א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

געווענדליך איז פאליטיק מיר נאר אינטרעסאנט אין די היסטאריא, וואס ווייטער וואס אינטרעסאנטער. אבער דאס ביסל וואס איך האב געהערט וועגען די יעצטיגע וואלען אין א"י האט מיר עפעס אויסגעלערנט, וויל איך עס מיטטיילען.

איך האב ערשט געהערט דער ׳לעשות רצונך חפצתי׳ דרשה היינט, נאכ׳ן בחירות, און עס איז אינטרעסאנט צוצוקוקען וויאזוי די פראפאגאנדא ארבעט. דער מענטש האט אזוי שטארק געטענה׳ט אז דער אגודה מועמד האט די מערסטע אויסזיכטען צו געווינען, און אז אלע שטעלען זיך צו, וועט זיי געלונגען. ווידער האט ער געמאכט אן אנשטעל כאילו דגל התורה איז סתם אזוי שוואך, און מ׳גיבט זיי אלס נאך למען השלום. דערנאך האט ער פארציילט מעשה׳ס פון הכרת הטוב וואס דגל התורה דארף האבען צו אים ווייל ווען נישט פאר אים וואלט זיך עס נישט געגרינדעט (הייסט׳ס ער טראגט די שולד פאר די דורכפאל) און בעיקר אז די דגל התורה׳ניקס קענען נישט פארליידען א חסידיש׳ער ראש העיר.

שוין, לאמיר זען וואס איז דער אמת. איך קען נישט זיין זיכער, אבער מ׳האט מיר איבערגעגעבען אז די אפמאך מיט משה ליאון האט גארנישט געהאט מיט די אלע זאכען. עס איז געווען א סודות׳דיגע אפמאך מיט אביגדור ליעבערמאן אז ער גייט מוותר זיין (עטוואס) אויף גיוס בני הישיבות, טאמער מ׳שטיצט ליאון אין עיריית ירושלים. יעדער פארשטייט אז אזעלכע דארפען בלייבען בסודי סודות, און ממילא האט מען גענוצט לאזונגען פון הכרת הטוב און כבוד התורה.
פרעגסט צו דאס איז אמת, ווייס איך נישט. אבער מיר פון חו"ל דארפען אוודאי לערנען דערפון וואס איז מעגליך צו זיין אמת. פונדערווייטענס קען מען נישט וויסען וואס ליגט אונטער די מעשים, מ׳קען זיך האלטען זיכער, מיט ראיות, אז עפעס איז געשען, און דערווייל האט עס נישט די מידנעסטע שייכות מיט וואס טוט זיך אויפ׳ן אמת.

יעצט, אז מ׳קוקט די תוצאות פון די בחירות, ווערט ווידער שווער זיין רייד. יוסי דייטש איז ניטאמאל אנגעקומען אין ערגעץ, ליאון האט באלד דאפעלט וואס ער האט. און דגל התורה האט די מערסטע פון אלע פרומע פארטייען. עפעס א טעות אין די חשבון? אדער, מער מסתבר, אז אלע נומערען מיינען גארנישט ווייל אונטער די קוליסען טוט זיך און שוועבט זיך גאר אנדערע געדאנקען און פאקטען.

לחיים לחיים, זאלען אלע פאליטיקאנטען הצלחה האבען מיט סיי וואס, און הכרת הטוב מיט כבוד התורה, מיט כבוד פון צדיקים און סיי וועלכע לאזונג זאלען אלע זיך שלאגען מיט גליק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

נישט אזוי ריכטיג, יוסי דייטש האט געהאט פונקט וויפיל שטומען דגל אן ש''ס האט געברענגט. אגודה איז אריין גאר שוואך, נישט דייטש.

פון די אנדערע זייט האט דער פרייער ליאון גארנישט דעליווערט - אזוי ווי די ליטווישע האבן זיך/מיך געוואלט איינרעדן, כמעט נישט קיין פרעמדע שטומען, יוסי דייטש האט געהאט 16 טויזנט פרייע שטומען וואס איז א היסטארישן ציפער פאר א פרומער קאנדידאט וואס פארטרעט די פרומסטע פארטיי

אגודה האט געכאפט א זעץ, אבער פאר די נעקסטע 2 וואכן זענען זיי על הגובה און האבן די מעגליכקייט צו גיין מיט וועמען זיי ווילן, ווער ס'האט אגודה איז דער געווינער אין סיבוב שני זיי קענען עס גוט ארויסקעשן. א נחמה פורטה, אבער א גוטער אויספיר.

