א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

ליצמן אוכל את הכובע
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איסר האטלקי האט געשריבן:אגב דאגב, די סודות'דיגער רעקאדירונג איבער גיוס איז שוין געווען ברייט באקאנט פארן פובליק נאך פאר די 'לעשות רצונך' דרשה אין בעלזא.

אויב פאקטן זענען נוגע.
איז פארוואס האט יענער געפלוידערט וועגען ׳נישט וועלען א חסיד אלס ראש העיר׳?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ווייל זייער סיבה פארן נישט נעמען דייטש איז געווען בלויז ווייל ער איז א חסיד.

די גיוס אנבאט איז געווען גענוג כדי מחליט צו זיין צווישן ליאון און אלקין.

ווען די גיוס איז אזא אויפרייס וואלט אגודה מיטגעגאנגען אפילו נאכן נעמען דייטש.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פון וואנעט ווייסטו יענעמ׳ס מחשבות? מ׳נעמט איין נאראטיוו און מ׳גלויבט עס, און דערנאך שטימען אלע ׳פאקטען׳.

און דאס איז גענוי מיין פאוינט. עס איז מסתבר אז מ׳רעדט פון גאר אנדערע נושאים, אנדערע עניינים. נישט חסיד ליטוואק, נישט גיוס און נישט הכרת הטוב. פונקט ווי די זינלאזע שטותים פון כבוד הצדיקים פון די דרשה איז געווען א היסח הדעת פון דער אמת, אזוי אויך די אלע אנדערע פרטים.

און דאס איז אויפגעוויזען פון די שמועס. די פאליטיקאנטען האבען אדזשענדעס און נגיעות, זיי מוזען אהיים ברענגען עסן אין שטוב. מיינסט עס איז דא ערגעץ פלאץ פאר טפשות ווי חסיד\ליטוואק? גפני איז דען א ליטוואק? אין ביזנעס אין אמעריקא וואלסטו אויך געגלויבט אזא שטות אז מ׳מאכט גאנצענע ביזנעס חשבונות און מ׳ריזיקירט די פאליטישע מאכט בלויז אויף א שטות ווי חסיד\ליטוואק?

און דאס איז נאכ׳ן טון די האומווארק!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איך כאפ נישט אייער נקודה.

איך גלייב נישט איר מיינט צו זאגן בפשטות גענוי דאס וואס עס איז משמע פון אייערע ווערטער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב זייער ווייניג געליינט וועגען די נושא, נאר געהערט יענער דרשה און איין ארטיקל אין די אמעריקאנער המודיע. איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען די מרחק צווישען די באשטעטיגטע פלוידעריי און דער אמת.

וממנו יקיש לכל נושא שבעולם וואס מ׳קומט פונדערווייטענס מיט ראיות ברורות שאין עליהם תשובה.

מיינסטו צוזאגן אז די רעפאבליקאנער גייען לכאורה האלטן קאנגרעס?
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

אונטער חכם האט געשריבן:
קפה נמס האט געשריבן:
לגבי די באהאלטענע הסכם מיט ליבערמאן דארף מען זיין זייער אומבאקאנט מיט די פאקטן צו קענען גלייבן אזא מעשה'לע...
!


אפשר ביסטו אביסל מער מרחיב, פארוואס קען עס נישט זיין אמת? ובפרט אז עס עס זענען דאך דא די ריקארדינגס ווי ליאון זאגט עס לכאורה כמעט קלאר ארויס.

די רעקארדינגס זענען געווען א גוטע 'ספין' פון ידיעות אחרונות. כאניש קיין נערוון צו מרחיב זיין, אבער אויפ'ן שפיץ גאפל: לעת עתה איז דא א חוק גיוס פון ליבערמאן וואס די משרד הבטחון האט ארויסגעגעבן וואס די ליטאים זענען מסכים צו דעם חוק און די חסידים זענען דערגעגן, און אויף דעם חוק דארף מען נישט קיין הסכם. צווייטנס, עס איז נישט מעגליך צו מאכן אזא דיעל גענוג אפיציעל אז עס זאל קענען עפעס מחייב זיין אויף די עתיד, ליבערמאן וועט אייביג קוקן וואס גייט אים ברענגן מער וואוטס און פאוער און ער גייט נישט מאכן קיין ווייכע חוק ווייל ער איז שולדיג הכרת הטוב פאר די חרדים אין ירושלים.
אגב, ביי די לעצטע בחירות 5 יאר צוריק האט דגל געשריגן די זעלבע זאך אז מען מוז גיין מיט ליאון ווייל אזוי גייט ליבערמאן זיין ווייעך וועגן גיוס, און גלייך נאך די בחירות וואס אלע חרדי'שע פארטייען האבן אפיציעל געוועלט פאר ליאון, און ליאון האט דעמאלס אויך נישט געברענגט כמעט גארנישט קיין פרייע שטימען (אזויווי יעצט), איז ליבערמאן ארויסגעקומען די שארפסטע קעגן די חרדים און די מערסטע אויסגעשפראכן בעד גיוס בני הישיבות..
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך אונטער חכם »

דיין ערשטע פוינט איז נישט אזוי אמת , דער פלאן איז אייביג געווען צו מאכן עפעס שינויים אינעם חוק ביים צווייטן און דריטן אפשטימונג, פארקערט, טאקע ווייל דער חוק איז שוין דא וועט ליבערמאן בלויז דארפן מסכים זיין אויף שינויים, וואס ער וועט אראפלייגן אלס מינדערוויכטיג, ממילא וועט ער ווייטער קענען בלייבן א העלד ביי זיינע מענטשן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך אשר לא השבית לנו גואל: אונז האמיר זיך איבערצייגט צום טויזנט'סטן מאל אז מהר"א שליט"א איז גערעכט געווען. ווען ער האטציך נישט צוגעשטעלט און ר'איז נישט נתפעל געווארן פון דעם גאנצן טומל וואס די תלמידים און די אנדערע מענטשן פון הרב שמואל אויערבאך ז"ל האבן אנגעמאכט איבער די וועלט. אז די רשעים די ציונים וויללן ח"ו אריינלייגן אלע ערליכע אידן אין תפיסה. צוליעב זייער רשעות'דיגע גזירת הגיוס.

ער האט בשעתו געפרעגט א פשוט'ע שאלה. עטץ נעמטץ דאך געלט מכספי המדינה. און עטץ זענט ענק משתתף אין די בחירות. וואס ווילט עטץ פון אונז...?! האבן זיי דאמאלס געזאגט אז זיי גייען שוין מער נישט האבן קיין שייכות מיט די פאליטיק פון די מדינה. והשנית, האט מהר"א שליט"א געטענה'ט. אונז האמיר דאך אויפגעשטעלט דעם ..."מרכז עזרה ויעוץ"...וואו מ'העלפט בחורים ערלעדיגן אלע פאפירן כדי צו באקומען א פטור אדער א דיחוי. מ'שיקט אפילו מיט לאיערס אויב מאכט זיך שוועריגקייטן. און זיי האבן נישט אויפגעהערט מרעיש עולמות צו זיין...!

ליידער האטציך קהילת מהרי"י געלאזט נארן פון זייערע געשרייען. און זיי האבן פאררופן דעם גרויסן כינוס אין יאר תשע"ז. וואס חוץ אונטערהאלטן דעם עולם אין אן עירקאנדישאנד זאלל פאר 4 שעה. און טיילן כיבוד פון פרעצלס און קאלטע סאודע האט עס גארנישט אויפגעטוהן. מ'האט אפילו אראפגעברענגט ספרד'ישע שלאף רעבעס וועלכע האבן געהאלטן דרשות אויף ..."לשון הקודש"... בהברה אשכנזית...!

אט יעצט איז געווארן הוברר הדבר למפרע אז די רבי שליט"א איז געווען גערעכט. ביי די איצטיגע פארלאפענע בחירות האבן זיי זיך געקאכט און מיטגעשפילט כאחד מבני החבורה.. דאמאלס וואס ווילט עטץ פון סאטמאר...?!

די קהילת מהרי"י (זאלונים, בלע"ז.) פיהלן זיך (נעבעך) אויסגעשפיעלט. מ'האט זיי אויסגעניצט פאר זייערע אייגענע פראפאגאנדע צוועקן. און ווער רעדט נאך פון די גרויסע געלטער וואס דער כינוס האט אפגעקאסט. דינגען די זאלל. און ארגאניזירן די גאנצע זאך.

