שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווער נתפעל ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער, זאכן וואס זענען א קלארע מציאות דינגט מען זיך. פאקט נומער 1. שאפראנע רב ליגט אין סקווירא. פאקט נומער 2. ר' יחזקל מערץ ליגט אין סאטמאר ניו זשערסי.
ביי ר' יחזקל'ס לוי' האט מען זיך געשלאגן ווי ער זאל ליגן און סאטמאר האט געוואנען שאפראנע רב'ס לוי' איז געווען אחרון של פסח אדער מוצאי יו"ט און צוליב יום טוב און האט מען נישט געהעריג קאמיוניקירט, איז ער אנגעקומען קיין סקווירא אן קיין פראבלעמן. ס'איז אויך געווען א קלארע צוואה, מילא האט מען נישט געקענט קיין סאך טון.
שמעון וואלף: ס'האטציך קיינער נישט געדינגען איבער דעם פאקט אז ר' יחזקאל'ע ליגט אין סאטמאר בית החיים אין ניו דזשערסי. די גאנצע שקלא וטריא איז געווען איבער דעם טעם. און די געשעענישן ארום דעם.
איבער די מנו"כ פון שאפראנער רב איז פשוט נישט שייך זיך צו דינגען. איך האב עס אליינס געזעהן. זיין מציבה אין ביה"ח ד'סקווירא...!
קוקי האט געשריבן:אויך ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק''ל האט געוואלט ליגן אין סקווירא, און איז געקומען אין חלום צו ר' ברוך בריל ז''ל - זיין משמש, אז היות מ'האט עהם נישט געלייגט אין סקווירא, וועט ער נאכאמאל אראפקומען - אינעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיין שנור, און מ'זאל א נאמען געבן יחזקאל שרגא, און דאס קינד וועט נפטר ווערן נאכן ברית. און אזוי האט פאסירט, און יעצט ליגט ער לבסוף אין סקווירא
איך האב געזען דעם סיפור אויך געשריבן באריכות דורך ר' ברוך'ס שנור, און כ'האב שפעטער געזען די מציבה אין סקווירא, ווי ס'שטייט טאקע יחזקאל שרגא ברילל - ביי די נפלים
פאר אזא גוטע מעשה מוזטו שוין ברענגען א מקור
כ'האב צוויי גרייטע מקורות, וואס וועסט דארפן בעטן פון די בעלי מקור אליינס. מרת ברילל פון סקווער. און חזקל שרגא לונגער - דער סקווערער הויפס שרייבער - וואס איז פונעם מערץ משפחה, און ער האט נאך מער דאקומענטן וואס איז צום שטוינען.
שמעתי פעם פון עמיצער, וואס זאגט אז ער ווייסט פין א בריוו ווי שאפראנער רב באטיטלט הרה"ק מסאטמאר אלץ "הרה"צ" און הרה"ק מסקווירא אלץ "הרה"ק", און ער איז זיך מתאונן אז סאטמארע חסידים האבן נישט די זכי'ה זיך מסתופף זיין אין סקווירא, ווייל ער איז נישט איינשטימיג מיט די 'שיטה'. יענער האט מיך געזאגט אז די בריוו איז נישט געדרוקט אין תורת אלף. (אין תורת אלף איז יא געדרוקט א בריוו בנוגע הרה"ק מסקווירא, אז היות ער איז געקומען פון מקומות ווי מ'האט נישט געוואוסט פין דרך ההתבדלות, ממילא האלט ער אנדערש).
דער סקולענער רבי זצ"ל וועלכער איז אנוועזנד געווען, האט געשריגן ווי א ברויזנדער לייב : "מ'זעט דאך בחוש אז ער וויל נישט דא ליגן !". אבער זיין געשריי איז געפאלן אויף טויבע אויערן. תיכף נאך די שבעה איז דער זון הרה"צ ר' חיים מערץ שליט"א ארויסגעגאנגען צום ציון פון זיין טאטן , און געבעטן מחילה 'טאמער' האט מען אים געלייגט אין א פלאץ קעגן זיין רצון , [מפי הרד"י איינהורן הנ"ל .]
דער איינציגער אויסרייד וואס די סאטמארער ראשי קהילה האבן געהאט, איז געווען אז בבוא היום וועט מען לייגן דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל אויך דארט , אבער למעשה האט מען דעם סאטמארער רבי זצ"ל געלייגט אין קרית יואל. און ביז'ן היינטיגן טאג שטייט דער ציון פון רבי יחזקאל'ע עלענד אליין אין חלקת קהל ייטב לב אין ניו דזשערזי ,
פון יענעם טאג און ווייטער פלעגט הגה"צ ר' משה ביק זצ"ל ביי יעדען באזוך זיך אייסערן איבער צוויי זאכן : איינס פארוואס מ'נעמט נישט צוריק דעם בעל שמ'ס סידור פון ליובאוויטש (שהיה באמתחתו של הנגיד ר' איטשע ליפסון ע"ה ואכמ"ל ) . און צווייטענס פארוואס מ'איז נישט מפנה רבי יחזקאל'ען .