די קומענדיגע כנסת בחירות גייט זיין שווארץ פאר די חסידים, חוץ אויב זיי האבן עץ מיט זיך זענען זיי כמעט וויפיל דגל.
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

איסר האטלקי האט געשריבן:נישט אזוי ריכטיג, יוסי דייטש האט געהאט פונקט וויפיל שטומען דגל אן ש''ס האט געברענגט. אגודה איז אריין גאר שוואך, נישט דייטש.

דייטש האט גערעדט אז ער האלט שוין ביי 70,000 וואוטס וואס זענען מונח בכיסו, בשעת ווען למעשה האט ער קוים געברענגט 40,000,
די מערסטע וואס מ'קען טענה'ן אז ווען מגייט ווען צוזאמען אויפן מעיאר וואלן וואלט מען אריבער די 50% און געוואונען א יעדע אנדערע קאנדידאט.
איסר האטלקי האט געשריבן:פון די אנדערע זייט האט דער פרייער ליאון גארנישט דעליווערט - אזוי ווי די ליטווישע האבן זיך/מיך געוואלט איינרעדן, כמעט נישט קיין פרעמדע שטומען, יוסי דייטש האט געהאט 16 טויזנט פרייע שטומען וואס איז א היסטארישן ציפער פאר א פרומער קאנדידאט וואס פארטרעט די פרומסטע פארטיי

איך זעה נישט פון וואו נעמט איהר אזעלכע נומערן, וואס אגודה און קינג צוזאמען האבן געברענגט פאר זייערע פארטייען, לייג צו 4,500 וואוטס און דאס איז די גאנצע וואס מ'האט געברענגט פון-דרויסן.
ליאון האט אריבער 5,000 וואוטס מעהר וויפהל דגל און שס האבן אריין-געברענגט פאר די פארטייען, טאקע נישט קיין אסאך, אבער מעהר וויפהל דייטש האט געברענגט...
ס'איז מיר יעצט געבלאקט די וועבסייד וואו מ'קען אלעס טרעפן און זיך אליין איבער-צייגן, בעזה"י ווען איך וועל קענען וועל איך דאס ארויפ-לייגן דא לטובת דעם ציבור.
איסר האטלקי האט געשריבן:אגודה האט געכאפט א זעץ, אבער פאר די נעקסטע 2 וואכן זענען זיי על הגובה און האבן די מעגליכקייט צו גיין מיט וועמען זיי ווילן, ווער ס'האט אגודה איז דער געווינער אין סיבוב שני זיי קענען עס גוט ארויסקעשן. א נחמה [*]פורטה, אבער א גוטער אויספיר.

[*]פורתא, (פורטה = טוישן א מטבע אויף קלענערע מטבעות, - change, פורתא = ווייניג)
איסר האטלקי האט געשריבן:די קומענדיגע כנסת בחירות גייט זיין שווארץ פאר די חסידים, חוץ אויב זיי האבן עץ מיט זיך זענען זיי כמעט וויפיל דגל.

די עץ פארטיי זענען געלאפן אין א יעדע שטאט וואס זיי קענען ברענגען מעהר ווי אפאר נישטיגע צענדליגע וואוטס, און סך הכל בכל מכל האבן זיי געקראצט די 25,000 וואוטס.
צו דערמאנען אז די לעצטע בחירות צום כנסת האט א יעדע בענקל געקאסט ארום 45,000 וואוטס.
פארשטייטזיך אז די בוהושע חסידים און נאך אזעלכע סארט חסידים וקנאים וואס האבן נאך געשטומט 'עץ' ביי די בחירות פון עיריה, גיין אינגאנצן נישט צו בחירות פון כנסת.
אויב אמאהל האט נאך ליצמן געקלערט זיי נאך-לויפן געבן א בענקל, נאך די יעצטיגע בחירות ווייסט מען שוין אז זיי זענען גאר ווייט פון דעם.
(נאר מ'זאל פארשטיין, דגל התורה אין ירושלים אליינס האבן געברענגט מעהר ווי 40,000 וואוטס.)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך אונטער חכם »

איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט, די גאנצע אויף וואס מען קריגט זיך דא איז א האלבע בענקל וואס דגל פארלאנגט פאר זיך, און דאס האט עץ, א האלבער בענקל.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך אונטער חכם »

איסר האטלקי האט געשריבן:נישט אזוי ריכטיג, יוסי דייטש האט געהאט פונקט וויפיל שטומען דגל אן ש''ס האט געברענגט. אגודה איז אריין גאר שוואך, נישט דייטש.

