קאוועשטיבעל לאטטערי 2018 - איך גיי נישט אריין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

קאוועשטיבעל לאטטערי 2018 - איך גיי נישט אריין

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שרייבטסט דא זיך אריין אויף נישט אריין צו גייען אין די גרופע פון גליקליכע מעגליכע געווינערס פון ראשעקאל׳ס בילעטען.

ווער וויל זיך נישט משתתף זיין אין די $1.6 ביליאן דאללאר לאטטערי?

ווער וויל זיין א פורש מדרכי הציבור?

ווער האלט אז די חשש גילוי איז הארבער ווי א פאר נישטיגע מעלאנעס?

ווער וויל גייען אין שויער מיט א ריינעם קאנשענס? (אז דו ביסט שוין ריין, וואס גייסטו אין שויער?)

איין כלל איז דא אין די אשכול. מ׳קען נישט אריין קומען טאמער מ׳איז שוין אין יענער אשכול, אפילו מיט אן אנדערע ניק.

Give your dreams a chance......
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

טעסט

אופס...
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: קאוועשטיבעל לאטטערי 2018 - איך גיי נישט אריין

שליחה דורך החוקר »

איך בין נישט אין די נייע לאטערי אבער יא געווען אין די אלטע, קענעך אריינקומען? פליז, ס'איז קאלט אינדרויסן, לאמיך אריין, פליז.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

איך גיי דא אריין מספק בתנאי כפול עפ"י דיני תנאי (אויסגעארבעט ביי מיין טוען) אויב געווינט מען בין איך נישט דא אריין למפרע והוי כבטל מעיקרו. אויב חלילה נישט בין איך פון די אויפגעקלערטע דודס וואס פארשטייען בעסער פון יעדן (אבער קויפן אויך איינס שטילערהייט ווייל אפשר דאך...)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קאוועשטיבעל לאטטערי 2018 - איך גיי נישט אריין

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מעשה, עס איז געווען א מעשה. אין בריסק דליטא על נהר בוג האט אמאל פאסירט אז עס געווען א געפערליכע שריפה וואס האט פאראורזאכט פיל געלט שאדען ל"ע. די נעקסטע טאג, איז איינער געשטאנען אין ב"ד שטיבעל און ער האט זיך אויפגעטון צו די ארומיגע ווי קלוג ער איז. ווען די פייער איז אנגעקומען נאנט צו די גאס ווי זיין ווערצהויז שטייט, האט איינער אים געמאלדען אפצוקויפען זיין סחורה פאר האלב געלט, און ער האט אפגעזאגט. ווען די פייער איז אנגעקומען צו יענער גאס ממש, האט דער יענער אים געאפערט א פערטל, און ער האט אויך אפגעזאגט. און למעשה האט זיך די פייער אפגעשטעלט ותשקע האש הארט פאר זיין ווערצהויז, און ער איז געבליבען מיט די גאנצע געלט זיינער.

האט ר׳ חיים אים געזאגט "דאס ווייזט אז דו ביסט א חכם? דאס ווייזט אז דו ביסט א שוטה. ווייל עפ"י דרך הטבע האסטו יא געדארפט פארקויפען דיין סחורה. נאר מ׳זעט פון דא אז אפילו איינער איז אזא שוטה ווי דו, טאמער עס איז נישט באשערט קיין שאדען, וועט עס אים נישט פאסירען"

והנמשל מובן מאליו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט