א מחשבה'לע.. א געדאנק!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
א מחשבה'לע.. א געדאנק!
אה מחי'.. די ציפעדיגע טעג..
ס'דא אסאך וואס באקלאגן זיך – נישט אלץ הויעך.. אוי די הייליגע טעג! ימים נוראים, מ'פראבירט זיך צו טרייסטן אז ס'כאטש נישט מער ווי געציילטע וואכן, א שטייגער בין המצרים..
איך טראכט פונקט פארקערט! ממילא ימי המצרים איז מען שוויציג און קאלמוטנע, אבער יעצט? ס'ווערט שוין טשילי.. און אלע האבן מיר ליב עקסטרע שארף.. ס'זאל ציפן..
סחוג, און בעבעלעך, כאריין און האט פעפער.. ס'זאל גיין א רויעך! דאס איז א מחי'.. ס'טעג ווען מ'מאכט א טשעלענטש, מ'שטייט אויף פארטאגס, און מ'האקט אריין תפילות שעות לאנג, און מ'ציט אריין א עלות ביז חצות און א שקיעה ביז'ן צאת.. מ'עסט אויפאיינמאל דריי סעודות, און פלוצלינג פאסט מען פונקט אזויפיל שעות צומארגענס, און וחוזר חלילה..
ס'לעבעדיג.. ס'הייס ס'קאלט, מ'וויינט מ'לאכט.. מ'איז אנגעצויגן אבער נייס.. צו יעדעם! מ'יאגט זיך אבער מ'טאר נישט זיין אויפגערעגט.. מ'זאגט און מ'זאגט שוין צום וויפילטן מאל די זעלבע דרשה, און מ'שפירט נאכאלץ נישט יוצא געווען..
וואס עפעס אנגעצויגענע טעג? ס'איז טעג מיט א טוויסט! אין פוילין פלעגן זיי זאגן די זאגער'ס.. וואס עפעס טונקן עפל אין האניג?? כ'בין עפעס א קינד??.. כ'טרונק עפעס ווייבערישע ליקער?.. געב אהער א רעיטעך לאמיר טונקן אין פעפער..!! זאל זיין א שנה טובה און לחיים..
טשער אפ! באקל אפ!! ס'א נייע יאר.. ס'א יום טוב.. ס'איז דיפרענד!.. הייטיגע וועלט האט ליב א טוויסט.. עפעס דיפרענד.. יאללה.. ראש השנה יום כיפור.. לעט'ס טשיל!! בדיל ויעבור..

וואס גייט פאר?..
ס'קען אויסגיין טעג וואכן און חדשים, און ווי כאילו כ'וואלט נישט אויפגעטון גארנישט.. כאילו כ'בין א רואה ואינו נראה..
אבער איך זאג צו מיר אליינס; מענדל! דאס אמת איז, וסוף הכבוד לבוא, אויב מ'טוט צום זאך, זעט מען די גוטע תוצאות מיט די צייט. אבער ווען? אבער וואס? מענטשן זעען דאך נאר נעגעטיוו..
האט פאסירט יעצט ערב דעם נייעם יאר – פונקטליכער – צוויי וואכן פאר'ן נייעם יאר.. און ס'האט זיך גענומען רעגענען שבחים.. עפעס איז דא געשען, כ'ווייס נישט גענוי וואס האט פאסירט פונקט יעצט.
כ'מוז דיר זאגן מענדל.. ווען כ'זע דיך אין שול לערנען, געבט עס מיר א שטארקע געפיל.. איך שפיר אז איך וואלט אויך געוואלט אזוי לערנען ווי דו..
איך לערן?.. נאר אינדערפרי א שעה, ביינאכט אפאר מינוט..
כ'ווייס נישט, איך זע דיך אייביג - ווען כ'קום אין שול – לערנען..
איך האב לעצטענס געהערט פון איינעם א גוט ווארט מענדל – ער זאגט אז דו ביסט דער בעל המאמר.. כ'האב הנאה געהאט באמת..
מענדל.. מאכט מיר שמייכלען ווען כ'זע דיך.. אייביג ביסטו פרייליך.. וויאזוי קענסטו עס מאכן?
נעכטן זיץ איך אין קאר, און מיינע קינדער בעטן מיר כ'זאל זיי אנצינדן א קינדער טעיפ, און כ'מיין ס'דו מענדל וואס מאכט זיך דארט ווי דער קעניג.. אוי האבן מיינע קינדער געלאכט..
כ'האב מיך נישט גוט געפילט, און כ'האב געמיינט איך גיי אראפ פון זינען, און פונקט נעם איך ארויס א אלטע אויסגאבע, האסטו מענדל געשריבן אמאל א ארטיקל דארט?.. כ'מיין אז ס'דיין ארבעט.. אוי האסטו מיר געגעבן חיזוק..
וואס גייט דא פאר? עלעף חדשים א יאר בין איך א רואה ואינו נראה.. א מצפה לשלחן אחרים.. א פאריאגטער שמאטע בלי סיפוק ותכלית. און פונקט יעצט ווייל ס'אלול מיינסטו?? וועגן דעם זוכט יעדער מיר געבן א גוט ווארט?
כ'מיין ס'איז עפעס א טיפערע געדאנק!
האט מיר פארציילט א עלטערע יוד א לענדלארד – ר' בערל, וואס האט געזוכט פון מוצאי שבועות א טענענט, ואיננו..
שוין שבעה עשר בתמוז, און ער האט שוין געמאלדן אין בתי מדרשים מיט מודעות, און געצאלט קלעסיפיידס דא און דארט, ואיננו..
אבער ווי נאר מ'האט געזאגט הבדלה מוצאי ר''ה, האט געקלונגען עטליכע מאל עטליכע מענטשן.. און כ'דארף אויסוועלן וועמען נעם איך פאר'ן דירה וואס שטייט מיר שוין ליידיג דאס גאנצע זומער..
כ'מיין אז דאס איז דא אויך געזאגט געווארן.. אויב איז געבליבן פונעם ווינטער, פון פורים צייט, אז כ'האב אריינגעכאפט אסאך גוטע ווערטער, אסאך קאמפלימענטן, און פאר דעם יאר איז כמעט אויסגענוצט די הנאה שיסל וואס איז מיר אנגעשריבן אויפ'ן יאר רונדע, איז געקומען אלול.. ווען מ'שאקעלט אויס די געבליבענע זכותים.. און ס'ווארפט זיך גוטע ווערטער אין מיין פנים..
אקעי.. איך בין גרייט פאר'ן נייעם שיסל.. לאמיר זיך אויסבעטן א פועלערע שיסל.. א גוט קוויטל און א זיס'ן עתיד..

- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
שטעלט זיך א וועלט אויפ'ן טאטע פינגער פונעם פוס.. יעדער בארימט עהם און באלויבט עהם.. פשששיהאאאא א קידוש השם!.. וואו געוואלדיג!!!
און איך פרעג מיט טעמישע פאקסן, מה כל הרעש?.. וואס איז דע גרויסע קידוש השם..
וואס הייסט, ער האט געטראפן אכציג טויזענט דאלער, און האט עס צוריקגעגעבן דעם גוי! אויך נישט לאנג צוריק איז געווען א ענליכע ''קידוש השם'' מעשה, אז איינער האט געקויפט א טיש, און דערינען איז געליגן ווייסעך וואס עפרון מיט המנ'ס פארמעגן.. און?? ער האט עס צוריקגעגעבן.. פאר'ן גוי..
א קידוש השם הגדול הגיבור והנורא.. וואס א פאלק.. די עשרה הרוגי מלכות קענען זיך פארשטעקן פאר אזא מקדש שם שמים..
כ'מיין, אז דער יוסף פון מוקיר שבת, קען אויך אוועקגעבן זיין כבוד פאר יענעם.. ער האט צוריקגעגעבן פאר'ן גוי זיי אבידה..
און ווער זאגט אז ער האט געטון א מצוה? און ווער זאגט אז ס'איז א קידוש השם?? וואס עפעס קומט עהם א קריינדל אויפ'ן קעפעלע..
א מענטש מיט א טראפן שכל צו קאפענס, געבט דווקא 'נישט' צוריק. און טאמער דארף דער מוציא נישט דעם המוציא.. נו געב עס אהין פאר צדקה.. אויב ער האט ממש נישט וואס צוטון מיט 'אזויפיל' געלט.
קידוש השם, איז ווען מ'רעדט נישט ביים לייענען, ווען מ'טוט א טובה א צווייטן, זאל עס זיין א גוי צו א גויטע, אז מ'גנב'ט נישט, גוט איז מען אויך דערמיט גורם שיתגדל ויתקדש כבוד עם ישראל, אבער א אבידה וואס לכולי עלמא דארף מען נישט צוריקגעבן א גוי, און נאך הערעך אז דער מקדש שם שמים האט עהם געבעטן דער מוסלמי זאל עהם אינזינען האבן ביים זיך איבערלייגן אין מעטשעט..
אזא אחדות.. משיח וואו ביסטו..??? ס'הערט זיך ווי מוכאמעד גייט טאנצן מיט יוזל און להבדיל בן דוד א מזומן ה''י..
