שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
טוב ויפה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 17, 2018 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

שליחה דורך טוב ויפה »

שב"ק אינדערפרי איז א אנטיסעמיט ראבערט בויערס אריין אין ביהמ"ד עץ חיים אינמיטן שחרית און זיך גענומען שיסן רעכטס און לינקס, עס האלט איצט ביי 11 טויטע ר"ל הי"ד און פילע פאוואנדערטע אריינגערעכנט דריי פאליציי אפיצירן, ער האט געשריגן טויט צו אידן
טראמפ טענהט אז ווען עס וואלטן געווען מער באוואפענטע מענטשן וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

להבהרה בעלמא, דאס איז א קאנסערוואטיווע טעמפל, אבער עס איז נישט מעלה ומוריד, זיי זענען געווען א טארגעט בלויז וויבאלד זיי געהערן צום אידישן פאלק און ועל כולם זענען זיי אומשולדיגע פון אונזער מין האנושי וואס זענען בארבאריש אומגעברענגט געווארן על לא עוול בכפם.

הי"ד
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שרעקליך
הי''ד
מ'זאגט אז ס'איז די ערגסטע אטאקע קעגן אידן אין די היסטארי פון אמעריקא.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פיר באוואפענטע פאליציאנטען זענען פארוואנדעט געווארען, אבער א געוועזענע קאפ מיט א ביקס אלס וועכטער וואלט עס געקנעט אפהאלטען!

הי"ד וירפא שבר עמנו

אינטרעסאנט אז אין רוב בילדער פון שיסערייען, זעט מען מענטשען האלדזען זיך און וויינען. דא זעט מען דאס אויך, און דריי פרויען מיט א מצודה תהלים דאווענענדיג. לבל ידח ממנו נדח

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אז די דעמקראטן וועלן געוואונען שטארק אין די מידטערם עלעקשאנס וועלן מיר קענען היליכיג אויסשרייען הי"ד...

דערווייל, מיט אזא פרעזידענט ווי טראמפ וואס איז אריינגעוועלט געווארן דורך דיוויזע, ווייסע סופרעמיסיסטן און נעא-נאציס גיין מיר נאר צוריקצווועגס.

די רשעות'דיגע רעכטע האבן נאך די חוצפה צו קלעימען אז מ'דארף בויען 'א וואנט' און רעדן נאך מיט פרעכהייט קעגן א ארימע מינאריטי וואס זענען רובא דרובא איינשטענדיגע מענטשן וואס ארבעטן ביטער שווער צו קענען אויסהאלטן זייערע פאמיליעס.

טראמפ זאגט גאר אז די פראבלעם איז "טויט-שטראף"... מ'דארף אים ניטאמאל ענטפערן...

ענק וועלן נאך אלע איינזעהן אז איך טרייב נישט איבער. מיליאנען נאציס אין אמעריקע האבן אריינגעוועלט דעם רשע און קליין יונגערע טראמפ. מורא'דיג - די נאציס אין אמעריקע זענען אין פאוער - און ענק חסידים שטיצן זיי נאך...

א וואנט דארף מען בויען ארום די אומציוויליזירטע רעכטע רעדנעקס מיט זייערע הונדערעטער שיסערס. נישט ארום די ארימע ספאנישע.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

#פאלשערעהטאריק #האקטסתם #אביגעהאקט
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

ציפט ס׳הארץ,
פשוט אזוי, 8 טאטע׳ס זענען ארויס פון שטוב שבת צופרי. געמאכט עטיפת טלית פארענט פונעם קינדער, די בעבי האט געלאכט ווי די טאטע שפילט פיקאבא.
ארויס פון שטוב מיט זיכערע טריט בשעת די גרויסע מיידל גרייט צו צום סעודה, אין פשוט א שעה שפעטער איז ער נישט בין החיים.

ס׳כאפט א ציטער, איבערגעלאסט 8 גאנצע שטיבער צובראכען אין צופליקט.

המקום מנחם....
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

דאס בילד רעדט טויזענט ווערטער.

א איד האלט נאכן זעהן זיין נאנטע חבירים טויט צובליטיגט, קוילן פליען העכער די קעפ, באוואפענטע פאלציי שטורעמען אריין, האט נישט קיין סעלל אפי צו רופן אדער וויסן וואס גייט פאהר.
מיט א געיעג יאגט מען עיהם ארויס פון בנין, באוואפענטע פאלציי שלעפן עיהם מיט געוואלד.
אלץ ער קען זעהן איז בלוט, טויט, בכיות, שאק.
אבער האט אינזין צו לייגן די האנט אויפן קאפ נישט צו האבן א הוילע אויסגעקראכענע קאפ נאר האבן א כסוי וויל זיין יארמיקא האט עיהם אראפ געגליטשט בשעת לויפן.
מיטן אנדערעע האנט שלעפט ער צו די טלית צו זיך, סזאל נישט זיין א בזיון הטלית.
איך ביים קידוש רייס אראפ די טלית אין ווארפ אויפן טיש כדי כזאל קענען האקן יאפטשיק.
ער שלעפט צו זיך אין די מינוטן וואס ער זעהט די טויט פארן אויגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שטאפענע קאפעליטש: ייש"כ. אין מיטן פון די טרויעריגע סצענע איז דאס א שיינע מחזה. מי כעמך ישראל...! המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים...! שבת היא מלזעוק...!
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

שליחה דורך א איד »

פון ווי נעמט שושן פורים אז דאס איז א קאנסערוועטיווע טעמפל?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

א איד האט געשריבן:פון ווי נעמט שושן פורים אז דאס איז א קאנסערוועטיווע טעמפל?

