בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
מתחיל בהר' (קרעדיט דער איד) משה בער בעק (קרעדיט בעל עגלה) ומסיים ברש"י ושכינה מה אומרת...
לגבי רש"י איז אמת ביידע. פון איין זייט איז רש"י גארנישט דער גרויסער גוטזאגער ווייסאיך וואס. נישט נאר וואס די גדולי ספרד צומאלן אים ווי רמב"ן אבן עזרא רד"ק און אנדערע נאר אפילו זיינע אייגענע צרפתישע קאלעגן פאקן אים איין אין קעשענע ווי ר"י קרא, רשב"ם ר"י בכור שור וכדו' וואס זענען הונדערט מאל מער מכוון על פי פשט המקרא כידוע. טייל זאגן טאקע אז דוקא די שיינע מדרשיםלעך האט עס געמאכט מער עממי'דיג פאפולער און באליבט צווישן פאלק וצ"ע. למעשה איז קלאר אז רש"י איז געווען א אויטאריטעט בחייו מאיזה סיבה און דאס האט געמאכט זיין פירוש לכתחילה א דין קדימה אויף יעדן אנדערש.
שוב התבוננתי אז דער ליטוואק ווי א ליטוואק מיינט רש"י אויפן תלמוד און מיט דעם איז ער גערעכט שאין דוגמתו. ואולי דאס האט אים געגעבן זיין שטארקייט אין על התורה אויך.
לגבי רש"י איז אמת ביידע. פון איין זייט איז רש"י גארנישט דער גרויסער גוטזאגער ווייסאיך וואס. נישט נאר וואס די גדולי ספרד צומאלן אים ווי רמב"ן אבן עזרא רד"ק און אנדערע נאר אפילו זיינע אייגענע צרפתישע קאלעגן פאקן אים איין אין קעשענע ווי ר"י קרא, רשב"ם ר"י בכור שור וכדו' וואס זענען הונדערט מאל מער מכוון על פי פשט המקרא כידוע. טייל זאגן טאקע אז דוקא די שיינע מדרשיםלעך האט עס געמאכט מער עממי'דיג פאפולער און באליבט צווישן פאלק וצ"ע. למעשה איז קלאר אז רש"י איז געווען א אויטאריטעט בחייו מאיזה סיבה און דאס האט געמאכט זיין פירוש לכתחילה א דין קדימה אויף יעדן אנדערש.
שוב התבוננתי אז דער ליטוואק ווי א ליטוואק מיינט רש"י אויפן תלמוד און מיט דעם איז ער גערעכט שאין דוגמתו. ואולי דאס האט אים געגעבן זיין שטארקייט אין על התורה אויך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עפעס דרוקט דיר, איך ווייס נישט וואס.
א גוטע עצה וואלט געווען א ווארעם גלאז מילך און א באקוועמע בענקעל. איך ווייס נישט ווי דו ביסט צו קענען אנווייזען ווי אין דיין געגנווארט קען מען דאס באקומען, אבער אין אישי קענסטו מיר אויסזאגען און איך וועל אויפזוכען. אדער פרעג שאולזון ווי קויפט מען אזוינס. דערנאך גיב איבער די אינפארמאציע פאר דער געוואגטער אינגעל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב שוין אמאל געשריבן, אפילו די וואס האלטן נישט פון זיין מהלך (ד.מ. רוב כלל ישראל), זענען פארט מודה אז דער איד איז א מדקדק בקלה כבחמורה, אן אמאליגער סארט ירא שמים, א קדוש ופרוש וואס איז זיך מתנזר פון די תאוות עוה"ז, מיט א שמירת עינים עד להפליא, לעבט מיט א דביקות בה', און טשעפעט נישט קיין איד! זאל ער געהאלפן ווערן מיט א רפואה שלימה און כל טוב.
