוועקגייין דערפון. זענען געקומען ערנסטע מזכי הרבים און זיי האבן געמאכט אזא זאך ווי א פילטער סיסטעם. וואס איז זייער א גוטע און נוצליכע זאך. נו, איז דאך גוט. און ס'וואלט זיך דא געדארפט צו ענדיגן די פראבלעם. אויסער דעם. זאגט דאך דער רמב"ם..."אין החטא מצוי אלא בלב פנוי מן החכמה"...ד.מ. אז א מענטש מיט א פוסטן און ליידיגן קאפ קען צו קומען צו זינדיגן. משא"כ א מענטש וואס נוצט די אינטערנעט פאר א נוצליכן, אינפארמאטיוון צוועק דארף נישט האבן קיין פראבלעמען. מכש"כ. ווען ס'איז באשיצט מיט א גוטן, פארלעסליכן פילטער...!

זענען געקומען צו גיין מענטשן מיט אן אגענדא פון געלט (אסר בשביל שתתעשר) אדער כבוד. און זיי האבן אויף א דעמאגאגישן אופן אנגעהויבן פארפיהרן אז אינטערנעט טויג נישט. סמארטפאונס. אפילו די געפילטערטע זענען פסול. טריפה. און זיי האבן אנגעמאכט א גאנצע סומאטוכע. און זיי זענען געגאנגען צו אזעלכע תמימות'דיגע צדיקים וועלכע ווייסן ב"ה נישט. און זיי האבן אפילו נישט קיין מושג וואס קאמפיוטערס, אינטערנעט אדער סמארטפאונס זענען. און זיי האבן זיי איינגערעדט אז דאס איז א געפערליכע זאך. און די ערגסטע זאך פאר אידישקייט. ביז ס'איז געווארן אזא בילבול המוחות אז א יעדער מאן דהו וואס ווייסט אפילו נישט בחייכון וביומיכון צו זאגן רודערט ארום און מאכט משוגע מענטשן.

ס'איז פונקטליך אזא מצב ווי ווען דער נחש הקדמוני איז געקומען צו חוה. און זי האט געזאגט פאר איהם אז דער אייבישטער האט זיי פארבאטן אנצורירן דעם עץ הדעת. וואס איז נישט געווען אמת. ווייל הקב"ה האט נאר געזאגט פאר אדם און חוה אז זיי טארן נישט עסן פונ'ם עץ הדעת. האט ער איהר געגעבן א שטופ און זי האט אנגערירט דעם עץ הדעת. האט דער נחש געזאגט...זעהסט דו האסט אנגערירט דעם בוים און ס'איז גארנישט געשעהן צו דיר. פונקט אזוי קענסטו עסן פון דעם עץ הדעת און ס'וועט דיר גארנישט געשעהן...! אזוי איז זי נכשל געווארן...!

ס'איז שוין די העכסטע צייט אז מ'זאלל אויפהערן זיך נאריש צו מאכן מיט די פאלשע, איינגערעדטע שטותים...! אינטערנעט און סמארטפאון זענען 100% לכתחילה מותר זיך צו באנוצן. אויב. זיי זענען געפילטערט...!

וואס איז דען ראנג ווען איינער ווילל קוקן נסיעות צו קברי צדיקים. אדער מיטהאלטן א חמשה עשר בשבט אדער א ל"ג בעומר טיש אדער א הדלקה ביי א רעבי'ן. אדער מיטהאלטן אידישע חתונות און בר מצוות...?!
פארשפארט