ס'איז געווען אין דעם בנין דריי מנינים אויף דריי באזונדערע שטאק. קען זיין אז איינס איז געווען א פרומער מנין.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:#פאלשערעהטאריק #האקטסתם #אביגעהאקט


#ממש אזוי? #האסטנישטוואסצוענטפערן???

וואס איז פאלש???

אז סאיז דא מיליאנען שונאי ישראלים אין אמעריקע? גיי ארויס פון דיין לאך און פאהר ארום אין גאנץ אמעריקע וועסטו זיך אליינס איבערצייגן.

אז מיליאנען טראמפ שטיצטער זענען ווייסע סופרעמיסיסטן??? אלע רעדנעקס זענען נאציס-אסאך אפען און אסאך באהאלטן!!!

אז די רעכטע רשעותדיגע טראמפ אדמינסטראציע פייניקן סתם די ספאנישע. און האבן צוטיילט טויזנטער קינדער פון זייערע עלטערן פאר בלויז רשעות???

אז די ספאנישע זענען איינשטענדיגע מענשטען, ווידער די רעכטע זענען אומציוויליזירטע חיות וואס זייען אן חרבנות אין אמעריקע?

אז טראמפ שטיצט האסע און פארשרפרייט האסע אין אמעריקע???

אז די רעכטע האלטן נישט ביים שטיצן קיין ״גאן-קאנטראל״ כאטש רוב אמעריקענער (מעהר ווי זיבעציג פראצענט) ווילן מזאל איינפירן שטרענגערע געזעצן- בערך 80 פראצענט פון אמעריקע פארמאגן ניטאמאל קיין שום געוועהר!!!
וואס פונקטליך איז נישט אמת פון מיין תגובה??? איך קען אויך שרייבן ##### און זאגן #סתם געהאקט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

א איד האט געשריבן:פון ווי נעמט שושן פורים אז דאס איז א קאנסערוועטיווע טעמפל?


קוק דא אויפן שול וועבזייטל
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Rep. Kevin McCarthy Deletes Tweet Attacking 3 Wealthy Jews In The Democratic Party
"The dog whistle is coming from inside the House, Kevin," a critic tweets to the House majority leader

McCarthy posted a new tweet after the Pittsburgh synagogue attack, stating that the “heinous attacks on Tree of Life synagogue perpetrated by anti-Semitism and hate will not shake our love for each other.

The Republican congressman from California tweeted a video of himself making the comments on Tuesday and temporarily pinned it to the top of his feed before deleting the Twitter post entirely.

All three men McCarthy mentioned are Jewish billionaires who donate heavily to liberal causes. Many Twitter users objected that McCarthy had singled out three Jews, and that his tweet attacking Soros appeared a day after an explosive device was found at Soros’ suburban New York hom

Read more: https://forward.com/fast-forward/412652 ... soros-tom/
https://forward.com/fast-forward/412652 ... soros-tom/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווען ער רייסט אראפ סאראוס (דער קאפּאו) און בלומבערג אויף פאליטישע סיבות איז ער א אנטיסעמיט, אבער ווען [tag]שבת אחים[/tag] רייסט אראפ קורקלענד איז עס א קידוש השם.......

יעדער ווייסט גאנץ פיין ווי שטארק די דעמאקראטן האבן ליעב אידן ווי די רעפאבליקאנער, לדעתי זענען ביידע פארטייען בכלל נישט הונטערשטעליג אין אנטיסעמיטיזם.
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א-שופר-איז-א-שופר »

זייער גוט געזאגט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די סארט רייד. פארוואס זאל דער נידריגע שיכור מחליט זיין וויאזוי איך זאל פילן? פארוואס בין איך מער א חבר מיט דער רעפארמער ווייל ער וויל אונז ביידע שיסן? די אונטערשיידן צווישן אונז זענען פלוצלונג פארשוואונדען געווארן? פארוואס? וויאזוי?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:ווען ער רייסט אראפ סאראוס (דער קאפּאו) און בלומבערג אויף פאליטישע סיבות איז ער א אנטיסעמיט, אבער ווען [tag]שבת אחים[/tag] רייסט אראפ קורקלענד איז עס א קידוש השם.......

יעדער ווייסט גאנץ פיין ווי שטארק די דעמאקראטן האבן ליעב אידן ווי די רעפאבליקאנער, לדעתי זענען ביידע פארטייען בכלל נישט הונטערשטעליג אין אנטיסעמיטיזם.


יעדער ווייסט???

