"ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער 14)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:15 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

"ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער 14)

שליחה דורך יהודה מאשקאוויטש »

איך האב געשריבן דעם - היבש שארפן - ארטיקל איבערן מענדעליסטישער שוואנצונעס פרשה, מיט די היסטאריע דערינטער.

ס'איז בעצם געשריבן געווארן פיל שארפער, און כ'האב געבעטן ידידי הג"ר [tag]אבטולמוס[/tag] המעורר שליט"א אביסל צו צענזורירן די שפראך, נישט ווייל דער מרכז'ער פארדינט עטוואס כבוד, נאר פאר די לייענער'ס כבוד.

אלעס וואס איך האב געשריבן האב איך זעלבסט בייגעוואוינט אדער געליינט פון זייערע אייגענע קונטרסים. און כ'שפיר פאר וויכטיג אנצומערקן אז איך בין נישט קיין וויזניצער חסיד בכלל, פון קיין שום רבי וגזע למיניהם.


אויב די לייענער האבן עפעס וואס צוצולייגן צום שמועס, אדער זיי ווייסן נאך סיפורי צדיקים פון די נאענט, אדער זיי האלטן גאר אז עס איז נישט אזוי מסוכנ'דיג ווי איך האב עס אפגעמאלן, איז מען מער ווי וועלקאם צו שרייבן הערות והארות כדרכה של אינטעלעקטואל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: "ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

האסט ארויס געברענגט א ריזיגע נקודה. היינטיגע צייטען, גייט עס קיינעם נישט אן וואס א צווייטע טוט. אין די חסידות קען מען פארברענען מענטשען, א צווייטע קען פרעדיגען הבל וריק וועגען דיפס און הויכע שטריימלעך, נאך איינער שלעפט זיין קאנקורענץ אין ערכאות און גאר א פיפטע פאדערט אז מ׳זאל זיך בוקען צו זיין בילד, ואין פוצה פה ומצפצף.

יא, פאר סמארטפאונ׳ס זענען מיר אלע אינאיינעם אחראי, אבער פאר די זאכען איז שא שטיל. מ׳לאזט יעדעם טון ככל העולה על רוחו.

איינער האט עפעס א לעזונג?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: "ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער

שליחה דורך קל וחומר »

שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, ס'האט מיר געקאסט א פנים שוחקות ביים ליינען דעם פאראגראף וואס דעפינירט דעם שוואנץ. איר הויפט אויפגאבע איז צו ריקן זיך אין א זייט ווען ס'בהמה איז מטיל גללים...

מיר איז משמע אז ס'גאנצע שוואנצאנעס אויפרייס איז בלויז אן הקדמה צו עפעס סאך ערגער וואס גייט אפירקומען אינעם צוקומפט, אדער וואס ליגט באהאלטן און איז אין סכנה פון ארויסרינען צום פובליק מיט אלע קאלירן. דאס איז איינמאל זיכער אז דאס קומט מצדו פון א שטארקע אומזיכערקייט און שוואכקייט וואס שפייעט ארויס דעם התנהגות אין א פרואוו צו פילן שטארק.

עס בלייבט איבער פאר 'צייט' צו דערציילן דאס אומדערציילטע.
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:15 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך יהודה מאשקאוויטש »

דער ארטיקל פארענדיגט זיך מיטן פאלגענדן ציטאט:
"מאכט זיכער איר זאלט קענען זאגן מיט א ריינעם געוויסן: ולא תוכלו לומר ידינו לא שפכו את הדם הזה".