ס'האט מיר פשוט שאקירט וואס איך האב דא געליינט, איך קען מיר נישט איינהאלטן
א מענטש (איך ווייס נישט צו ס'קומט זיך אים אזא טיטל) וואס איז א בוגד אין זיין אייגענע פאלק, א מענטש וואס טשעפעט זיך מיט "כלל ישראל", ביזטו מדמה בכלל צו א מענטש וואס טשעפעט אמאל א אדם יחיד? ביזט פון קאפ געפאלן?
אזא מענטש האט נישט וואס צו זוכן דא, ווי א טאג ווייניגער ער לעבט איז בעסער פאר כלל ישראל, און פארשטייט זיך פאר ה' אלוקי ישראל
די אייבישטער זאל טאקע העלפן און אויסרייסן די אלע דערנער פון כלל ישראל
כלל ישראל זאל געהאלפן ווערן און ער זאל שוין גיין פון דא איינמאל פאר אלעמאל
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
בן פרצי האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב שוין אמאל געשריבן, אפילו די וואס האלטן נישט פון זיין מהלך (ד.מ. רוב כלל ישראל), זענען פארט מודה אז דער איד איז א מדקדק בקלה כבחמורה, אן אמאליגער סארט ירא שמים, א קדוש ופרוש וואס איז זיך מתנזר פון די תאוות עוה"ז, מיט א שמירת עינים עד להפליא, לעבט מיט א דביקות בה', און טשעפעט נישט קיין איד! זאל ער געהאלפן ווערן מיט א רפואה שלימה און כל טוב.
ס'האט מיר פשוט שאקירט וואס איך האב דא געליינט, איך קען מיר נישט איינהאלטן
א מענטש (איך ווייס נישט צו ס'קומט זיך אים אזא טיטל) וואס איז א בוגד אין זיין אייגענע פאלק, א מענטש וואס טשעפעט זיך מיט "כלל ישראל", ביזטו מדמה בכלל צו א מענטש וואס טשעפעט אמאל א אדם יחיד? ביזט פון קאפ געפאלן?
אזא מענטש האט נישט וואס צו זוכן דא, ווי א טאג ווייניגער ער לעבט איז בעסער פאר כלל ישראל, און פארשטייט זיך פאר ה' אלוקי ישראל
די אייבישטער זאל טאקע העלפן און אויסרייסן די אלע דערנער פון כלל ישראל
כלל ישראל זאל געהאלפן ווערן און ער זאל שוין גיין פון דא איינמאל פאר אלעמאל
האלאו האלאו, טעיק איט איזי!
הרב בעק איז קיין בוגד נישט, אין ערגסטן פאל מאכט ער א פארדריסליכע טעות אין זיין שיטה וזהו.
גראדע האט ער אויף וואס סומך צו זיין די שיטה זיינעם, ביי יעקב אבינו טענה'ט ער ווען עשו האט איהם געוואלט הארגענען איז ער איהם אנטקעגן געגאנגען און געזאגט "אדוני עשו עבדך יעקב " טענה'ט ער אז דא האט די תורה דעסקרייבט די אידישע מהלך ווען אידן זענען אין געפאר, גיין צום גוי און זאגן מיר ווילן זיך מכניע זיין און דאס איז עס.
עספעשעלי ווען די אלע צרות קומען לשיטתו פון די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל וואס לשיטתו טאר בכלל נישט עקזיסטירן ע"פ תורה, האלט ער אז מען ברויך גיין צום גוי און זאגן אז מיר זענען נישט קיין חלק פון דעם.
האלטסט אנדערש? געזונטערהייט! יש לך על מי לסמוך און לכאורה ביזטו גערעכט אויכעט, אבער איהם אנצורופן א בוגד און וואונטשן די טויט פאר סיי וועלכע באשעפעניש איז היבש ארויס פון פראפארציע.
ווען איינער טוט ווען זיינע אקטן און איז א שלעכטע מענטש, א אויבער חכם, א עטענטשן זוכער, קען אפשר זיין אז דו ביזט האלבוועגס גערעכט, אבער קוקענדיג אויף די אנדערע חלקים פון ר' משה בער'ס לעבן זעהט מען גאר אן אנדער בילד, א איידעלע איד וואס טשעפעט נישט קיין פליג און דינט דעם רבוש"ע במסירות נפש יתירה. מוז זיין אז די איין שלעכטע חלק איז אויך מיט ריין גוטע כוונות. העכסטנס קענסטו מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל איהם חונן דעת זיין און פירן אויף די ריכטיגע וועג.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
מיימון האט געשריבן:מתחיל בהר' (קרעדיט דער איד) משה בער בעק (קרעדיט בעל עגלה) ומסיים ברש"י ושכינה מה אומרת...
לגבי רש"י איז אמת ביידע. פון איין זייט איז רש"י גארנישט דער גרויסער גוטזאגער ווייסאיך וואס. נישט נאר וואס די גדולי ספרד צומאלן אים ווי רמב"ן אבן עזרא רד"ק און אנדערע נאר אפילו זיינע אייגענע צרפתישע קאלעגן פאקן אים איין אין קעשענע ווי ר"י קרא, רשב"ם ר"י בכור שור וכדו' וואס זענען הונדערט מאל מער מכוון על פי פשט המקרא כידוע. טייל זאגן טאקע אז דוקא די שיינע מדרשיםלעך האט עס געמאכט מער עממי'דיג פאפולער און באליבט צווישן פאלק וצ"ע. למעשה איז קלאר אז רש"י איז געווען א אויטאריטעט בחייו מאיזה סיבה און דאס האט געמאכט זיין פירוש לכתחילה א דין קדימה אויף יעדן אנדערש.
שוב התבוננתי אז דער ליטוואק ווי א ליטוואק מיינט רש"י אויפן תלמוד און מיט דעם איז ער גערעכט שאין דוגמתו. ואולי דאס האט אים געגעבן זיין שטארקייט אין על התורה אויך.
זיי זאגן אז אזויווי להבדיל ביי די קריסטליכע גדולים יענע צייטן, האבן רש"י'ס תלמידים אפגעשריבן גענוי זיין טעגליכע התנהגותן. וואספארא לעפל ער האט גענוצט פאר די זופ וכ'ו למשל. מ'פארציילט אז רש"י האט גאר חתונה געמאכט איינע פון זיינע תלמידים ביי זיך אינדערהיים. וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אויב האט מען זיך געקענט פארמעסטן מיט זיין לומדות האט מען מיט זיין חסד זיך מסתמא נישט געקענט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאמבל סאוס: ייש"כ. געוויינליך ביניך מסכים מיט די מיינונגען און מימרות פון מיימון. אבער דא לאזט זיין קאמענטאר איבער עפעס א ביטערן אדער זויערן טעם אין מויל. נישט אז איינער פון אונז (הויפטעזכליך, איך) קען זיך עפעס פארמעסטן צו זאגן מבינות איבער רש"י'ס גדלות בתורה. אבער זיך אוועקשטעללן אויף איין דרגא מיט רש"י און די אנדערע מפרשי התורה און זאגן קריטיק (הן לטוב והן למוטב) וואו זיין פאזיציע איז. דאס איז זיכער נישט פאר אונז קליינע מענטשעלעך. ווייל אפילו מיר רעדן זיך איין אז אונז פארשטייען און זענען יורד לסוף דעתם פון די פארצייטישע גדולי המפרשים, הייבן מיר נישט אן צו האבן אן השגה איבער זייער גרויסקייט. ספעציעל צו אוועקצומאכן רש"י'ס גדלות און די נוצליכקייט פון זיין פירוש על התורה...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
איים סאו סארי מיסטער באלעגאלע. איך וועל רעדן צו דיר דירעקט כאטש דו האסט זיך אדרעסירט צו א דריטן. נאך איינער האט מיר מעורר געווען (אין אישי, גיי פארשטיי פארוואס) אז ער האט נישט ליב די שפראך. ע"כ ליהוי ידיע לכל מאן דבעי למידע אז די תגובה האב איך געשריבן מיטן בלויזן ציל להרבות כבוד שמים ווען עס טוט וויי דאס הארץ זעענדיג ווי אזא שיין פלאץ ווי קאווע שטיבל גייט שלאפן דעריבער האב איך שלא כהרגלי געכאפט און געשריבן וואס עס איז אונטערגעקומען בלי מחשבה יתירה בלויז כדי צו אנהאלטן א דיסקוסיע. כאטש איך שטיי נאך אלץ אונטער מיינע ווערטער נאר עס איז פארשטענדליך אז די שפראך איז נישט אזוי שיין.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עפעס דרוקט דיר, איך ווייס נישט וואס.
