פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
מודים-דרבנן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2018 12:54 pm
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

שליחה דורך מודים-דרבנן »

הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער האט לעצטנס אנגעהויבען מגלה צו זיין סודות פון חדר.

בואו נדבר שנייה על ההווה. קל מאוד להיסחף בסיפורי נוסטלגיה, קל מאוד לנפנף אותם כטעות שקרתה בעבר, לבטל אותם במחי יד כחוסר הבנה טראגית, ולהמשיך הלאה בסדר היום. אז ברשותכם בואו נסתכל למציאות בעיניים.

היו הייתה בחורה חרדית, עלם חמודות, בת למשפחת רבנים - מהמפורסמות בקהילת סאטמאר המעטירה בניו יורק. הבחורה הנ"ל הייתה מאוד מוזיקלית, הקשיבה לכל מיני להקות, מפה לשם היא נחשפה לזמר נוצרי, סיפור התאהבות קלאסי, לא עבר הרבה זמן והם הפכו לזוג, היא התנצרה, ומחרדית אדוקה הפכה לנוצרייה אדוקה.
לפני פחות משנה, בצר לב הוריה, הם פנו לאאמו"ר שליט"א ששהה בברוקלין לרגל חתונה, כדת מה לעשות עם בתם הסוררת, להרחיק או לקרב, לזרוק ולהחרים או לאהוב ולקבל.
ואבא ישב איתם שעה ארוכה, הרגיע את רוחם הסוערת, דיבר על ליבם, מיתן אותם, והשמיע את דעתו הברורה בצורה שאינה משתמעת לשתי פנים.
בשום פנים ואופן לא לריב איתה, לא לבקר אותה, לא להגיד שום מילה רעה. ההפך, רק לקרב, להכיל, להרעיף אהבה, להרבות שלום. אך בגלל שיש עוד אחים ואחיות בבית שיכולים חלילה ללמוד ממעשיה הרעים, יש להסביר לה בסבר פנים יפות שאם היא רוצה להמשיך להתגורר בבית, היא צריכה להתנהג כמנהג המקום. והיה אם קשה לה לשמור על הכללים והיא בוחרת לעזוב את הבית, עליהם לעזור לה בכל מה שאפשר, תמיכה נפשית וכלכלית, וכן להזמין אותה הביתה כל אימת שהאחים לא נמצאים.
פששש, וואו, איזה מתינות, איזה הבנה ופרגמטיות, תשובה למופת. אדמו"ר להערצה.

היו היה פעם יהודי ירא שמים, אברך חסידי, בן למשפחת אדמו"רים מפורסמת, שישב ולמד בהתמדה לשמחת ולכבוד הוריו, עברה תקופה ואמונתו בדרכי אבות התפוגגה, התרחק מדרך התורה, אשתו ברחה ממנו עם ילדיו, והוא מצא את עצמו גר לבד בסביבה חילונית. בלי אחים ואחיות צעירים מסביב, בהעדר זכות בסיסית לפגוש את ילדיו, לשמוע מהם מה למדו בחיידר, ולהגיד להם כמה טאטי אוהב אותם.
מטבי הדברים, היות שהוא מגיע ממשפחה מפורסמת, המקרה שלו התפרסם יותר מאלה של אלפי היוצאים בשאלה כל שנה, ומבין כל המטרידנים והחופרים והמציקים שהתקשרו אליו ורדפו אחריו, היו גם כמה וכמה נשמות טובות שפשוט דאגו לו ממקום של אכפתיות ורצון כן לעזור לו, לעמוד על הרגליים לבד, למצוא עבודה מסודרת, להתקיים בכבוד, ולשרוד את החיים הקשים המיועדים למי שיוצא לדרך חדשה בלי שום כלים או הכשרה מוקדמת, פרט ללהיות בנש"ק ולחיות על כספי הציבור.
לאאמו"ר נודע כי כמה מחסידיו הם בין אלה שמנסים לעזור. אחד מהם שולח יין ודגים לשבת ליהודי הנ"ל, השני ניסה לסדר לו עבודה מכובדת, השלישי הזמין אותו אליו הביתה לחגים, הרביעי בכלל הציע את דירתו כמקום מפגש מפוקח של אבא וילדיו.
אחד אחד הם קיבלו טלפונים, שידעו שהם מכאיבים אישית את האדמו"ר, הם שותים בצמא את דמו, ואם הם לא מפסיקים לעזור לפלוני הנ"ל שידעו שהאדמו"ר מקפיד עליהם למאוד מאוד, ומומלץ שיפסיקו להראות את פניהם לפני האדון, כי לחישתן לחישת שרף, ומי יאזור אומץ להכאיב לצדיק הדור שיושב ולומד כל היום תורה לשמה.

