שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מקור?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מקור?


השאלה נידונה בכובד ראש עוד בהיותם בין חומות הגטו. במסה על קידוש השם שכתב הרב שמעון הוברבנד הוא מציין את ההגדרה שנפוצה בגטו כי "כבר פסק הרמב"ם: יהודי שנהרג, ואפילו לא משום שרצו להעבירו על דתו, ורק על שום שיהודי הוא, נקרא קדוש". [10] כך מביא גם מ' לנסקי בשם ר' הלל צייטלין, מאנשי הרוח הידועים בגטו ורשה: "במקרה שיהודי נמצא הרוג בדרך, קדוש ייאמר לו, היות שבגלל יהדותו נהרג. כך פוסק הרמב"ם. לפי זה, עיקר הקדושה – היא המיתה עקב ההשתייכות ליהדות. יכול אפוא אדם מישראל להשיג את כתר הקדושה בלי שיועמד לפני נסיון
.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'זענען דא דריי מניינים.
די אריגינעלע עץ חיים איז די פרומסטע.
זיי האבן מניינים שחרית טעגליך און שיעורי תורה.
זיי שטעלן זיך שבת 9:45
https://www.tolols.org/events

דערנאך איז דא א קאנסערוואטיווע מניין the new light
א שוואכערער עולם, זיי שטעלן זיך אויך 9:45 אפיציעל, אבער ס'זעט אויס אז קדיש איז צענע ( קאנסערוואטיוון דאווענען געהעריג.)
http://newlightcongregation.org
א דריטער מניין קומט פאר אין א שטובל אפגעדינגען דורך רעקאסטראקשאניסטן, ס'הייסט דור חדש.
זייערע סערוויסעס הייבט זיך אן צענע.
http://dorhadash.net

דער שיסעריי איז פארגעקומען בעפאר קיין איינס פון די דריי האט אנגעהויבן סערוויסעס.
ס'איז נישטא קיין שום גערעדעכטס פון א ברית, אדער זאגאר א געי ברית אין ערגעץ נישט.
די געשיכטע פון א געי ברית, וואס האט טעכניש געקענט זיין אין די רעקאנסטראקשאניסט מניין, איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
איינער האט דאס געפּאוסט אויף פעיסבוק און דריי געי וועבזייטלעך אריינגערעכנט "דע אדוואקאט", וואס דער ראביי קוואוט כאילו ס'איז דער אורים ותומים, האבן דאס געמאלדן.
אויפן אריגינעלן פעיסבוק האבן לאקאלע מענטשן אים אויפמערקזאם געמאכט אז ס'איז שקר, האט ער עס דעליטעד.
דוק ותשכח.
די איינציגסטע זאך וואס האט מעגליך געדארפט זיין שפעטער, ווי ס'זעט אויס, איז א בעיבי נעימינג צערעמאניע אין איינע פון די דריי, וואס מיינט א מיידל נאמען און א קידוש.

אבער דער היימישער עולם, וואס וויל פילן גוט, שלום עלי נפשי, ס'איז געווען תועבהניקעס, ס'קען נישט געשען דא, באלעקט זיך דערמיט, אן צו טון דאס מינדעסטע ריסוירטש.

קפ
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שבת אחים דו שרייבסט,

"יעדער ווייסט אז אידן וואוינען 99 פראצענט נאר אין ליבעראלע דעמקראטישע שטעט, און סאיז נישטא קיין איין אידישע ישוב אין רויטע אמעריקע!"

שקר! די רויטע שטעיט זענען פול מיט אידישע ישובים.
טעקסעס, אריזאנא, אלאבאמא, דזארדזיע, טענעסי, און נאך זענען דא פול מיט אידישע קהילות אויסגעשפרייט אין מערערע שטעטלעך.



אן נעמען א צד איד די הייסע דעבאטע, וויל איך בלויז אויפמערקזאם מאכן אז רוב אויב נישט אלע שטעט אין גאנץ אמעריקע זענען בלוי, נישט קיין חילוק אין וועלכע סטעיט.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ווי ס'איז ברייט באוויסט זענען די ראטשילד'ס די אפשטאמיגע פון דעם געוועזענעם פראקפורטער-געטא-יונגעל מאיר אנטשיל, די רייכסטע פארשוינען איבער די גאנצע וועלט. צו זייער אויסטערלישער רייכטום איז גארניש פארהאן קיין גענויע אפשאצונג. פארט באווייזן זיי אויף א וואודערליכער אויפן נישט ארויסצושטארצן צו פול און נישט ארויסצווייזן זייער מאכטפולער איינפלוס אויף די אלטוועלטיכע עקאנאמיע. דאס איז פילייכט נישט צוליב באשיידנקייט, נאר צוליב זייער ווייטאגליכער ערפארונג.

די ראטשילדס האבן צוליב זייער אויסטערלישע געלט-גייציקייט אנגעבליך פינאנציאירט פולע מיליטערישע געפעכטן וועלכע האבן געפלאגט אייראפע אין די פארגאנגענע 300 יאר, און דאס אידיש פאלק אויף פאר דעם באצאהלט גאר קאסטבאר, דער טייוול זעלבסט דער פארשאלטענער אשמדאי היטלער ימ''ש, איז ווי באוויסט שטארק אינספערירט געווארן פון די דאזיגע לעגענדע. אין די רעזולטאטן זענען טאקע געווען פאטאל. אלענפאלס די ראטשילדס האבן זיך דערלערענט דעם קליגן פילאזאפיע פונעם זיידן יעקב, דעם למה תראו עצמכם בפני בני ישמעאל ובני עשו כאלו אתם שבעים...נישט אז ס'האט צופיל געהאלפן ווייל אונזערע ברידער די ישראלים מאכן זיכער אז דער הלכה בידוע זאל חלילה נישט פולקאם אויסגעריסן ווערן. אבער עטוואס טיהט דאס פארט אויף.

הלוואי זאלן אונזערע יונגע ראצערלעך דאס איינזען. מ'רייסט אויס די אויגן פון די גוים. אומערפארענע יונגעלייטליך וועלכע שטרעבן רייך צו ווערן איבערנאכט אן צו דארפן צו שווער ארבייטן, באגייען זיך צו די גוים שרעקליך געמיין. יעדע שטיקל לאנד לענג-אויס ניו יארק און ניו זשערסי געהערט צו אידן. מאסן ארויסוואנדערונגן פאסירן אין אלע עקן לענד, צוליב די נייע ארדענונג וועלכע אונזערע ברודער צווינגן דארט ארויף. א ארדענונג פון משתין זיין אויף די מענטשהייט און רייסן די טאשן מיט הויך-ראטע אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. אונזער אומערצויגענע חיות באציען זיך ליידער צו די גוים גענוי ווי די פארשאלטענע אנטיסמיטן האבן זיך באצויגן צו אונזער זיידעס אין מאגענצא און אין שארש-פאטאק, און די נאכפאלגענדע ווייטאגליכע קאנווענצן עסן מיר מיט ווארצלך חריין.

ווען אימער די אידן זענען ארויסגעגאנגען פון דעם הן עם לבדד ישכון, און זיך אנגעהויבן אריינצושטעקן זייער לאנגע רינעכיגע אידישע נאניעס אין אנגעלעגנהייטן וועלכע באלאנגט נישט צו זיי, זענען די נאכפאלגן געווען פאטאלע. דער וואנזיגער שיסער אין פיטסבורג, האט ווארשיינליך נישט געהאסט אידן, ווייל מיר האבן געקרייצט זיין יעזעס, אדער ווייל מיר האבן פארסמען די וואסער-ברונמס, אדער גאר ווייל מיר האבן אנגעברענגט די שווארצע מגיפה...ניין! אים האט ווארשיינליך געגבערט די מאניפולאציע פונעם אידענטום אויף די אלוועלטליכע אקאנאמיע און דאס עגאיסטישע שטאלצע באנעמונג פון אונזער אנגעבליכע געשעפט-לייט. לאמיר שוין קומען צום שכל, און זיך אנהייבן צו פירן ווי געטרייע גלות אידן, לאמיר פארדינען אונזער פרנסה אויף נארמאלע וועגן, אוון אויפהערן מיט די קרומע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] געשעפטן איין מאל פאר אלעמאל. אפשר וועט דאס עטוואס אפשטעלן דאס וויסטער אנטיסמיטיזעם זאווערוכע וואס באשעוועט אין די וועלט אן קיין רחמנות.[/justify]

ו.ב.י.ל.י.כ.ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אבער די אידן אין רוב, אויב נישט אלע פון די שטעט שטימען מיט א רויטע אידיאלאגיע. אזויווי שוין איבערגעוויזן דא אינעם עבר.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די מעשה מיט די געי פאר פאלק איז באריכטעט געווארען דא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

שליחה דורך קל וחומר »

קל וחומר האט געשריבן:https://www.advocate.com/crime/2018/10/28/synagogue-shooting-occurred-during-bris-gay-couples-twins
אדער דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חתם סופר האט געשריבן:ס'זענען דא דריי מניינים.
די אריגינעלע עץ חיים איז די פרומסטע.
זיי האבן מניינים שחרית טעגליך און שיעורי תורה.
זיי שטעלן זיך שבת 9:45
https://www.tolols.org/events

דערנאך איז דא א קאנסערוואטיווע מניין the new light
א שוואכערער עולם, זיי שטעלן זיך אויך 9:45 אפיציעל, אבער ס'זעט אויס אז קדיש איז צענע ( קאנסערוואטיוון דאווענען געהעריג.)
http://newlightcongregation.org
א דריטער מניין קומט פאר אין א שטובל אפגעדינגען דורך רעקאסטראקשאניסטן, ס'הייסט דור חדש.
זייערע סערוויסעס הייבט זיך אן צענע.
http://dorhadash.net

דער שיסעריי איז פארגעקומען בעפאר קיין איינס פון די דריי האט אנגעהויבן סערוויסעס.
ס'איז נישטא קיין שום גערעדעכטס פון א ברית, אדער זאגאר א געי ברית אין ערגעץ נישט.
די געשיכטע פון א געי ברית, וואס האט טעכניש געקענט זיין אין די רעקאנסטראקשאניסט מניין, איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
איינער האט דאס געפּאוסט אויף פעיסבוק און דריי געי וועבזייטלעך אריינגערעכנט "דע אדוואקאט", וואס דער ראביי קוואוט כאילו ס'איז דער אורים ותומים, האבן דאס געמאלדן.
אויפן אריגינעלן פעיסבוק האבן לאקאלע מענטשן אים אויפמערקזאם געמאכט אז ס'איז שקר, האט ער עס דעליטעד.
דוק ותשכח.
די איינציגסטע זאך וואס האט מעגליך געדארפט זיין שפעטער, ווי ס'זעט אויס, איז א בעיבי נעימינג צערעמאניע אין איינע פון די דריי, וואס מיינט א מיידל נאמען און א קידוש.

אבער דער היימישער עולם, וואס וויל פילן גוט, שלום עלי נפשי, ס'איז געווען תועבהניקעס, ס'קען נישט געשען דא, באלעקט זיך דערמיט, אן צו טון דאס מינדעסטע ריסוירטש.

