אין די ..."אוצר"... אפטיילונג פון דער בלאט די וואך פ' תולדות, איז דא א באריכט פון אן אינטערוויו וואס הרה"ח ר' משה דוד כ"ץ שליט"א דער מנהל (רוחני) פון דעם הייליגן מוסד ..."נטרונא"... האט אפגעהאלטן מיט דעם טמא'נעם יונג. דער רעפארטער פון דעם טמא'נעם מזרחיס'טישן צייטונג..."מקור ראשון"... אין די טמא'נע מדינת ישראל....
דער חשוב'ער מנהל שליט"א לייגט אראפ פאר דעם טמא'נעם ציוניס'טישן יונג מיט אלע פרטים וואס דער הייליגער מוסד נטרונא טוט אלץ אויף. ביז ס'איז מקויים געווארן אזוי ווי ס'שטייט אין זמירות לליל שבת..."ומלאך רע יענה אמן בעל כורחו"... אז דער טמא'נער יונגאטש, דער שייגעץ פון די טמא'נע מזרחי איז אויכעט (בע"כ) מודה אז די רבי זי"ע איז גערעכט געווען. און נטרונא איז אויכעט גערעכט. מיט אלע עניינים...
איינס פון די הויפט פונקטן וואס דער חשוב'ער מנהל שליט"א האט געזאגט פאר דעם מזרחיס'טישן שייגעץ דעם ציוני איז, אז אונז ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, גייען ארויס מאכן פראטעסטן אקעיגן דעם טמא'נעם יונג, שייגעץ, אפיקורס און טיפש (לפי שיטת הרב ש.ב. מרגליות שליט"א) בנימן נתן יהוא שר"י ווען ער קומט קיין אמעריקע אדער ענגלאנד. ווייל ער, דער רשע, שר"י (כבר אמרנו) פרובירט צו רעדן אין נאמען פו אלע אידן. וויללן מיר מודיע זייין לעיני העמים והשרים אז ער און זיין טמא'נע מדינה רעדן נישט אין נאמען פון די ערליכע אידן...!
יעצט לאמיר א ביסל אנאליזירן די פאקטן. ווען ביבי (שר"י) איז געקומען קיין וואשינגטאן צו פרעזידענט אבאמא יר"ה האט ער אפשר גערעדט איבער די שטחים וואס קר"י האט אנעקסירט...צי מ'מעג דארט בויען הייזער. התינח אויב ער וואלט פארהאנדלט מיט דעם הויכגעשעצטן פרעזידענט יר"ה איבער דעים. פארשטיי איך פארוואס די ערליכע אידן זענען ארויסגעגאנגען אין א מחאה. אדער אפשר ווען ער האט אויפגעטרעטן אין די יו. ען. האט ער פאהאנדלט איבער דעים אז די חסי'ד'ישע אידן זאללן באקומען מער דירות אין די פראדזשעקטס. אדער א העכערונג אין די סעקשאן 8 צאלונגען. קען איך פארשטיין פארוואס דער היימישער עולם גייט ארויס מוחה זיין און אויסשרייען דעם דבר ה' אז דער שייגעץ און אפיקורס און טיפש רעדט נישט אין זייער נאמען. אבער, לויט ווי אונז זעמיר אינפארמירט געווארן דורך א רעפארט אין די (חשוב'ע) ניו יארק טיימס, אז דער שייגעץ און אפיקורס האט נאר גערעדט מיט דעם פרעזידענט איבער די שטחים וואס מדינת ישראל האט צוגענומען ביי די וואוילע, אומשולידגע שעפעלעך, די פאלעסטינער...! דאס איז איין חלק...!
ס'איז דא נאך א טייל פון די פעולות נשגבות פון דעם הייליגן מוסד נטרונא. אז אונז ערליכע אידן זענען נישט מסכים מיט די מערדערישע פאליסיס און די דיסקרימינאציע אקעגן די חשוב'ע פאלעסטינער באפעלקערונג. זיי. די הייליגע מוסד ..."נטרונא"...געבן אויס שווערע מיליאנען (ס'הייסט. נישט פון די אייגענע טאש. נאר מ'גייט שנארן צו די נאאיווע גבירים אין אמעריקע און ענגלאנד) זיי דינגען בעלי דרשנים וועלכע רעדן א גוטן ענגליש (נישט פון די אייגענע קרייזן, פארשטייצעך.) זיי מאכן אדווערטייזמענט אויף די ראדיא. און אפשר (גאר בקרוב אויף די טמא'נע טעלעוויזיע אויך). אלעס להראות לעיני העמים והשרים (כדברי מרן הגה"ק מהר"א מקר"י שליט"א) אז אונז ערליכע אידן זעמיר (ח"ו) נישט קיין שותפים צו די טמא'נע מדינה. און דאס גייט ראטעווען די ערליכע אידן פון די הענט פון די אנטיסעמיטישע רוצחים. אז זיי זאללן שוין מער נישט האבן קיין פתחון פה צו שלאגן און הרגנ'ען אידן...!
יעצט לאמיר זעהן אויב די אלע פעולות נשגבות און די שווערע געלטער האבן שוין געראטעוועט דאס לעבן פון איין איד. צי איז שוין געווען א פאל וואס א גוי'אישער רוצח. צי א דייטשער, פראנצויזישער אדער אראבישער האט געזאגט. אט דער איד איז נישט קיין ציוני. לאמיר איהם נישט טשעפען. ווייל אזוי האט ער געהערט אדער געליינט פון נטרונא...! אדרבה. טאמער איז דא איין איד איבער די וועלט וואס איז שוין געראטעוועט געווארן ממות לחיים דורך נטרונא, ביטע זאלל ער זיך קומען איינמעלדן. א גרויסער גביר האט איינגעלייגט א מיליאן דאללער (אין מאנאפאלי געלט) צו געבן פאר דעם ערשטן איד וואס איז געבליבן לעבן אין דעם זכות...!
דער הייליגער מוסד..."נטרונא"...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נ.ב: דער מאמר איז געשריבן געווארן מיט דעם זעלבן נוסח און סיגנון הלשון פון דעם הייליגן אוצר אפטיילונג פון דעם הייליגן בלאט מיט דעם טמא'נעם מזרחיס'טישן, ציוניסטישן יונג, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אין א יעדן פאראגראף וועט ער זעקס מאל דערמאנען אז אונז זעמיר הייליגע אידן. און לעומת זה. דער צווייטער צד. איז פון די סיטרא אחרא. מ'קען זיך נישט ריהמען אן דעם וואס מזאלל באגראבן א צווייטן...דאכטצעכמיר אז עס ענדלט שטארק אויף דעם וואס די גמ' זאגט..."מתכבד בקלון חבירו"...!
לדוגמא. ווען ער האט געשריבן איבער די שיסעריי אין פיטסבורג פאר 2 וואכן צוריק אם שב"ק, האט ער געמוזט אריינשמיהרן אז..."מ'קען נישט אפלייקענען אז אונז האמיר געהאט גאר שארפע (נאך ווייניג געזאגט) חילוקי דיעות מיט ליובאוויטש...(כ'וועיס נישט וואו ליובאוויטש קומט דא אריין.)...על כגון דא נאמר... ווי רש"י הק' זאגט... אומרים לצירעה..."לא מדובשך. ולא מעוקצך"...האלט דיר די אזוי גערופענע קאמפלימענטן ביי דיר אין דיין הייליגן בויך...!

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
יישר כח הרב י. מ. סופר
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יעצט קומט אריין די נייעס אז די פארשאלטענע ציונים האבן שוין ווידער אנגעהויבן מיט זייער שרעקליכע התגרות באומות. זיי באמבארדירן שוין ווידער זייער שטארק אין עזה. זיי הרגנ'ען נעבעך אומשולדיגע פרויען און קינדער. אלעס פאר זייער טמא'נע מדינה. די פרידליכע פאלעסטינער איינוואוינערס וויללן סך הכל צוריקגיין צו זייער ארץ האבות. די לאנד פון זייערע עלטערן און אור עלטערן. פון וועלכען זיי זענען פארטריבן געווארן דורך די רשעים די ציונים. זיי שיקן פרידליכע לופט באלונס אריבער די אזוי-גערופענע גרעניץ מיט מדינת ישראל. און זיי גייען אין די צענדליגע טויזנער צו צו די פאלשע גרעניץ וואס די ציונים אין זייער גרויס רישעות האבן אויפגעשטעלט. זיי וויללן אויסנוצן זייער ..."זכות השיבה"... די רעכט זיך אומצוקערן איש אל גפנו ותאנו. (וזיתו). און די ציונים שיקן זייער טמא'נע מיליטער. די פארשאלטענע צה"ל. הידוע לשימצה. און זיי הרגנ'ען נעבעך און שיסן אויף אומשולדיגע פאלעסטינער בחורים. א יעדן טאג פאללן נעבעך פרישע קרבנות פון די רוצח'ישע, מערדערישע און רישעות'דיגע מדינת ישראל סאלדאטן...!
