ליטוואק האט שוין גע'ענפערט אז דאס איז א נושא וואס האט נישט מיט דעם אשכול און דו קענסט עפענען א נייעם אשכול פאר דעם, פארשטאנען? אדער זאל מען עס איבער זאגן אויף טערקיש ?נהורא נפישא האט געשריבן:כ'האב נישט געזען דעם ארטיקל און איך זיך נישט קיין לאנגפארצויגענעם תירוץ.
למעשה וואס וואלט איר געזאגט איבער די אויסוואהל
1) ביידע זענען אייניג ת"ח אויב האבן זיי די זעלבע מאס ידע, נישט קיין נפק"מ אין וועלכע געביט
2) געוויסע חלקי התורה זענען מער וואגיג באיכות דערפאר אפילו האבן זיי אייניגע מאס ידע איז אבער איינס וויכטיגער ווי די צווייטע לגבי התואר "ת"ח".
אויב איז אייער אויסוואהל 2 וועלכע זאגט איר איז וויכטיגער.
פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
@ליטוואק.
ווען ער שרייבט ווען א אומשולדיגע לענבס געשיכטע וואלסטו געווען גערעכט, אבער ער שרייבט דאך א פאשקעוויל! ער שרייבט אז זיין טאטע האט געצה'ט אנדערע מענטשען אין די זעלבע סיטואציע צו פראבירן צו ארויסהעלפן דעם קינד, און ביי אים האבן אלע עוזרים באקומען שטרענגע באפעלן צו שטיין ווייט, ווייל יעדע געפילטע פיש וואס מ'שיקט אים שטעכט דעם טאטן אין זיבטען ריפ!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 128
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אדמו"ר מ'קרייניץ זצ"ל: איך ווילל נישט עובר זיין אויף דעם פסוק ..."ודורש אל המתים"...אשר על כן וועלל איך צייטווייליג ווערן א חב"ד'סקער חסיד...!
ווען דער רב הצעיר. און צוקונפטיגער אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א וועט צוריקקומען. און ער וועט אפיהרנעמען די סטראקעס מיט די אנדערע שמונה בגדים וואס ער האט איבערגעלאזט ביי א חבר אין בעיסמענט, וועט ער שוין נאכזאגן גאנץ גוטע תורות און עובדות פונ'ם זיידן. אפילו פונ'ם עלטער זיידן. און אונז קעלבלעך וועללן שטיין מיט פארגלאצטע אויגן. און כאפן שיריים מפה קדשו. ומידיו הטהורות...!

- הודעות: 81
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אדמו"ר מ'קרייניץ זצ"ל: איך ווילל נישט עובר זיין אויף דעם פסוק ..."ודורש אל המתים"...אשר על כן וועלל איך צייטווייליג ווערן א חב"ד'סקער חסיד...!
ווען דער רב הצעיר. און צוקונפטיגער אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א וועט צוריקקומען. און ער וועט אפיהרנעמען די סטראקעס מיט די אנדערע שמונה בגדים וואס ער האט איבערגעלאזט ביי א חבר אין בעיסמענט, וועט ער שוין נאכזאגן גאנץ גוטע תורות און עובדות פונ'ם זיידן. אפילו פונ'ם עלטער זיידן. און אונז קעלבלעך וועללן שטיין מיט פארגלאצטע אויגן. און כאפן שיריים מפה קדשו. ומידיו הטהורות...!
במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 128
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אדמו"ר מ'קרייניץ זצ"ל: איך האב נישט געהאט קיין געדולד אדורכצוליינען אלע אכט פעידזשעס. כ'האב נאר אדורכגעליינט די ערשטע צוויי. אבער פון דעם וואס איך האב געליינט קען איך ציען עטליכע גאר וויכטיגע מסקנות...והנה: געוויינליך זאגט מען אויף איינעם וואס איז אראפ פון דרך הישר אז ער זוכט זיך תירוצים צו פארענטפערן זיינע מעשים. אבער אין דעם פאל קענמען זעהן זייער קלאר אז זיין טאטע דער אדמו"ר שליט"א האט איהם אוועקגעשטופט בשתי ידיים. און נאכדעם האט ער נאך טענות...!
איך בין קיינמאל נישט געווען קיין גרויסער חסיד פונן ר' לייביש'ל לייזער שליט"א. דער היינטיגער פשעווארסקער רבי. ועכשיו ביותר...!
א יעדער קען אנשעטללן א פנים של הדר אין פאבליק. אבער וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף אין די אייגענע שטוב. צו די אייגענע בני משפחה. דארט ווייזט זיך ארויס דער אמת'ער פרצוף און כאראקטער פון א מענטש...!

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
מאדנע ביז גאר. ער האלט אין איין פארפירן ווי שטארק זיין טאטע האט עם געפייניגט און ווי ווייניג ער פארשטייט צו חינוך, אבער ווען בעלזער רב האט עם געזאגט דעם אמת אין פנים אז זיינע 'ספיקות' קומען פון א שווערע יוגנט מאכט ער חוזק דערפון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'צוברעכט טאקע דאס הארץ צו ליינען אזעלכע שרעקליכע, טראגישע פאסירונגען. אבער א שטיקל נחמה האמיר דאך. ער קען נאך תשובה טון. און צוריק אנטון די סטראקעס. און איבערנעמען דאס אדמורו"ת לאחר מאה ועשרים. און אונז עמיר זיך שטופן צו כאפן שיריים פון זיינע ידיו הקדושות. און הערן תורה מפה קדשו...!
אני הקטן האלט טאקע אינמיטן שרייבן אן ענליכן סיפור המעשה . איבער א חשוב'ן בנש"ק וועלכער איז ליידער געווארן או.טי.די. מיט אלע מפרשים. ער האטציך אפילו מדבק געווען אין אן איירישע שיקסע. און ער האט דערקלערט אז ער איז ברוגז אויף זיינע עלטערן וועלכע האבן איהם צוריקגעהאלטן פון עסן אזא גוטן מאכל ווי חזיר...! ער האט אפילו געשפיעלט אין א מאווי ווי א אידיש, חסיד'יש ווייבל פארליעבט זיך אין א גוי...! לסוף. ווען ער האט שוין אויסגעשפיעלט זיין חילוניות. און ער האט נאכאלץ נישט געטראפן דאס גליק אין לעבן. האט ער זיך בארעכנט און ר'איז געווארן א באל טשיווע...! ר'האטציך געקויפט א נייעם אויבערמאנטל מיט סאמעט פון אויבן. און א בעקישע מיט די סאמעט שטריכן ביי די העקעלעך און ארבל. הנקרא סטראקע"ס בלע"ז. און ער האט ארויסגעשלעפט דעם פארזשאווערטן רעביש'ן יחוס. און ר'האט אנגעהויבן נוהג צו זיין באדמורו"ת. ר'האט פארצעילט ביי א יעדע געלעגנהייט וואספארא גרויסע און העיליגע זעידעס ער האט געהאט. און ער שטאמט מגזע אראלים ותרשישים...און אונז נארישע קעלבלעך שטופן מיר זיך צו כאפן שיריים פון זיינע ידיו הקדושים. און הערן דא"ח (דברי אלוקים חיים) מפה קדשו...! ענד אוו סטארי...!
מעשה למלך?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שלמה המלך: דאס איז באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע. אט דער בנש"ק דרייטציך צווישן אונז. איך האב געקענט זיין עלטער זיידע. ר'איז געווען א בעלזער חסיד פונדערהעים. ניין. דו וועסט נישט צו טרעפן. ווייל זיין משפחה נאמען איז נוטה צו אן אנדער חסידות...!
דארט איז אויך געווען א גוטע סיבה (פעלער אין חינוך) פארוואס ער איז אוועקגעגאנגען פון אידישקייט. אבער ער איז בעצם אן אומסטאבילער פארשוין. און אלס חילוני איז ער אויכעט נישט צופרידן. ממילא זענען דא גוטע אויסזיכטן אז ווען ער וועט האבן אויסגעשפיעלט זיין חילוניות, וועט ער נעמען דעם וועג אויף צוריק. ממש אזוי ווי איך האב עס אראפגעלייגט...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: פרשת הרב הצעיר פון פשעווארסק רבי שלום לייזער
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב געקענט זיין עלטער זיידע. ר'איז געווען א בעלזער חסיד פונדערהעים. ניין. דו וועסט נישט צו טרעפן. ווייל זיין משפחה נאמען איז נוטה צו אן אנדער חסידות...!
ער איז נישט געוועהן סתם א חסיד, ער איז געוועהן א נעפיו פון ר' ישכר דוב בעלז'ער
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:
א יעדער קען אנשעטללן א פנים של הדר אין פאבליק. אבער וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף אין די אייגענע שטוב. צו די אייגענע בני משפחה. דארט ווייזט זיך ארויס דער אמת'ער פרצוף און כאראקטער פון א מענטש...!
איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט פנים של הדר?? כאילו ר' ליבוש שטעלט ארויס א פנים של הדר אז ער איז א מתמיד און א עובד און פחד'יגע יר''ש, און פון דערהיים הערט מען גאר אז ער ליינט צייטנונגען און לעקט אייזקרים און איז א קל ער קומט אהיים און לאכט פון די גאנצע מעשה?
סך הכל זאגט די רב הצעיר אז ער איז אומגעדולדיג און א קיצוני און צובראכען ווי א שארבן אז ער איז דורךגעפאלן מיט די קינדער.
ליהוי ידוע אז און אט די נושאים שטעלט די פאטער בפירוש נישט אהן קיין פנים של הדר!, דהיינו ער מאכטס זיך נישט קיין געדולדיגער מענטש אינדרויסען און אינדערהיים אנגעצויגען, אדרבא ער ווייזט פאר יעדעם איינעם אז ער האט נישט קיין געדולד און איז פארנומען מיט וויכטיגערעס, וכן כל הטענות אינם חידושים (חדשים) אפי' צווישן זיינע נאנטע חסידים.
און דאס אז מ'קען אים פארקויפן לאקשען איז דאך פשוט ער איז דאך ארומגענומען מיט מענטשן, ער ליינט נישט קיין נייעס נאר וואס מ'פארקויפט אים, דאס איז אן אלטער פראבלעם וואס נעמען ארום פארמאכטע מנהיגים ואין כאן מקומו להאריך.
און ער איז ידוע אלס קיצוני אא"וו.
און דאס וואס ער זאגט אז ער איז מקנא מענטשן מיט גוטע קינדער, איז אויך אזאך וואס ער באהאלט נישט.... ער זאגט עס גאנץ קלאר (איך האב מיטגעהאלטן ערשט האנטיג)
ס'איז גראדע זייער ווייטאגליך וואס ער שרייבט און ווי אזוי ער לייגט עס אראפ, און מ'קען פון דעם אפלערנען פארוואס ער איז אזוי דורך געפאלען מיט די קינדער, אבער נישט מער פון דעם, נישט ער איז א שקרן חלילה וואס שטעלט אהן א פנים של הדר.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איך האב נישט קיין טענות צו ר' לייבוש לייזער פאר זיין דער מענטש וואס ער איז, כלומר, א ערשט פאכיגע טיפש וואס פארשטייט נישט אז זאגען פאר קינדער אז די קינדער זענען נישט געלונגען איז ווי מען נעמט א מעסער און מען שטעכט, אדער זאגען אז טאמער ענדיגט מען נישט ש"ס ביי די פינף און צוואנציג, איז אויס, איז ער א פעליער, נעבעך. מען קען זען קלאר ווי סיג לחכמה שתיקה, נאך א מזל ער רעדט נישט, ווען יא וואלט זיין קאלבקייט געוועהן ניכר לכל.
אבער וואס יא? איז ער ראוי צו זיין א מנהיג? איינער וואס פארשטייט נישט צו דער געפילן פין אן אנדערע מענטש? ווער עס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פין ר' יענקעלע ווייסט אז דאס איז סעיף אלף. נעבעך. דער בעלזער רבי מיט אלע חסרונות איז מער פין אים. כלומר, מען ליינט דורך די מעשה'לעך פין דעם רב הצעיר, און מען זעהט קלאר אז ער האט געהאט א שווערע יוגענט, און דער עקשענט זיך אז ניין, נישט פארדעם האט ער פארלאזט, נאר פארוואס? ווייל ער האט אמת'ע קשיות!! איך עגרי מיט אים אז נישט יעדער וואס פארלאזט איז עס וועגן א שווערע יוגענט, אבער ער זעלבסט איז קלאר אז יא.
איז ממילא, צו ר' לייבוש איז שולדיג איז זיין קליין קעפיקייט צו נישט, איז נישט די עיקר שאלה, די עיקר שאלה איז, פארוואס שטופט מען זיך צו אים? וואס פארא חכמות הערט מען פין אים? אז מען דארף האבן געפיל? אז מען דארף האבן געדולד פאר קינדער און פאר אנדערע? אז מען דארף ארבעטן אויף די מדות? וואס פארקויפט ער?
דער מער מען איז זיך מתבונן, זעהט מען אז מען האט אונז געשטראפט פין הימל, און אונז האבן נעבעך א דור פין מנהיגים וואס זענען כמעט אלע אזעלכע וואס פארשטייען נישט, און פילען נישט פאר אנדערע מענטשען. פארוואס זענען אונז אזוי געשטראפט?

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
ר' לייבוש האט נאך אזויפיל געפיל צו אנדערע ווי רוב מנהיגי הדור. ווער ס'איז אמאל געווען ביי אים פערזענליך ווייסט ווי שטארק ער לייגט זיך אריין מיט הארץ און געפיל אין יעדעם'ס פעקל, ובדידי הוה עובדא.
זאכן וואס קומען פאר אין שטוב זענען נישט אויף צו פסקנ'ען דעם מענטש, נאכדערצו ווען מען הערט בלויז איין זייט. ער האט פרובירט זיינע דרכים של חינוך וואס איז ליידער דורכגעפאלן. איך זאג נישט ער איז דער פיקח הדור איך קען נישט מעסטן שכל פון כל העולם כולו. אבער זיין אויסטערלישע התמדה, זיין זעלטענע עבודת ה' און דערהויבענע פרישות, קען לייגן יעדע אנדערע רבי אין שאטן.
זאכן וואס קומען פאר אין שטוב זענען נישט אויף צו פסקנ'ען דעם מענטש, נאכדערצו ווען מען הערט בלויז איין זייט. ער האט פרובירט זיינע דרכים של חינוך וואס איז ליידער דורכגעפאלן. איך זאג נישט ער איז דער פיקח הדור איך קען נישט מעסטן שכל פון כל העולם כולו. אבער זיין אויסטערלישע התמדה, זיין זעלטענע עבודת ה' און דערהויבענע פרישות, קען לייגן יעדע אנדערע רבי אין שאטן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
והאיש משה האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
א יעדער קען אנשעטללן א פנים של הדר אין פאבליק. אבער וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף אין די אייגענע שטוב. צו די אייגענע בני משפחה. דארט ווייזט זיך ארויס דער אמת'ער פרצוף און כאראקטער פון א מענטש...!
איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט פנים של הדר?? כאילו ר' ליבוש שטעלט ארויס א פנים של הדר אז ער איז א מתמיד און א עובד און פחד'יגע יר''ש, און פון דערהיים הערט מען גאר אז ער ליינט צייטנונגען און לעקט אייזקרים און איז א קל ער קומט אהיים און לאכט פון די גאנצע מעשה?
סך הכל זאגט די רב הצעיר אז ער איז אומגעדולדיג און א קיצוני און צובראכען ווי א שארבן אז ער איז דורךגעפאלן מיט די קינדער.
ליהוי ידוע אז און אט די נושאים שטעלט די פאטער בפירוש נישט אהן קיין פנים של הדר!, דהיינו ער מאכטס זיך נישט קיין געדולדיגער מענטש אינדרויסען און אינדערהיים אנגעצויגען, אדרבא ער ווייזט פאר יעדעם איינעם אז ער האט נישט קיין געדולד און איז פארנומען מיט וויכטיגערעס, וכן כל הטענות אינם חידושים (חדשים) אפי' צווישן זיינע נאנטע חסידים.
און דאס אז מ'קען אים פארקויפן לאקשען איז דאך פשוט ער איז דאך ארומגענומען מיט מענטשן, ער ליינט נישט קיין נייעס נאר וואס מ'פארקויפט אים, דאס איז אן אלטער פראבלעם וואס נעמען ארום פארמאכטע מנהיגים ואין כאן מקומו להאריך.
און ער איז ידוע אלס קיצוני אא"וו.
און דאס וואס ער זאגט אז ער איז מקנא מענטשן מיט גוטע קינדער, איז אויך אזאך וואס ער באהאלט נישט.... ער זאגט עס גאנץ קלאר (איך האב מיטגעהאלטן ערשט האנטיג)
ס'איז גראדע זייער ווייטאגליך וואס ער שרייבט און ווי אזוי ער לייגט עס אראפ, און מ'קען פון דעם אפלערנען פארוואס ער איז אזוי דורך געפאלען מיט די קינדער, אבער נישט מער פון דעם, נישט ער איז א שקרן חלילה וואס שטעלט אהן א פנים של הדר.
והאיש משה: מיט די מערסטע זאכן ביסטו גערעכט. אבער מיט די באהויפטונג אז ער שטעלט אן א פנים של הדר ווען ס'קומט צו געבן עצות אין חינוך פאר מענטשן וואס קומען צו איהם מיט א פראבלעם. דארט איז די נפקא מינה. ווייל דאס איז דאך איינס פון די טענות פון זיין זוהן. אז ער פאר פרעמדע מענטשן געט ער עצות וואס זענען זייער שטארק טאלעראנט. אבער ער ווייזט נישט ארויס דעם זעלבן מאס פון טאלעראנץ ווען ס'קומט צו דעם חינוך פון זיין אייגענעם זוהן...!
דאס אז ער ליינט נישט קיין צייטונגען. נאר ער הערט איבער פון אינפארמאטארן איז געווען א פראבלעם ביי א גרויסן צדיק ומנהיג מפורסם. ווייל אויסער דעם המודיע האט ער נישט געליינט קיין שום צייטונגען. און זיינע 2 הויפט גבאים ר' יאסל אשכנזי און ר' עזריאל גליק האבן איהם פארקויפט א סאך לאקשן. ספעציעל אויף די עלטערע יארן. און לויט דעם האט ער קובע געווען זייער א גרויסן חלק פון זיין שיטה ווען ס'איז געקומען צו א פראקטישן פועל יוצא...!
למשל ווען ס'איז געקומען צו די אינעווייניגסטע פאליטיק פון מדינת ישראל איז ער געווען זייער גוט אינפארמירט. אזוי ווייט אז ס'איז אמאל געקומען צו איהם א רב פון ארץ ישראל וועלכער איז געווען זייער שטארק פרא-אגודה. אבער האטציך פארקויפט אלס קנאי. און אנהענגער פונ'ם רעבין'ס שיטה. ווען ער איז אריינגעקומען צו האדמו"ר מ'סאטמאר זצוק"ל און ר'האט איהם אראפגעלייגט וואספארא קנאי ער איז. האט איהם דער סאטמאר'ע רב ארויסגענומען א קאפי פונ'ם המודיע. וואס ער האט געהאלטן אין א פיילינג קעבינעט אין זיין ספרים צימער. און ר'האט איהם געוויזן א פיקטשער מיט אן ארטיקל וואו דער רב האלט א דרשה אין יום העצמאות ביי אן אגודה פארזאמלונג. דער רב איז ארויסגעגאנגען בבושת פנים...!
אבער ווען ס'איז געקומען צו וועלטס פאליטיק האט ער באקומען זיין אינפארמאציע פון זיינע גבאים. און זיי האבן איהם איינגערעדט וואס זיי האבן געוואלט. קורץ פאר די זעקס טאג מלחמה. ווען דער עגיפטישער פרעזידענט נאססער האט געבלאקט די איזראעלי שיפן פון אדורכפארן דעם גאלף פון אקאבא, וואס געט א צוטריט צו דרום ארץ ישראל. ווי אשדוד און אילת. און נאכדעם האט נאסער ארויסגעווארפן די יו.ען. טרופן פן מדבר סיני. און ער האט אריינגעשיקט א גרויסע ארמיי פון זיינע סאלדאטן. און ער האט געהאלטן אין איין סטראשען אז ער וועט אינוואדירן ארץ ישראל. האט דער סאטמאר'ע רבי געזאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום סכנה פאר די איינוואוינערס פון ארץ ישראל. נאר אז די ציונים האבן זיך גערייצט מיט די עגיפטישע מיליטער. און אנגעהויבן א מלחמה...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אין אלגעמיין איז מיין שטייגער אייך נישט צו ענטפערן. אבער מחמת כבוד אותו צדיק וקדוש, וועל איך מאכן אצינד א אויסנאם.
אין די עפאכע איידער די זעקס טאג קריג האט אויסגעבראכן, האט געהערשט אן אויסטערלישע געפאר אויף די אידנטום אין ארץ ישראל. רבינו הקדוש האט דאס גוט געוויסט, ער האט נישט אריינגעשטעקט זיין קאפ אין זאמד ווי זיינע פיינט ווילן פארקויפן. ער האט זאגאר געהאלטן אז ס'וואלט ווען מעגליך געווען אויסצוארבייטן די דיפערענצן צווישן מצרים און מדינת ישראל אויף א דיפלאמאטישע וועג. אייגענטליך האבן זייער א סאך רעגירונגס פירער פון מדינת ישראל זעלבסט געהאלטן גענוי דאס זעלביגע, א שטייגער ווי לוי אשכול דער פרעמעיר מינינסטער און אבא אבן דער אויסערן מיניסטער. און אפילו בן גריון האט אויך געווארנט דעם זיכערהייטס מיניסטער יצחק רבין נישט ארויס צו גיין אין קיין אומנויטיגע קריג קעגן די אראבער, און אריינשטעלן דאס גאנצע מיטל מזרח אין א אומנויטיגע געפאר. אבער די מיליטאנטען א שטייגער ווי משה דיין אד''ג האבן געהאלטן אז ניין! מ'זאל אויסשליסליך יא ארויסגיין אין א קריג. אפגעזען פון די טייכן אידיש בלוט וואס וועלן פארגאסן ווערן אומזיסט.
די ציונים האבן דאן בארעכטיגט זייער געמיינער שריט ארויסצוגיין אין א אומנויטיגע קריג, מיט די ארגומענט אז די אראבער האבן זיי ערשט אטאקירט. און דער וועלט האט דאס דאן הייליג געגלייבט. אויף דעם האט רבינו הקוה''ט זי''ע שרעקליך פארפירט, נעמליך טויזענטער אידן זענען דאן גע'הרג'עט געווארן און ווערן נאך היינט גע'הרג'עט פאר גארנישט. מ'וואלט ווען געקענט פארמיידן דעם גאנצן קריג, ווען נישט די מיליטאנטישע ציוניסטישע פירער.
און היינט איז נאר פארבליבן זייער ווינציג מענטשען וואס גלויבן נאך אז די אראבער האבן אטאקירט ערשט. רבינו הקוה''ט זי''ע מיט זיין הייליגער שכל און רייפע פאליטישער פארשטאנד איז נישט פארשוועמט געווארן פון די ציוניסטישע פראפעגאנדע, און ער האט ארויסגעהאט די ווירקליכע פאקטן פון די ערשטע מינוט.

ס'וואלט בעסער געוען ווען דו בלייבסט ביי דיין פארפוילטקייט. אןן דו ענטפערסט נישט. ווייל דו האסט גארנישט געענטפערט צו די זאך. און קום מיר נישט מיט זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון דעם צדיק. ווייל איך האלט פון איהם סיי ווען אימער אזויפיהל ווי דו און דכוותך. און נאכמער, ב"ה. אבער פאקטן זענען פאקטן. און איך וועלל מיך נישט אריינלאזן אין וויכוחים מיט אזא פארדארבענע, האלב געבראטענע בריאה ווי דו. וועלכער קען נישט שרייבן קיין גראדע, גראמאטישע זאץ אין אידיש אדער ענגליש...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'וואלט בעסער געוען ווען דו בלייבסט ביי דיין פארפוילטקייט. אןן דו ענטפערסט נישט. ווייל דו האסט גארנישט געענטפערט צו די זאך. און קום מיר נישט מיט זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון דעם צדיק. ווייל איך האלט פון איהם סיי ווען אימער אזויפיהל ווי דו און דכוותך. און נאכמער, ב"ה. אבער פאקטן זענען פאקטן. און איך וועלל מיך נישט אריינלאזן אין וויכוחים מיט אזא פארדארבענע, האלב געבראטענע בריאה ווי דו. וועלכער קען נישט שרייבן קיין גראדע, גראמאטישע זאץ אין אידיש אדער ענגליש...!
ו.ב.י.ל.כ.ל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
אריין אין ציונות טוילעט אשכול...
פונקט די לינקע שיטה דארף האלטן, אז פונקט דאן איז ציונות געווען מיליטאנטיש... [דהיינו ווען מען פאלגט דאן די שלום פלענער וואלט געווען שלום אויף וועלט
וואס איז ארגער אכזריות'דיגע איגנאראנץ אדער מיליטאנטיש און רחמנות אויף די לייב און לעבן
שיין צו זיין ווי די לינקע קומען אן מיט זייער סברות און געבן חיזוק פאר רוצחים, די היינטיגע לינקע זענען נאך ערגער ווי די עמלקים מיט די אשר קרך
פוי!!!!1 גיוואלד!!!!!
פונקט די לינקע שיטה דארף האלטן, אז פונקט דאן איז ציונות געווען מיליטאנטיש... [דהיינו ווען מען פאלגט דאן די שלום פלענער וואלט געווען שלום אויף וועלט
וואס איז ארגער אכזריות'דיגע איגנאראנץ אדער מיליטאנטיש און רחמנות אויף די לייב און לעבן
שיין צו זיין ווי די לינקע קומען אן מיט זייער סברות און געבן חיזוק פאר רוצחים, די היינטיגע לינקע זענען נאך ערגער ווי די עמלקים מיט די אשר קרך
פוי!!!!1 גיוואלד!!!!!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- חסיד
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:אין אלגעמיין איז מיין שטייגער אייך נישט צו ענטפערן. אבער מחמת כבוד אותו צדיק וקדוש, וועל איך מאכן אצינד א אויסנאם.
אין די עפאכע איידער די זעקס טאג קריג האט אויסגעבראכן, האט געהערשט אן אויסטערלישע געפאר אויף די אידנטום אין ארץ ישראל. רבינו הקדוש האט דאס גוט געוויסט, ער האט נישט אריינגעשטעקט זיין קאפ אין זאמד ווי זיינע פיינט ווילן פארקויפן. ער האט זאגאר געהאלטן אז ס'וואלט ווען מעגליך געווען אויסצוארבייטן די דיפערענצן צווישן מצרים און מדינת ישראל אויף א דיפלאמאטישע וועג. אייגענטליך האבן זייער א סאך רעגירונגס פירער פון מדינת ישראל זעלבסט געהאלטן גענוי דאס זעלביגע, א שטייגער ווי לוי אשכול דער פרעמעיר מינינסטער און אבא אבן דער אויסערן מיניסטער. און אפילו בן גריון האט אויך געווארנט דעם זיכערהייטס מיניסטער יצחק רבין נישט ארויס צו גיין אין קיין אומנויטיגע קריג קעגן די אראבער, און אריינשטעלן דאס גאנצע מיטל מזרח אין א אומנויטיגע געפאר. אבער די מיליטאנטען א שטייגער ווי משה דיין אד''ג האבן געהאלטן אז ניין! מ'זאל אויסשליסליך יא ארויסגיין אין א קריג. אפגעזען פון די טייכן אידיש בלוט וואס וועלן פארגאסן ווערן אומזיסט.
די ציונים האבן דאן בארעכטיגט זייער געמיינער שריט ארויסצוגיין אין א אומנויטיגע קריג, מיט די ארגומענט אז די אראבער האבן זיי ערשט אטאקירט. און דער וועלט האט דאס דאן הייליג געגלייבט. אויף דעם האט רבינו הקוה''ט זי''ע שרעקליך פארפירט, נעמליך טויזענטער אידן זענען דאן גע'הרג'עט געווארן און ווערן נאך היינט גע'הרג'עט פאר גארנישט. מ'וואלט ווען געקענט פארמיידן דעם גאנצן קריג, ווען נישט די מיליטאנטישע ציוניסטישע פירער.
און היינט איז נאר פארבליבן זייער ווינציג מענטשען וואס גלויבן נאך אז די אראבער האבן אטאקירט ערשט. רבינו הקוה''ט זי''ע מיט זיין הייליגער שכל און רייפע פאליטישער פארשטאנד איז נישט פארשוועמט געווארן פון די ציוניסטישע פראפעגאנדע, און ער האט ארויסגעהאט די ווירקליכע פאקטן פון די ערשטע מינוט.
כ'גיי נישט אריין אינעם עצם נושא ווייל מי אנכי ווען מ'רעדט פון א צדיק פון די שרפי מעלה, אבער ווען די שרייבסט א ציפער וואס יעדער חדר אינגל קען נאכקוקען אז עס זענען נישט אומגעקומען קיין טויזנט איזראעלישע זעלנער אינעם זעקס טאגעדיגן קריג, און שרייבן אזוי מאכט אייער גאנצע שרייבעכטס אריינגיין אונטער פראגע צייכן, (מובן מאליו אז יעדער אידישע נפש איז ווערט אן עולם מלא און אויב מ'וואלט דאס געקענט מונע זיין איז עס זיכער א שאלה פון רציחה ממש)