במילים הללו לא פחות ולא יותר, ריפו את ידיהם של אנשים טובי לב. לא כאלה ששלחו חלילה כסף שאולי ישמש לקניית בשר דבר אחר, לא כאלה שהציעו עזרה משפטית להילחם נגד אינשי דלא מעלי שגורמים לריחוק הורי, אלא כאלה ששלחו בקבוק יין עם חלות ודגים לשבת (שבתכלס מנע ממנו ללכת למסעדה לא כשרה בתל אביב להשביע את רעבונו). כאלה שניסו לסדר לו מלון כשר לראש השנה (שהיה מונע ממנו להסתובב בכנסיות ומנזרים).
געוואלד, הם מכאיבים אישית למרנא קדישא בזה שהם מלעיטים את בנו בגפילטע פיש. רצון הרבי שליט"א ידוע שצריכים להשמיד להרוג ולאבד להחרים ולרדוף, ואיך הם מעיזים להמרות את פיו ולשמור על קשר.

מה שרואים מפה לא רואים משם, יש דם ויש דם. יש גם יותר אדום, ויש דם יותר שקוף ונוזלי.

וזה אפילו לא מפתיע, בכלל לא מרתיח. זה לא צביעות, וגם לא סטנדרטים כפולים.
זה מדריגה!!!
לאחרים הוא מיקל, אינו דורש מהם לוותר על רגש טבעי של אהבה וחמלה, שגם בעלי החיים הכי אכזריים מרגישים כלפי ילדיהם.
אבל לעצמו? הוא מחמיר ומהדר, כמו שהוא מהדר לנענע באתרוג הכי יפה ומהודר בשוק, כמו שהוא מהדר על מזוזה שנכתבה על ידי הסופר הכי ירא שמיים בשוק, כך הוא מהדר ומחמיר להתגבר על רגש האנושיות, ולרדות ביד קשה באויבי ישראל.

ומצחיק. כמה שמצחיק אותי לגלות פתאום אנוסים ואנוסות, חברים מהישיבה, הבת של השכן, הראש ישיבה בישיבה פלונית. החסיד של אבא ששולח לי תמונה מהטיש בליל שבת.
הרבה יותר מצחיק אותי, לראות את החרדים האדוקים, אלה שלעולם לא יעשו ביזנס או שידוך או ניתוח בלי להתייעץ עם הרבי שליט"א, אבל הם יודעים להפריד בין מוץ ותבן, בין דעת תורה להתנצחות אישית ומידות רעות. וממשיכים להרעיף עלי אהבה למרות האיומים עליהם.
אשריכם ישראל.