קפ

חת"ם סופר: איך שטעלל מיך אויף דיין נקודה וואס דו זאגסט אז היימישע אידן באלעקן זיך ווען מ'קען אנמערקן אז איינס פון די מניינים איז געווען א רעפארם מנין מיט תועבה'ניקעס. און כאילו דאס בארעכטיגט (ח"ו) דאס גרויסע און ביטערע הריגה פון אידן. אזוי ווי איך האב שוין פריער געזאגט. און איסר האיטלקי האט געברענגט דעם מקור צו דעים. דעם הייליגן רמב"ם. אז א איד וואס ווערט געהרג'עט ווייל ער איז א איד, איז א קדוש. און ס'ווערט פאררעכנט אז ער/זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם. אפגעזעהן פון זיין אויסערליכן רעליגיעזן שטאנד בעולם הזה...! און אויך ר' מיכאל שניצלער הי"ו האט געזאגט די זעלבע אין א וואויסנאוט אויף וואטסעפפ...!
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אנטשולדיגט קאך לעפל , דיינע ווערטער טוען באשטעטיגען די אומראציאנאלע באשילדיגונגען וואס אנטיסעמיטן האבן באשולדיגט אידן אלס א קאלעקטיוו. דו קומסט מיט א תורה'דיגע טענה פון למה תתראו. איך קריג מיר נישט אז ס'קען זיין ס'וואלט טיילווייז אפשר אויסגעמאכט. אבער אויב אידן דארפן זיך אנדרעש פירן פון סיי וועם נאר צוליב ווייל זיי זענען אידן איז דאס אליין אן אנטיסעמיטישע פארלאנג מצד די אנטיסעמיטן און א גלות מאנטאליטעט מצד א גלות איד. דער איד האט אן אויסוואהל צו באזיצן א גלות מענטאליטעט אבער דער אנטיסעמיט בלייבט אן אנטיסעמיט. און ניין קום נישט אן מיט קיין פארקרומטע דעות אז יעדער גוי האט פיינט אידן, אויב אידן וואלטן באמת אזוי געהאלטן וואלט דאס בארעכטיגט א קעגנזייטיגע שנאה. די צוגאנג אז אלע גוים האבן אונז פיינט און אונז אלע האבען מיר פיינט אלע גוים און לאמיר מאכן א שויייג למה תתראו, איז שעדליך, נאריש, רשעות, פאלש.
די אידנ'ס פראבלעם איז אז חוץ פון דעם אז זיי זענען א מינאריטעט, זענען זיי זייער אקטיוו און צוזאמגענומען עטניש, און זיי שטארן ארויס צוליב אקאדעמישע און וויסענשאפטליכע און פאליטישע און פינאנציעלע דערגרייכונגען, און אמת מ'כאפט זיך ארויף דערויף.אויב וואלט מען זיךצוזאמגענומען און געשריגן למה תתראו וואלט איראניש דאס ווען געברענגט די זעלבע רעאקציע מצד די וויסטע אנטיסעמיטן אז די אידן האבן זיך שוין ווידער צוזאמגענומען אין א קאנספיראציע.
אנטיסעמיטיזם איז נישט ראציאנאל. ביים ראסיסטישן אנטיסעמיט איז דער איד נישט שלעכט מיט וואס ער טוט, נאר וואס ער טוט איז שלכעט ווייל א איד איז שלעכט. וויאזוי מ'זאל דאס דרייען.
יא ווען דזשעף באזעז איז א איד וואלטן אלע אידן געווען שולדיג דערויף. כאטש מ'קען קוקן און אסאך קוקן קרום אויף זיינע מוניפעלאטיווע טאקטיקן האט דאס אבער נישט קיין שייכות מיט קיין ראסע. די ראטשילדס זענען געווען דזשעניס, יא מוניפעלאטיווע טאקטיקן איז א חלק פון די געים און דאס איז אמת ביי די ראקעפעללערס און די ווענדערבילטס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווי איז דער רמב"ם?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ערשטנס, שכוח פאר דיין רעאקציע.

דער לעגאנדערער פיליזאף אריסטו, אויף וועם דער הייליגער רמב''ם האט געזאגט צייגנשאפט אז ער איז מיט זיין טיפער פארשטאנד כמעט דערגרייכט צו נבואה, האט אונז שוין אויסגעלערענט, אז היסטאריע איז אונזער גרעסטער לערער.

ווען מ'קוקט עטוואס צוריק אידישע היסטאריע באמערקט מען, אז ווען אימער אידן האבן אנגעהויבן ארויסצוגיין פון זייער שטאנד, איז די קעגן-רעאקציע געווען א כוואליע פון אנטיסעמיטזם, וואס האט אין אלגעמיין אויך געקאסט אידישע לעבענס. אפגעזען פונעם פאקט אז די גוים זעלבסט, ווי דער קעניג, אדער קירכע, צו ביידע אינאיינעם האבן אונז אריינגעשטעלט אינעם שטאנד. אין אנדערע ווערטער ווען אידן האבן זיך ארויסגעשטעקט די נאז, און ווער רעדט נאך ווען זיי האבן אנגעבליך באקרידעוועט דעם גוי, ווי צום ביישפיל אין פאליטיק, אדער אין פראפעסענאלע אמטן, האט דאס געהויבן אנטיסמיטיזם אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם.

ווען דער גוי זעהט, ווי אין יעדע ארט אין דער וועלט וואו מ'קען נאר מאכן א גרינגער דאלאר, ווער רעדט נאך דורך פיפיגע אינטריגעס, אדער מיט אומהויערער אידישע ארגאנץ, באווייזן זיך דארט די אידעלעך מיט זייער שיינע אויטומאבילן, ברענגט דאס אים ארויס בייז בלוט, און א פינסטערער שנאה צום איד הייבט זיך אן צו בויען ביי אים אין מוח.

איי דער גוי זעלבסט מעג יא טאן וואס אימער עס געפעלט אים? יא! דער גוי האט אונז אריינגעשטעלט אין א געוויסע שטאנד, און ער וויל אז מיר זאלן דארט פארבלייבן. און א געטרייער גלות איד פארבלייבט טאקע דארטן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איז וואס איז די עצה? מ'זאל נישט אריינוועלן דיבלאזיא? כ'הער, טאקע א גוטע פלאן...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ניין! די עצה איז, צו עסן וואס ווייניגער כרעמזלעך...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען אין היסטאריע האבן אידן זיך נישט ארויסגעשטעקט, און עס איז זיי גוט געגאנגען?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין די ווירקליכקייט איז פאר אידן אין גלות קיינמאל נישט גוט געגאנגען. די צרות פון די גוים איז אן אינטעגראלער טייל פונעם גזירות הגלות.
אבער ווען אידן האבן אנגעהויבן זיך ארויסצורוקן פון זייער שטאנד, האט זיך זייער צושטאנד דראסטיש פארערגערט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז דער נאראטיוו, אבער מיט אמת האט עס ווייניג.

מ'קען עס גארנישט ווייזן. מ'איז יארען לאנג געווען אסימילירט אין דייטשלאנד, ביז מ'האט פארטריבען די אידען פון דארט. ווער האט ארויסגעשטעקט? עפעס אין פולין\רוסלאנד האט זיך געטוישט אין די לעצטע יארען אין דער הינזיכט?

מ'קען נאר זאג'ן פאר זיכער צוויי זאכן:
א. אידן זיצן נישט שטיל.
ב. אידן ווערן גע'רודפ'ט.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

שליחה דורך החוקר »

Post-Dr-Text.jpeg

#א _זיסע_נקמה
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

נקמה וועט משיח צדקינו געבן, אזא נקמה וועט נאר ברענגען נאך א שיסעריי.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

קאך_לעפל האט געשריבן:אין די ווירקליכקייט איז פאר אידן אין גלות קיינמאל נישט גוט געגאנגען. די צרות פון די גוים איז אן אינטעגראלער טייל פונעם גזירת הגלות.
אבער ווען אידן האבן אנגעהויבן זיך ארויסצורוקן פון זייער שטאנד, האט זיך זייער צושטאנד דראסטיש פארערגערט.

