אישתישבי האט געשריבן:ווער איז די ערשטע מעשה וואס א מיידל האט זיך רח"ל גע'שמד'ט?
עיין "צימעס"
מיימון האט געשריבן:זייער גוט געענטפערט צפור בודד. ואני מוסיף אז היינטיגע צייטן דארף מען שוין נישט פארנוצן אזויפיל ווערטער צו אפלייקענען יענעם'ס ווערטער, מען קען זאגן "פעיק ניוז" אויף אלעס וואס עס געפעלט נישט און ודיו.
יהודי פשוט האט געשריבן:
איך פערזענליך קען איינעם וואס האט פראבירן ארויס צו העלפן שלום און ר' לייביש האט יענעם באדאנקט.
יעקב מענטש האט געשריבן:מיימון האט געשריבן:זייער גוט געענטפערט צפור בודד. ואני מוסיף אז היינטיגע צייטן דארף מען שוין נישט פארנוצן אזויפיל ווערטער צו אפלייקענען יענעם'ס ווערטער, מען קען זאגן "פעיק ניוז" אויף אלעס וואס עס געפעלט נישט און ודיו.
אנטשולדיגט קוקט וואס יהודי פשוט שרייבט:יהודי פשוט האט געשריבן:
איך פערזענליך קען איינעם וואס האט פראבירן ארויס צו העלפן שלום און ר' לייביש האט יענעם באדאנקט.
יעצט לאמיר מאכן די סך הכל
1) א אפגעפארענע זוהן וואס כו"ע מודי איז אנגעווייטאגט אויף די עלטערן און די געזעלשאפט בכלליות (האסט שוין אמאל געטראפן א או טי די וואס זאל נעמן אחריות אויף זיינע דורכפעלער? ניין! יעדע זאך איז די מוסד, געזעלשאפט, עלטערן'ס שולד. צו ס'מאכט יא אדער נישט סענס, "דאס" איז זייער מענטאליטי) פארציילט א לשון הרע וואס וואלט שווער געווען צו גלייבן אויף א פשוטע איד, כ"ש אויף א איד וואס איז א באקאנטער צדיק און ת"ח און מתמיד נפלא.
2) יהודי פשוט ווייס 'בידיעה' אז די מעשה איז פארקערט.
נו? וועם מאכט מער סענס צו גלייבן?
און נניח אז ס'איז אמת! "ער" האט טענות אז מ'גיבט אים נישט גיין געלט?? ער פארשעמט זיין טאטן און די גאנצע משפחה, און ער ערווארט אז מ'זאל אים באווארפן מיט געלט? פלוצים דערמאנט ער זיך אז ער פארמאגט א טאטע און משפחה?
אנטשולדיגט! די שפייעסט אויפן ציבור, און נאכדעם בעטסטו זייער הילף?
אז מ'העלפט דיר זאלסטו זאגן א גרויסע שכוח, ווייל קיינער קומט דיר גארנישט!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט אז איך ווייס די מציאות, אבער דיין טענות זענען אבסורד. קיינער פאדערט נישט קיין געלט, ער בעט נאר אז מ'זאל נישט אפשטעלען די וואס גיבען יא. איז דאס געשען? ווייס איך נישט. אבער האנדעל דאס, נישט דיין אויסגעטראכטע טענות וואס שלום האט ניטאמאל דערמאנט.
יהודי פשוט האט געשריבן:וואס מיינט "גענומען אחריות" ?
גדליה האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:וואס מיינט "גענומען אחריות" ?
פשוט, א רב שטעלט זיך אויף ברבים זאגען, רבותי איך בין באגאנגען א טעות אין די נושא און וועגען מיין טעות האבן אידען געליטן און איך וויל זיי איבערבעטען ברבים
יהודי פשוט האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:וואס מיינט "גענומען אחריות" ?
פשוט, א רב שטעלט זיך אויף ברבים זאגען, רבותי איך בין באגאנגען א טעות אין די נושא און וועגען מיין טעות האבן אידען געליטן און איך וויל זיי איבערבעטען ברבים
פארוואס דארף ער דאס זאגן ברבים??
לאמיר זאגן אז ר' לייביש האלט אז ער איז שולדיג אין דאס וואס איז געשעהן מיט זיין זוהן, דארף ער זיך לויט דיר אויפשטעלן אין ב"מ און זאגן מורי ורבותי איך בין שולדיג אז מיין זוהן איז אפגעפארן???
גדליה האט געשריבן:בקיצור איז אזוי.
דו טענה'סט אז די או טי דיס נעמען נישט קיין אחריות און באשולדיגען יעדען איינעם
ואני עולם הפוך ראיתי,
חתן דידן רב הצעיר דפשעווארסק נעמט פולע אחריות אויף זיינע מעשים, און זאגט אז ער איז אראפ פון וועג מכח די אייגענע בחירה, נישט ווייל דאס אדער יענץ.
און די חרדישע אידן זענען אלץ מסביר ווי דער או טי די איז סתם פיל מיט האס אין שנאה אויף חרדים. אבער נעמען אחריות אויף אפגעפארענע? קיינמאל!
גדליה האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:וואס מיינט "גענומען אחריות" ?
פשוט, א רב שטעלט זיך אויף ברבים זאגען, רבותי איך בין באגאנגען א טעות אין די נושא און וועגען מיין טעות האבן אידען געליטן און איך וויל זיי איבערבעטען ברבים
פארוואס דארף ער דאס זאגן ברבים??
לאמיר זאגן אז ר' לייביש האלט אז ער איז שולדיג אין דאס וואס איז געשעהן מיט זיין זוהן, דארף ער זיך לויט דיר אויפשטעלן אין ב"מ און זאגן מורי ורבותי איך בין שולדיג אז מיין זוהן איז אפגעפארן???
איך רעד נישט פון א פריוואטע טעות, כ'רעד פון א טעות און הנהגה, א טעות וואס אפעקטירט מענטשן. אין די אלגעמיינע וועלט איז א נארמאלע זאך אז א פאליטישען אדער א נייעס אנכאר וכדו' אנטשולדיגט זיך פאר עפעס וואס ער האט נישט געברויכט זאגן אדער טוהן (ע"ע מעגין קעלי). אבער ביי אונז וועט איר נישט טרעפן אזא זאך אז א רבי צו א רב מאכט א טעות, ס'עקזיסטירט נישט.