עס איז א טעות הדפוס, וויבאלד איך האב פארענדיגט מיט די ווערטער אז אויב די רבנים וועלן גארנישט טון דערצו און שפעטער וועלן ארויסקומען שוידערליכע מעשיות פונעם קולט, דאן "לא תוכלו לומר ידינו לא שפכו את הדם הזה". ראובן שיחי' האט געוואלט אביסל אויסאיידעלן דעם לשון און האט געשריבן בלשון חיובי: "מאכט זיכער איר זאלט קענען זאגן מיט א ריינעם געוויסן ידינו לא שפכו את הדם הזה", אבער האט פארגעסן ארויסצונעמען די ווערטער "ולא תוכלו לומר"...
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ייש"כ רבי יהודה
איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון די קלארע דאקומענטאציע ווי אזוי ס'איז געגאנגען מן הקל אל הכבד, סאיז א באווייז ווי זאכן דערקייקלען זיך שנעלער ווי געראכטן, ודוק. א גרויסן שכח.
איך בין אבער נישט געווען אזוי צופרידן פון אייערע באשולדיגונגן קעגען די קהילה און ווער רעדט נאך קעגן אנדערע רבנים, כ'מיין וואס ברויך יעצט סאטמארע רבי טון, זיך אויפשטעלן האלטען א דרשה קעגן מענדעלע וויזניצער? וועט עס דען אפילו אויפטון? א געוונליכע מענטש גייט סייווי נישט אהינגיין און זיינע חסידים גייען זיך נישט דערשרעקן אז אהרן טייטלבוים רעדט קעגן מענדעלע וויזשניצער, ער האט שוין גערעדט קעגן אסאך גרעסערע רביס און סהאט זיי גארנישט געשאדט.
איז וואס יא? דא דארף מען זאגן וואס דער רבי זי"ע פלעגט זאגן, פארוואס זאג איך דאס אייך? כדי איר זאלט וויסען. והיה כי יבא יום מ'וועט זיך ברעכען קאפ וואס האט דא פאסירט מיט א עדה אידען, זאל מען וויסען אז ס'איז געווען א אנהויב און א מיטן און ס'איז נישט סתם פון זיך אליין צושטאנד געקומען
בכל אופן, א גרויסן שכח.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גדליה איך פארשטיי אז אנדערע רבי'ס קענען נישט מוחה זיין, אבער כאטש אים נישט געבען כבוד וכו'
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

מען קען מוחה זיין פאר די זעלבע סיבה ווי די אנדערע פירצות, אראפצונעמען דעם חרון אף, טון נישט אויפטון אדער וואטעווער יו קאל איט. אבער ערנסט גערעדט איז פשוט אז מיט דרוק פון דעם עסטעבלישמענט וועט דער אדמו"ר זיך ברעכן, ער איז נישט העלבראנץ און ער דארף צוקומען צו די עסטעבלישמענט.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פארוואס זאל דעם העליגן נישט עמטליך אריין שטעלן אין ח'? א מענטש שטעלט זיך אויף און זאגט פאר זיינע עגלים וסיחים דינט מיך, בוקטס ענק צו מיר! וואס איז דער דאזיגער אנדערש ווי אונזער געקרייצטער יעזעס?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך בין מיט גדליה און אפילו מער פון דעם. מרחק זיין ר' מענדלע און זיינע חסידים וועט גארנישט העלפן נאר עס וועט זיי מער אייסילעיטן. ווער וועט בענעפיטירן פון דעם? די חסידים? זייערע קינדער? עס איז זייער א נארישע שריט. ווען מען וואלט נישט אזוי באזייטיגט און גערודפט קהלת לב טהור וואלטן זיי נאך היינט געווען אין א נארמאלע יישוב מיט רעלאטיוו נארמאלע דזשאבס און מעגליך אז די גאנצע קהלה וואלט צופאלן ביי די פטירה פון העלבראנץ. ווער בענעפיטירט פון דעם אז זיי זענען היינט אין גוואטעמאלא און מעקסיקא? כך נראה לענ"ד און איך האלט אז דאס איז די חשבן פון די רביס ורבנים וואס זענען זיינע שכנים און קרובים. דאס נישט באהאקן מענדלע קומט מיט א גוטע חשבן.

איך האב זייער הנאה געהאט פון די ארטיקל, עס איז געווען זייער שיין און מסודרדיג אראפגעלייגט, אבער דיין מסקנות זענען ראנג.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביסט כשר גערעכט. ר' אהרן טייטעלבוים איז זייער מקפיד נישט צו רעדן נאר ווען איינער קימערט זיך פאר זיין מיינונג. ממילא האט מען געטראפען דעם 'עצם רעיון' פון עפעס ווי ער/זי וויינט און קלאגט די יארן, ווייל א קינות האט פאסירט קעגן אים/איר. ווען עס טוט נישט אויף וואלט ער דאך נישט גערעדט.......

וויצען אין דער זייט, דאס אליינס אז עס איז נישט דא קיינער אין די היינטיגע וועלט וואס איז גענוג ריין אדער אויסגעהאלטען צו קענען פארדאמען דער ערשיינונג, איז די פראבלעם. ווען די מנהיגים זענען אדער געלט און מאכט יאגערס, אדער שעפסעלעך אין די הענט פון גראבע בעלי בתים, אדער וואוילע תהלים אידען מיט בעלעגלה שכל, אדער אלע דריי אינאיינעם, זענען מיר אלע טיף אין (ווארט רעדאקטעד דורך ר' מ. פ. ש. פון לעיקוואד, מלפנים ווסמב"ג).
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

זייער א שיינער ארטיקל.


כ'בין אויך מסכים צו [tag]חתם סופר[/tag], אז הגם מוחה זיין קען מעגליך בעקפייערן און נאכמער פארמאכן די מענדעליסטן און גאר שנעלער פארוואנדלען אין א קולט, דאך וואלט מען געדארפט נוצן אביסל שכל אים נישט צו געבן קיין שום לעגיטימאציע.

דאס אז אדמורי"ם גייען אים באזוכן, בילדער אויסגאבעס לייגן אים אריין, א.א.וו. איז א חורבן און אויך א חוצפה.


גלייכצייטיג איז וויכטיג ארויסצוברענגען, אז דאס וואס [tag]הוגה[/tag] איז חושש אז אויב מ'וועט אים בא'שגצ'ן וועט עס גאר ערגער מאכן די קולטישקייט פון מרכז, קען טאקע זיין אמת פון א פראקטישע זייט, אבער דאס איז געוויס נישט די סיבה פארוואס אונזערע קול קורא שרייבער זענען נישט ארויס קעגן אים. זיי האבן קיינמאל נישט געמאכט דעם חשבון פון הומאניזם אין זייער לעבן, אזויווי מאשקאוויטש האט געשריבן אין זיין ארטיקל.

סך הכל, ווען הוגה וואלט געווען א רבנישער אויטאריטעט, וואלטן מיר געהאט צום ערשטן מאל דעם ערשטן רב וואס וואלט נישט ארויסגעקומען קעגן זיי, צוליב "זייער וואוילזיין" אנשטאט צוליב "זיין וואוילזיין".
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אני מוחה, אני מוחה, אני מוחה.

ובאתי עה"ח.

שוין ביסט צופרידען הרב מאשקאוויטש? הרב לאווי איז מוחה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

לעיקוואד האט געשריבן:אני מוחה, אני מוחה, אני מוחה.

ובאתי עה"ח.

שוין ביסט צופרידען הרב מאשקאוויטש? הרב לאווי איז מוחה.


נישט גענוג דא אויף ק"ש.

דארפסט ניצען די זעלבע platforms פון ווי די ביסט משפיע דיין יפוצו מעינותך חוצה.

נישט אזוי שטייט "מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו"?

ס'דארף זיין מתוך די איצטלא דרבנן ונושאי כליו המרובים...