לאו דוקא אידן נאר יעדער מיינאריטי ווערט גערודפט ביי די מאדזשאריטי. און לאו דוקא ביי גוים נאר ביי אידן אויך. און ביי חיות ובהמות אויך.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

[left]If the statistics are right, the Jews constitute but one percent of the human race. It suggests a nebulous dim puff of star dust lost in the blaze of the Milky Way.
Properly the Jew ought hardly to be heard of, but he is heard of, has always been heard of. He is as prominent on the planet as any other people, and his commercial importance is extravagantly out of proportion to the smallness of his bulk. His contributions to the world's list of great names in literature, science, art, music, finance, medicine, and abstruse learning are also away out of proportion to the weakness of his numbers. He has made a marvellous fight in the world, in all the ages; and has done it with his hands tied behind him. He could be vain of himself, and be excused for it. The Egyptian, the Babylonian, and the Persian rose, filled the planet with sound and splendor, then faded to dream-stuff and passed away; the Greek and the Roman followed, and made a vast noise, and they are gone; other peoples have sprung up and held their torch high for a time, but it burned out, and they sit in twilight now, or have vanished. The Jew saw them all, beat them all, and is now what he always was, exhibiting no decadence, no infirmities of age, no weakening of his parts, no slowing of his energies, no dulling of his alert and aggressive mind. All things are mortal but the Jew; all other forces pass, but he remains.
What is the secret of his immortality?[/left]


Mark Twain
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

קאך לעפל, איבער וואס די תורהדיגע בליק איז אין יעצטיגן מצב בין איך זיכער אז עס זענען דא פארשידענע דעות. אבער בכל אופן איז אט די הנחה אז אויב אידן וועלן זיך אויפפירן א פארשידענע וועג וועט אנטיסעמיטיזם בטל ווערן א נאיווע, די איינציגסטע וועג וואס קען מעגליך בטל מאכן אנטיסעמעטיזם איז אויב אלע אידן אפשטאמיגע וועלן זיך שטעלן אין א רייע אריינצוגיין אין גאז קאמערן, ווייל די איינציגע אידן וועם אנטיסעמיטן האבן ליב זענען דערמארדערטע אידן.
די קוק אויף אידן אלס א קאלעקטיוו וואס דארפן זיך יא אדער נישט פירן א געוויסע וועג אדער אן אנדערען איז ביי דעפינישאן אנטיסעמיטיש.
עס איז דעריבער נישטא קיין שום סיבה פארוואס א איד זאל נישט קענען טאן זיין פאטענציאל אויב עס איז לעגאל און מאראליש צוליב דעם וואס מה יאמרו הגויים.
אבער אה"נ ווען א א אידישע גרופע טוט עפעס נישט ריכטיג טוען זיין אנצינדען די פייער פון אנטיסעמיטיזם מיט עפעס וואס איז סיי ווי סיי נישט ריכטיג, און דאס נעמט אריין גרויסע אידישע קהילות ווי קרית יואל און מאנסי וואס טוען מעגליך זאכן טאקע וואס איז שלא ביושר און דאס צינד טאקע די פייער פון אנטיסעמעטיזם
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די אידישע פאלק איז א פאלק וואס דורכאויס אלע דורות האבן זיי 'געטראכט' און 'געטוהן'. ווען מ'טראכט און טוהט קומט מען אן. אבער די וואס טראכטן נישט און די וואס טוהן נישט, קומען זיכער נישט אן. ווען אנדערע זעהן די הצלחה פון יענער וואס האט שווער איינגעזייט מיט בלוט און שווייס, ווערט ער דזשעלוס, פארגינט נישט, און פרובירט עס צו גנב'נען, ס'איז אייביג גרינגער צו גנב'נען ווי אליינס פראדוצירן. פארדעם האבן אידן אלס געליטן......

די היינטיגע סדום'ישע וועלט פון 'איקוואליטי' גלייכשאפט. האט אנגעזייט א ריזן חורבן, ווי מ'באגרעניצט יעדער וואס קען ווייל ס'דא וואס קענען נישט. די פראבלעם איז נישט נאר אויף די דרויסענדיגע וועלט, מ'זעהט עס אויך אינערליך ביי אונז, ווי מלמדים און מנהלים וועלן נישט קרעדיטן אדער קאמפלימענטירן די וואס קענען יא, זיי וועלן עס נאר טוהן פאר די וואס קענען נישט, ווייל זיי דארפן עס.........

דא איז א אינטערסאנטע בלאָג פאוסט באותו ענין

פאר דער וואס האט בעסער ליעב א ווידעא, בעיקר די לעצטע פינף מינוט.
פארשפארט