דאס דערמאנט מיך, ווען מ'פלעגט אונטער'ריקן איינעם א פעקל מתן בסתר קעש – אינעם טלית בייטל, און יענער האט געהאנגן א השבת אבידה צעטל; מצאתי מעות.. סכום נכבד.. כ'וועל עס אפגעבן מיט סימנים.. א בטלן פון ביידע זייטן.. נישט ער האט, און נאך מאבד מה שנותנים לו..
ווען האט מען געהערט אזאנס, מ'געבט צוריק?.. ברויכסט נישט? געב עס מיר.. דו בוטא קאפ! קידוש השם מאכער..

ניין פרנסה איז נישט גרינג! און מ'דארף אויסהאלטן א משפחה, כאטש די קוים געבוירענע. און ער ארבעט בייטאג און ביינאכט, און ביינאכט נאכמער, און זוכט און קלעטערט א וועלט, אבי אהיימברענגן עפעס שפייז פאר די הונגעריגע געזינדל.
כאטש גיי פון הויז צו הויז, און זוך עפעס, אמאל קען מען נוצן אפילו א קלייניגקייט וואס זאל סטייען פאר א טאג צוויי, און אמאל מאכט זיך אז ס'דא גענוג און נאך.
למשל שבת, און ווער רעדט נאך יו''ט צייט, איז דאך ממש א מחי', דא בלייבט איבער אלטע צו צוקוועטשטע עסנווארג, און ס'בלייבט לעוף השמים, און ער קען נישט צוזען ווי די פייגל זאלן עס איינפאך אויפעסן, און ער כאפט וויפיל ער קען און שלעפט אהיים וויפיל ס'גייט, די קליינע וועלן זיך מחי' זיין..
ס'קען אריבערגיין טעג און נעכט, און ער זאל נישט האבן טועם געווען קיין געהעריגע מאלצייט. שוין אפגערעדט ווען די גארביטש קאלעקטערס זענען פלייסיג און פונקטליך, קען ער פארגעסן אז ס'זאל עהם עפעס איבערבלייבן פאר טועמיה..
און ער שעמסט זיך שוין נישט פון די ארומיגע, ער האט נישט קיין ברירה, ווייל נויט ברעכט אייזן.. און פראבירט איין פלאץ, ס'ליידיג.. טרוקן.. קיין לחלוחית נישט פון קיין שפייז. ער פראבירט מיט פול ענערגיע זיך שלעפן צום נעקסטן הויז, אפשר אונטערן פארטש האט א קינד איבערגעלאזט א געביסענע מאכל, ניין! ס'אויפגערוימט..
די אוצרות זענען ליידיג, און כאטש ווי יא, איז עס פארשלאסן אז איך קליינע באשעפעניש קען עס נישט עפענען.. אוי ליבע באשעפער, איך בין הונגעריג.. אויך מיינע קינדער וויינען נאך א לעק שפייז.. פארוואס אפילו הערינג'ל אפי' א איבערבייס איז ניטא..
שוין נישט געלאקערט נאך א מייזל צו ווערימל פאר די לענגסטע צייט, און פארסאפעט, און פארקלערט, הונגעריג און פארלוירן, שטעלט ער זיך אינמיטן גאס – ער האט ממילא נישט ווי זיך צו קערן, ער איז ארבעטס'לאז, און הונגעריג, און געבט שוין אויף..
פונקט קומט צו פליען א קאר.. און יהרג ועל יעבור איז ער נאכנישט גרייט.. און פיצט אפ די לעצטע רגע מיט'ן קעצישן נשמה ביי די ציין..
און.. דער קאר דרייווער האט ארויסגעשאסן א זעקל שאלעכטץ, לעבען יורגעט און באנאנע.. אוהא.. ליבע באשעפער.. ישועת השם כהרף עין.. א אוצר א רחבות.. און ער כאפט וואס ער קען און לויפט אהיים צום עקרת הבית און הויז געזונט.. קינדערלעך טאטי האט געטראפן עסן..
פרעג נישט קיין קשיות, לויפט שנעל מיט מיר אהין, פאר די אנדערע משפחות קעץ וועלן עס אויסכאפן.. שנעל.. לחיים.. ס'דא דארט מילעך און הערינג און טונא און וואס נישט.. אוהא.. אוי ר' מאויקאש האט שוין געכאפט עפעס, אוי מרת פייגל איז דא מיט די זיבן ילדים.. כ'האב ענק געזאגט, כאפט'ס!!!! כאפ'ס וויפיל ס'גייט.. ווייל ס'מאכט זיך נישט יעדן שעה א זעקל גארביטש אינמיטן העלן זונען טאג..

הכלל, לערן איך א שטיקל גמרא, אויפ'ן פסוק - וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך - ותניא ר"א הגדול אומר, אלו תפלין שבראש. און ס'שטעלט זיך א וועלט'ס פראגע; וואס מורא ווען מורא?..
ווער האט מורא פון אונז, און ווער איז נישט שטארקער – ווייל כ'טראג תפילין של ראש, און ס'כאפט א פארכט..
ס'שטייט נישט, אז מ'וועט מאכן א גרימאסן פנים, ווי דער גרעסטער מקובל, און פון גרויס דביקות וועט פאלן א פחד אויף אלע זיבעציג פעלקער.. ניין! פשוט אז מ'גייט מיט תפילין, זעען די וועלטס פעלקער, אז דאס איז גאט'ס גערופענע לייט, און ס'כאפט א מורא.. א פחד..
האט איר אמאל געקלערט דערפון? האט איר דען נישט געזען, ווי דער יודל שטייט מיט תפילין אנגעטון, און רינגס ארום שטייען נאצי יונגען און לאכן און פאטאגראפירן זיך אינעם לאכעדיגן ספעקטאקל – אן מורא?
נאר מיט אביסעלע העכערע מחשבה, מיט א טיפערע בליק אין היסטאריע, און אין פאקטישע רעזולטאטן, איז דאס אזאנס מורא וואס זיי האבן, די אלע אומות העולם בכל הדורות, אז וראו.. זיי זעען עס און בלית ברירה מוזן זיי דאס אננעמען מאכטלאז.
וואס רעד איך דא? איך רעדט פונעם הבה נתחכמה לו, וואס פרעו האט שוין פארגעווארפן פאר זיינע שרים, און וואס נמרוד האט פראבירט ארויפצוואונגען, און וואס בלק ובלעם האבן פראבירט איבערמאכן – און ס'איז נישט געלונגען, ווייל כל כלי יוצר עליך לא יוצלח..
די פארכט פון עפעס וואס איז אסאך מער פון פיזישע קראפט, חכמה, צו גייסטישע, צו מענטאלישע, צו מיסטישע כח. דער יוד איז שטערקער פון דאס אלעס, ווייל – כי שם ה' נקרא עליך.. ער שווימט איבער אלע גרויסע לדורותם, און לעבט זיי איבער.
דער נאצי, וואס האט ער באמת געוואלט פונעם כאניאקישער שטיבל יוד?.. האט ער עהם אמאל וויי געטון? האט ער איינגענומען דרום צרפת צו צפון קאריע, צו אפשר בראזיל סיביר שפאניע און אמעריקא?.. וואס האט עס עהם געקרענקט דען, אז 'דער יוד' אטעמט..?
ווייל אט די פעסטקייט, די אייביגקייט, די פינטעלע לעכטיגקייט און שטאלץ און חן און דאס יודיש היימישער אפשיי פונעם שענסטן קלוגסטן שטערקסטן פאלק און ראסע, האט געקרענקט און געקעמט שטיקער געזונט פונעם עשיו וישמעאל אלע דורות; וכל זה איננו שווה לי.. האט ער געזאגט! ער האט אלעס, אבער ס'נישט ווערד קיין רגע.. ווייל ס'דא עפעס א פאלק וואס זענען מצליח מיט זייער גארנישט – מער ווי יעדער מיט אלעס..
וויאזוי? אלו תפילין שבראש.. ס'ליגט עהם אין מוח ולב דעם ה' אחד, און דאס גאנצע ערד קוגל ומלואה איז נישט שוקל קעגן זיין תורה חביבה קיין שמעק טאביק!
וראו כל עמי הארץ, זיי זעען עס זייער גוט, און זייער איינפאך ויראו ממך.. זיי ציטערן מיט עהרע מיט וואונדער און מאכטלאזקייט – קעגן דעם עם עני ומודכה, וואס אין נאוי טיים האט דאס ווארט, דאס מאכט און דאס לייזונג פאר דאס וועלט געברויך פון אייביג אן – פונעם חכמת התורה ארויס, ביז אייביג אן.. האנט ביי האנט מיט אמונת ה' וצדיקיו הנאמנים. Wow wow

ס'רוישט און ס'ווירבעלט אלעס ארום ארום.. אלע סארט ברואים אלע סארט קאלירן, און די אויפגייענדע זון שפארט אריין פון די הערליכע מאיעסטעיטישע שויבן, וואס באצירן דעם עלעגאנטן ריזן קאמפלעקס; איין גרויסע עס-זאל אויב מ'וויל עס רופן אזוי.. ס'איז אבער א באן סטאנציע, וואס כל כולו פון די גאנצע געגענד שטעט דערפער און גלילות, קומען אלע פון דא צו רייזן ווייטער.