You can't get away so easy...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איך זעה נישט ווי מ'זאל אים אפגעבען כבוד, די בילדער אויסגאבעס דרוקן פון סיי וועמען וואס צאלט, און איך זעה נישט די רבנים זאלען אים עפעס מכבד זיין,
אגב ווען די שוואנצונעס מערכה האט אויסגעבראכען האב איך דעמאלט גערעדט מיט א חשובע רב און ער האט מיך מסביר געווען בערך די זעלבע ווערטער וואס הוגה זאגט, אז אויב מוועט דערקלערען קריג מיט מענדעלע וועט מען נאר ערגער מאכען.
אמאליגע צייטען האבען רבנים געהאקט און געשימפט פרעזענליך קעגען אנדערע רבנים, און מיר דארפען דאנקבאר זיין אז די צייטען האבען זיך געענדיגט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

א טייל רבנים/רעביס איז ווי הוגה און גדליה, און די אנדערע טייל טראכט מתי יגיעו מעשי..
I have a dream
Martin Luther King ~
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

און וואס טראכט איר? :lol:
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

און א גרויס טייל איז פשוט צומישט און פארלוירן נישט וויסנדיג וואס צו טאן, היות זיי האבן נאך קיימאל נישט געמאכט קיין ערנסטע החלטה אין לעבן אן זיך פארזיכערן פון פריער אז עס וועט זיי נישט בארירן קיין שפיץ נאגל, אדער וועלן זיי עכ"פ האבן גענוג אונטערשטיצע אין פאל פון נויט, ארויסצוטרעטן איינער אליין קעגן דעם אנגענומענעם דעת העסקנים והשוויצערס ומלחכי פינכא וואס רוקן אריין גרויסע מתנות אין די שיפע טאשן האבן זיי זיך נאך קיינמאל נישט געטרויעט נאר אזעלכע מאדנע טיפן ווי ר' יצחק לעבאוויטש אדער ר' יחזקאל רוטה. די רבנים זענען אזוי מין אפגעטיילט פון דעם עולם אז עס גלויבט זיך נישט.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

אפשר זענען זיי פינקט אזוי צעמישט ווי יעדען איינעם?
אז איר טרעפט מארגען אן א מענדעליסט אין גאס וואלט איר דען געוואוסט ווי אזוי צו רעדען צו אים וועגען די נושא?
וואס דרייט מען דא א קאפ.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

די רבנים זענען הונדערט פראצענט גערעכט!
זיי ווייסן דאך דעם אמת אז קיינער הערט זיי נישט אויס, סאו פארוואס סתם דערלייגן שיינער בילדער אינעם צייטונג?..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מצד אחד, האבען די מחאות אויף לב טהור דערווייטערט די קהלה פון נארמאלקייט. מצד שני אבער, האט מען געראטעוועט נייע מענטשען פון זיך צושטעלן. ווען ער בלייבט אין מאנסי, וואלטען פיל מער נארמאלערע מענטשן זיך צוגעשטעלט צו אים.
ביי וויזניץ איז עס נישט אזוי, ווייל זיי זוכען נישט קיין נייע מענטשן, אבער מ'דארף פארט נעמען די גאנצע זאך אין באטראכט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווי ווייט איך האב געהערט איז איהם די לעבן אסאך שווערער געווארן זייט די שוואנצאניס געשעפט, זיין פאָנדינג איז אסאך אראפ, און אנדערע האבן זיך אפגעשאקלט אין גרויסן, אוודאי וועט עסטאבלישמענט מערכות נישט קענען גענצליך פארמאכן אלע זיינע אפעראציעס אבער ס'וואלט געגעבן שטארקע לעגיטימאציע פאר מער מענטשן און שיינע אידן איהם איבערצולאזן. וואו נישט וואו איז ער טאקע דער הייליגער רבי אבער א רבי אן חסידים איז אויך גארנישט ווערד..... און וויפיל מ'קען נאך ארויסשלעפן פון דארט איז פארט וויכטיקער ווי די פאר וואס וואלטן סייווי געבליבן...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:ס'איז בעצם געשריבן געווארן פיל שארפער, און כ'האב געבעטן ידידי הג"ר [tag]אבטולמוס[/tag] המעורר שליט"א אביסל צו צענזורירן די שפראך, נישט ווייל דער מרכז'ער פארדינט עטוואס כבוד, נאר פאר די לייענער'ס כבוד.

אויב מעגליך ארויפצולייגן דא די שארפער ווערסיע וואלט איך און אסאך אנדערע דא מן הסתם שטארק הנאה געהאט עס צו זעהן ......
פארשפארט