פון די אנדערע זייט האט דער פרייער ליאון גארנישט דעליווערט - אזוי ווי די ליטווישע האבן זיך/מיך געוואלט איינרעדן, כמעט נישט קיין פרעמדע שטומען, יוסי דייטש האט געהאט 16 טויזנט פרייע שטומען וואס איז א היסטארישן ציפער פאר א פרומער קאנדידאט וואס פארטרעט די פרומסטע פארטיי

אגודה האט געכאפט א זעץ, אבער פאר די נעקסטע 2 וואכן זענען זיי על הגובה און האבן די מעגליכקייט צו גיין מיט וועמען זיי ווילן, ווער ס'האט אגודה איז דער געווינער אין סיבוב שני זיי קענען עס גוט ארויסקעשן. א נחמה פורטה, אבער א גוטער אויספיר.

די קומענדיגע כנסת בחירות גייט זיין שווארץ פאר די חסידים, חוץ אויב זיי האבן עץ מיט זיך זענען זיי כמעט וויפיל דגל.

קיינער האט לכאורה נישט עכט געטראכט אז דייטש האט שאנסן אן דגל, די חשבון פון אגודה זיך נישט ארויסצוציען האט געמוזט זיין צו קענען מאַכן עפעס אן אפמאך יעצט, כאטש וואס אויב זיי גייען מיט ליאון איז שווער צו פארשטיין וואס זיי קענען יעצט באקומען מער ווי פאר די וואלן.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

כאניש קיין נערווען אויסצוקייען אלע חשבונות, ליטוואק, קוק איבער וויפיל קולות אגודה און קינג האבן געברענגט פאר דייטש, די רעסט איז פרייע.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב זייער ווייניג געליינט וועגען די נושא, נאר געהערט יענער דרשה און איין ארטיקל אין די אמעריקאנער המודיע. איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען די מרחק צווישען די באשטעטיגטע פלוידעריי און דער אמת.

וממנו יקיש לכל נושא שבעולם וואס מ׳קומט פונדערווייטענס מיט ראיות ברורות שאין עליהם תשובה.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

Do your homework first
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

דאס אז ליאון איז א פרייער, איז א שקר וואס אגודה האט ארויסגעלאזט.
יעצט בנוגע די פאליטיק, לויט ווי איך האב געהערט האט דגל זיך אפגעטיילט, פשוט געוואר צו ווערן וויפיל מענטשן זיי האבן. האט אגודה זיך באליידיגט, און אנגעהויבן באשמוצן אויף כח.
אגב. ווייסט עמיצער מיט וויפיל קינג איז אריינגעקומען?
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

ס'גארנישט. יענצמאלט האט די וואונט געבלאזן רעכטס מיט'ן טרוים פון רבי מנדל פון ליובאוויטש און איצטער קאזע פון רבי חיים פון לומז'א...

נ.ב. לופט איז א נעסעסעטי צו אטעמן.

ואידך זיל זול
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

איך פארשטיי נישט זיי מסביר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איסר האטלקי האט געשריבן:Do your homework first

האסט נישט פארשטאנען. מ'קען מאכען האומווארק פון היינט ביז איבערמארגן, מ'קען נאכאלס גארנישט געוואויר ווערן. דאס איז מיין גאנצע פאוינט. מ'קען רעדן און אויפווייזן אלס אין דער וועלט, און עס דארף נישט האבן די מינדעסטע אחיזה אין מציאות.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך אונטער חכם »

קיינער האט גארנישט אויפגעוויזן, יעדער האט געוואוסט אז דייטש גייט עס נישט מאכן אליינס, און מיט דגל וואלט ער עס יא געמאכט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אגרות צפון האט געשריבן:דאס אז ליאון איז א פרייער, איז א שקר וואס אגודה האט ארויסגעלאזט.
יעצט בנוגע די פאליטיק, לויט ווי איך האב געהערט האט דגל זיך אפגעטיילט, פשוט געוואר צו ווערן וויפיל מענטשן זיי האבן. האט אגודה זיך באליידיגט, און אנגעהויבן באשמוצן אויף כח.
אגב. ווייסט עמיצער מיט וויפיל קינג איז אריינגעקומען?

אז ליאון איז א פרייער האט דגל געוואלט פארקויפן.

א. גדולי ישראל לאזן נישט קיין 'פרומער' אין ירושלים, נאר די פרייע ליאון.
ב. ליאון האט אסאך פרייע שטומען ווייל ער א פרייער.
ג. ענדערש א פרייער וועלן די פרייע נישט זיין אזוי האספול צו די חסידים.