אֲבָל מִי שֶׁקּוֹרֵא וְשׁוֹנֶה וּמְשַׁמֵּשׁ ת"ח, וְאֵין מַשָּׂאוֹ וּמַתָּנוֹ בָּאֱמוּנָה, וְאֵין דִּבּוּרוֹ בְּנַחַת עִם הַבְּרִיּוֹת. מָה הַבְּרִיּוֹת אוֹמְרוֹת עָלָיו, אוֹי לוֹ לַפְּלוֹנִי שֶׁלָּמַד תּוֹרָה, אוֹי לוֹ לְאָבִיו שֶׁלָּמְדוּ תּוֹרָה, אוֹי לוֹ לְרַבּוֹ שֶׁלָּמְדוּ תּוֹרָה. פְּלוֹנִי שֶׁלָּמַד תּוֹרָה, רְאוּ כַּמָּה מְקֻלְקָלִין מַעֲשָׂיו, וְכַמָּה מְכֹעָרִין דְּרָכָיו. וְעָלָיו הַכָּתוּב אוֹמֵר: בֶּאֶמוֹר לָהֶם, עַם ה' אֵלֶּה, וּמֵאַרְצוֹ יָצְאוּ.


https://www.facebook.com/PshevorskBackd ... 6093626375
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'צוברעכט טאקע דאס הארץ צו ליינען אזעלכע שרעקליכע, טראגישע פאסירונגען. אבער א שטיקל נחמה האמיר דאך. ער קען נאך תשובה טון. און צוריק אנטון די סטראקעס. און איבערנעמען דאס אדמורו"ת לאחר מאה ועשרים. און אונז עמיר זיך שטופן צו כאפן שיריים פון זיינע ידיו הקדושות. און הערן תורה מפה קדשו...!

אני הקטן האלט טאקע אינמיטן שרייבן אן ענליכן סיפור המעשה . איבער א חשוב'ן בנש"ק וועלכער איז ליידער געווארן או.טי.די. מיט אלע מפרשים. ער האטציך אפילו מדבק געווען אין אן איירישע שיקסע. און ער האט דערקלערט אז ער איז ברוגז אויף זיינע עלטערן וועלכע האבן איהם צוריקגעהאלטן פון עסן אזא גוטן מאכל ווי חזיר...! ער האט אפילו געשפיעלט אין א מאווי ווי א אידיש, חסיד'יש ווייבל פארליעבט זיך אין א גוי...! לסוף. ווען ער האט שוין אויסגעשפיעלט זיין חילוניות. און ער האט נאכאלץ נישט געטראפן דאס גליק אין לעבן. האט ער זיך בארעכנט און ר'איז געווארן א באל טשיווע...! ר'האטציך געקויפט א נייעם אויבערמאנטל מיט סאמעט פון אויבן. און א בעקישע מיט די סאמעט שטריכן ביי די העקעלעך און ארבל. הנקרא סטראקע"ס בלע"ז. און ער האט ארויסגעשלעפט דעם פארזשאווערטן רעביש'ן יחוס. און ר'האט אנגעהויבן נוהג צו זיין באדמורו"ת. ר'האט פארצעילט ביי א יעדע געלעגנהייט וואספארא גרויסע און העיליגע זעידעס ער האט געהאט. און ער שטאמט מגזע אראלים ותרשישים...און אונז נארישע קעלבלעך שטופן מיר זיך צו כאפן שיריים פון זיינע ידיו הקדושים. און הערן דא"ח (דברי אלוקים חיים) מפה קדשו...! ענד אוו סטארי...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

:like :like :like
פיינע נייעס!!!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס איז פיינע נייעס? א יונגערמאן רעדט זיך אפ וויאזוי זיין טאטע האט אים ערצויגען, ער לעכצט נאך אן עכטע גלעט פון זיין טאטען, און ער קען נישט פטור ווערען פון דער נויג און הערצה צו זיין טאטע. זיין גאנצע לעבען האט ער געטוישט פון זיין אנטוישונג, און ער האט אפגעלאזט דת משה וישראל. און דאס איז 'פיינע נייעס'!?

רחמנא לצלן, זאל ער זוכה זיין צו טרעפען רואיגקייט און פרידען אין זיין לעבען, און ער וועט קענען זאגען 'כי אבי ואמי עזבוני וה' יאספני'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

שליחה דורך יהודי פשוט »

כבוד הרב @הוגה האט זיך שוין באווארנט אין אן אנדערן אשכול מיט א דיסקלעימער, און איך ציטיר זיינע ווערטער:
הוגה האט געשריבן:(דיסקלעימער, אויב אן או טי די פארלירט אטאמאטיש די נאמנות ביי אייך נאר צוליב זיין נייע בחירה בחיים, מוזט איר נישט גלייבן דער סיפור.)


הגם אז הוגה זאגט דאס אין אן אנדערן אשכול אבער יענעם אשכול איז נישט מיוחד פאר דעם נושא וועל איך רעדן דערפון אין דעם אשכול.

איך גלויב אז אלע קאווע שטיבל מיטגלידער קענען ידידנו ר' @לאקש וואס ברענגט אונז כסדר גאר דערהויבענע באריכט פונעם הויף פון מהרז"ל מ'סאטמאר, יעצט לאמיר זיך פארשטעלן אז איין שיינעם טאג וועט ר' לאקש עפענען אן אשכול מיט א גרויסן קעפל: "געפאקט מהר"א ביי די מעשה", אין דעם אשכול וועט ער שילדערן אן ערשט האנטיגע מעשה ווי אזוי ער האט בטעות אריין שפאצירט אין א ליידיגע טונקעלע הויז אין ק"י, און ער האט גע'טראפן דארטן נישט מער און נישט ווייניגער ווי מהר"א אליינס זינדיגן מיט'ן ערגסטן, איך גלייב אז קיינער וואלט זיך ניטאמאל געקימערט מיט זיינע רייד, פארוואס? האט ער דען פארלוירן זיין נאמנות ווייל ער געהערט צו צד מהרז"ל? בכלל נישט! נאר לגבי דער ענין האט ער פארלוירן זיין נאמנות, די זעלבע וועט זיין אויב @גאנצל וועט קומען פארציילן אזא מעשה אויף מהרז"ל וועט איהם לכאורה קיינער נישט גלייבן.

שלום לייזער איז נישט באגלייבט ווען ער רעדט קעגן זיין טאטן נישט ווייל ער האט נישט קיין נאמנות, נאר ווייל ער האט יעצט א נגיעה צו רעדן קעגן זיין טאטן, ער איז אנגעווייטאגט אויף איהם און ער זיכט איהם צו באשמוצן מיט וואס ס'זאל נאר זיין, ער וויל איהם יעצט וויי טוהן. פארדעם איז ער נישט באגלייבט אויף דעם ווייל ער האט א נגיעה.

איך פערזענליך קען איינעם וואס האט פראבירן ארויס צו העלפן שלום און ר' לייביש האט יענעם באדאנקט.

(דיסקלעימער, אויב איהר פרייט זיך מיט יעדע מעשה'לע וואס איז קעגן א רבי אדער א רב אדער דיין וכדו', אפגעזעהן צו ס'איז אמת אדער נישט, מוזט איר נישט מקבל זיין וואס איך האב דא געשריבן)
איך בין א נער און איך גלייב!!!
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

אין אנדערע ווערטער. שלום לייזער איז אויפגערעגט אויף זיין טאטן במילא איז ער נישט באגלייבט צו פארציילן פארוואס ער איז אויפגערעגט.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

האט איר שוין אמאל געזעהן איינעם מיאוס באשמוצן זיין חבר?

ניין! אפילו זיי זענען אמאל געווען נאנטע חברים, אויב באשמוצט ער איהם מוז דאך זיין אז זיי זענען שוין נישט חברים ווייל אויב יא וואלט ער איהם דאך נישט באשמוצט.

נישט אז מען מוז גלויבן עניטינג פון עניוואן, אבער צו זאגן אז ער האט נישט קיין טראפ נאמנות איז קיין דרך נישט
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

יהודי פשוט האט געשריבן:
שלום לייזער איז נישט באגלייבט ווען ער רעדט קעגן זיין טאטן נישט ווייל ער האט נישט קיין נאמנות, נאר ווייל ער האט יעצט א נגיעה צו רעדן קעגן זיין טאטן, ער איז אנגעווייטאגט אויף איהם און ער זיכט איהם צו באשמוצן מיט וואס ס'זאל נאר זיין, ער וויל איהם יעצט וויי טוהן. פארדעם איז ער נישט באגלייבט אויף דעם ווייל ער האט א נגיעה.


נקוט האי כללא בידך: וואו און ווען ס'איז דא א שמועס פון או.טי.די, אפגעפארענע, אינערליכע קריטיקער ודומיהם און מ'דערמאנט דער ווארט 'אנגעווייטאגט', 'פארווייטאגט', 'פארביטערט' און אלע מלים נרדפות דערפון איז צייט ווייטער צו גיין. נאר צו די באשולדיגער בין איך אויך מן הסתם פארווייטאגט און מיין כלל קומט אויך נאר פון אינערליכע ביטערקייט און ווייטאג און מען זאל דעם כלל אויך נישט מקבל זיין ווייל ס'איז מלא נגיעות בלי שום נאמנות.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

זייער גוט געענטפערט צפור בודד. ואני מוסיף אז היינטיגע צייטן דארף מען שוין נישט פארנוצן אזויפיל ווערטער צו אפלייקענען יענעם'ס ווערטער, מען קען זאגן "פעיק ניוז" אויף אלעס וואס עס געפעלט נישט און ודיו.

אני הקטן ליגט נאך גוט אין די ביינער ווען איך האב מיט יארן צוריק דא ארויפגעשטעלט דורך א שליח א געוויסע פערזענליכע שווערע דורכגאנג (נישט וויכטיג יעצט די דעטאלן), און ווי עס האט געריסן דאס הארץ ווען די ערשטע תגובה פון מאנכע איז געווען מיט אזעלכע שפיציגע באמבע קשיות צו אפפרעגן מיין געשיכטע בשעת'ן זיצן באקוועם ביי זיך. גיבט אכטונג וואס איר רעדט.

לגבי איינעם'ס רעאקציע "פיינע נייעס", בין איך זיך מצטרף לזה, ואבאר: פאר לאנגע יארן איז אנגעגאנגען א מין דענייעל סיסטעם פון באצייכענען יעדן וואס איז נישט "געלונגען" ווי א דורכפאל, הן מיט נישט געזונטע קינדער, שלום בית, או. טי. די., תפיסה, וכדומה, מענטשן האבן זיך צוזאמגעליטן אין דער שטיל צוליב די בושות פון די גאס אן דעם וואס זיי זאלן זיין שולדיג מיט עפעס. ווען עס קומט ארויס אין פובליק מעשיות פון פראמינענטע משפחות וואס מענטשן האבן א הערצה פאר זיי ברענגט דאס אז די סטיגמא זאל אראפגיין, צוביסלעך פארלירן מענטשן די בושה איבער זייערע בני משפחה, און עווענטועל קען מען האפן פאר סימפאטיע פאר די מדוברים אליין. וקצרתי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער שלום לייזער שרייבט אין איין פלאץ אז ער איז אוועק פון אידישקייט צוליב שכל, נישט געפילן. און ווידער האלט ער אין איין שרייבען וויאזוי זיין טאטע איז מיט אים באגאנגען נישט ווי עס דארף צו זיין.

וואס איז די אמת? ווער ווייסט?

זיין באשרייבונג פון זיין טאטע שטימט מיט די אלגעמיינע בליק וויאזוי מ'קוקט אן זיין טאטע.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

שמערל האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער. שלום לייזער איז אויפגערעגט אויף זיין טאטן במילא איז ער נישט באגלייבט צו פארציילן פארוואס ער איז אויפגערעגט.

