מי יגלה עפר מעיניך שאפראנע רב... צענזוערירטע תורת אלף

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווער נתפעל ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער, זאכן וואס זענען א קלארע מציאות דינגט מען זיך.
פאקט נומער 1. שאפראנע רב ליגט אין סקווירא.
פאקט נומער 2. ר' יחזקל מערץ ליגט אין סאטמאר ניו זשערסי.

ביי ר' יחזקל'ס לוי' האט מען זיך געשלאגן ווי ער זאל ליגן און סאטמאר האט געוואנען
שאפראנע רב'ס לוי' איז געווען אחרון של פסח אדער מוצאי יו"ט און צוליב יום טוב און האט מען נישט געהעריג קאמיוניקירט, איז ער אנגעקומען קיין סקווירא אן קיין פראבלעמן. ס'איז אויך געווען א קלארע צוואה, מילא האט מען נישט געקענט קיין סאך טון.

שמעון וואלף: ס'האטציך קיינער נישט געדינגען איבער דעם פאקט אז ר' יחזקאל'ע ליגט אין סאטמאר בית החיים אין ניו דזשערסי. די גאנצע שקלא וטריא איז געווען איבער דעם טעם. און די געשעענישן ארום דעם.

איבער די מנו"כ פון שאפראנער רב איז פשוט נישט שייך זיך צו דינגען. איך האב עס אליינס געזעהן. זיין מציבה אין ביה"ח ד'סקווירא...!

קוק אויבן, זענען דא עטליכע געמעקטע תגובות. דארט איז עס געשטאנען
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

דאכצעכמער האט געשריבן:אבער לאמיר נישט פארגעסן מען מוז פראבירן ביי די אייניקליך ארויסדערווישן די בריוון וואס ער האט געשריבן פאר הרה"ק מסקווירא זי"ע, אפילו אויב די מייזלישעס ווילן עס פארווישן אבער עס איז דאך דא אייניקליך פון אנדערע טעכטער און פון זיינע זון
איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז ער האט געהערט פון איינער פון די פאללאק אייניקליך אז ער האט געזען די בריוו הלואי זאל מען קענען לייגן א יד אויף דעם עס וואלט זיכער געווען היסטאריע

וואס גייט כלל ישראל קלוגער ווערן פון די בריוון? וועלכע היסטאריע גייט אויפגעדעקט ווערן?
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קוקי »

דאכצעכמער האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:אויך ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק''ל האט געוואלט ליגן אין סקווירא, און איז געקומען אין חלום צו ר' ברוך בריל ז''ל - זיין משמש, אז היות מ'האט עהם נישט געלייגט אין סקווירא, וועט ער נאכאמאל אראפקומען - אינעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיין שנור, און מ'זאל א נאמען געבן יחזקאל שרגא, און דאס קינד וועט נפטר ווערן נאכן ברית. און אזוי האט פאסירט, און יעצט ליגט ער לבסוף אין סקווירא

איך האב געזען דעם סיפור אויך געשריבן באריכות דורך ר' ברוך'ס שנור, און כ'האב שפעטער געזען די מציבה אין סקווירא, ווי ס'שטייט טאקע יחזקאל שרגא ברילל - ביי די נפלים


פאר אזא גוטע מעשה מוזטו שוין ברענגען א מקור

כ'האב צוויי גרייטע מקורות, וואס וועסט דארפן בעטן פון די בעלי מקור אליינס.
מרת ברילל פון סקווער. און חזקל שרגא לונגער - דער סקווערער הויפס שרייבער - וואס איז פונעם מערץ משפחה, און ער האט נאך מער דאקומענטן וואס איז צום שטוינען.
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך דאכצעכמער »

אה ווא!
אויף דעם האב איך געווארט, דו האלסט אז זיי גייען רעדן, זיי גייען זיך לאזן אינטעוויוען אדער עס איז צו פאליטיש
אגב ווי האסטו עס געזען ביי זיי אדער עס איז שוין געווען געדריקט ערגעצווי
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך דאכצעכמער »

יעצט זע איך אז ביים ליובאוויטשע רבי'ס מכתבים צום שאפראנער זענען אויך געמעקט געווארן
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך דאכצעכמער »

.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

שמעתי פעם פון עמיצער, וואס זאגט אז ער ווייסט פין א בריוו ווי שאפראנער רב באטיטלט הרה"ק מסאטמאר אלץ "הרה"צ" און הרה"ק מסקווירא אלץ "הרה"ק", און ער איז זיך מתאונן אז סאטמארע חסידים האבן נישט די זכי'ה זיך מסתופף זיין אין סקווירא, ווייל ער איז נישט איינשטימיג מיט די 'שיטה'. יענער האט מיך געזאגט אז די בריוו איז נישט געדרוקט אין תורת אלף.
(אין תורת אלף איז יא געדרוקט א בריוו בנוגע הרה"ק מסקווירא, אז היות ער איז געקומען פון מקומות ווי מ'האט נישט געוואוסט פין דרך ההתבדלות, ממילא האלט ער אנדערש).
[NAMELESS]

צוטאט פון http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=

שליחה דורך [NAMELESS] »

די לווייה איז פארגעקומען פינעף אזייגער נאכמיטאג מיט'ן באטיילינגונג פון אדמו"ר שליט"א , וועלכער איז געווען ארומגענומען מיט א 'לייב-גווארדיע' (דעי לשון איז שוין גע'גנב'ט..) פון חסידים .

בשעת'ן קבורה האט זיך אפגעשפילט א שוידערליכע סצענע : ווען מ'האט געוואלט אריינלייגן דעם ארון אינעם קבר אין ניו דזשערזי, האט זיך דער הייליגער גוף פונעם נפטר ארויסגעקוילערט פונעם ארון . מ'האט איהם שנעל צוריקגעלייגט אינעם ארון און ווידעראמאל פרובירט אראפצונידערן אינעם לאך . און אומגלויבליך : צום צווייטן מאל האט זיך דער הייליגער קערפער ארויסגעגליטשט אינדרויסן פון קבר .

דער סקולענער רבי זצ"ל וועלכער איז אנוועזנד געווען, האט געשריגן ווי א ברויזנדער לייב : "מ'זעט דאך בחוש אז ער וויל נישט דא ליגן !". אבער זיין געשריי איז געפאלן אויף טויבע אויערן. תיכף נאך די שבעה איז דער זון הרה"צ ר' חיים מערץ שליט"א ארויסגעגאנגען צום ציון פון זיין טאטן , און געבעטן מחילה 'טאמער' האט מען אים געלייגט אין א פלאץ קעגן זיין רצון ,
[מפי הרד"י איינהורן הנ"ל .]

דער איינציגער אויסרייד וואס די סאטמארער ראשי קהילה האבן געהאט, איז געווען אז בבוא היום וועט מען לייגן דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל אויך דארט , אבער למעשה האט מען דעם סאטמארער רבי זצ"ל געלייגט אין קרית יואל. און ביז'ן היינטיגן טאג שטייט דער ציון פון רבי יחזקאל'ע עלענד אליין אין חלקת קהל ייטב לב אין ניו דזשערזי ,

פון יענעם טאג און ווייטער פלעגט הגה"צ ר' משה ביק זצ"ל ביי יעדען באזוך זיך אייסערן איבער צוויי זאכן : איינס פארוואס מ'נעמט נישט צוריק דעם בעל שמ'ס סידור פון ליובאוויטש (שהיה באמתחתו של הנגיד ר' איטשע ליפסון ע"ה ואכמ"ל ) . און צווייטענס פארוואס מ'איז נישט מפנה רבי יחזקאל'ען .
פארשפארט