יששכר כץ האט געשריבן:הספר הכי טוב על הנושא; על אף שאני חולק על מסקנתו. הוא מסכים עם לייקווד
https://www.amazon.com/Gender-Equality- ... 965524198X
יש לי את הספר אך עוד לא עיינתי בו בעיון.
יששכר כץ האט געשריבן:הספר הכי טוב על הנושא; על אף שאני חולק על מסקנתו. הוא מסכים עם לייקווד
https://www.amazon.com/Gender-Equality- ... 965524198X
ימים ידברו האט געשריבן:זענט איר לשיטת סאטמאר רחמנא ליצלן אין שאול תחתית
ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים
זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.
אבטולמוס האט געשריבן:ימים ידברו האט געשריבן:למשל די אליינס שעמסט דיך נישט צו זאגען א קל וחומר מה דאך די חסידים מאכען טוישעניגען מיט זמן תפלה וואס איז אקעגין די הלכה וועגען א איינרעדעניש פון חולי מעיים, ממילא מעג מען חתונה האבען די זעלבע מין, וואס איז אטקעגין אפענע פסוקי תורה!
איך בין אויך קעגן דעם וועקער מכמה וכמה טעמים הידועים והכמוסים עמדי, אבער כ'האב פארשאפט דעם וועקער פון א חבר, און כ'האב דאס בכלל נישט געטראפן דערינען. אפשר קענסטו מיר אנצייכנען וואו גענוי הרב כ"ץ האט דאס געזאגט?
אויב דער אמעריקאנער שרייבער ראלף וואלדא עמערסאָן האט רעכט אַז סתירות’דיגע רעיונות איז דער צייכן פון אַ גרויסן מוח, איז ר’ יואליש געווען א גאון עצום. ער איז געווען אַ פּעקל פון סתירות.
ניתי ונחזי
ער איז געווען א חסידישער רבי, אָבער אויך גאָר א גרויסער תלמיד חכם (אן אויסערגעוויינליכע קאמבינאציע).
בימיו איז געווען אסאך אזעלכע. דאס איז אזא פעלער ווי אלע דיינע פראזן.
ער האט ליב געהאט חסידישע ליטעראַטור, אָבער האט געהאסט חסידישע מעשיות. (ער האָט זייער נישט ליב געהאט די חסידישע לעגענדעס. ער האָט זיי געהאלטן פאר לעכערלעך און געגלייבט אז רוב פון זיי זענען אויסדריקליכע שקרים.)
ער איז געווען אן איש אמת וואס האט פיינט געהאט שקר. עכ"פ זאכן וואס ער האט אנגעקוקט אלס שקר, צביעות וכדו'.
ער האָט אויסגעזען חסידיש, אָבער גראַוויטירט צו די ליטוואַקעס. ער האט געהאט גרויס יראת הכבוד פארן לעיקוואודער ראש ישיבה ר’ אהרון קאָטלער, אָבער גאר ווייניג געדולד פֿאַר זיינע חסידישע קאלעגעס, די בעלזער און סקווערער רבי.
ווייניג געדולד פאר בעלזא?! ער האט פאר אים געהאט גרויס כבוד, און שפעטער איז געווען מיינונגס פארשידנהייטן. געדולד איז אלץ געווען.
לגבי סקווער האט איר רעכט, והסיבה ווייל ער האט געליבט אמת, כנ"ל.
ער האָט זיך אידענטיפֿיצירט מיט דער ליטווישער פשטנות’דיגער טעאָלאָגיע, אָבער האָט זיך שטארק אראפגעריסן פון זייער מעטאָדאָלאָגיע פון לערנען גמרא. ער האָט געהאט גאר ווייניג רעספעקט פאר ר’ חיים בריסקער און ר’ שמעון שקאפף, די פּיאָניערן פון דער ליטווישער דרך הלימוד.
סתם שקר. זיין הערצה צו בריסקער רב הגרי"ז איז ידוע לכל. ער האט געהאט רעספעקט פאר אלע גדולי תורה אפי' ליטווישע.
ער האט פאנאטיש געהיטן הלכה, אָבער קיין מאָל זינט ער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע האָט ער אנגעיאגט צו דאווענען שחרית בזמנו. ער איז געווען אַבסעסיוו וועגן היגיענע און פארבראכט שעה’ן יעדן צופרי אין בית הכבוד, ריינינדיג דאס גוף. ווען ער האט געענדיגט איז שוין געווען לאנג נאך זמן תפילה.
זיין הכנה לתפילה איז ביי אים געווען מער פון אלעם, ער האט זיך מוסר נפש געווען אויף דעם ביים קריג, געפאסט וואכן און אוועקגעגעבן זיין ביס פון מויל פאר א גוף נקי. טאקע א שטיקל פלא, אבער ווייט פון צו זיין א סתירה אדער פעלער.
ער האט געהאט גרויס כבוד פאר זיין פֿאָטער, וואס איז זעלטן געווען אין שטוב, אָבער איז געווען פיל נענטער צו זיין מוטער וואס האט אים געהיט ווי דאס אויג אין קאפ.
אויך א סקאנדאל?
ער האט פיל מחשיב געווען קדושת ארץ ישראל אבער שטארק מזלזל געווען אין מדינת ישראל.
גענוי ווי דער הייליגער חזון איש, בריסקער רב וכו'. קדושת הארץ איז נישט נגד התורה און מדינת ישראל יא.
ער איז געווען זייער געטרייַ צו די פרויען אין זיין לעבן. אַלע זענען געשטארבן יונגערהייט, בחייו. (אַ ווייב וואס ער האט פיל ליב געהאט און דריי טעכטער), אָבער אין דער זעלביקער צייט האט ער אנגענומען אַ ראַדיקאַלער הלכה’דיג שטעלונג כלפי פרויען.
אזא ראדיקאלע שטעלונג ווי למשל גור אדער סלאנים? ער איז געווען שארף קעגן אזעלכע שטעלונגען.
ער האט שטענדיג געמוסרט וועגען קדושה אבער מיט דער צייט איז עס געווארן אַן אבסעסיע, ווארענדיג נאכאנאד קעגן נעגאַטיוויע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] געדאנקן און אומאיידעלע פריצות’דיגע מעשים.
לא זכיתי להבין.
ער איז געווען ליבליך און ווייך רובֿ פון די צייט, אָבער טייל מאָל איז ער געווען מחלוקת’דיג און פארביסען; ברוגז און געפערליך קריטיש פון אנדערע מענטשן.
אויך משה רבינו איז געווען בייז און פארביסן געוויסע זמנים ווען ער האט געהאלטן אז אידן טוען זאכן נגד התורה. אויב מען מעג זיי פארגלייכן.
ער האט אלעמאל ארויסגעברענגט שטאַרקע געפילן אין די וואס האבען געמאכט זיין באקאנטשאפט: די וועמען ער איז געפעלן האבן אים ממש געליבט און די וואס האבן נישט געהאלטן פון אים האבן אים מורא’דיג פארהאסט, טיילמאל מיט א טיפער און פארביסענער שנאה.
א סתירה פון זיינע שונאים, נישט פון אים.
בקיצור: אן עכטער גדול הדור אבער מיט א סך פעלערן.
וועלכע פעלערן?
סיידן מיר טראַכטן אַז א גדול מיט פילע חסרונות איז מער נישט קיין גדול. אט איז די פילאסאפישע דילעמא: ווען א צדיק האט פערזענליכע שוואכקייטן, הערט ער אויף צו זיין אַ צדיק?
חוקר ודורש האט געשריבן:דאס ארגסטע איז וואס ער שרייבט בזה״ל: ״פיל מענטשן גלויבן אז ער איז געווען איינער פון די גרעסטע צדיקים פון אונדזער דור, בשעת אנדערע האלטן אז ער איז געווען ממש דאס פארקערטע״ עכ״ל, ווער פונקליך האלט אז סאקמאר רב איז נישט געווען א צדיק? על כגון דא נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!, און שכוח פאר רבי איסר פארן מאכן אויס סתירה..