ניקי העילי / הענרי קיסינזשער.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

ניקי העילי / הענרי קיסינזשער.

שליחה דורך קאך_לעפל »

די געוועזנע סעקרעטארישע פון די פאראייניגטע שטאטן צו די אראבער-פאראיין (UN) הרבנית ניקי העילי תחי', האט לעצטענס געדאנקט איר אנגעבליכער פרעסטיזשפולער פאסטן אן קיין שום אנגעגעבנע אורזאך. פילע געהיימפולע קאנספיראציעס וועבן זיך אין די פאליטישע קארידארן אין וואשינגטאן איבער איר פלוצלינגע באשלוס. אבער דער ווירקליכער אורזאך איז אצינד מפה לאוזן לא מגלים. פארוואס?

זי האט לעצטענס געזאגט אין א אינטערוויו, אז דער געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט, דער לעגענדארער גרייז-גרויער זקן רבי הענרי קיסינזשער שליט''א, האט איר נאכאנאנד געגעבן טאט און ראט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די פראזיטן און ליידיג גייער, וועלכע קוועטשן די באנק דארט אין די פאראייניגטע פעלקער פאראיין.
און ס'איז טאקע זייער שטארק מערקבאר. זי פלעגט זיך באנוצן מיט די זעלבע דיפלאמאטישע מעטאדן ווי דער פיפיגער קיסינזשער.
וו.צ.ב.ש. קיסינזשער האט געדינט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט אונטער פרעזידענט ניקסאן. ווי ס'איז באוויסט איז דער ניקסאן געווען האלב אזוי משוגע ווי דער איצטיגער פרעזיענט טראמפ. און דער קיסינזשער, האט אין זיין דיפלאמאטיע אויסגענוצט דאס שרויפל-פעלעריי פון זיין אויבערהאר אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם.ווען ער האט געוואלט באיינפלוסן שווערער פארשוינען צו גיין אין שפאן מיט די פאליטיק פונעם סטעיט דעפארטמענט, פלעגט ער יענעם אריין מורמלען אין אויער, טוה א קוק, די ווייסט דאך אז פאר מיין אויבערהאר איז א פעלער-האפטיגס, און די ווילסט ווארשיינליך נישט זיין אויף זיין שלעכטע זייט, אלזא שטעל דיך עטוואס צו...ווי ווינדערליך ס'זאל זיך נאר נישט הערן, האט דאס פול מאל אויסטערליש גוט געארבייט.
רעביצן העילי פלעגט צו טאן די זעלבע... זי איז אבער ווייט, ווייט, נישט אזוי קליג און כיטרע ווי דער יעקישער איד קיסינזשער.

הוא היה אומר:
אז די ווייסט נישט וואו די גייסט, וועלן דיך סיי וועלכע שטראזן נישט פירן קיין ערגץ.
הוא היה אומר:
90 פראצענט פון די פאפולאציע, גיבן פאר די אנדערע 10 א שלעכטע רעפאטאציע.
הוא היה אומר:
די מיסיע פון א פירער איז צו נעמען זיינע מענטשען פון וואו זיי זענען, צו וואו זיי זענען נאכנישט געווען.
הוא היה אומר:
דאס נישט עקזיסטענס פון אלטערנעטיוו, קלארט אויס דער מוח אויף א וואונדערבארער פארנעם.
הוא היה אומר:
ס'קען זיך נישט מאכן קיין קריזיס נעקסטע וואך, ווארום מיין טאגס-ארדענונג איז שוין פול.

מ'זעט שוין היינט נישט אזאנע סארט קליגע לייט ווי רבי הענרי קיסינזשער זאל מאריך ימים זיין...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך בין נישט אזוי אועסגעקאכט אין קיסינזשער'ס היסטארי אבער איך גלייך זייער די וועג ווי די לייגסט עס אראפ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ער איז טאקע זייער וואויל און קלוג. דער הערר הענרי קיסינדזשער. אבער צו קיין מנין וואלט איך איהם נישט מצרף געווען. ער האט אויף די עלטערע יארן חתונה געהאט מיט א גוי'טע. ס'זענען אפילו געווען שמועות אז ער גייט זיך שמד'ן, רח"ל...!
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

זיינע חסרונות זיינען אסאך ערגער ווי מיט וועם ער האט חתונה געהאט. ווען נישט היטלער/סטאלין/פול פאט ימח שמיהם, וואלט ער געווען פאררעכענט אלס דער געמיינסטער און גרעסטער רוצח פון דער 20'סטער סענטיורי. צום ווייניגסטען א מיליאן אומשולדיגער מענטשען. דער גאנצע פול פאט אין קאמבאדיע איז ער דירעקט שולדיג.

