כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:אין הספר תחת ידי.
בדיוק לזה התכוונתי. מענטשן געדענקן זיי האבן ערגעץ געזעהן עפעס געליינט, מ'בויעט דעראויף גאנצע בנינים אן איבערגיין די מקורות מיט סוביעקטיווע קריטיק. דערנאך, דער צווייטער וואס ליינט אפ דעם ערשטען'ס מסקנות קויפט עס אפ אלץ א פאקט און אזוי פארן געדאנקן אריין אין צירקולאציע. אויב גייט מען אבער צוריק ביזן מקור ראשון און מען אפערירט די נושא ביז די קליינע טיילן, על פי רוב בלייבן נישט איבער פון די הנחות קיין כדי שביעה.
פעלן דען גמרות וואס דערציילן קלאר ווי תנאים ואמוראים האבן געזען שדים?
דו מיסט נישט גלייבן וואס זיי זאגן, אבער זאג נישט אז זיי האבן נישט געגלייבט על פי זייערע אויגן.