ווי נאטורליך אזא ארט איז זייער פאסיג אוועקצושטעלן עסן געשעפטן, וואס די צענדליגע טויזענטע רייזענדע טעגליך, זאלן הונגעריג באשטעלן ריזן פארציאנען, פון די רייצענדע עסנווארג וואס שמעקן אזוי פריש און תאווה'דיג.. און א גאלעריע אויף א גאלעריע, זיצן עטליכע שטאקן בני בשר, און האקן אריין א פרישטיג צום זיכערן זעט, און מיט א שטויס אויף פאראויס..
ס'איז נישט מיין שטעטל, נישט מיין סביבה, נישט מיין שמעק בכלל; אבער אז כ'האב געמוזט אנקומען צו יענע עק וועלט, האב איך געלאזט דעם לאנגן קייט פון באנען, מיך שלעפן – און פארשלעפן ביז דא, וואס איז אייגענטליך צענדליגע טויזענטע מייל ווייט אוועק - פון מיין היימישע היים.
וואס קען מען טון? אז מ'דארף דערגרייכן א ציל, דארף מען זיך אמאל גענוג פארשווארצן דעם פנים, אויס'סאפּען דעם אטעם, און שלום מאכן מיט'ן מצב, מיט'ן מקום, מיט'ן רייזע פלאן; אויב מ'וויל נישט איבערלאזן דעם ציל אויפ'ן וואסער, און דערלייגן דאס הויזן צום לייב.
כ'האב אוודאי נישט געקלערט צו ענדיגן דעם וואך דא אין די פרעמדט, און אויך דאס היטל און רעקל זענען מיר נישט וויכטיג דאהי; א דאשיק'ל און קורצע אויבער'ראק, א רוקזאק מיט אויסגעוועפטע סעלצער דערינען, גארנישט מער.. איך האב פארזען און שלעכט פאר'רעכנט די פלענער, און ווייל כ'האב געביסן פינעף אזייגער פארטאגס – א מזונות ברויט, האב איך געמיינט ס'וועט מיר זעטיגן ביז האלב צען אינעם באגינען.
און איך 'שטארב' פאר הונגער.. איך האב זיך שוין כמעט מתיר געווען צו קויפן אפאר געבראטענע ניסלעך וואס קיצלען מיר אין די נאז לעכער.. עפעס דארט ביי א קיאסק נעמט מען אפא הויפן מעדנים – בלויז פאר א שיבוש.. אבער ניין! ס'קען זיין א שאלה.. ס'איז בכלל נישט קיין שאלה, ס'איז זיכער.. טריפה.
און מיינע שותפים למסע הקודש.. זענען גארנישט קיין דיינים מומחים, זאל זיין יענע וואס מ'איז זיי מתיר מיטצודאווענען מיט אונז כל נדרי.. אבער אינעם קאלטן וואכעדיגע יאר, זענען זיי טועם מן הבא בידם, אן קיין שלעכטע געפיל; ס'איז 'נישט' דווקא פארווע.. נאר זיי בייסן כזיתים, באשמירט מיט רעכט.. ה' ישמרנו; און ביי זיי איז שוין ימות המשיח, און א אויסגעפרעגלטע חזיר קאטלעט לעהנט אונטער דעם אייערשפייזל.. וואס זיי האבן באשטעלט דארט אין א קיך.
און ס'שמעקט מיר אריין אין די נאז לעכער ווי מיט פייער צונגען.. און כ'הייב אן פארשטיין וואס מיינט א ניסיון! אבער חלילה, איך וויל נישט קיין געבראטענע ניסלעך, און קיין מפוקפק'דיגע נאש טועם זיין חלילה.. און די מאגן שרייעט מיך אן.. און איך שפיר מיינע געדערים קאטשען זיך מיט טענות.. ביסט דאך אונטערוועגענס, ביזט דאך אפגעשוואכט.. האסט דאך נישט עפעס אנדערש..
איינע פון די שותפים למסע, האט שנעל געשפירט מאדנע, אז זיי בייסן און שלונגען, און איך זיץ און קלאץ.. אויף זיי! מיט קנאה און טויבע הונגער.. האט ער מיר געזאגט, איך וועל דיר צאלן א ברעקפעסט.. וואס דארפסטו..?
אך! ניין, כ'דארף נישט גארנישט.. ס'נישט כשר, ס'נישט.. איך בין גוט.. איך.. וועל אויסווארטן ביז איך קום אהיים..
זיי נישט נאריש – זאגט מיר יענער – ס'נאך דא פיר שעה מינימום ביז מ'קומט אן צו דיין אכסניא.. האסט גארנישט געגעסן.. איך האב יא.. א סענדוויטש.. וואס?? פינעף שעה צוריק?? זיי נישט נאריש.. איך קען עס דיר באצאלן..
ניין ניין.. איך וועל טרונקן וואסער..
ווי נאריש קען א ארטאדאקס זיין.. איך בין אויך א יוד.. פארפאלן.. ס'נישטא קיין כשר'ס.. דו מוזט 'עפעס' עסן..
ער קוקט זיך פלינק ארום, און בייגט זיך אראפ צו מיר און זאגט; איך זאג דיר צו, קיינער וועט נישט וויסן, אויך דזשאן וועט קיינעם נישט זאגן, ער זעט אפילו נישט, איך געב דיר וואס דו דארפסט, מאך א שווייג.. איינמאל יעצט ביסט טויט הונגעריג.. נוץ דיין שכל.. ביסט א מענטש צו א מלאך..?
איך הייב אן טראכטן, אוי! ווען איך זאל ווען נישט וויסן וואס מיינט די הארבקייט, פון.. עסן.. טריפה.. און כ'קלער מיך; ווער זאגט ס'ממש אסור? זיכער איז עס אסור.. און חזיר? חלילה..
בין איך משוגע געווארן? איך האב א ספק דערין?? אבער אוי ס'שמעקט מיר אריין אין הארץ.. איך פייגער.. קיינער ווייסט נישט זעט נישט הערט נישט.. איך בין נישט איך.. איך קען עהם אפזאגן? זאל איך אנטלויפן? ווי זאל איך וואס זאל איך..??
ניין! חזיר פלייש! נבילה טריפה.. ניין ניין ניין.. יהרג ועל יעבור.. איך וועל טרונקן וואסער אויב כ'שפיר מאכטלאז..
און ניין! קיינער ווייסט נישט, קיינער אבער איינער – דו ליבע פאטער אין הימל.. איך בין דיינס!
און מיינע שותפים זענען נישט מיינע עלטערן.. און האבן זיך נישט צופיל געערגערט פאר מיר.. און מיין געוויסן שיינט מיר און לייכט מיר מיט א העכערע געפיל, ווען האב איך דען זוכה געווען צו אזא ניסיון? ווען?..
און מ'יאגט שוין מ'לויפט שוין.. אלעס לויפט כאפט טיקעטס, און מ'איז שוין ביים טויער צום באן פלאטפארמע.. א לאנגע שורה.. כ'וויל נישט פארפאסן דעם באן – וואס פארט גראד עטליכע שעה ביז מיין צייטווייליגע היים. אבער איין מינוט.. א אינדיאנער טורבאן מיט א טאפעלטן קנאבל בארד – צייגט מיר; אראנדזש? עפעל??..
איך זאג יא יא.. איך שלעפט ארויס פון זעקל אפאר מטבעות, און כ'לויף ארויף אויפ'ן באן.. יא? א מלאך האט מיר געברענגט א זאפטיגע אראנדזש.. אוהא.. א פעטן גרויסן מאראנץ! ברוך אתה השם.. שהכל נהי' בדברו.. און מיינע שותפים ווייסן נישט צו ענטפערן אמן.. אבער זאגן אה גוד.. יו אר אקעי..
יא איך בין בסדר גמור.. איך בין נישט נכשל און נישט נבזה פאר מיר אליינס, פאר'ן בורא כל עולמים.. איך בין ריין און אפגעהיטן.. בורא נפשות רבות.. ברוך חי העולמים..

זעקס הונדערט און דרייצן מצוות – האט אונז גאט ב''ה געשאנקן אין צאל, צו מקיים זיין גלייך אויף גלייך, און דערמיט צוזיין נענטער צו עהם במחשבה דיבור ומעשה. דאך, איז נישט לייכט פאר יעדן פון די שישים ריבוא נשמות ישראל, מקיים צוזיין אלע פון זיי, אנע פארפעלן עטליכע פון זיי, בשוגג צו באונס, צו ליידער לתיאבון.
אבער ס'דא אזעלכע וואס האבן גאר ליב צוצולייגן נאך אפאר חומרות, אדער גאר פאביעס.. און דערמיט פראקלאמירן פרומער פון אנדערע.
האב איך באמערקט היינט אינדערפרי, שוין צום וויפילטן מאל, ווי פסח גרין הייבט אויף אלע גארביטש פון ערד, ווייל ער האלט אז די פאליש פון א שול דארף נישט זיין פול מיט טישאס. נישט אזוי אומגערעכט, ריכטיג? אבער זיין מינע אויפן געזיכט, איז כאילו יעדער וואס ווארפט אראפ א טישו, האט עהם פערזענליך בא'עוול'ט!