ער איז אויפגערעגט אויף זיין טאטן פאר פערזענליכע סיבות, לדוגמא ער האלט אז זיין טאטע האט איהם נישט געגעבן גענוג געלט וכדו', אבער אז ער וועט ארויס קומען אין פאבליק און דערציילן אז זיין טאטע געט איהם נישט גענוג געלט וועט עס דאך נישט מאכן צו א שטארקן רושם אויפ'ן עולם, ווייל דעמאלטס איז עס סתם א סכסוך צווישן א טאטע מיט זיין קינד, משא"כ ווען ער קומט דערציילן אזעלכע זאכן וואס זענען נוגע כלל ישראל ווי כאילו ער גייט דיך דא מגלה זיין מורא'דיגע סודות פונעם שטוב פון איינער פון די מערסט ארויף גע'קוקטע רבי'ס בזמנינו, ווי לדוגמא אז ער דערציילט אז מ'קען גרינג אנדרייען זיין טאטן אונטער צו שרייבן אדער ארויס גיין קעגן איינעם, דעמאלטס האט דאס אסאך א גרעסערע השפעה אויף מענטשן און מ'טוהט זיך מער בא'סמאקעווען מיט אזא זאפטיגע לשון הרע, און ס'מאכט מער בזיונות פאר זיין טאטן.

איך וועל געבן נאך א משל צו פארשטיין בעסער די געדאנק(פאר דער וואס וויל פארשטיין, נישט פאר דער וואס פרייט זיך צו א לשון הרע'לע אויף א רבי), ווען ראובן (נישט דער פון קאווע שטיבל) מיט שמעון שלאגן זיך ארום אויף געלט און שמעון האלט אז ראובן האט איהם בא'גנב'עט א ריזן סכום, וועט קיינער נישט גלייבן ווען שמעון וועט קומען דערציילן אז ראובן לייגט נישט קיין תפילין, פארוואס? ווייל יעדער פארשטייט אז שמעון איז אנגעווייטאגט אויף ראובן פאר פערזענליכע געלט סיבות, נאר שמעון ווייסט אז ווען ער וועט קומען דערציילן אז ראובן האט איהם בא'גנב'עט מיט געלט, וועט ראובן נישט ווערן אזוי שטארק בא'שמוצ'ט ווי ווען ער וועט זאגן אז ראובן לייגט נישט קיין תפילין, איי איהם אינטערעסירט ראובנ'ס תפילין לייגן ווי דער פאריעריגער שניי, אבער כדי צו בא'שמוצ'ען א מענטש וועם ער האט פיינט פאר אנדערע סיבות, וועט ער ווען דעם אויבערשטנ'ס פארזארגער און מוחה זיין ברבים קעגן ראובנ'ס מכ'לומר'שטע עבירות.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער שלום לייזער שרייבט אין איין פלאץ אז ער איז אוועק פון אידישקייט צוליב שכל, נישט געפילן. און ווידער האלט ער אין איין שרייבען וויאזוי זיין טאטע איז מיט אים באגאנגען נישט ווי עס דארף צו זיין.

וואס איז די אמת? ווער ווייסט?

זיין באשרייבונג פון זיין טאטע שטימט מיט די אלגעמיינע בליק וויאזוי מ'קוקט אן זיין טאטע.

און וואו זעהסטו דא א סתירה?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיין באשרייבונג פון זיין טאטע שטימט מיט די אלגעמיינע בליק וויאזוי מ'קוקט אן זיין טאטע.

עס שטימט נאר געוויסע חלקים. אויב איז עס אלעס אמת שטימען אסאך זאכן נישט... איך האב אמאל גערעדט צו אנאנדער זוהן פון ר' לייביש און ער האט מיר דערציילט ענליכס. דעמאלט האב איך גענויגט נישט צו גלייבן צוליב דעם אלגעמיינעם בליק. יעצט ווייס איך נישט צו איך זאל ביידע יא אדער ביידע נישט גלייבן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שושן פורים האט געשריבן:האט איר שוין אמאל געזעהן איינעם מיאוס באשמוצן זיין חבר?

ניין! אפילו זיי זענען אמאל געווען נאנטע חברים, אויב באשמוצט ער איהם מוז דאך זיין אז זיי זענען שוין נישט חברים ווייל אויב יא וואלט ער איהם דאך נישט באשמוצט.

נישט אז מען מוז גלויבן עניטינג פון עניוואן, אבער צו זאגן אז ער האט נישט קיין טראפ נאמנות איז קיין דרך נישט

שושן פורים: דו קענסט זאגן אז ער איז פארביטערט און דיסאפוינטעד. אבער צו זאגן אז ער איז אביעקטיוו אין זיין קריטיקירן די הנהגה פן זיין טאטע איז נישט ריכטיג. און ממילא מוז מען אננעמען אלע זיינע ווערטער ככתבם וכלשונם...!
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך ערליכער איד »

ביי מיר איז ער נאמן......

ניכרין דברי אמת....
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער שלום לייזער שרייבט אין איין פלאץ אז ער איז אוועק פון אידישקייט צוליב שכל, נישט געפילן. און ווידער האלט ער אין איין שרייבען וויאזוי זיין טאטע איז מיט אים באגאנגען נישט ווי עס דארף צו זיין.

וואס איז די אמת? ווער ווייסט?

אויך איך האב באלד באמערקט ווי שטאק ס'איז בולט זיינע ווייטאגליכע געפילן פון אלס קינד, בשעת ער אליין איז פאר'עקשנט אז ס'האט גארנישט מיט דעם. ער איז ברוגז אויפ'ן אדמו"ר מבעלזא אז ער האט נישט אנגענומען זיין צד אז ער האט פארלאזט אמונה מכח שכליות נאר ער האט עס ענדערש תולה געווען אין זיינע שווערע מיטמאכענישן בימי נעוריו. כ'קען נישט עם און איך קען נישט זיין היסטאריע און כ'האב עם נישט פארהערט, אבער מיט א ניכטערן בליק אויף וואס ער שרייבט; מיינעך אז ס'שרייט ארויס פון זיך אליין אז נפש איז פארוואונדעט געווארן פון זיין חינוך און אויפציאונג, און וויפיל ער וויל עס איבערשרייען און נישט מכיר זיין, זוך איך נאך דערווייל מיט לעכט דער שכליות'דיגער אפיקורס שבו...
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

מודים-דרבנן האט געשריבן:הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער האט לעצטנס אנגעהויבען מגלה צו זיין סודות פון חדר.

וואס איז יעצט די אויפוואכונג?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער

שליחה דורך אונטער חכם »

וואס איז די מעשה מיט אים? ווילאנג איז ער שוין אפגעפארן? איז ער שוין געווען חתונה געהאט?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער איז נישט אזוי ברוגז אויפ'ן בעלזער רבי ווי אנטוישט. ער האט געהאפט אז אזא משכיל ווי אים (לויט אלס וואס מ'האט אים דערציילט) וועט נישט זיין אזוי פאנאטיש.

למעשה אבער כאפט נישט דער שלום אז עס איז נישט קיין פאנאטישקייט נאר עפעס אנדערש. ער וויל טענה'ן אז חסידים מיינען אז וויבאלד שכל זאגט אז משה אמת ותורתו אמת, קען נישט זיין אז שכל וועט אפפירען א מענטש פון אידישקייט. דאס איז נישט די פשט. זייט אברהם אבינו האט קיינער נישט געטון קיין מעשים בלויז פון שכל ארויס. יעדער החלטה ווערט געפירט פון געפילן, הנחות קדומות און רצונות. מ'דארף זוכן דאס אפצוהאלטען ווי ווייט מעגליך, אבער עס גייט בלייבן אזוי. ווען שלום לייזער זאגט מיר אז ער איז א מענטש וואס טוט נאר וואס די שכל הייסט אים טון, ער רירט זיך נישט אוועק דערפון און קיין אנדערע זאך רעדט נישט צו אים, קען ער שפעטער טענה'ן אז זיין שכל האט אים אוועקגענומען פון תורה. דערווייל אבער, איז ער פונקט ווי יעדעם, גארנישט בעסער. ער וויל זיך אויסדרוקן, האט ער א פעיסבוק קאנטע און ער שרייבט דארט וואס טוט זיך ביי אים אין הארץ, פונקט ווי איך שרייב אויף קאווע שטיבל. זיין טיף דענקערישע שכל האט אים אויסגעלערנט אז פאר דעם דארף ער לעבן? אדער טוט ער דא וואס קומט אים? דארף דען דער בעלזער רבי, צו סיי ווער אימער, טראכטן אז ער איז גאר דער אויסנאם, דער פילאזאף וואס טוט נאר מיט די ריינעם שכל?!