די זעלבע איז געווען ביים אזוי גערופענם כינוס כלל ישראל. וואס עטליכע יונגעלייט אין לעיקוואוד מיט זייערע ראשי ישיבה בראשם האבן אנגעפיהרט מכח אן אגענדא פון געלט אדער כבוד המדומה...! ווען די חשוב'ע דעלעגאציע איז געקומען צו מהר"א שליט"א קיין קר"י איהם איינצולאדענען צום כינוס. וואס איז באשטאנען פון 2 פראמינענטע ראשי ישיבה אין לעיקוואוד. און איין תמימות'דיגן צדיק. א איד א בעל מסירות נפש. וועלכער איז געשטאנען און צוגעשמייכלט ווען די חשוב'ע ראשי ישיבה האבן מוציא לעז געווען אויף א קהילה קדושה בישראל. ומעשה שהיה כך היה. ווען מהר"א שליט"א האט זיי געפרעגט עטץ זאגטץ אז עטץ גייטץ פאררופן א כינוס כלל ישראל. עטץ האטץ שוין גערופן קהילת ליובאוויטש. האבן זיי געענטפערט בשיטת רבם ומאורם הרב ש"ך ז"ל, אז ליובאוויטש איז נישט קיין חלק פון כלל ישראל. און דער רבי דער צדיק תמים האט צוגעשמייכלט. און ר'האט נישט מוחה געווען אויף די דברי בלע...שטאטס זיך אויפהייבן און מוחה זיין. און זאגן אז אויב זיי זענען נישט חוזר פון זייערע פסול'ע ווערטער נעמט ער שוין א קאר און פארט אהיים. האט ער געשוויגן און אונטערגעשמייכלט. אבער מהר"א שליט"א האט זיי געענטפערט..."אויב ליובאוויטש איז נישט א חלק פון כלל ישראל, ביניך אויך נישט. און ער איז נישט געגאנגען צו זייער כינוס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: איך האב יעצט איבערגעליינט מיין תגובה וואס איך האב געשריבן מיט בערך 3 1/2 שעה צוריק. פארגעסנדיג אז איך האב עס אליינס געשריבן. האביך געוואלט געבן א לייק. ס'איז דאך דברים נכונים. ודברים של טעם. אבער זוכנדיג דעם לייק באטטן האביך מיך געכאפט אז איך אליינס האב געשריבן די תגובה...! אפשר וואלט כדאי געווען אז די הנהלה דא זאלל ערמעגליכן פאר דעם בעל המאמר זיך אליינס צו געבן א לייק...!

אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק...(אפשר לפרש בדרך צחות)..."יהללוך זר, לכתחילה זאלל דיך א פרעמדער לויבן. ולא...און אויב קיין פרעמדער לויבט דיך נישט...פיך...זאלסטו אליין דיך לויבן...!

אבער. ס'איז דאך ידוע דער מאמר חז"ל..."עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה"...אז די טייג וואס דער בעקער אליינס ריהמט אויס טויג שוין אויף כפרות. ווייל אויב ס'וואלט גוט געווען וואלטן אנדערע עס אויסגעלויבט...!

איך בין נישט אזא עניו אז איך זאלל האלטן אז מיין מאמר טויג אויף כפרות. נאר איך בין מלמד זכות אז דער עולם זיצט יעצט ביי שפעטע מלוה מלכה'ס. אזוי ווי אין מיין משפחה. לכבוד דעם וואס די מוצאי שבתים זענען שוין לענגער. און ספעציעל די וואך ווען מ'רוקט צוריק דעם זייגער און דער עולם פארדינט אן עקסטער שעה...!

איז לאמיר האפן אז ווען דער עולם וועט שוין האלטן נאכ'ן בענטשן און נאכ'ן ענדיגן זינגען אלע זמירות וועט מען אויפמישן קאווע שטיבל. און דער עולם וועט זיך אי"ה אנרופן. הן לטוב והן למוטב. ספעציעל די געוויסע אידן וועלכע קענען נישט ליידן ווען מ'זאגט ארויס א גוט ווארט אויף מהר"א שליט"א. אזוי ווי הרב ש---- שליט"א. וועלכער ווערט סתם אזוי ארויסגעברענגט פון די כלים ווען איך האק אויף הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. (וואס איך האב שוין פון לאנג אויפגעהערט.) און אויף די הני תרי צנתרי דדהבא. ה"ה הרב מנשה פליפ-פלאפ. און הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א. און ער האט אויפגעהערט צו געבן לייקס אויף מיינע מאמרים. נאר ער געט לייקס פאר די וועלכע זאגן עפעס נעגאטיוו אויף מיר. און נאכדעים פארענטפערט ער זיך אז ער איז מיר א גוטער פריינט. און ער האט גארנישט אקעיגן מיר. ס'איז נאר בבחינת ויחד יתרו. ווי רש"י הק זאגט..."נעשה בשרו חדודין חדודין"... ער האט באקומען גאאס באמפס...! שוין. א גוטע וואך...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בערל, דיין פשט אויף יהללך זר שטייט אין מהרש"א אין מס' נדרים. אגב די ריכטיגע פסוק איז יְהַלֶּלְךָ זָר נישט יהללוך זר - אסאך מאכן די טעות.
דאס אז די האסט געוואלט לייקן דיין תגובה אנדער האלבן שעה נאכ'ן שרייבן, מאכט מיר אביסול קאנסירנד. כ'מיין זאלסטיך אויסטשעקן פאר אלדסהיימערס. מ'רעדט דאך א איד אין דיינע יארן, קניינעהארע.
יעצט בנוגע דיין ערשטע תגובה. לאמיר שוין זאגן ביסט גערעכט מיט דיין אבזערוואציע, איז אבער די אשכול נישט די פלאץ דערפאר. קענסט עפענען א נייעם אשכול אדער קענסטי עס לייגן ביי איינע פון די עקזעסטירענדע צימעס אשכולות.

עניוועי, we love you
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: איך מיין אז דו דארפסט מאכן אן אפוינטמענט צום הערינג דאקטאר. ווייל אויב דו קוקסט גוט האביך עס פארראכטן 2 מינוט נאכדעים וואס די תגובה איז ארויף...!

יישר כח פאר דיין רעקאמענדאציע. איך זוך א דאקטער וואס נעמט מעדיקעיד. מיין איצטיגער דאקטער לאורך ימים איז פונקט יעצט נפטר געווארן...לאל.

איך בין נישט אזוי אלט ווי דו מיינסט. עניוועי. ס'איז גוט פאר א לאך...א גוטע וואך...!. ייש"כ פאר זיך אנרופן. און פאר'ן קארעקטן מיין טעות איבער'ן לשון פון פסוק. דאס האט נישט צו טון מיט אלטקייט. נאר מיט אמעראצעס...!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

You sound pretty old אויב דיינע דאקטוירים שטארבן שוין..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווער וואלט געוואוסט? ליאון האט געוואנען און ליעבערמאן האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט!

אלס האט א טוויסט, און מיר רעדען זיך נאך איין אז מיר ווייסען וואס טוט זיך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

מסתמא האט זיך ליבערמאן אפגעזאגט וועגן עפעס א באהאלטענע דיעל, ניין?

מ'קען זאגן 13 פשוטע סברות פארוואס ער האט זיך אפגעאגט, און נאך 13 סברות פארוואס דגל האט געשטיצט ליאון אן וואס ליבערמאן זאל זיך אפזאגן. אלעס איז אפענע פאליטיק, מ'דארף נישט זוכן צו קראצן בויך סברות ווען אלעס שטימט פיין.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, יעדער ווי עס שמעקט אים, וועט זאגען אז יענער איז פאליטיק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

די ליצנות איז עד אין לשער. ליבערמאן זאגט זיך אפ, לאמיר זאגן אז ס'איז געווען א דיעל איז עס בטל ומבוטל ווייל ליבערמאנ'ס פארטיי איז אינדרויסן פון קאעליציע. יעצט וועט מען מוזן צוקומען צו די חכי''ם פון אגודה פאר א גיוס דיעל, ליאון האט האט גאר ערגער געמאכט פאר דגל און בעסער פאר אגודה!!

הזאת גפני??
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

@איסר,
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט צו זאגן מיט דיין לעצטע פוינט, זיי דיך ביטע מסביר.

דא האט איר אבער די ווערטער פון ליבערמאן ביי זיין פרעס קאנפערענץ: "יש חוק מצוין כולם הצביעו עליו בקריאה הראשונה ואין שום סיבה לשנות שם אפילו פסיק לפחות אנחנו לא נסכים לשינוי אפילו פסיק אחד לאורך חוק הגיוס"..

דאס איז פאר די פיפיגע חברה'לייט פון דגל וואס האבן זיך נאכנישט אויסגעלערנט אז פון ליבערמאן באקומט מען גארנישט קיינמאל אויף צוריק חוץ פון א שטויס. און באלד גייט קומען דא א געוויסע ניק וואס האט נישט קיין שום אהנונג וואס טוט זיך אין ארה"ק און ער גייט פון די ווערטער ברענגען א שטערקערע ראי' אז אלעס איז פארהוילענע זאכן און קיינער (לייען: ער) ווייסט נישט וואס טוט זיך מעבר לים..
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:חוץ פון דעם אז הכרת הטוב איז נישט קיין חשבון אין פאליטיק, דארף בעלזא פונקט אזוי האבען הכרת הטוב צו דגל התורה ווי דגל התורה דארף האבען צו זיי.

דאס אליינס אז דו מיינסט אז דו האסט עפעס א הו"א צו ׳קענען די זאך פון די נאנט׳ איז וואס איך דינג זיך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


יעצט באמערקט דיין אלטע תגובה, כ'האב נישט קיין מושג וואס דו מיינסט מיט דעם וועגן הכרת הטוב פאר דגל. איך בין שטארק מסופק צו דו האסט בכלל עפעס געמיינט.

און ווידער אמאל צו דיין צווייטע נקודה וואס דו חזר'סט איבער אין דעם אשכול כמה וכמה פעמים. דו ביסט זייער נישט באהאוונט אין די הלוך ילך און אין די שיג ושיח פון די פאליטיקאנטן אין א"י (אזוי האסטו כמ"פ געשריבן) און דערפאר זעהסטו מאדנע סתירות און אינטערעסאנטע געשעענישן וואס דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין וואס גייט דא פאר, אשר ע"כ לערנסטו ארויס פון דעם אז קיינער ווייסט נישט מעבר לים וואס טוט זיך.

דאס איז איין מהלך. נאך א מהלך איז דא אז דער וואס איז נישט בתוך הענינים און 'קען נישט די זאך פון די נאנט' ווייסט טאקע ניט וואס טוט זיך, אבער ס'איז ניט מוכרח און אנדערע קענען יע וויסן...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

קפה נמס האט געשריבן:@איסר,
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט צו זאגן מיט דיין לעצטע פוינט, זיי דיך ביטע מסביר.

כ'האב געוואלט ארויסברענגען אז ליבערמאן האט מער מיטן חק גיוס קיין שייכות. ס'וועט האבן צוטון מיטן נייעם שר הבטחון - מ'ווייסט נאכנישט ווער. דאס מיינט אז זיי האבן מעגליך א דיעל מיט איינעם וואס זיי ווייסן נאכנישט ווער ס'איז...

דאס איז אויסער דעם וואס ליאון זאגט אויף די ארויסגעליעקטע רעקאדירונג אז עס איז (נאכ)נישט דא קיין דיעל!!

הייסט אז דגל האט א דיעל מיט ליבערמאן און איך מיט ראנאלד רעיגען.....
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א לקח פון בחירות 2018 אין ירושלים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער האט קלאר געזאגט, ניין? ממש קלאר?

איך וואלט געוואלט ליינען פסייכא אנאליז אויף די נויג צו מוזען זיין פארזיכערט מיט די קלענסטע מאס אויפווייזונג. איז עס דוקא ווייל עס איז אזוי נישט אויפגעוויזען וואס מ׳ווערט פארזיכערט? אדער טראץ דעם?

אבער גלויבט׳ס ווייטער, עס איז גוט אזוי. אחוץ ווען עס קומט צו עכט ערנסטע זאכען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט