רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ר' אביגדור מ. איז א קלאסישע דוגמא פאר א פסעוודא-אינטעלעקטואל.
ר' צדוק הכהן אויך? ס'קוקט אויס ווי דו גלייכסט נישט געוויסע מיינונגען זיינע און צוליב דעם מאכסטו איהם סתם אזוי אוועק. סארי, איך מיין אז זיין ספר לב אביגדור איז גאנץ פיין מסודר מיט א קלארע מהלך.
לאמיך בעסער מסביר זיין. ר' צדוק זאגט מיינונגען אין אסטראנאמיע, וואס ווען דו וואלסט געווען אן אסטראנאמער וואלסטו פונקט אזוי געזעסן אומבאקוועם אויפן בענקל און זיך געקראצט ס'שטערן/רוקן וויאזוי אן אינטולעקטואלע מענטש האט געקענט אזאנס שרייבן. פארט אבער מאכט דאס נישט ר' צדוק פאר א פסעוודא-אינטולעקטואל, פארוואס? ווייל דו ווייסט אז נישט "דאס" איז "ר' צדוק", "ר' צדוק" איז דער וואס קומט פארקויפן חסידות און מחשבה והשקפה עפ"י דרך רבותיו מיטן אייגנארטיגע איזביצא מהלך מיט א שפריץ ברסלב. דאס איז זיין תחום, און די אנדערע זאכן קען מען איהם פארצייען, ער ווערט נישט פארדעם קיין פסעוודא-אינטולעקטואל. וה"ה דאס אז ער מאכט א גאנצע ספר דברי חלומות (וואס ווען דו וואלסט עס געמאכט וואלט עס געווען מער אלץ א וויץ - נוסח זהר המתחדש שע"י יצחק לאווי, אבער ער האט דאס ווארשיינליך גענומען ערנסט) וויבאלד דער תוכן איז גוט וועט מען איהם מוחל זיין פארן מאכן אן עסק פון זיינע חלומות. און אזוי קען מען ברענגען משלים פון רמח"ל מהר"ל ועוד ועוד.
ה"ה ר' אביגדור, דו ביסט מן הסתם באקאנט געווארן צו זיין תורה דורך זיינע בוכער און דרשות וואס ער האט אדרעסירט צו די אמעריקאנע יוגנט, איינמאל דיין בליק אויף די זאכן האבן זיך געטוישט (און לאמיר נישט אריינגיין איצט ווער עס איז גערעכט, הגם דאס וואלט געווען דער ריכטיגע ויכוח דא, אבער דו ווילסט דאך - נוסח לינקער - איהם בכלל נישט גיבן א פלאטפארמע) ביסטו אנטוישט געווארן, און דו ביסט געקומען צו די מסקנה אז זיינע אלע מיינונגען וועגן תורה ומדע פאליטיק ראסיזם וכו' נעמען זיך נישט אנדערש נאר אז ער איז א פסעוודא-אינטולעקטואל.
אבער דו ביסט נישט גערעכט, ר' אביגדור איז קודם כל געווען א "בעל מוסר", דאס איז געווען זיין מהות און דאס האט ער בעצם פארקויפט. זיין שיטה איז זייער קלאר אין זיין ספר לב אביגדור, און אויב וויל מען איהם דן זיין ברויך מען איהם דן זיין לויט דעם, און בלויז לויט דעם.
זיינע אנדערע מיינונגען זענען פונקט אזוי אינטערעסאנט ווי די מיינונגען פון סטיוון האקינג אויף מציאות ה'.