א גוטע עצה וואלט געווען א ווארעם גלאז מילך און א באקוועמע בענקעל. איך ווייס נישט ווי דו ביסט צו קענען אנווייזען ווי אין דיין געגנווארט קען מען דאס באקומען, אבער אין אישי קענסטו מיר אויסזאגען און איך וועל אויפזוכען. אדער פרעג שאולזון ווי קויפט מען אזוינס. דערנאך גיב איבער די אינפארמאציע פאר דער געוואגטער אינגעל.
ווי קום איך צו שווימען דא ווי פשעווארסקער קיגל פלעקן אויף א נייע ציצית?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק
האסט דאך עפעס מיט באקוועמע בענקלעך פון שאולזון, ניין?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק
ביסט גערעכט, איך האב געמאכט א מיסטעיק און אויסגעמישט. ליין דא עס איז אבער נישט קיין בזיון אויסצומישען, עכ"פ פאר דער געוואגטער אינגעל, ווייל יענס איז א גוט'ס
אבער צוויבעל קוגעל מאכט פונקט אזעלכע פלעקען ווי פשעווארסקער קוגעל, ובפרט ווען די טלית קטן קומט ביז צום האלדז.
אבער צוויבעל קוגעל מאכט פונקט אזעלכע פלעקען ווי פשעווארסקער קוגעל, ובפרט ווען די טלית קטן קומט ביז צום האלדז.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אאךך... דעי ציצית קויפט מען שוין מיט די פלעקן...
נאו יוא פראווד אגעין, אז דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין חסידות...
שרייב דיין יסודות אין די אשכול מאי חסידות. זיי האלטען ביי פערצען דפים און קיין לעזונג האבען זיי נישט געטראפען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מיימון האט געשריבן:איים סאו סארי מיסטער באלעגאלע. איך וועל רעדן צו דיר דירעקט כאטש דו האסט זיך אדרעסירט צו א דריטן. נאך איינער האט מיר מעורר געווען (אין אישי, גיי פארשטיי פארוואס) אז ער האט נישט ליב די שפראך. ע"כ ליהוי ידיע לכל מאן דבעי למידע אז די תגובה האב איך געשריבן מיטן בלויזן ציל להרבות כבוד שמים ווען עס טוט וויי דאס הארץ זעענדיג ווי אזא שיין פלאץ ווי קאווע שטיבל גייט שלאפן דעריבער האב איך שלא כהרגלי געכאפט און געשריבן וואס עס איז אונטערגעקומען בלי מחשבה יתירה בלויז כדי צו אנהאלטן א דיסקוסיע. כאטש איך שטיי נאך אלץ אונטער מיינע ווערטער נאר עס איז פארשטענדליך אז די שפראך איז נישט אזוי שיין.
הרב מיימון שליט"א: איך ווילל מיך דא פערזענליך אנטשולדיגן פאר מיין נישט אדרעסירן זיך דירעקט צו דיר. איך רעספעקטיר שטארק דיינע מיינונגען, בכלל. אבער איך האב אינסטינקטיוו רעאגירט צו די וועג ווי דו האסט אראפגעלייגט רש"י'ס פראמינענץ און וויכטיגקייט אלס מפרש התורה. אמת, אז דער אבן עזרא איז מפרש און קאמענטירט מער אויפ'ן עמקות'דיגן און פילאזאפישן וועג. דאס איז אבער נישט שווה לכל נפש. רש"י האט געשריבן זיין פירוש אז ס'זאלל זיין צוגענגליך, געשמאק און פארשטענדליך פאר א יעדן איינעם...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
מיימון האט געשריבן:מתחיל בהר' (קרעדיט דער איד) משה בער בעק (קרעדיט בעל עגלה) ומסיים ברש"י ושכינה מה אומרת...
לגבי רש"י איז אמת ביידע. פון איין זייט איז רש"י גארנישט דער גרויסער גוטזאגער ווייסאיך וואס. נישט נאר וואס די גדולי ספרד צומאלן אים ווי רמב"ן אבן עזרא רד"ק און אנדערע נאר אפילו זיינע אייגענע צרפתישע קאלעגן פאקן אים איין אין קעשענע ווי ר"י קרא, רשב"ם ר"י בכור שור וכדו' וואס זענען הונדערט מאל מער מכוון על פי פשט המקרא כידוע. טייל זאגן טאקע אז דוקא די שיינע מדרשיםלעך האט עס געמאכט מער עממי'דיג פאפולער און באליבט צווישן פאלק וצ"ע. למעשה איז קלאר אז רש"י איז געווען א אויטאריטעט בחייו מאיזה סיבה און דאס האט געמאכט זיין פירוש לכתחילה א דין קדימה אויף יעדן אנדערש.
שוב התבוננתי אז דער ליטוואק ווי א ליטוואק מיינט רש"י אויפן תלמוד און מיט דעם איז ער גערעכט שאין דוגמתו. ואולי דאס האט אים געגעבן זיין שטארקייט אין על התורה אויך.
וז"ל רשבם וישב
פסוק ב
אלה תולדות יעקב -
ישכילו ויבינו אוהבי שכל מה שלימדונו רבותינו, כי אין מקרא יוצא מידי פשוטו. אף כי עיקרה של תורה באה ללמדנו ולהודיענו ברמיזת הפשט וההגדות וההלכות והדינין ועל ידי אריכות הלשון ועל ידי שלושים ושתים מידות של ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי וע"י שלש עשרה מידות של ר' ישמעאל והראשונים מתוך חסידותם נתעסקו לנטות אחרי הדרשות שהן עיקר ומתוך כך לא הורגלו בעומק פשוטו של מקרא.
ולפי שאמרו חכמים: אל תרבו בניכם בהגיון. וגם אמרו: העוסק במקרא מדה ואינה מדה, העוסק בתלמוד אין לך מדה גדולה מזו ומתוך כך לא הורגלו כל כך בפשוטן של מקראות וכדאמרינן במסכת שבת: הוינא בר תמני סרי שנין וגרסינן כולה תלמודא ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו.
וגם רבינו שלמה אבי אמי מאיר עיני גולה שפירש תורה נביאים וכתובים, נתן לב לפרש פשוטו של מקרא. ואף אני שמואל ב"ר מאיר חתנו זצ"ל נתווכחתי עמו ולפניו והודה לי שאילו היה לו פנאי, היה צריך לעשות פירושים אחרים לפי הפשטות המתחדשים בכל יום. ועתה יראו המשכילים מה שפירשו הראשונים.
לא באתי לנצח (שולי)
- א-שופר-איז-א-שופר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 157
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
- האט שוין געלייקט: 184 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק
אז איינער פרעגט, מסתמא care'ט ער...סקרן האט געשריבן:Who Cares?
איך בין א נער און איך גלייב!!!