אישתישבי האט געשריבן:ווי איז א לינק צו דער טשענעל?
https://t.me/Autonomies_sdarot
לבי ובשרי האט געשריבן:דער לעצטער עונה האט מיר היפש שאקירט.
לענ"ד ענדיגט זיך עס היפש נאריש, און זיי וואלטן ווען געדארפט ענדיגן מער אינטערעסאנטער, מיט מער פשט און מער תוכן.
בכלל, שטימט נישט אז מען קלינגט אן יונה'ס געוועזענע ווייב אז יונה איז נפטר געווארן, און די ליובאוויטשער חברא קדישא פרעגט צי זי וויל באצאלן די קבורה קאסטן, ווען עטליכע מינוט נאכדעם איז יונה זעלבסט אין קאר און קוקט ארויס פון פענסטער אויף זיין אמאליגער מיטארבעטער אלס גנב, און ער קומט אן אין א ישיבה.. (אפילו, עס קען זיין אז מ'האט אין א"י געמיינט אז ער איז געשטארבן, האט מען שוין געהערט אזאנס, און עס איז נישט אזא שטארקע נקודה אינעם מעשה.
-
ער האט איבערגעלאזט א גט ביים רבי'ן פאר ער איז ארויסגעפארן כאפן גונילענעגעל וואסער האט געשריבן:בדיוק.
לכאורה האט זי חתונה געהאט על סמך זה, כ'דענק נישט אז זיי זאלן זיך האבן גע'גט.
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ד. חרידישע פרויען גייען שלאפן אין צייט פון נאכטמאל מיט אויערן שטאפערס און אויגן פארשלייערס
אברך משי האט געשריבן:למשל ווען יונה הערט חנהלע שפילן מוזיק, ער מאכט די ריכטיגע פאקסן און תנועות פון כיסופין, אבער ס'האט נישט בארירט דאס הארץ. אדער ווען ער דערציילט די מעשה פון יונה במעי הדגה און ער רעדט פון זיין מצב, חנהלע הערט זיך צו מיט פארטרערטע אויגן, מ'כאפט אז ס'דארף צו זיין זייער עמאציאנאל אבער אין פאקט האט עס נישט געדרייט מיינע קישקעלעך.
לבי ובשרי האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט גוני'לה צום סוף?
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:9) די אויפשריפט אויפן טויער פונעם ווארטס צימער צום בית דין של מעלה דערמאנט די אויפשריפט אין אוישוויץ
10) ואחרון חביב, די ספרא דדיינא דארט איז פרוי נישט א מאן ווי מען האט אלעמאל געמיינט (ר' יששכר, געב עס איבער פאר די חברה)