עס איז גארנישט אזא פאנאטישקייט, עס האט נישט דוקא מיט דעם אז ער האט אפגעלאזט תורה. ווען ער גייט פון א פרייע לעבן צו א פרומע בודהיסטישע לעבן, וואלט געווען די זעלבע שאלה.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:למעשה אבער כאפט נישט דער שלום אז עס איז נישט קיין פאנאטישקייט נאר עפעס אנדערש. ער וויל טענה'ן אז חסידים מיינען אז וויבאלד שכל זאגט אז משה אמת ותורתו אמת, קען נישט זיין אז שכל וועט אפפירען א מענטש פון אידישקייט. דאס איז נישט די פשט. זייט אברהם אבינו האט קיינער נישט געטון קיין מעשים בלויז פון שכל ארויס. יעדער החלטה ווערט געפירט פון געפילן, הנחות קדומות און רצונות. מ'דארף זוכן דאס אפצוהאלטען ווי ווייט מעגליך, אבער עס גייט בלייבן אזוי. ווען שלום לייזער זאגט מיר אז ער איז א מענטש וואס טוט נאר וואס די שכל הייסט אים טון, ער רירט זיך נישט אוועק דערפון און קיין אנדערע זאך רעדט נישט צו אים, קען ער שפעטער טענה'ן אז זיין שכל האט אים אוועקגענומען פון תורה. דערווייל אבער, איז ער פונקט ווי יעדעם, גארנישט בעסער. ער וויל זיך אויסדרוקן, האט ער א פעיסבוק קאנטע און ער שרייבט דארט וואס טוט זיך ביי אים אין הארץ, פונקט ווי איך שרייב אויף קאווע שטיבל. זיין טיף דענקערישע שכל האט אים אויסגעלערנט אז פאר דעם דארף ער לעבן? אדער טוט ער דא וואס קומט אים? דארף דען דער בעלזער רבי, צו סיי ווער אימער, טראכטן אז ער איז גאר דער אויסנאם, דער פילאזאף וואס טוט נאר מיט די ריינעם שכל?!

עס איז גארנישט אזא פאנאטישקייט, עס האט נישט דוקא מיט דעם אז ער האט אפגעלאזט תורה. ווען ער גייט פון א פרייע לעבן צו א פרומע בודהיסטישע לעבן, וואלט געווען די זעלבע שאלה.


שוין ווייטער לייגסטו הנחות אהן קיין שום לאגישער דעקונג. פארוואס קען נישט זיין אז איינער זאל מאיזה סיבה שיהי' מברר זיין נאר סוגית אמונה און די איבעריגע זאל ער לאזן פאר די געפילן?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איז מעגליך בכלל צו האבן קיין שכל אהן הנחות קדומות און אהן געפילן? דער שכל אליין איז רוי, קיין אפשר זיין א מכריע צווישן רגש און מציאות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

מזאגט אז די פשעווארסקע מעשיות זענען דווקא שטארק באגלייבט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווער איז די ערשטע מעשה וואס א מיידל האט זיך רח"ל גע'שמד'ט?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט