פיקציע - שרייבען און ליינען
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
פיקציע - שרייבען און ליינען
איך האב שוין לאנג באמערקט אז פיקציע איז נישט צו פיל איינגעגלידערט אין די אידיש רעדענדיג ציבור. די אלגעמיינע (אומאפהענגיגע) אויסגאבעס גיבען זיך נישט אפ מיט דרוקען אפיציעלע פיקציע (מוצ"ש מעשה'ס זענען עפעס אנדערש), און דער עולם עקספעקט עס נישט. אין דער וועקער איז די פיקציע די ווייניגסטע ארום גערעדטע טעמע, און אין שטיבעל ווערען אזעלכע אשכולות שנעל געזינקען צום לעצטע פעידזש פון די אקטיווע אשכולות, אומבאמערקט און אומבאצייכענט.
ביי די ענגליש רעדענדיג ציבור פון חרדים איז עס אבער נישט אזוי. יעדער אויסגאבע מוז האבען א פיקציע ביילאגע פאר יו"ט, און יעדער וואך דרוקען זיי עפעס א מעשה פון די לאנגווייליגע פרויען וואס וואוינען אין א"י און דארפען אהיים ברענגען א פאר דאללאר צו ווייזען פאר דער טאטע וואס האלט זיי אויס פון אמעריקא אז זי ארבעט אויך אביסל. עס איז גאנץ פרימיטיוו, עפ"י רוב, און עס קומט נישט צו צו די לייבען פון וועלטס פיקציע, הן די אידישע און הן די וועלטליכע. אבער עפעס איז עס. עס איז אויך בעיקר געווידמעט צו ווייבער, און די מעשה'ס זענען אלע מיט ווייבער וואס ספראווען זיך מיט פרויערישע זאכען, ווי שוויגער\שנור אנגעצויגענקייט און קינדער ערציאונג פראבלעמען.
יעדער שרייבער, ווען ער גייט אין סקול צו לערנען שרייבעריי, ווערט געהייסען צו שרייבען וואס ער קען, מעשה'ס פון זיין אייגענע היסטאריא. דעריבער זענען די אלע מעשה'לעך געבויט ארום א שוויגער מיט א שנור, א גביר מיט אן ארימאן, צו א בחור וואס מוטשעט זיך אין ישיבה. די שרייבערס זוכען אויך, עפ"י רוב, אויסצומוסר'ן דער עולם, מיט די געשיכטעס זייערע, און דעריבער איז עס אפט אומאיינגענעם. למשל, משה גרילק, דער רעדאקטאר פון דער משפחה מאגאזין, האט אפיציעל מודה געווען אז א חלק פון זיין ציל אין זיין פיקציע ביכער (וואס ער שרייבט אונטער די נאמען חיים אליאב) איז ארויס צו ברענגען נקודות און מוסר וואס מ'קען נישט אין אן אלגעמיינע ארטיקל אין צייטונג. אמאל נעמען זיך די שרייבערס דרשנ'ן אין די מעשה, כאילו איין מענטש רעדט צו א צווייטע די דברי מוסר, אבער מיינען מיינט ער דער ליינער, און מ'קען פילען ווי איינער מישט אין דיין געדערעם בשעת'ן ליינען.
דאס איז אלס פיין און וואויל, און זיכער בעסער ווי א מוסר שמועס אין פנים אריין. אבער די חכמה פיקציע ערהאלט אסאך מער ווי דעם. א חלק פון חכמה איז דער קענטעניס צו קענען האלטען און דערגייען א מציאות איידער דאס צו משפט'ן. דאס איז א יסוד גדול אין חכמה, ווייל ווען מ'קען דאס נישט טון, טוט די משפט פארדרייען די פאקטען און מ'ארבעט שוין נישט מיט קיין עמטליכע פאקטען. ווען א שרייבער קען ארויס שרייבען ריכטיג און קלאר די מענטשליכע ערפארונג, געפילען און איבערלעבעניש'ן, אן צו מוסר'ן און אן צו געבען דעות וואס מ'וואלט געדארפט טון און וואס מ'קען דערפון ארויס לערנען, וואלט דער ליינער בעסער פארשטאנען זיין אייגענע לעבען. דערנאך קען ער קלערען וואס צון טון און משפט'ן, אבער נאר ווען די בילד איז ארנטליך פארמירט פון פאראויס.
און די שעפערישקייט פון קענען אויבשרייבען געפילען און באמערקען שטריכען פון לעבען קען נישט פארוואנדעלט ווערען אין א מוסר שמועס. דעמאלס לאזט מען נישט די דמיון פירען ווי עס גייט און דער מענטש דרוקט זיך נישט ארנטליך ארויס. אוודאי איז דער גלויבונג אין די 'פרייהייט פון קונסט' אן אויבער גלויבונג און עס איז ריכטיג אז מ'זאל עס צענזארירען ווען עס איז קעגען מאראלען און אונזער תורה, אבער פון דארט ביז נישט לאזען אנצינדען די שעפערישקייט אין אנהייב איז נאך דא א ווייטער וועג.
די כלל מיט ליינען פיקציע איז אז וויבאלד די מעשה איז עמטליך נישט געשען, דעריבער איז יעדער חלק פון די מעשה דארט פאר א סבה. די שרייבער האט צוגעלייגט די פינגער צום שרייבמאשין, די פענע צום פאפיר, פאר עפעס א טעם, ער האט געוואלט עפעס אויסרעדען דערמיט. אמאל איז עס א הקדמה צו פארשטייען די כאראקטער פון די העלדען פון די געשיכטע, אמאל איז עס אוועק צו שטעלען די גוסטע פון די פאסירונג, אמאל איז עס מרמז צו א געפיל וואס דער מענטש האט געהאט בשעת מעשה, אבער אייביג מיינט עס עפעס.
א גוטע פיקציע שרייבער ווייסט אז מ'דארף עפעס ארויסלאזען פון די מעשה. מ'טאר נישט אויסשרייבען די גאנצע געשיכטע, מ'דארף לאזען דער מענטש עפעס כאפען אליינס. דאס איז א גרויסע טעות וואס אסאך היימישע שרייבער מאכען, בפרט די איזראעלישע. זיי שרייבען אויס די געפילען פון דער מענטש, און יעדער האט געוואלט וויינען, יעדער הארץ סטרונע איז געצויגען געווארען, יעדער ווייסט שוין נישט וויאזוי ער\זי גייט עס איבערלעבען, מ'נוצט די אלע קלישעס אויף אמאל און עס לאזט זיך נישט אליינס טראכטען און פארשטייען.
די חכמה פון א גוטע פיקציע שרייבער איז דאס קענען אריין ברענגען די ליינער אין די מעשה, ווי ווייט עס וועט נאר זיין. יעדער קען שרייבען פון א יונגערמאן אין ב.פ. וואס גייט ארבעטען צו פרי און שלאפען ביי נאכט. די חכמה איז צו שרייבען א מעשה פון פינף הונדרעט יאר צוריק און מאכען דער ליינער פילען אז ער איז דארט בשעת מעשה. דאס איז די חכמה פון science fiction, ווי דער שרייבער טוישט איינציגע פון די וועלטס געזעצען מיט וואס דער פיזישע לעבען גייט אן, און אין אזעלכע אומשטענדען לעבט דער מענטש מיט זיין הרגשים און גלויבונגען. איינער פון די פאפולערסטע פון די גענר"ע איז אייזיק אסימאוו, א איד. ער האט פיל ביכער געשריבען אזוי, און עס איז זייער אינטרעסאנט פאר די וואס גלייכען אזעלכע זאכען.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פיקציע - שרייבען און ליינען
דאס איז די שאלה, פארוואס נישט? ווען מענטשען וועלען זיך נעמען דערצו, וואלט די טאלאנט זיך אנטוויקעלט ביי מענטשען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
פון אונזער היימישע פיקציע זענען מיר אויפגעוואקסן מיט טאקע חיים אליאב'ן וועם ליטוואק האט דערמאנט. עס איז טאקע שטארק נערווירנד געווען זיינע קריכנדיגע מוסר שמועסן. מיר פלעגן עמטליך אויסלאזן די בלעטער ווי יצחק אויסטערליץ טענהט זיך מיטן מענטש מיטן קאשקעטל (פארכאפט אין נעץ) און גיין צו די אנדערע חלקים. אנדערע זענען אפילו נישט ווערד צו דערמאנען. יאיר וויינשטאק איז א אויסנאם. וואס חוץ פון דעם וואס זיינע מעשיות זענען מחדש ידיעות רבות, איז עס אויך תמיד ניי מיט א נייעם טוויסט. נישט פלעין עף בי איי מיט שפיאנען נאר עפעס א אלוועלטליכע קאנספיראציע וואס וועבט זיך ערגעצוואו אין פונקט א פארקערטן פלאץ וואס מען טראכט אינעם ערשטן האלב פונעם בוך. למעשה האט עס א חסרון אז עס גיט גארנישט צו. א גוטע ביכל אדער מואווי נאכן ליינען גייט מען אוועק מיט א אנדערן דערהער אויף די וועלט און די מענטשן. טיפע געפילן און געדאנקען וואס מען קען נישט אויסשמועסן מיטן מויל ווערן אויסגעקלארט און פארברייטערט. זיינע ביכלעך זענען בלויז פאר אונטערהאלטונג און גארנישט מער, ווען מען ענדיגט פילט מען בלויז א אפמוטשעניש פון דעם ווירטואלן ראולער קאוסטער וואס מען האט געהאט.
עס איז מסתבר אז די סיבה וואס ביי אונז איז דא ווייניג פיקציע האט צוטון מיט בכלל דעם וועג וויאזוי זאכן ארבעטן ביי אונז. א שמועס פאר זיך. בקיצור איז אלעס שווארץ אדער ווייס, מותר אדער אסור. עפעס וואס איז סתם אונטערהאלטונג איז אפגעפרעגט. מיין מקצוע למשל, היסטאריע, האט נישט קיין שום פאטענציאל. ממה נפשך אויב קענסטו מאכן געלט דערפון איז גוט, אז נישט זעץ דיך לערנען. אפילו לערנען ביי אונז איז נאר יורה דעה וואס איז נוגע למעשה אדער צו ווערן א דיין. סתם לערנען מסכתות וואס האסטו דערפון? גיי ארבעט און לייג אריין דיין קאפ אין ביזנעס. מוזיק איז לעצטנס אויך מותר געווארן וויבאלד מען קען דערויף פארדינען. קטלא קניא האט עס בארירט אין זיין מאניפעסטא. אז מען דארף לערנען ידיעות לשם ידיעות אן קיין תירוצים פון פרנסה וכו' ועוד יש להאריך.
עס איז מסתבר אז די סיבה וואס ביי אונז איז דא ווייניג פיקציע האט צוטון מיט בכלל דעם וועג וויאזוי זאכן ארבעטן ביי אונז. א שמועס פאר זיך. בקיצור איז אלעס שווארץ אדער ווייס, מותר אדער אסור. עפעס וואס איז סתם אונטערהאלטונג איז אפגעפרעגט. מיין מקצוע למשל, היסטאריע, האט נישט קיין שום פאטענציאל. ממה נפשך אויב קענסטו מאכן געלט דערפון איז גוט, אז נישט זעץ דיך לערנען. אפילו לערנען ביי אונז איז נאר יורה דעה וואס איז נוגע למעשה אדער צו ווערן א דיין. סתם לערנען מסכתות וואס האסטו דערפון? גיי ארבעט און לייג אריין דיין קאפ אין ביזנעס. מוזיק איז לעצטנס אויך מותר געווארן וויבאלד מען קען דערויף פארדינען. קטלא קניא האט עס בארירט אין זיין מאניפעסטא. אז מען דארף לערנען ידיעות לשם ידיעות אן קיין תירוצים פון פרנסה וכו' ועוד יש להאריך.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פיקציע - שרייבען און ליינען
מנשה איז אייזען טאקע, אבער ער שרייבט נישט קיין פיקציע, ליידער (תרתי משמע).
אונזער שרייבערס זענען אלע ענדליך צו דזשאן גרישאם, וואס מ׳קען זיי איין מאל ליינען און פערטיג. מ׳קען נישט צוריק גייען צו זייער ביכער.
איך האב געליינט ענגלישע ביכער אלס קינד, און אבנר גולד איז זייער א פיינער שרייבער געווען. היינט לערן איך זיין ספרים און איך קען אים פערזענליך. מארקוס לעהמאן האט אסאך געדרשנ׳ט און געמוסר׳ט און יעדער מעשה האט געהאט א ליבע צווישען מאן און פרוי, אבער מ׳האט עס מתיר געווען. גיי ווייס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אונזער שרייבערס זענען אלע ענדליך צו דזשאן גרישאם, וואס מ׳קען זיי איין מאל ליינען און פערטיג. מ׳קען נישט צוריק גייען צו זייער ביכער.
איך האב געליינט ענגלישע ביכער אלס קינד, און אבנר גולד איז זייער א פיינער שרייבער געווען. היינט לערן איך זיין ספרים און איך קען אים פערזענליך. מארקוס לעהמאן האט אסאך געדרשנ׳ט און געמוסר׳ט און יעדער מעשה האט געהאט א ליבע צווישען מאן און פרוי, אבער מ׳האט עס מתיר געווען. גיי ווייס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פיקציע - שרייבען און ליינען
דער אמת איז, איך האלט אין מיטען ליינען מנשה׳ס בוך, וואס א חלק דערפון האט שוין ערשיינט דא אין שטיבעל. ער איז אייזען ממש. ער קען שילדערען א געשיכטע ווי קיינער קען נישט. זיין צוויי פינטלעך, זיין קינדישע זכרונות ווי ער געדענקט זיין דעמאלסדיגע בליק איז צו באלעקען די פינגער. איך דארף נאך אסאך ליינען צו געבען א גרונטליכע באריכט, אבער איך האלט ביים שרייבען אן אשכול דערוועגען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 95
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
- האט שוין געלייקט: 274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פיקציע - שרייבען און ליינען
ניין, ביזדערווייל נאר מאנסי און סקווער