דאס רישעות פון די כופרים ואפיקורסים, די ציונים, שר"י גייט אזוי ווייט. אז זיי נעמען א פלאטץ וואס ס'איז אויפגעוויזן געווארן דורך די חשוב'ע יו. ען. אז ס'האט באלאנגט פאר אן אנגעזעענעם אראבישן שעיך. און די מויער פון זיין הארעם פאלאץ איז נאך געבליבן שטיין. האבן די ציונים אויסגעטראכט. (און זיי פרובירן פארנארן רוב פון כלל ישראל, ליידער.) אז דארט איז געשטאנען א אידישער טעמפל. אן אזוי גערופענער..."בית המקדש"... און די אידן...? קומען דארט אהין ..."דאווענען"...! רחמנא ליצלן מהאי דעתא.!
אויך איז דא אין דעם שיינעם, אור אלטן שטעטל ..."בית לחם"... וואו אונזערע פאלעסטינער זיידעס האבן שוין געוואוינט בשלום מיט די פאר כוזארישע איינוואנדערערס וועלכע רופן זיך..."אידן"... פאר טויזנטער יארן. און א חשוב'ער פראמינענטער אראבישער שעיך, וועלכער שטאמט פון גרויסן יחוס האט באגראבן זיינע ווייבער, פאר הונדערטער יארן. ביז די ציונים זענען געקומען און אויסגעטראכט אז דארט ליגט גאר באגראבן איינס פון זייערע באבעס..."רחל"... האט זי געהייסן . זיי זאגן אז זי האט געהאט חתונה געהאט צו דעם גרויסן און חשוב'ן שעיך..."יאקוב"...! אבער אונז ערליכע אידן. צוזאמען מיט אונזערע ברידערס פון די נטורי חרתא ווייסן אז דאס אלעס איז ליגנט. אויסגעטראכט דורך די ציונים. וועלכע האבן פון אייביג אן פארדרייט די אמת'ע היסטאריע...עפרא לפומייהו...!
נ.ב.: איך ווייס אז ס'איז דא געוויסע גאר חשוב'ע ניקס וועלכע קריצן מיט די ציין אויף דעם שייגעץ און אפיקורס און ארוני/ציוני בערל בעל עגלה. געב איך זיי דא רשות אז זיי מעגן אויסמעקן דעם ארטיקל...! די עיקר איז אז זייער בלוט פרעשור זאלל צוריק אראפגיין...!
ברוך הוא אלוקינו. אז איך בין נישט אויף אייוועלט. ווען יא. וואלט מען מיך שוין אראפגעווארפן גראד פונ'ם זעקסטן שטאק ארויס אויף די גאס...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 80
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:יעצט קומט אריין די נייעס אז די פארשאלטענע ציונים האבן שוין ווידער אנגעהויבן מיט זייער שרעקליכע התגרות באומות. זיי באמבארדירן שוין ווידער זייער שטארק אין עזה. זיי הרגנ'ען נעבעך אומשולדיגע פרויען און קינדער. אלעס פאר זייער טמא'נע מדינה. די פרידליכע פאלעסטינער איינוואוינערס וויללן סך הכל צוריקגיין צו זייער ארץ האבות. די לאנד פון זייערע עלטערן און אור עלטערן. פון וועלכען זיי זענען פארטריבן געווארן דורך די רשעים די ציונים. זיי שיקן פרידליכע לופט באלונס אריבער די אזוי-גערופענע גרעניץ מיט מדינת ישראל. און זיי גייען אין די צענדליגע טויזנער צו צו די פאלשע גרעניץ וואס די ציונים אין זייער גרויס רישעות האבן אויפגעשטעלט. זיי וויללן אויסנוצן זייער ..."זכות השיבה"... די רעכט זיך אומצוקערן איש אל גפנו ותאנו. (וזיתו). און די ציונים שיקן זייער טמא'נע מיליטער. די פארשאלטענע צה"ל. הידוע לשימצה. און זיי הרגנ'ען נעבעך און שיסן אויף אומשולדיגע פאלעסטינער בחורים. א יעדן טאג פאללן נעבעך פרישע קרבנות פון די רוצח'ישע, מערדערישע און רישעות'דיגע מדינת ישראל סאלדאטן...!
דאס רישעות פון די כופרים ואפיקורסים, די ציונים, שר"י גייט אזוי ווייט. אז זיי נעמען א פלאטץ וואס ס'איז אויפגעוויזן געווארן דורך די חשוב'ע יו. ען. אז ס'האט באלאנגט פאר אן אנגעזעענעם אראבישן שעיך. און די מויער פון זיין הארעם פאלאץ איז נאך געבליבן שטיין. האבן די ציונים אויסגעטראכט. (און זיי פרובירן פארנארן רוב פון כלל ישראל, ליידער.) אז דארט איז געשטאנען א אידישער טעמפל. אן אזוי גערופענער..."בית המקדש"... און די אידן...? קומען דארט אהין ..."דאווענען"...! רחמנא ליצלן מהאי דעתא.!
אויך איז דא אין דעם שיינעם, אור אלטן שטעטל ..."בית לחם"... וואו אונזערע פאלעסטינער זיידעס האבן שוין געוואוינט בשלום מיט די פאר כוזארישע איינוואנדערערס וועלכע רופן זיך..."אידן"... פאר טויזנטער יארן. און א חשוב'ער פראמינענטער אראבישער שעיך, וועלכער שטאמט פון גרויסן יחוס האט באגראבן זיינע ווייבער, פאר הונדערטער יארן. ביז די ציונים זענען געקומען און אויסגעטראכט אז דארט ליגט גאר באגראבן איינס פון זייערע באבעס..."רחל"... האט זי געהייסן . זיי זאגן אז זי האט געהאט חתונה געהאט צו דעם גרויסן און חשוב'ן שעיך..."יאקוב"...! אבער אונז ערליכע אידן. צוזאמען מיט אונזערע ברידערס פון די נטורי חרתא ווייסן אז דאס אלעס איז ליגנט. אויסגעטראכט דורך די ציונים. וועלכע האבן פו אייביג אן פארדרייט די אמת'ע היסטאריע...עפרא לפומייהו...!
נ.ב.: איך ווייס אז ס'איז דא געוויסע גאר חשוב'ע ניקס וועלכע קריצן מיט די ציין אויף דעם שייגעץ און אפיקורס און ארוני/ציוני בערל בעל עגלה. געב איך זיי דא רשות אז זיי מעגן אויסמעקן דעם ארטיקל...! די עיקר איז אז זייער בלוט פרעשור זאלל צוריק אראפגיין...!
ברוך הוא אלוקינו. אז איך בין נישט אויף אייוועלט. ווען יא. וואלט מען מיך שוין אראפגעווארפן גראד פונ'ם זעקסטן שטאק ארויס אויף די גאס...!
און דו בעלעגלה ווילסט אונז קומעןאיינרעדן אז דו ביסט א חסיד פון כ''ק אדמו''ר מהר''א שליטא'א???
טפוי טפוי!!!
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א
כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א
כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליישיג: אט דאס איז די קונץ. איך בין סיי אן ארוני (בכל לב ונפש.). ווייל איך גלייב (כמעט באמונה שלימה) אז מהר"א שליט"א איז דער ריכטיגער מנהיג פאר'ן היינטיגן דור. ער טוט אויף ב"ה זייער א סאך פאר אידישקייט. און ר'האט אינזין די געוויינליכע מענטשן מיט אלע זייערע הצטרכות אויך. נעם סיי וועלכן ענין. און באטראכט עס וועסטו זעהן אז כמעט אין 100% האט ער געהאנדלט אויף דעם ריכטיגן, יושר'דיגן און תורה'דיגן וועג. און אין זיין מלחמה מיט די שונאים (ב"ה וואס זענען באזיגט געווארן.) איז ער אויכעט געווען 100% גערעכט. ער האט אייביג געוואלט שלום. און זיי האבן געוואלט נאר מלחמה. און אונטערברענגען זיין מנהיגות, (ח"ו)...! פונדעסטוועגן. איינמאל זיי האבן אויפגעהערט ארומצורודערן (ווייל זיי האבן, פארלוירן דעם אומגערעכטן קאמף) לאזט מען זיי וואוינען אין קרית יואל במנוחה. א זאך וואס ס'וואלט נישט מעגליך געווען נישט אין קרית וויזניץ אין ארץ ישראל. און נישט אין בעלזא...! אה. און נישט אין באבוב...!
אבער אין די זעלבע צייט ביניך אויכעט, וואס מ'קען אנרופן א ..."ציוני"...פי'. ס'מיינט נישט אז איך זאג אין יום העצמאות הלל. און איך גיי מאכן א באר.בי קיו. נאר איך האלט בשיטה אז ביז משיח צדקנו קומט, איז בעסער אז די הערשאפט אין ארץ ישראל שטייט איין ביי אידן. (אפילו. נישט אייביג אזעלכע וואוילע יונגלעך). ווי איידער ביי די שטינקעדיגע, טמא'נע, שמוציגע, אראבישע רוצחים...! און איך האב נישט ליעב צו פארדרייען די מציאות...אייביג באשולדיגן מיינע ברודער. און בארעכטיגן אלע שונאי ישראל און אנטיסעמיטישע רוצחים און מערדערס...! אט דאס איז מיין שיטה....העוו עי נייס דעי...!

- היימישער באניצער
- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:פליישיג: אט דאס איז די קונץ. איך בין סיי אן ארוני (בכל לב ונפש.). ווייל איך גלייב (כמעט באמונה שלימה) אז מהר"א שליט"א איז דער ריכטיגער מנהיג פאר'ן היינטיגן דור. ער טוט אויף ב"ה זייער א סאך פאר אידישקייט. און ר'האט אינזין די געוויינליכע מענטשן מיט אלע זייערע הצטרכות אויך. נעם סיי וועלכן ענין. און באטראכט עס וועסטו זעהן אז כמעט אין 100% האט ער געהאנדלט אויף דעם ריכטיגן, יושר'דיגן און תורה'דיגן וועג. און אין זיין מלחמה מיט די שונאים (ב"ה וואס זענען באזיגט געווארן.) איז ער אויכעט געווען 100% גערעכט. ער האט אייביג געוואלט שלום. און זיי האבן געוואלט נאר מלחמה. און אונטערברענגען זיין מנהיגות, (ח"ו)...! פונדעסטוועגן. איינמאל זיי האבן אויפגעהערט ארומצורודערן (ווייל זיי האבן, פארלוירן דעם אומגערעכטן קאמף) לאזט מען זיי וואוינען אין קרית יואל במנוחה. א זאך וואס ס'וואלט נישט מעגליך געווען נישט אין קרית וויזניץ אין ארץ ישראל. און נישט אין בעלזא...! אה. און נישט אין באבוב...!
אבער אין די זעלבע צייט ביניך אויכעט, וואס מ'קען אנרופן א ..."ציוני"...פי'. ס'מיינט נישט אז איך זאג אין יום העצמאות הלל. און איך גיי מאכן א באר.בי קיו. נאר איך האלט בשיטה אז ביז משיח צדקנו קומט, איז בעסער אז די הערשאפט אין ארץ ישראל שטייט איין ביי אידן. (אפילו. נישט אייביג אזעלכע וואוילע יונגלעך). ווי איידער ביי די שטינקעדיגע, טמא'נע, שמוציגע, אראבישע רוצחים...! און איך האב נישט ליעב צו פארדרייען די מציאות...אייביג באשולדיגן מיינע ברודער. און בארעכטיגן אלע שונאי ישראל און אנטיסעמיטישע רוצחים און מערדערס...! אט דאס איז מיין שיטה....העוו עי נייס דעי...!
טען פוינטס!! אזא זאפטיגע תגובה, דאס איז ווערט א פרענקלין! יו מעיד מיי דעי באדדי!