וכו' וכו', יעדן טאג א צווייטן ניגון, למעשה האט דייטש געהאט אסאך אסאך מער אויסזיכטן צו געווינען ווי ליאון, ווען די קטני הדור שטעלן זיך ווען צו.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און טאמער דער גיוס מעשה איז אמת, זענען זיי אויך ׳קטני הדור׳? און פון וואנעט קענסטו וויסען וואס איז אמת׳דיג געשען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

קטני הדור מיין איך די פאליטיקאנטן וואס פאררופן זיך אז זיי קומען פון גדולי הדור וואס ווייסן שוין נישט אויף וועלכע וועלט זיי זענען.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב ערשט געהערט דער ׳לעשות רצונך חפצתי׳ דרשה היינט, נאכ׳ן בחירות, און עס איז אינטרעסאנט צוצוקוקען וויאזוי די פראפאגאנדא ארבעט. 1)דער מענטש האט אזוי שטארק געטענה׳ט אז דער אגודה מועמד האט די מערסטע אויסזיכטען צו געווינען, און אז אלע שטעלען זיך צו, וועט זיי געלונגען. 2)ווידער האט ער געמאכט אן אנשטעל כאילו דגל התורה איז סתם אזוי שוואך, און מ׳גיבט זיי אלס נאך למען השלום. 3)דערנאך האט ער פארציילט מעשה׳ס פון הכרת הטוב וואס דגל התורה דארף האבען צו אים ווייל ווען נישט פאר אים וואלט זיך עס נישט געגרינדעט (הייסט׳ס ער טראגט די שולד פאר די דורכפאל) 4)און בעיקר אז די דגל התורה׳ניקס קענען נישט פארליידען א חסידיש׳ער ראש העיר.

שוין, לאמיר זען וואס איז דער אמת. איך קען נישט זיין זיכער, אבער מ׳האט מיר איבערגעגעבען אז די אפמאך מיט משה ליאון האט גארנישט געהאט מיט די אלע זאכען. עס איז געווען א סודות׳דיגע אפמאך מיט אביגדור ליעבערמאן אז ער גייט מוותר זיין (עטוואס) אויף גיוס בני הישיבות, טאמער מ׳שטיצט ליאון אין עיריית ירושלים. יעדער פארשטייט אז אזעלכע דארפען בלייבען בסודי סודות, און ממילא האט מען גענוצט לאזונגען פון הכרת הטוב און כבוד התורה.
פרעגסט צו דאס איז אמת, ווייס איך נישט. אבער מיר פון חו"ל דארפען אוודאי לערנען דערפון וואס איז מעגליך צו זיין אמת. פונדערווייטענס קען מען נישט וויסען וואס ליגט אונטער די מעשים, מ׳קען זיך האלטען זיכער, מיט ראיות, אז עפעס איז געשען, און דערווייל האט עס נישט די מידנעסטע שייכות מיט וואס טוט זיך אויפ׳ן אמת.

יעצט, אז מ׳קוקט די תוצאות פון די בחירות, ווערט ווידער שווער זיין רייד. יוסי דייטש איז ניטאמאל אנגעקומען אין ערגעץ, ליאון האט באלד דאפעלט וואס ער האט. און דגל התורה האט די מערסטע פון אלע פרומע פארטייען. עפעס א טעות אין די חשבון? אדער, מער מסתבר, אז אלע נומערען מיינען גארנישט ווייל אונטער די קוליסען טוט זיך און שוועבט זיך גאר אנדערע געדאנקען און פאקטען.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דיין נקודה אין אלגעמיין איז ריכטיג, אבער פונקט דא איז עס נישט גילטיג.
1) יעצט זעהט מען טאקע בברירות אז ווען אלע שטעלן זיך צו וואלט עס דייטש גרינגערהייט געהאט. נישט ווי דגל האט געשריגן אז ערהאט נישט קיין סיכוי. 2) יא! יעצט איז טאקע די ערשטע מאל וואס מען האט געזעהן אז דגל איז יא שטארק, מען האט עס נאכנישט געוואוסט פאר צוויי טעג צוריק. 3) קיינער לייקנט נישט אז דגל דארף האבן הכרת הטוב פאר בעלז, וואס אהן זיי וואלט דגל קיינמאל נישט צושטאנד געקומען אין תשמ"ט. 4) שווער צו זאגן אז איינער קריגט זיך מיט דעם...

לגבי די באהאלטענע הסכם מיט ליבערמאן דארף מען זיין זייער אומבאקאנט מיט די פאקטן צו קענען גלייבן אזא מעשה'לע...

די מוסר השכל וואס איך לערן ארויס פון דיין תגובה איז אז ווען איינער קען נישט א זאך פון דער נאנט קען ער זעהן סתירות און בויען בנינים און ארויסלערנען מוסר השכל'ס. לחיים וברכה !
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

נקודת-אמת האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:פון די אנדערע זייט האט דער פרייער ליאון גארנישט דעליווערט - אזוי ווי די ליטווישע האבן זיך/מיך געוואלט איינרעדן, כמעט נישט קיין פרעמדע שטומען, יוסי דייטש האט געהאט 16 טויזנט פרייע שטומען וואס איז א היסטארישן ציפער פאר א פרומער קאנדידאט וואס פארטרעט די פרומסטע פארטיי

איך זעה נישט פון וואו נעמט איהר אזעלכע נומערן, וואס אגודה און קינג צוזאמען האבן געברענגט פאר זייערע פארטייען, לייג צו 4,500 וואוטס און דאס איז די גאנצע וואס מ'האט געברענגט פון-דרויסן.
ליאון האט אריבער 5,000 וואוטס מעהר וויפהל דגל און שס האבן אריין-געברענגט פאר די פארטייען, טאקע נישט קיין אסאך, אבער מעהר וויפהל דייטש האט געברענגט...


קינג ברענגט נישט קיין חרדי'שע שטימען (חוץ פון אלי ישי'ס קולות). דאס אז ער האט געברענגט קינג איז אויכעט פרעמדע קולות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חוץ פון דעם אז הכרת הטוב איז נישט קיין חשבון אין פאליטיק, דארף בעלזא פונקט אזוי האבען הכרת הטוב צו דגל התורה ווי דגל התורה דארף האבען צו זיי.

דאס אליינס אז דו מיינסט אז דו האסט עפעס א הו"א צו ׳קענען די זאך פון די נאנט׳ איז וואס איך דינג זיך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

איסר האטלקי האט געשריבן:
אגרות צפון האט געשריבן:דאס אז ליאון איז א פרייער, איז א שקר וואס אגודה האט ארויסגעלאזט.
יעצט בנוגע די פאליטיק, לויט ווי איך האב געהערט האט דגל זיך אפגעטיילט, פשוט געוואר צו ווערן וויפיל מענטשן זיי האבן. האט אגודה זיך באליידיגט, און אנגעהויבן באשמוצן אויף כח.
אגב. ווייסט עמיצער מיט וויפיל קינג איז אריינגעקומען?

אז ליאון איז א פרייער האט דגל געוואלט פארקויפן.

א. גדולי ישראל לאזן נישט קיין 'פרומער' אין ירושלים, נאר די פרייע ליאון.
ב. ליאון האט אסאך פרייע שטומען ווייל ער א פרייער.
ג. ענדערש א פרייער וועלן די פרייע נישט זיין אזוי האספול צו די חסידים.

וכו' וכו', יעדן טאג א צווייטן ניגון, למעשה האט דייטש געהאט אסאך אסאך מער אויסזיכטן צו געווינען ווי ליאון, ווען די קטני הדור שטעלן זיך ווען צו.

יא! אוודאי גייט דגל זאגן אז ער איז א פרייער. וואס הייסט ער ארבעט, גייט א קליינע קאפל א.ד.ג.
נאר.דאס איז בכלל א עקלדיגע באנעמונג, פון די ליטוויקעס אין ארץ ישראל, אז ווער עס גייט נישט אין זייער שפאן איז א פרייער, מחלל שבת, אפיקורוס, אאו"ו
אבער! דאס וואס אגודה האט יעצט געטון איז א שחיתות שאין כדוגמתה. נעמן א איד א שותומ"צ און אנרופן פריי פשוט ווייל יעצט לוינט פאר פאליטיק? און נאך באשמוצן יעדער איינער וואס וועלט פאר אים?
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך אונטער חכם »

קפה נמס האט געשריבן:
לגבי די באהאלטענע הסכם מיט ליבערמאן דארף מען זיין זייער אומבאקאנט מיט די פאקטן צו קענען גלייבן אזא מעשה'לע...
!


אפשר ביסטו אביסל מער מרחיב, פארוואס קען עס נישט זיין אמת? ובפרט אז עס עס זענען דאך דא די ריקארדינגס ווי ליאון זאגט עס לכאורה כמעט קלאר ארויס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און א רעקארדינג איז ביי דיר שוין יא באשטעטיגט? אפשר איז דאס גאר די בלאף.

אלס איז מעגליך, פאליטיקאנטען זענען נישט באקאנט פאר זייער ארנטליכקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אגב דאגב, די סודות'דיגער רעקאדירונג איבער גיוס איז שוין געווען ברייט באקאנט פארן פובליק נאך פאר די 'לעשות רצונך' דרשה אין בעלזא.

אויב פאקטן זענען נוגע.
פארשפארט