שוין אפגערעדט פון זיין פארראטונג פון זיין אייגענער פאלק ווען ער האט ג'עיצה'ט דער פרעזידענט "לאז זיי אביסעל מער בלוטיגען" ביי די יו"כ מלחמה.

ימח שמו וזכרו.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]רבי הענרי קיסינזשער שליט''א, איז געווען סעקרעטערי אוו סטעיט, איז איינס פון די סאמע שווערסטע און אומסטאבילע עפאכעס, אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.
אמעריקע איז דאן געווען פארמישט אין שווערע בלוטיגע שלאכטן אינעם ווייטן וויעטנאם, פון וואו זיי האבן זיך ממש נישט געקענט ארויסזען. קיסינזשער האט געטאן אלעס אויף דער וועלט צו ברענגן דעם קאנפליקט צו א פרידערליכער ענדע, און אז די שטאלצע אנגעבליכע אומזיגבארע אמעריקע זאל ארויס גיין מיט כבוד פון דעם דורכגעפאלענע קריג.

ווי אויך האט דאן געבושעוועט דער קאלטער קריג, און א אויסטערלישער שרעק פון א דריטע אטאמישע וועלטס קריג האט נאכאנאנד געפלאגט די גאנצע וועלט.
קיסינזשער האט געדארפט גיין צווישן די טראפן נישט אויפצורעגן דעם רוסישען בער, און פון די אנדערע זייט זיך צו האלטן צו די אמעריקאנער פליכטן צו באשיצן ישראל.
די אראבער האבן דאן באקומען מיליטערישע שטיצע פון סאוויעט רוסלאנד, דערפאר האט זיך ניקסאן ערשט אפגעהאלטן פון שיקן וואפן פאר ישראל, אויס זארג נישט מער אויפצורייצן דעם אזוי אויך שוין אויפגערייצטער רוסישער בער. און ווי אויך האבן די אראבער דאן קאנטראלירט די אלוועלטיכע אויל זאפאסן, און זיך פארשעפענען מיט די אראבער האט באדייט א אויסטערלישע העכערונג אין די אויל פרייזן. ווי ס'האט טאקע ווירקליך פאסירט.

נאך דעם וואס דער פרעימיער גאלדא מאיר שר''י האט געסטראשעט ניקסאן, אז אויב שיקט נישט אמעריקע קיין באלדיגע מיליטערישע הילף, גייט זיך מדינת ישראל באנוצן מיט זייער אומלעגאלע נוקליערע ארסאנעל, און ניקסאן האט זיך געלאזט פארפירן פון די ציוניסטישע בלאף, און ער האט אין איילעניש געשיקט מעכטיגע וואפן טראנספארטן קיין ישראל, אפגעזען פון זיין זארג נישט אויפצורעגן דעם רוסישער בער. א שריט וואס האט ווירקליך געראטעוועט ישראל פון טאטאלע ליקווידאציע. די אראבער האבן טאקע אין רעזולטאט רעאגירט מיט א גראנדיעזער מעכטיגער אלוועלטיכער אויל אמבאגרגו, וואס האט גענצליך פארקריפלט די עקאנאמיע אין די מערב וועלט.

אלענפאלס, קיסינזשער איז געווען א איד, און ער האט גענוי אויסגעפאלגט וואס דער געטליכער נביא ירמיהו האט באפוילן פאר די אידן אנקומענדיג קיין בבל נאכן חורבן בית המקדש.
ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה, והתפללו בעדה אל השם, כי בשלומה יהיה לכם שלום: אויף אידיש איבערזעצונג: ארבייטס פאר די פרידן פונעם שטאט וואו כ'האב אייך פארטריבן, און דאווענט פאר איר צום אייבישטן, ווייל מיט איר פרידן וועט ענק אויך זיין פרידן.
קיסינזשער האט ווי א תורה-געטרייער איד, געקוקט וואס ס'איז ווירקליך גוט פאר די פאראייניגטע שטאטן. וואס דאס איז דער פליכט פון יעדען איינציגער גלות איד. ער האט געלייגט די אינטערעסן פון אמעריקע, די לאנד וועלכע ער האט געדינט מיט געטריישאפט איידער די אינטערעסן פון די ציונים.
ער איז ווארשיינליך נישט געווען אזא פארברענטע ציוני ווי זיין תלמידה די שיקסע הרבנית העילי תחי', וואס אויף איר איז באשיינפערליך נישט מאסנגעבענד דער גלות-באפעל פון ג'ט.

און דאס אז ער האט זיך געוואלט טויפן? דערמאנט מיך ווי א געשיכטע אין חדר.

יענקי: רבי! ארי האט מיך געוואלט שלאגן,
רבי: פון ווי ווייסטו?
יענקי: ווייל ער האט!

ער האט זיך געוואלט שמד'ן, כ'הער! אבער אפשר נישט? און די ווירקליכקייט האט ער זיך קיינמאל נישט געטויפט, ווי די היינטיגע רבישע אייניקליך טוען.[/justify]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווען הענרי קיסינדזשער האט חתונה געהאט מיט די וואשינגטאנ'ער סאסייעטי גוי'טע האט ער זיך שוין נישט געדארפט נעמען די טירחה און זיך שמד'ן. ער האט נאר געדארפט זאגן דעם יהי רצון כאילו ער האט זיך געשמד'ט. דאס שפריצן פון דעם שמייליגן וואסער איז שוין געווען אינגאנצן איבריג...!
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

למעשה איז געווען א געוואלדיגע טובה פאר אונז די אויל עמבארגא, ווייל אדאנק די טייערקייט האט זיך געלוינט זיך צו אריינלייגען און טרעפן אלטערניווע וועגן חוץ געז..
...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פאר אונז היינטיגע צייטן איז עס פילייכט געווען א טובה. אבער פאר די מענטשהייט וואס האט דאן געלעבט? איז עס געווען א לעבעדיגע גיהנם. ס'האט ווירקליך אויסגעקוקט ווי אין עגיפטן נאך די מכה פון מארד, ווען אלע בהמות זענען געשטארבן און די גאנצע עגיפטישע טראנפארטאציע סיסטעם איז פארקריפלט געווארן.
מ'איז געשטאנען אין ליניעס פאר גאנצעטע טעג, אנצופילן די קארס מיט גאזאלין. מענטשן זענען געבליבן געשטראנדעט, מ'האט נישט געקענט פארן צו די ארבייט. מ'האט נישט געקענט פארן צו קיין חתונות, לוויות, אד''ג. דאס גאנצע לאנד איז געגאנגען כאדאראם, אלעס בלויז ווייל ניקסאן האט געהאלפן ישראל.

יעדע גוי וואס איז געבליבן געשטראנדעט אונטערוועגנס, האט דאן בייזערהייט געשאלטן דאס אידיש פאלק אינאיינעם מיט זייער ג-ט.

בלויז דאס האט קיסינזשער געוואלט פארמיידן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך לעפל: א גרויסן ייש"כ פאר דיינע באלערנדע אינפארמאציע וואס דו טיילסט מיט דעם עולם. אבער במחכ"ת, הענרי קיסינדזשער האט נישט געארבעט שווער אויף אפצוהאלטן מיליטערישע הילף פון מדינת ישראל אין א קריטישע צייט, כדי דער איירישער אדער איטאליענער גוי אין ניו יארק (דיבר הכתוב בהווה) זאלל נישט שעלטן די אידן. ווייל זיי האבן ממילא פיינט דעם איד. און זיי שעלטן איהם ממילא..!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דא איז דאך דאס ארט ווי מ'איז אנגעבליך ערלויבט צו טראכטן אויסערן קעסטל...

די גראנדיעזע ציוניסטישע פראפעגאנדע מאשין שטעלט אראפ סעקרעטערי קיסינזשער, אלס א זעלבסט-האסנדער איד און אלס א ערשט-קלאסישער געמיינער פאררעטער, צוליב דעם וואס ער האט געלייגט די אינטערעסן פון די פאראייניגטע שטאטען, פאר זיין אזוי גערופענער אידישער פליכט, וואס ס'איז לויט זיי געטריי אויספאלגן די אינטערעסן פון די ציוניסטישע שישקעס פון תל אביב.
לאמיר א מינוט זעלבסט טראכטן אויסערן קעסטל. איז דען נישט מעגליך אז קיסינזשער איז ווירקליך יא א עכט-געטרייער איד? און צוליב דעם האט ער געשטעלט די אינטערעסן פון די אלוועלטיכע אידישע וועלט פאר די איגאאיסטישע ציוניסטישע פאליטיק? און זיך גלייכצייטיג געפירט גענוי לויט די אנווייזונגען וואס דער נביא האט באפוילן פאר אידן אין בבל, זיך צו האלטן געטריי צום לאנד אין וועלכע זיי זענען פארטריבן געווארן?

אדער דאס הייסט נישט טראכטן אויסערן קעסטעל, ווייל די גלות אידילאגיע איז שטארק אומפאפולער ביי די אנגעבליכע אויסער-די-קעסטל געמיינדע, וועלכע גלייכן זיך אין אלגעמיין אהערצושטעלן אלס הייסע נאצינאליסטן (לייען: ציוניסטן)

סתם אזוי א קלער...
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ניקי העלי איז סאך בעסער ווי דיין קיסנזשער, קישן וועמען? יא, קיסינזשער.
קיסינזשער האט פארעגערט אויף א גאר א מאסיווע אופן דער מלחמה אין וויעטנאם, און אלס דירעקט ריזאלטאט פון קיסינזשער האט אמעריקא געדארפט אנטלויפן דארט מיט דער גרעסטע מאס חרפות און בושות.
דער מצב ווי אזוי כינע קען זיך היינט צו טאג רייצן מיט אמעריקא, גנב'ענען סודות, וכו' וכו' איז אלס דירעקט ריזאלטאט פון דיין קיסינזשער.
ער האט אנגעמאכט סאך פראבלעמען און קאפ ווייטאג, ער איז געוועהן דער וואס האט צודרייט ניקסן, דערנאך האט ער אויסגענוצט דעם צודרייטקייט פאר זיין אייגענע איטערעסע, דאס האט אריינגעברענגט פארעניע פאר ניקסן. מאנכע היסטאריקעס טייטלן אויף קיסינזשר אויף די מאחורי הפרגוד סיבה וואס האט צום סוף געברענגט אז ניקסן זאל זיין געצווינגן צו רעזיגנירן.

קיסינדזשער קומט נישט צו צי די פיס טריט פון ניקי העילי, דער פארשטינקענע דעמאקראטישע מידיע וויל הייבן דעם קיסינזשער כאילו ער איז געווען מי יודע ווער ווייסט וואס.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דולה ומשקה האט געשריבן:ניקי העלי איז סאך בעסער ווי דיין קיסנזשער, קישן וועמען? יא, קיסינזשער.
קיסינזשער האט פארעגערט אויף א גאר א מאסיווע אופן דער מלחמה אין וויעטנאם, און אלס דירעקט ריזאלטאט פון קיסינזשער האט אמעריקא געדארפט אנטלויפן דארט מיט דער גרעסטע מאס חרפות און בושות.
דער מצב ווי אזוי כינע קען זיך היינט צו טאג רייצן מיט אמעריקא, גנב'ענען סודות, וכו' וכו' איז אלס דירעקט ריזאלטאט פון דיין קיסינזשער.
ער האט אנגעמאכט סאך פראבלעמען און קאפ ווייטאג, ער איז געוועהן דער וואס האט צודרייט ניקסן, דערנאך האט ער אויסגענוצט דעם צודרייטקייט פאר זיין אייגענע איטערעסע, דאס האט אריינגעברענגט פארעניע פאר ניקסן. מאנכע היסטאריקעס טייטלן אויף קיסינזשר אויף די מאחורי הפרגוד סיבה וואס האט צום סוף געברענגט אז ניקסן זאל זיין געצווינגן צו רעזיגנירן.

קיסינדזשער קומט נישט צו צי די פיס טריט פון ניקי העילי, דער פארשטינקענע דעמאקראטישע מידיע וויל הייבן דעם קיסינזשער כאילו ער איז געווען מי יודע ווער ווייסט וואס.


ניקי העילי קומט נישט צו צו די פוס קנעכל פון הענערי קיסנזשער, נישט מיט איר דורכגעפאלענע דיפלאמאטיע אין די פעלקער פאראיין, און נישט מיט איר וויזיע און פארשטאנד אין אויסערן פאליטיק.

קיסינזשער האט פראבירט מיט אלע זיינע מעגליכקייטן אפצושטעלן דאס שיקן פון נאך אמעריקאנער טרופן קיין וויטנאם, צו באקעמפן די ווילדע פאנג-פויגלן פונעם הייליגן הויטשומינער. די ען.על.עף. באנדעס.
גענעראל וויליאם וועסטמארלאנד איז געווען דער וואס האט נאכאנאנד אונטערגעצויגן פרעזידענט דזשאנסאן און שפעטער אויך פרעזידענט ברויפן ניקסאן צו שיקן אלס מער און מער טרופן קיין וויטנאם. און די שיף-אויגנדיגע געלע וויטנאמער האבן זיי איינציגווייז צוריק אהיים געשיקט אין טויט-קאסטענעס איינגעהילט אינעם הייליגער אמעריקאנער פאן. וואס דאס האט שרעקליך אויפגעברויזט די אמעריקאנער סטודענטען און ליבלעראלע מאסן.

אלענפאלס, דאס איז ווארשיינליך נישט געווען די שולד פון קיסנזשער.

וואס די זאגסט פון כינע: א דאנק קיסנזשער האט דיין פאטער און אפילו די אויך געקענט גענאסן פון סאציאלע הילף פון די פעדעראלע רעגירונג, ער האט אויפן פארלאנג פון ניקסאן עטוואס דערנענטערט די באציאונגען צווישן כינע און אמעריקע, אין רעזולטאט האט כינע שוין אריינגעגאסן אין די אמעריקאנע עקאנאמיע שווערע ביליאנען דאללארן, וועלכע האט לויט מאנכע עקאנאמיסטן טייל מאל אפילו געראטעוועט אמעריקע פון טאטאל באנקראט. און דאס האט אייגענטליך אויך א סאך צוגעגבען, צו פארענדיגן די ברוטאלע שלאכטן אין וויטנאם.

און קיסנזשער האט נישט משוגע געמאכט ניקסאן. ניקסאן איז געווען א געבוירענער וואנזיניגער מבטן ומלידה. ער איז געווען פאניע בראד מיט יעקב דניאל און דזשאן ווארקער. און א דאנק די צוויי חברה האט ער געמאכט סענסעטיווע באשלוסן זייענדיג אינגאנצן אונטער זייער איינפלוס, וואס דאס האט אריינגעפירט זיין אדמיניסטראציע אין טאטאלער כאאס, און די רעזולטאטן זענען געווען אז ער האט געמוזט קישן די ווענט פונעם קדשי קדשים אויף שטענדיג.
באשולדיג נישט קיסנזשער אין ניקסאנס קאפריזן.

ער איז פון די גרעסטע עקספערטן אינעם מיטל מזרח פאליטיק. ער איז בלויז נאר נישט קיין ציוני, ער האלט פילייכט אז דער בארפעסער אראבער מעג אויך פארמאגן אן הייזקעל און אן איילבירט בוים אין שכם...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

און ער (דיין בארפעסער, אומשולדיגער אראבער) מעג אויכעט קומען און אויסשעכטן גאנצע אידישע משפחות. אב ואם על בנים...!
פארשפארט