יעדער ווייסט אז אידן זענען די לעצטע 150 יאהר רובא דרובא דעמקראטן- מסתם ניינציג פראצענט!

יעדער ווייסט אז אידן וואוינען 99 פראצענט נאר אין ליבעראלע דעמקראטישע שטעט, און סאיז נישטא קיין איין אידישע ישוב אין רויטע אמעריקע!

יעדער ווייסט אז ביז פופציג יאהר צוריק האבן די רעדנעקס ניטאמאל אריינגעלאזט א איד!

יעדער ווייסט אז קוקרלענד און די אידן וואלטן ניטאמאל געקענט ווערן אמעריקאנער ווען נישט די דעמקראטן....

יעדער ווייסט ווער די רוצחים מיט די הונדערט רעוואלווערס זענען!!!

יעדער ווייסט אז די KKK שטיצט ליידער דיין טראמפ און דיינע רעפובליקאנער, און אז די נאציס האבן אפענערהייט קאמפיינט פאר טראמפ....

יעדער ווייסט אז די רעפובליקאנער זענען דא צו רודפן מינארטיס, ווידער די דעמקראטן נעמען אריין יעדעם אפגעזעהן זייער אפשטאם!!!

האק נישט אין קאפ אריין!!! שא עניך וראה...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די סארט רייד. פארוואס זאל דער נידריגע שיכור מחליט זיין וויאזוי איך זאל פילן? פארוואס בין איך מער א חבר מיט דער רעפארמער ווייל ער וויל אונז ביידע שיסן? די אונטערשיידן צווישן אונז זענען פלוצלונג פארשוואונדען געווארן? פארוואס? וויאזוי?


ווייל די שונאים לייגן אריין "אלע אידן" אין די זעלבע קאטעגאריע. און למעשה זענען אידן די איינציגסטע רעליגע וואס ממש אלע פון אונז זענען קרובים איינער פארן צווייטן... מקען עס זעהן אין די DNA... כולנו בני איש אחד אנחנו, אפגעזעהן וואספארא איי מיט צוויבל, מיט רעטעך ער עסט שבת צופרי ביי די סעודה... אלע אידן זענען קרובים ביי בלוט... אונז זענען א געוויסע שבט. קענסט האבן וועלכע חומרא דו ווילסט, ביסט נאך אלץ אסאך אסאך נענטער אין דיין DNA צו מייקל בלומבערג ווי צו דאנאלד טראמפ... פאקט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קודם כל, בין איך יא א בלוט קרוב מיט דאנאלד טראמפ. ער איז אן אייניקעל פון א פרס'ישע קעניג וואס זיין טאכטער האט מגייר געווען און חתונה געהאט מיט בוסתנאי (ליין מארקוס לעהמאנ'ס בוך מיט די נאמען פאר מער פרטים). דער מהר"ל'ס אייניקלעך זענען אייניקלעך פון יענעם קעניג, און איך בין אן אייניקל פון דער מהר"ל׳ס ברודער.

צווייטענס, די שונאים'ס מיינונג איז גענצליך נישט וויכטיג פאר מיר. לא מפיהם אנו חיים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לדעתי איז דאס די בילד פון די פאסירונג!

בילד
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קודם כל, בין איך יא א בלוט קרוב מיט דאנאלד טראמפ. ער איז אן אייניקעל פון א פרס'ישע קעניג וואס זיין טאכטער האט מגייר געווען און חתונה געהאט מיט בוסתנאי (ליין מארקוס לעהמאנ'ס בוך מיט די נאמען פאר מער פרטים). דער מהר"ל'ס אייניקלעך זענען אייניקלעך פון יענעם קעניג, און איך בין אן אייניקל פון דער מהר"ל׳ס ברודער.

צווייטענס, די שונאים'ס מיינונג איז גענצליך נישט וויכטיג פאר מיר. לא מפיהם אנו חיים.


איך בין א אייניקל פון דעם מהר"ל (באמת, מיין זיידע ר' שמעלקע סעלישער איז געוועהן אן אייניקל פונעם מהר"ל און פונעם של"ה הק') אבער כ'בין נישט קיין קרוב צו טראמפ, ווייל טראמפ איז א אייניקל פונעם "גולם פון פראג", נישט פונעם מהר"ל...

זיי נישט קיין נאר! אידן זענען א געוויסע עטנישע גרופע... קענסט זיך אנטוהן וויאזוי דו ווילסט, פירן א צווייטע לעבן, אבער אונז זענען נאכאלץ בלוט-קרובים איינער פארן צווייטן... קענסט זיך נישט אויסשליסן דערפון! אלע אשכנזישע אידן זענען בערך זעקסטע אדער אכטע קאזינס- די ווייטסטע, און אסאך זענען נאך נענטערע קרובים... ס'איז די זעלבע בלוט...קאמ'אן...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

אינטערסאנט, ווען אבאמא איז געווען שולדיג אויף דאס וואס די שחורים האבן גערצח'ט אומשילדיגע פאליציאנטן האט מען נישט געהערט פון דיר.
פארשפארט