שלום בערגשטיין – באלד ביים קומען אין מקוה, הייבט אויף אלע גענוצטע האנטוכער פון די ערד, און לייגט זיי אלע אינעם קאנע, צוזאמען מיט די איבריגע גענוצטע; איך מיט א סארט גרימאסן פנים, וואס וואלט געשריגן צוזאמען מיט זיין שווערן בייגן, 'פארוואס קען מען נישט לייגן די שמוציגע האנטוכער אינעם קאנע?.. פארוואס איבערלאזן נאכן נוצן אויפן ערד??
איך קען דאך פערזענליך מיין שטעטל, און כ'ווייס גאנץ גוט, אז מ'רעדט נישט דא פון אזעלכע וואס זענען אויסגעצייכנט מיט די דריי כללים פון אמת'ע חסידות; שארף פאר זיך, פרום אין בעט, פאר'ן שווייגן קריגט מען נישט קיין מכות.. ניין! בכלל נישט. זיי שמעקט צו פארנאכלעסיגן סיי וואספארא מנהג, איז מה כל הרעש.. זיי קומט א גוט'ן ווערטל אויף איינעמס ווייטאגליכן נאגל, מהיכי תיתי..
דערמאנט מיר עס א גוטע עפיזאד, וואס כ'האב מיטגעהאלטן א צייט צוריק, ווען א איידים האט באזיגט דעם שווער, אויף גאר א פאטשיגן שטייגער.
והנה; איציק האט חתונה געהאט, און זיך איינגעארדענט אין שטיבל, און זיך שנעל געטראפן זיינע חברים צוגלייך; זיי זענען בעלי מלאכה, וואס ארבעטן שווער אין זייער עבודת ידיים, וואס זיי גלייכן גראדע זייער שטארק, און קומען אהיים מיט שיינע סכומים סוף וואך.
ווי נאטורליך ס'קומט שבת אין שול, און איציק האט זיך זיין חברה לייט, און מ'לאכט און מ'פארברענגט, אז זיין שווער האט שוין בייסיגע חרטה, פארוואס ער האט זיך געלאזט אריינפאפן, און נעמען אזא ליידיג'גייער פאר זיין טאכטער. הגם זיין טאכטער איז נישט בעסער..
בנימין שישקעט שוין צו וויפילטן מאל פונדערווייטנס, דאס טייטש ער שטייט אויבנאן, און זיין נייער איידים דרייעט זיך ביים מערב טישל, און ס'ווערט מער און מער אנגעצויגן די שטומע קריג; בנימין עסט זיך דאס הארץ אז מ'שמועסט אין שול – ווער רעדט נאך פון קריאת התורה, און איציק שעלט און בייזערט זיך שוין היבש אויפ'ן קול, וואס מוטשעסטו דאס מענטשהייט?..
ס'נישט חלילה מ'האט זיך פיינט, ס'נאר בנימין פארשטייט נישט פארוואס איציק טראכט נישט, אז ער מאכט זיך א שלעכטן נאמען ביי די בעלי בתים אין שול, און איז גורם פארקערט פון נחת פאר עהם גרויסע חסיד – ר' בנימין דער מזרח יוד.. ווידער איציק גייט נישט אין קאפ אריין, וואס טראכט מיין שווער? ער זעט נישט ווי אלע מיינע חברים לאכן פון עהם – אויך פון מיר.. 'מיין שווער שושקעט'.. מיין שווער איז א פגע רע..
די זאך האט זיך געענדיגט מיט איין שטארקע החלטה; איציק האט עס גוט איבערגעטראכט, און צוגעגאנגן צו זיין שווער אין א ווינקל, און עהם אריינגעזאגט וואס ער האט צו זאגן..
שווער לעבן! איך וויל דא קלאר מאכן דעם גאנצן מיספארשטענדעניש.
יעדער איינער דא, האט זיך זיינע מצוות, וואס אויף דעם גייט ער באש ובמים, ווי כאילו דאס זענען זיינע צען געבאטן, און ווידער אנדערע סארט מצוות, וואס אויף יענע איז ער גאר מקיל, און זעט נישט פאר וויכטיג זיי צו ערפילן הונדערט פרעציז.
ובכן, איך שטיי אויף יעדן פארטאגס, און לייען קרישמע ביים נץ, און דאווען אסאך פאר סוף זמן תפילה, און ארבעט כשר און האלט אויס ערליך דיין טאכטער; ס'קומט צו קריאת התורה, האב איך ליב צו שמועסן, און ס'קומט צו א גוטע פעטע ליצנות, מאכט מיר עס די טאג, און דאווענען מיט א גארטל, נישט פייפן מיט'ן מויל, בין איך נישט מקפיד וכו' וכו'..
דו טייערע הייליגע ביטער שווער זאל מאריך שעות זיין, שטייט אויף ממש יעדן טאג 'נאך' חצות, און דאווענט און ווער ווייסט צו לערנט שפעט נאכמיטאג, און פרנסה שפירט ער נישט אז עהם מיינט די בזיעת אפיך תאכל.. און גמילות חסד פאר סיי וועמען איז נישט וויכטיג אין זיינע אויגן, מוחא זיין איז דיין ערשטע אויסוואל, מוחל זיין די לעצטע.. יא, דו רעדסט נישט אינמיטן לייענען – נאר די מאכט קולות.. יא, די דאווענסט מיט א גראבע סידור און זאגסט אויס גאנץ תהילים און ביסט יא מעביר סדרא, און ביסט יא מקפיד אויף שניידן די נעגל – יעדן ערב שבת, ביסט יא מקפיד אויף סחיטה און בורר און לש און טראגן און ברענגן און פארברענגן..
כ'מיין שווער לעבן, אונז ביידע האבן שוואכקייטן און אויך מעלות, זה בכה וזה בכה; איך באדער דיר נישט, און זיי מוחל – באדער מיך נישט.. ושלום על ישראל!

שטעלט אייך פאר אזא זאך, אז געלט וואלט נישט געצויגן, כלל ישראל וואלט געווען באמת שונאי בצע.. נו וויאזוי וואלט אזא עושר זיך א עצה געגעבן, ווען ער איז נעבעך אנגעלייגט מיט אזויפיל מצלצלין, און ער קען דערפון נישט פטור ווערן.
וואס ער טוט נאר, פארדינט ער, און מ'פראבירט עהם אריינרוקן געשעפטן, ווי ער גייט און שטייט, ואין מידם מציל.
ער זוכט ווי ער קען עס פטר'ן, און ווי להכעיס האט יעדער צו סאך געלט, און ער ווייסט נישט רבוש''ע וואס וועט זיין די סוף דערמיט, אז שוין חדשים וואס ער איז אנגעלייגט מיט אזויפיל איבריגע געלט, און קיינער דארף עס נישט.
גליקליך איז דער וואס זוכט א דזשאב, און טרעפט נישט, האט ער כאטש נישט די דאגה, און דארף נישט שטופן סכומים עצומים וואס קען זיך גאט זאל באהיטן זיך אנלייגן ביי א מענטש אין באנק, צו חלילה נאך אין טאש, ווי ער מוז עס שלעפן מיט זיינע שוואכע כוחות.
מ'פראבירט צו זוכן עצות, און אלץ זענען דא גוטע קלוגע לייט, וואס געבן טיפ'ס וויאזוי פטור צו ווערן פון ווי מער געלט, טאמער איינער האט ליידער א איבערפלוס השם ישמרינו, און ס'דא וואס זאגן אז אויב מ'שטעקט עס איין אין סטאקס, צו אין שוואכע קווענקלדיגע ביזנעסער, קען מען אסאך אריינשטופן, און ס'קומט נישט צוריק; אבער נישט אלעס איז אזוי באגלייבט, ווייל ס'מעשים בכל יום, מענטשן ארבעטן אריין טאג און נאכט, און מ'באצאלט זיי אויפ'ן טאג, און צומאל גייט עס גלייך אין זייער באנק, אז ס'ממש א חורבן.
ביטער איז ווער ס'געשלאגן מיט'ן ביטערע מחלה – וואס איז שווער ארויסצוזאגן – דאס הייסט ער גלוסט רחמנא ליצלן צו געלט.. און די ספעציעלע דאקטוירים וואס האבן שטודירט דעם מחלה, זאגן זיי; אזא איינער וואס האט א געלט גייציגקייט דיסארדער, אוי גאט געוואלד, ער ווערט ממש עדיקטעד, און פראבירט וואס מער צו קלויבן דערפון, און צום סוף ווערט ער אנגעלייגט דערמיט, און ווער ער כאפט זיך נאך א שטיקל צייט מיט איבריגע געלט און קען דערפון נישט פטור ווערן.
ס'דא היינט שטארקע מעדעצינען וואס זיי געבן פאר דעם דיסארדער, אבער ס'העלפט נישט באלד, פאר איינער וואס ווערט אנגעשטעקט דערפון, און ס'איז ליידער פאר אלע שונאים געזאגט, זייער קעטשי.. איינמאל ס'כאפט זיך אריין ביי איינעם – וואס איז נישט פארזיכטיג, איז ער א גאנץ לעבן אויסגעשטאנען דערויף, צוריק צובאקומען דעם דיסארדער פון גלוסטן געלט, און געוואוינט זיך ביטער שווער אפ דערפון.
ס'דא טאקע באקאנטע ריהעבס פארדעם, אבער זיי אליינס, די ריהעבס ציטערן נישט אליינס צו ווערן אנשטעקיג, און זיי ברענגן עקסטערמענעיטערס, וואס נעמען אויך איין וואקסינען אפצוקלאפן דעם משיכה צו געלט, אז זיי זאלן חלילה נישט קריגן דעם דיסארדער פונעם סביבה דארט.
לעצטענס הערט מען אסאך ווילדע מעשיות, ווי מענטשן גייען אין מקוה, און קומען ארויס מיט א פולע טאש אנגעפולט מיט געלט, וואס איינער א קאלטער אכזר האט עהם אריינגעשטופט אן זיין וויסן, און יענער מוז נעבעך פטור ווערן דערפון, און האט נישט וויאזוי.
מענטשן לייגן פשוט ארויף גראבע זיפערס אויף די טאשן, אז מ'זאל נישט איינער אריינשטופן דארט בגניבה קיין מתן בסתר, און מ'היט זיך אזוי פון יעדע שנארער וואס גייט דיך אריבער, אפשר האט ער פונקט צו סאך געקליבן, און וויל דערפון פטור ווערן – אויף דיין חשבון.. אוי רבונו של עולם.
ער האט דאך אזויפיל, כאטש ער האט נישט קיין דזשאב, און כאטש ער האט א ליידיגע הויז, אבער מענטשן ברענגען דאך צוזאם אזויפיל עסן און טרונקן און מעבל אין שול און אין גאס, וויייל זיי פראבירן אויך פטור ווערן פון די איבריגע געלט, וואס זיי האבן פשוט נישט וואס צוטון מיט דעם.
וויפיל קען א מענטש עסן, און נוצן, און דאך בלייבט ער איבער מיט א געוואלד מיט קעש, ווען ס'זאל זיין קליין געלט, ווי דאלארן וואלט נאך גוט געווען, דאס קען מען עני טיים אויס'פזר'ן, אבער ווען ס'בלייבט הונדערט צו גאט באהיט טויזענט דאלער 'קעש' אין טאש, אוי איז דאס א עול, אוי איז דאס א לחץ, אוי איז דאס א קללה, קיינער זאל נישט געפראווט ווערן. קלאפ דיר אין מויל!
דער שמש גייט אראפ פון זינען, אויב ס'נישט גענוג ביי שחרית, ווען מנין נאך מנין לאז נאך זיך א שמוץ פון הונדערטע איבערגעלאזטע 'הונדערט דאלער ביל'ס, קומט ווידער מנחה און מעריב, און פשוט מ'ריקט עהם אריין אונטער די מאנטלן און צווישן די ספרים, גענוי ווי פעקלעך שמות בערבי פסחים.. און וואס זאל דער שמש טון מיט אזויפיל איבריגע געלט, ווען די גבאים זאגן עהם, אז ס'זיין עול פטור צו ווערן דערפון.
מ'רעדט שוין נישט פון די שטאטישע געלטער, וואס איז א גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה, און מ'האט עטליכע מאל אנגעקלאפט אין אלבאני, אז מ'זאל רחמנות האבן אויף אונז – אייניקלעך פון האלאקאויסט סורווייווערס – און נישט שיקן קיין נדבות אין די וועלט אריין. אבער זיי זאגן ניין, די שטאט פראבירט גענוג און נאך צו פארשווענדן די געלט, און אז מ'פטר'ט אפ ביליאנען, מיט'ן שיקן ספעיס שאטעלס צום אויסערן רוים, און קיין כינע און קיין אפריקע, און טריליאנען גיסט מען סתם אריין אינעם ים הגדול – וויפיל ס'גייט, מעגן נאך די יודעלעך אויך אנטייל נעמען און אראפנעמען דעם שווערן עול פון שטאט, און צוזיך נעמען 'כאטש' צען טויזענט א פאמיליע, וועכנטליך.
הלוואי!!!
שוין, כ'בין שוין אויך אנגעשטעקט...

איך וויל מוחה זיין, דאס וואס כ'האב געהערט אויף דיר דאס און דאס שלעכטס.. און זאלסט וויסן הויעך און קלאר, אז דו ביסט א אומ'פארשעמטע יונגערמאן!!!
איין מינוט איין מינוט.. דריי איך זיך אויס צום בעל מחאה, און זע א מיטל-יעריגער בעל בשר, גאר א כלי קודש, און פרעג עהם פשט פון זיין מחאה, וואס 'ער האט געהערט' אויף מיר.
פון וועמען האט איר געהערט, און וואס האט איר געהערט??
נישט קיין נפקא מינא.. דו מעגסט דיך שעמען אין גרויסן, און ביסט א בושה פאר כלל ישראל!
כ'האב פארשטאנען פון זיינע ווערטער, אז כ'האב געשריבן עפעס וואס איז קעגן זיין רצון, און לדעתו איז עס נישט שיין, צו אפשר גאר פחיתת הכבוד; ממילא איז ער יעצט שטארק מוחא, און דרוקט אויס אויפברויז, אין נאמען פון גאט ברוך הוא וברוך שמו..
היות ער איז נישט אנטלאפן, נאר געבליבן זיך אויס'טענה'ן מיט מיר, האב איך עהם קלאר געמאכט דעם פאקט, אז איך זע דא במציאות אז ער איז עובר אויף - לֹא תִשָּׂא שֵׁמַע שָׁוְא – א אפענע דאורייתא, איז עס ביי מיר א מאדנע ערשיינונג; דהיינו אז איינער זאל אויסרופן ברבים, איך האב היינט געגעסן חזיר פלייש!
די מפרשים זענען מפרש דעם פסוק, אז איינער וואס איז מקבל לשון הרע, פון יחידים, און דערמיט ערקלערט ער שליח פון הימל, צו באשמוצן א צווייטער יוד, איז עובר מיט דעם זאפטיגער עבירה בשאט נפש. נו ווי קלעבט דאס צוזאמען מיט דעם רעאליטעט וואס איך הער דא?..
אבער ער האלט זיך ביי זיינס; דריי מיר נישט דעם קאפ, דו ביסט א בושה.. און כ'בין מוחה.. און ס'איז עהם א חידוש אז דער רב און דער שמש און די קהילה האט מיך נאכנישט פארווארפן..
זאג איך עהם, שתי תשובות בדבר; איינס, מוז זיין אז זיי – צוזאמען מיט מיר.. האלטן אז ס'איז גארנישט שלעכט געשען.. און צוויי, וויפיל גאווה, שנאה, און סעלפיש'קייט ליגן אין זיין אקט; ווייל ווער האט עהם געבעטן קער צו נעמען, און אויב איז ער יא א לשם שמים שוויצער, זאל ער מוחל זיין און מיר העלפן דעקן דעם חודש!
אבער צו הייבן א שטימע, צוליב א לשון הרע וואס א חבר האט עהם געזאגט, איז אין מיינע אויגן איינפאך א 'הבא להרגך', און כ'בין קאמפס גרייט מיט מיינע צען פינגער-נעגל, על כל צרה שלא תבוא.. אויב ער ווייסט וואס איז גוט פאר עהם. ברוך ה' לעולם אמן ואמן..

איך בענק מיך אזוי שטארק, און איך גלוסט מיט אזא ברען, ווען איך קען נאר האבן די מעגליכקייט, אז כ'זאל דיר קענען אויפקלערן און צוברענגן דורכדעם, אז דו זאלסט אליינס וועלן, דאס וואס איך וויל דיר אזוי שטארק געבן.
און אויך ווען דו וועסט שוין יא וויסן, און פארשטיין און גלוסטען, צו באקומען דאס וואס איך וויל דיר געבן, און דאס וואס איך גלוסט מיט אזא שטארקע ווילן – דיר צו שענקן, וועסטו אויך נישט צוקומען נאנט, צו דאס הויעכע ראטע פון גלוסט און ווילן, וואס ברענט אין מיר, דיר צו געבן, גאר אסאך מער ווי דו ווילסט נעמען פון מיר.
יותר ממה שהעגל רוצה לינַק, פרה רוצה להניק.. זאגט דער הייליגער ר' עקיבא צו זיין הייליגער תלמיד רשב''י; אזוי בערך שפירט זיך דער ארטיסט, שרייבער פראדוצירער און שאפער, ווען ער לעכצט צו געבן וואס מער פון זיינע שאפונגען, זיינע געניאלע געדאנקען, זיינע באגייסטערטע אינפיראציעס – אין פארעם פון פראדוקציע און ארטיקל צו בילד.
אבער.. ס'נישטא פאר וועמען!
- ס'נישטא קיין מקבלים, ס'נישטא ווער ס'איז נייגעריג אין די דעליקאטע סחורה, וואס הייסט טיפע מחשבה, פונקען פון חכמה קונסט און שאפונג.
וואס קען דען דער בעל מחשבה טון אין אזא צייט, אז ער וויל אזוי שטארק פראדוצירן, און ס'נישטא קיין פאדערונג נאך די זיסע גייסטישע פארגענוגן.
אן קיין אנדערע אויסוועג, מוז דער ארטיסט זיך ווידער נעמען צום עבודה, און ווייטער פראדוצירן פרישע ווארע, וואס איז עהם באליבט דאס ארבעט און ענערגיע, וויסנדיג דאס אומשאצבארע ווערד פון זיינע ווערק, אבער ס'איז עהם ביטער אויפ'ן געוויסן, אז ס'איז נישטא פארוועמען.
און ווען ס'וועט זיין פארוועמען, ווער ווייסט צו דער שאפער וועט נאך האבן די ענערגיע צו פראדוצירן נאך, אדער צו ערהאלטן דאן דעם פאסיגע לויב און צוריק-רעאקציע פון די מקבלים; מעגליך גאר וועט עס זיין היבש שפעט מיט יארן, צו בכלל.
אבער מיט איין כלל איז דער ארטיסט ממשיך, און מאכט ווידער קונסט און קאפ שטיקעס, פרוכט פון זיינע טאלאנטפולע אינסטינקטן, אולי ירחם, אפשר דאך וועט איינער זיך אפרופען און אויסרופן מיט פרייד, מצאנו מים, מיר האבן געפונען זעלטן גוטע ווארע.
- עפעס וואס שטייגט איבער אלע מאטריאלישע גלוסטן, און שפייזט די גייסטער פון יענע וואס האבן די ריכטיגע באגריפן, וואס דאס הייסט קונסט-שטיק, סחורה, מעשה חושב, וואס שאצט זיך ווייט פון ערדישע שאצונגען.
און ביז דאן, פארשווארצט ער זיך די גלידער, מאכט זיך ביליג, ליידיגט אויס די קעשענע, און מאכט גרייט דאס קעגן-באנק, ווען דאס וועט פאסירן, און מ'וועט קומען פאדערן זיינע שאפונגען, אויב ער וועט צו דעם באגליקן – צו נישט.

ביים זיך וואשן צו המוציא, האב איך געהערט דעם בא'טעמ'טן שפילער, און כ'האב מיך צוגעכאפט צום געדאנק – דאס איז עס! איך גיי מיך לערנען שפילן..
וואס? כ'וויל זיין א פיאניסט.. און ארויסגעבן מיינע הרגשים וואס כ'האב אלץ געהאט און נישט געהאט וואו ארויסצוגעבן. און אפשר איז בעסער כ'זאל פשוט זיין א פידלער; ווייל כ'הער אז דורך פידל קען מען ארויסגעבן אסאך הרגשים.
אט די מחשבה האט אנגעהאלטן, בלויז ביז כ'האב געמאכט א המוציא, ווייל דעמאלטס האב איך פלוצלינג געהערט ווי דער יונגער זינגער, ווייסעך ווי הייסט ער דארט, קוים חתונה געהאט און שוין נעמט מען עהם אויף שמחות זינגן.. און איך מעג נישט? וואס הייסט, איך קען דען נישט? איז נישט בעסער כ'זאל ארויסגעבן מיינע געפילן מיט'ן זינגן?..
אפשר אזוי וועל איך אויך קענען זיין א קאמפאזירער.. יא! יעדער וועט וויסן, א הארציגע מעלאדיע, פונעם זינגער.. ער קען אויך שפילן.. וואס וועל איך שפילן? פידל?? ניין, א גיטאר לעבט מער אויף, און כ'קען מאכן שנעלע ניגונים אויך – אזוי שפיר איך..
צו אפשר זאל איך מיך לערנען, בלאזן אויף א פלוט.. אדער דווקא א טראמפייטער! יא, דאס הער איך יעצט פונעם פיאניסט, ער נוצט א טראמפייטער, ווייל ער קען דאך נישט בלאזן אליינס, וועל איך זיין די חידוש פונעם סביבה.
אינטערעסאנט איז נאר, אז קיינעם גייט נישט אזוי אן דעם שפילער ווי איך.. דאס מיינט אז נאר איך פארשטיי צו נגינה? אדער גאר איז דאס בעסערס פון דעם אויפ'ן וועלט; כ'הייב שוין אן טראכטן, וואס עפעס זאל איך זיין א שפילער, א קאמפאזיטאר, און פארוואס זאל איך נישט לערנען דעם פאך פון ביזנעס.. יא!
מענטשן דא ביים חתונה – זע איך – רעדן ביזנעס, און פאליטיק, און סטאקס, און ווייסעך וואס איך פארשטיי נישט צו די אלע זאכן.. פארוואס? איך וויל אויך זיין אין די זאכן פארנומען. יא, איך גיי מיך לערנען עמ.. ביזנעס, כ'וועל מוזן קויפן א קאר, און א ביכל וואס לערנט אויס.. עמ.. וואס וויל איך נאר קענען? לאמיר זאגן אימפארט עקספארט.. ס'הערט זיך ווי מ'מאכט דארט שיין געלט.
כ'מעג פראבירן, ניין? כ'וועל קויפן די צייטונג, און דארט וועל איך שוין טרעפן די נומערן, פון די 'ריכטיגע' חברה, איך קען פיין די פעלד פון האנדלען, כ'ווייס נאר נישט די כללים; נו, איין צוויי מאל איך לייען דורך די כללים פון 'ביזנעס' און כ'האב עס..
וואו פשיהא.. קוק ווי דער דראמער האקט שטיקער.. איך וואלט געקענט זיין א דראמער.. פארוואס נישט, כ'האב נישט קיין צוויי שטארקע הענט? און ס'דארף מיר נישט שטערן פון ביזנעס – בכלל נישט. בייטאג קען איך מיך אריינלייגן אין למשל.. ריעל-עסטעיט, אדער אפשר זאל איך טאקע זיך אויסלערנען זיין א פלאמער.. כ'האב געהערט די חברה מאכן שווערע געלטער.
איי מיין שווער וועט זיך רעגן, ער וויל כ'זאל זיין א כלי קודש.. גערעכט, כ'וועל בעסער טון קלינע ארבעט, און כ'גיי מיך לערנען קוויק בוקס; קוק אהער, דער פאטאגראפירער מאכט א לעבן, ער קוועטש און בליצט, און בעט נאך אזא חתונה אלפים ורבבות – פאר גארנישט טון.. הלוואי ווען איך האב נאר די 'מוהט' צו מאכן דעם דזשאב.. נאר מיין טאטע מאמע וואלטן נישט מסכים געווען.
ווער האט ארויסגעגעבן דעם בענטשער? באמת.. דפוס שיינקייט.. דאס איז טאקע א שיין שטיקל גראפיק.. איך וואלט זיך אריינגעלייגט אין גראפיקס.. מיינסט אז נישט? וואס עפעס זיך פאטשקענען מיט די וועלט, כ'קען דאך זיצן רואיג אינדערהיים – צו אין א געשמאקע אפיס ערגעץ, און שארן געלט..
און דער פעטער פונעם כלה לויפט אויף א הצלה קאל.. וואו.. דאס איז א מצב, ווען איך וואלט ווען געקענט, וואלט איך מיך געלערנט צו זיין א דאקטאר! כ'ווייס ס'נישט מעגליך, נישט ווייל כ'קען נישט, ווייל כ'קען גראדע פיין די פעלד פון רפואה, איך האב א שטארקע חוש דערצו, אויסער דעם וואס כ'האב אסאך געלערנט דא דארט פון דעם.
סתם א הצלה מעמבער איז נישט אינטערעסאנט, אבער צו זיין א – זיכער א ערליכע חסידישע – עמ.. יא? יא!! פארוואס נישט, וואס איז שלעכט? אך.. פאר דעי געלט וואלט איך בעסער אויפגענומען פאציענטן – ווי א לייף קאויטש – און אויסהערן יעדעמס דאגות, מ'מאכט פון דעם אויך גענוג געלט, און כ'קען זיין א שיינע מכובד'דיגע מחנך, און גאר א שטיקל ראש ישיבה.. יא, כ'קען עפענען א קליינע ישיבה'לע פאר ספעציעלע בחורים, און אסאך וועלן זיכער וועלן שיקן צו מיר.
אדער, וועל איך פשוט זיך אויסלערנען געבן שיעורים, און מיט די צייט קען איך ווערן א אויפגעכאפטע בעל דרשן; וואס עפעס מעג יעדע דריטע יונגערמאן זיין אין א קאפעליע, צו א גראמער צו א בדחן, און איך מעג נישט ווייזן אז איך 'פּאַק זיין איין צען מאל'..
לעצטענס איז געווארן אזא זאך, טאנצערס, איך קען גראדע פיין טאנצן, און ווען מ'זאל נאר 'איינמאל' זען ווי איך טאנץ, וואלט מען מיר באשטעלט פאר סיי וועלכע פרייז איך בעט.. נאר איך וויל נישט.. איך שעם זיך.. אבער קעיטערען שמחות גראדע איז נישט קיין בושה. כ'הייב אן קלערן, דאס איז א גוטע ליין, כ'דארף נאר וויסן די מעניוס, און האבן א קשר צו די שמחה זאלן, און.. איין רגע, כ'קען דאך זיין דער קעכער אליינס.. איך קען פיין קאכן..
כ'מיין אזוי, זאל איך מיך אריינלייגן אין קאכן? הייסט עס בייטאג בין איך אין חדר א ממלא מקום, און ביינאכט וועל איך שארן געלט פון.. אדער קעיטערן, אדער כ'קען מיך אריינריקן אין א קאפעליע, אדער כ'וועל.. אה! כ'גיי מיך לערנען שפילן אויף יענע גרויסע טראמבאון, קודם וועט מען טאקע לאכן, אבער איך וועל מאכן קעש.
אויך אינדערפרי קען איך מיך ארויפארבעטן, און זיך אויסלערנען 'מעדזשיק' און מאכן דערפון פיין געלט.. יא, איך קען! כ'דארף נאר אריינטאנצן דערין.. כ'בין נישט קיין בטלן, כ'דארף נאר כאפן מיין ריכטיגע טויגליכקייט, און אין יענס וועל איך משקיע זיין, און מאכן 'גראב' געלט גראב גערעדט..
אוהאא.. און איינמאל כ'האב א שיינע סכום, קען איך מיך ערלויבן צו מאכן פעינטינגס, כ'האב שוין אסאך מאל געהערט מ'מאכט דארט אויך 'פיין געלט'.. אוי כ'ווייס נישט פארוואס איך טויש מיין רצון יעדע פינעף מינוט.. כ'האב מורא אז אין די צייט וואס איך וועל קענען ווערן א שפילער צו בדחן, קונצן מאכער צו קעכער, וועל איך זיין צעשפילט און אויסגעקאכט, און כ'וואלט גערן אנגעהויבן עפעס, אבער כ'ווייס נישט מיט וואס ס'וועט זיך ענדיגן..

א וואוילע תלמיד חכם – א יונגערמאן – שוין אפאר יאר אין כולל.. און פונעם אנדערן עק שטאט, קומט ער זיך צו שלעפן צום הייליגן גמרא – אין היכל התורה, דארט ווארט עהם אפ זיין חברותא; אבער אינדערויסן בוזשעוועט א ווינט, און דערצו הייבט אן שנייען געדעכט! ס'איז א היבשע כברת דרך ביז'ן שול, אבער ער האט דאך נישט קיין קאר, און ניטאמאל די געלט פאר א טעקסי..
זיין חברותא האט זיך נישט געטרויעט אהיימצוגיין – ביי מיטאג צייט – ווייל ווער וועט עהם דען אין אזא וועטער געבן א היטש?.. און ער וויל נישט זיין שפעט צו זיין חברותא נאכמיטאג, וואס יענער איז דאך יא פונקטליך.
און זיין חברותא ווידער, לויפט און לויפט אין די ציפעדיגע קעלט; דאס אטעם ווערט עהם פארכאפט, ביים אומ'וועלנדיג איינטונקן די פוס אין א קאלוזשע פראסטיג מאראסטיגע אייז וואסער'ל; און ער היפט איבער די וואסער געלויף, און איז פארנעצט די פוס – ביז'ן ביין.
אבער ב''ה ער האלט שוין נענטער ווי ווייטער.. ער איז שוין אויפ'ן הויפט גאס, און אזוי לויפט ער געפרוירן און באנעצט די פוס, און פראבירט זיך אנצוווארעמען די פארפרוירענע נאז און פינגערס.
די אויטאס קומען און גייען, און קיינער שטעלט זיך נישט אפ, און לאזן עהם ווארטן – און לאזן עהם נישט אריבער די גאס.. אז ס'קוקט אויס ווי יארן..
טאמער דאס איז נישט גענוג, קומט צו פליען א 'היימישע' ארבעטס טראק, און געבט עהם א שפריץ אין פנים אריין – מיט כח – אפאר סאה בלאטע שניי געמישט מיט זאלץ! און קוקט ניטאמאל צוריק וואס ער האט דא אנגעמאכט.
זאלן אלע פוסגייער וויסן, אז ס'דא א 'סייד-וואלק', און אז מ'ארבעט נישט, האט מען נישט קיין טראק – ווי איך.. און ס'וועט נישט שאטן פאר'ן פרומאק זיך צו טרוקענען אין כולל – זיינע נאסע בגדים ביז נאכטמאל.
די רעש אין הימל איז גרויס!! נישט פון האגל און ווינטן – וואס טוט זיך אונטער'ן וואלקען שלייער – בעולם התחתון, ניין! אויבן אין די הויעכע גייסטישע הימלען איז א טומעל! די עמודי העולם די תורה לשמה לערנערס, זיי זענען בצער.
ווי איז דאס מעגליך צו טראכטן, אז קוים ברויט אויף פוטער האט ער אויף שפייז, און א אויסגעריבענעם כאלעטל אויפ'ן צארטן קערפער, זאל נאך ליידן פון א געזונטן שפריץ - אייז קאלטע בלאטע אין פנים – און ס'גייט קיינעם נישט אן!
נישט גענוג קיינער שטעלט זיך נישט אפ, און געבט א ריק אריין אפאר טאלער דעם בן תורה, און אוודאי טראגט עהם צו בכבוד גדול צום היכל התורה – ווי ס'פאסט פאר א לעבעדיגע ספר תורה, טוט מען עהם נאך באשמוצן דאס אייניגע בגד'ל וואס איז עהם אויפ'ן קערפער?
אבער ווייל ער איז א חסיד, און ווייל ער לערנט דאך תורה, איז ער מצדיק את הדין, און דן לכף זכות; גם זו לטובה, די דרייווער'ס ווייסן אוודאי נישט וויאזוי איך שפיר, זיי באמערקן אוודאי נישט, און כאפן זיכער נישט וואס זיי טוען, און וואס זיי טוען 'נישט'..
אפשר איז עס ניטאמאל געווען א יוד? אפשר איז עס געווען א טעות.. אפשר האט ער נישט געכאפט..
אבער לאמיתו של דבר, איז עס נישט געווען א היימישע יוד?.. איז עס טאקע געווען א טעות?.. זו תורה וזו שכרה? זענט איר נישט פונעם אויסגעצייכענטע פאלק – רחמנים בני רחמנים, גומלי חסדים??..
דאס גרעסטע וואונדער איז, אז דאס איז מעשים בכל יום, און בכל שעה, ואין פוצה פה..
פארוואס טאקע??

קול ששון וקול שמחה.. טאנצט מען אויף שמחות ביי קרובים און ידידים, און מ'טרעפט א שלל פון מענטשן, פון אלע סארטן; טאמער האט מען געמיינט אז דוב'ל דער צדקה גייער איז שוין פארעלטערט, איז עס אמת! אבער ער האט גארנישט אויפגעגעבן זיין פאך – אויסמעלקן בעלי שמחות דאס בוזעם געלט..
די נצרכים מאכן סתם אזוי חאגע, ווען א רייכער מחותן לאזט זיך קאסטן, און מ'לעקט און מ'זויגט די מארך ביינער, אז מ'יאגט פשוט נישט נאך די אויסוואל פון מאכלים שונים, און שפעטער זיצט דער עני אויף קעסט.. ווייל ער איז נישא צוגעוואוינט סתם אזוי צו עסן אזא פעטן יוהך.
וואס וואונדערט מיר אבער דאס מערסטע, איז ביים באטראכטן געוויסע פארשוינען, וואס די פראגעס הענגן זיי נאך אויפ'ן שפיץ אויערן, און לאזן נישט נאך.. דאס איז דער אנדערער מחותן לייזער, וואס האט – קוקט אויס – זיך פארגינט, צו גאר באקומען א הנחה.. און איינגעקויפט א רעדל א שטריימל אזאנס, אז א העליקאפטער קען רואיג מאכן דערויף מאנעוורעס..
אבער זיין רעכטן פיאה הענגט עהם אראפ, און אויך די לינקע פיאה לאזט ער הענגן – האלב ארויפגעדרייעט! באשטימט האלט ער דערויף אלע קריטיקירער, און דאס וועגט אזוי שווער, אז ער קען דאס גארנישט ארויפדרייען ווי א מענטש; ווי א מענטש? ווי א נארמאלע מחותן ביום חופת בנו!
ס'קוקט עפעס אויס, אז בתנאי כפול זאת, האט מען עהם פארטרויעט אזא עלעגאנטן שטריימל, אז ער וועט נישט פארלירן זיין פאר'כלעפש'טען חן.. זיין כאניאקישער גאנג, זיין פוילער געהויקערטע מהות, א שטייגער ווי מ'דרייעט ארויף א וואסער שלויך אין מאגאזין קאמער, אזוי קוילערט ער ארויף זיינע פארקניפטע גרויע פיאות – אויפ'ן ווילד האריגער באוואקסענער אויער שטאנג.
כ'בין נישט זיכער, צו מעגליך פארמאגט ער גארנישט קיין אויער לעפל, וואס זאל עהם צוהאלטן דעם פיאות געדריי אין פלאץ, אדער פשוט האט ער א ענין דערביי, אז, מער פון איינס-און-א-האלב דריי ארויף, איז שוין - ווי געזאגט – יוצא געווען..
וואספארא פנים, וואספארא מחותן, און לעקט נאך די פינגער וואס ציילט דאלארן, און קראצט אפ דעם פרעקל פונעם אייניקל'ס געזיכט.. מיט ליבשאפט. מזל טוב קלאטשט ער אריין, מיט אנגעפיקעוועטע הענט – אלע וואס קומען פארפליכטעט וואונטשן – פאנטשן די קארט – ביים 'ברייטער מחותן'.
אבער לאמיר זען וואס טוט זיך ביים געסט טישל, דארט ווי מ'שטעלט קרעימיש קעיק און נישט-געצייגטע מעלאנע און פיינעפל, דארט זיצט – שוין פון א שעה פאר'ן קבלת פנים – א שיטה לא נודע למי.. און פראבירט אויס אלע מעגליכקייטן, אפשר דאך איז איינער דא זיין קרוב – נאנט צו ווייט.
נעבעך א נשמה יתירה, זאגט מיר איינער א הסבר; וויבאלד יעדער יוד באקומט דאך ערב שבת צונאכטס – א בונוס, א נשמה יתירה'לע, זענען דא וואס קומען שפעט ארויס פון מקוה, און לאזן זייער נשמה יתירה זיך ארומדרייען אויבן אליינס, און זיי בלאנדזשען ארום ווי קינדער אנע טאטעס.. און קלעבן זיך צו יעדע לכה דודי שמועס אין פאליש, אנע אנטפלעקן אפילו א שאטן פון זייער אידענטיטעט, און צום סוף פאלן זיי אריין צו איינעם בחסד, און יענער בלייבט אויף בארג – ביז מיטוואך נאכמיטאג, ווען די נעקסטע באס טראגט ווייטער די פארבליבענע נצרכים צום נעקסטן סטאנציע..
געוויסע קומען יא אן צו זייער אכסניא אין צייט, אבער בלייבן דאך איבער אין שול, און זענען צושפייז פאר די קינדער און בחורים, וואס גלייכן אלץ א גוטער ברעטל אויף וועמען צו רייטן און ציען די רויע נערווען.
בכל זאת, האב איך מיר נאך געטראפן א ענטפער פאר מיינע אומ'צאליגע פראגעס.. דער איז א פוילער עושר און יענער א פארלאזטער נשמה איינעמס.. אבער מיין דריטע רעטעניש איז געבליבן ווי פארגאפט, אז כ'ווייס נישט צו כ'זאל לאכן פון מיר צו פון יענעם..
ביים מזרח זיצט דער זיידע פונעם כלה, מיט א גרויסער רעבישער לעיקעך שטריימל.. מיט גלאציגע בעקישע און קאפלינגס; און נישט ווייט ביים צפון טישל, האט זיך אריינגעשלייכט א משולח מיט א צעבויגענעם הוט, גענוי ווי געגאסן – קוקט ער אויס ווי אט דער זיידע..
זענען זיי קרובים? כאטש לאנדסלייט? אפשר ידידים? ניין! דער זיידע איז א פוילישער, און יענער איז א מאראקאנער בעטלער.. אבער ווי אויסגעשפיגענע צוויי טראפן וואסער.. איר האט שוין אזאנס געזען?.. עפעס יעדע צווייטע מענטש דא, האט א דאפלעטער.. און אויך איך..
דער ברודער פונעם חתן, א פעשליכער געבוי, און מיין שוואגער זאגט מיר; געב א קוק, ער קוקט אויס ווי דיר.. איז עס נישט פאני?.. פאני זאג איך? בושות..
כ'דריי מיך רעכטס, זעי איך דעם פנים פון אונזער רב, אין א קורצע רעקל.. ער איז דער מענידשער פונעם זאל.. אבער ער קוקט דאך אויס ווי מיין רב – מיט'ן הויעך ברייטער הוט, און ס'לויפט אריבער א משולח געשווינד, און כ'האלט מיר דאס אטעם.. איז דאס נישט זעליג פון אונזער שבת מנין?? אויך ער האט גראבע גלעזער, אבער איז נישט אזוי פארקריפלט ווי דער הלוך ילך..
א מאדנע וועלט, האי עלמא כבי הילולא דמיא.. א טאראראם און געמיש, כ'ווייס נישט צו ס'שווינדעלט מיר.. צו סתם איך קאן נישט האלטן די אטעם פאר געלעכטער.. און כ'מוז למען השם אראפשלונגען א שטיק חלה מיט'ן הייס קאכעדיגע שוועמל זופ, ווייל דער וועיטער איז אומגעדולדיג, און דער חתן קומט שוין צו רייטן מיט זיין חלום ביים האנט..

וועלטעלע ביסט נישט צו דערקענען..
וואס גייט דא פאר אזא איבערקערניש?? האט זיך געוואונדערט חוני המעגל – ווען ער האט זיך אויפגעכאפט נאך א יאר זיבעציג, און האט זיך נישט געקענט אריין פאסן אינעם נייעם דור, וואס האט זיך אויפגעשטעלט אזוי אומגעראכטן, פאר זיינע אויגן.
אזא פנים האט עס, מיט זיבעציג יאר בעפאר, איז געווען א וועלט א צווייטע אינגאנצן; ס'קומט פאר, ווי כאילו אלעס איז געווען שווארץ און ווייס.. ווען די נייע מעכאנישע מאשינען, האט מען געריקט מיט'ן קלאטש, און געדרייעט א גרויסן הענטל – ווי א קאך לעפל, צו גאר א שטאנג גרויס ווי א האק.
דאס טעלעפאן האט מען געדרייעט מיט'ן פינגער ארום, און ס'האט גענומען א צייט, און מ'האט געהאט צייט, און מ'האט פארדינט צייט, און מ'האט געגעבן אסאך צייט, סיי צו כאפן א גלייך ווערטל, סיי איבערטראכטן א געדאנק, אויסצולייענען א דאקומענט, און צו זאגן מבינות אויף א זינגענדיגע פלאטע.
זיבעציג יאר דערויף, און מ'יאגט נישט נאך.. די מענטשליכע געהירן קענען נישט נאכלויפן דעם סופער-סאניק.. עס פליעט שוין אין די הויעכע רוימען, און קען איין ליאדע אויגן בליק, פארווישן ארבעט פון אפאר דורות.. און אין די זעלבע צייט אויפשטעלן פרישע בנינים, וואס האט א שטייגער גענומען א יאר יאר צענדליג – אינעם אמאליגער וועלט.
אז א קינד האט גערעדט ווילד, האט מען עהם אריינגעלייגט 'פעפער' אין מויל.. היינט בעטן זיך די קינדער, כ'דארף פעפער דיפ, סחוג און מטבוחא..
אז כ'האב געוואלט א נייעם שפילצייג, האט דער זיידע גענוצט דעם באבע'ס סארקאסטישן אויסדרוק; דו מיינסט עפעס מ'קען אויסקוועטשן געלט פון וואנט?.. היינט איז עס א דבר פשוט; קוועטש דעם קנעפל און ס'גייט און ס'קומט גאלד און געלט..
די פחד אז מ'פירט זיך נישט אויף ווי עס פאסט, האט דערשראקן יעדעס חדר יונגל, און היינט א שטייגער, ציטערט יעדער זקן, צו די קליינע לאכן נישט פון עהם, אז ער פארשעמט זיי, ווייל ער קען נישט אלע קונצן שפראכן טערמינען און נייעס..
וועלטעלע ביזט נישט צום דערקענען.. ווען כ'בין דא געווען זיבעציג יאר צוריק, איז נישט געווען קיין שפיר פון קנעפלעך און פיטשעווקעס, באקוועמליכקייט און הפקר לעבן; פון ווי איז ארויסגעוואקסן אזא דור מיט געגאסענע פאפירענע שטריימלען און שטיין הארטע הוטן.
אז כ'האב געברויכט א טובה, א חסד, א ישועה, צו סתם אטענטשען.. האב איך שווער שווער געארבעט מיט צען פינגערס, וכולי האי ואולי עס נישט באקומען.. היינט א שטייגער, וואס דו ווילסט נישט, איז דא א גמ''ח א כולל, וואס מאכט טוט בענטשט און לויפט פאר דייינעט וועגן.. בלויז פאר צען דאלער א חודש..
האב איך דען זיבעציג יאר צוריק געעפנט א מויל, אין פאליטיק, אין מבינות. האט מען עפעס געקענט האבן ספרים און ביכער, כלים ובנינים פאר'ן עפארד פון א בלעכל וויש.. א קארטל סווייפ? האט מען דען געהאט פלאץ פאר די אלע מותרות?..
היינט, יעדער אפרוח שלא נפתחו עיניו, האט א דעה, האט מאשינען, באקומט טויזנטע מינוטן פריי.. אבער האט נישט די אמאליגע פאקטישע צייט. ער האט אלעס שוין לאנג – און דארף עס שוין נישט..
ווער ווייסט מה יולד יום, וואס מארגן וועט שנייען.. צו וועט נאך זיין ביימער און ציגל, צו וועט נאך זיין שכל און כח, אדער גאר וועט עס זיין נוצלאז..
משיח! דו האלטס ביים קומען צו נישט.. ווארט נישט ביז וועסט זיך דארפן אויפסיינען, און מ'וועט קלעימען, נאו דאנקיס אלאויט העיר.. יבוא יבוא!! קום שוין קום שוין!!.. ווייל ווען ער וועט קומען, וועט טאקע זיין, יום גילה רינה דיצה וחדוה.. צו דו גלייבסט צו נישט, יבוא וועט ער קומען, און זיין וועט זיין..