ליבערמאן רעזיגנירט!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

ליבערמאן רעזיגנירט!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ירושלים - די נייעס קומט אצינד אריין אז דער פארטיידונגס מיניסטער מדינת ישראל אביגדור ליבערמאן האט מיט אויפברויז רעזיגנירט פון זיין פרעסטיזשפולער-אמט אלס שר הביטחון פון מדינת ישראל.

דער אנגעבליכער אורזאך פון זיין פּלוצלינגע רעזיגנאציע, איז צוליב דער פייער-אפשטעל וואס איז נעכטן אריין אין קראפט, צווישן די מיליטערישע קרעפטן פון מדינת ישראל און די חאמאס טעראר קרעפטן. ליבערמאן, וועמענס אויפגאבע ס'איז דאס זיכערקייט פונעם לאנד איז ביי די מיינונג, אז דער פייער-אפשטעל באדייט אז מדינת ישראל האט זיך ווירקליך אונטערגעגעבן פאר די פארשאלטענע חאמאס טעראריסטן, א שריט וואס לויט אים שטעלט דאס אין געפאר דאס זיכערקייט פון לאנד. דאס איז אפגעזען פון די פילע געפעכטן וואס ער האט נאכאנאנד געהאט מיטן פרעמיער בנימין נתניהו, וואס צייכנט זיך אויס מיט זיין אראגאנץ און שוואלבערישקייט, און פירט דאס לאנד אינגאנצן לויט זיין געשמאק, אן זיך צו רעכענען מיט די מיניסטארן פון זיין קאבינעט.

ווען מען אנאליזירט אביסל די אנטוויקלונגען פון די געשעענישן, הייבן זיך די ברעמען מיט וואונדער. נעמליך, די ספעציעלע קרעפטן איינהייטן פון מדינת ישראל האבן דורכגעפירט געהיימע מיליטערישע איבונגען אין עזה, און צו זייער שלעכט מזל זענען זיי אנטדעקט געווארן דורך די זיכערהייטס קרעפטן פון כאמאס, אין רעזולטאט האט א שווערע פייער אויסטויש אויסגעבראכן צווישן די כאמאס טעראריסטן און די מדינת ישראל געהיימע איינהייטן. דער קאמאנדיר פון די ספעציעלע קרעפטן האט א פארלוירענער באלד אלארמירט די לופט איינהייטן פון מדינת ישראל פאר באלדיגע הילף. און ס'האט טאקע נישט גענומען צו לאנג ביז ווען די סקוואדראנען פון די ציוניסטישע לופטוואפע האבן זיך באוויזן אין לופטן העכער עזה, און אנגעהויבן העפטיג באמבארדירן סטראטעגישע ערטער אין עזה, און די ספעציעלע קרעפטן איינהייטן האבן אויסגענוצט דעם באלאגאן וואס די באמבאדירונגען האבן פאראורזאכט פארשוואונדן צו ווערן אין איילעניש צו די אנדערע זייט גרעניץ.

אין רעזולטאט פון די אגרעסיווע לופט-אטאקעס זענען זיבן פאלעסטינער ברוטאליש גע'הרג'עט געווארן. דאס האט זעלבסט-פארשטענדליך שרעקליך אויפגעברויזט די פאלעסטינער, אזש די באגרעבעניש-צערעמאניעס פון די גע'הרג'טע זענען פארוואנדלט געווארן צו העסליכע פארזאמלונגען, און די צעיושעטע מאסן האט געשריגן פאר נקמה. און די כאמאס פירער מוזן דאך צייגן פאר זייער אונטערטאנען אז זיי זענען ווירקליך עפעס ווערד, אזוי אז זיי זאלן ווייטער קענען פארבלייבן ביי די מאכט, האבן טאקע פארארדענט א מאסיווער ראקעטן באראזש קעגן מדינת ישראל.

די ציוניסטישע קרעפטן קריכן אריין אין מיטן די נאכט צום אומפריינדליכער שכן, און ווען דער העסליכער שכן האט רעאגירט גענוי ווי מען רעאגירט ווען מ'דערזעט זיך מיט א רויבער אינדערהיים אינמיטן די נאכט, האבן זיי זיך מיטאמאל דערזען לויפן פאר זייער לעבן פון די מעכטיגע באמבעס וואס זענען געפלויגן העכער זייער קעפ, דאס האט זיי גענצליך ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט. דערפאר האבן זיי רעאגירט ווי א בייזער העסליכער שכן רעאגירט ווען באזוכט אים אינמיטן די נאכט מיט אומפריינטליכע צילן. דאן מיט וואס פאר א רעכט האט מדינת ישראל אטאקירט עזה? האסט איינגעמאכט? זיץ שטיל און עס די קאצעקווענצן! האט דאך דער פרעמיער בנימין נתניהו פילייכט יא גוט געטאן מיטן איינגיין אויף א פייער-אפשטעל, דאן פארוואס איז דער רבי אביגדור אזוי בייז? אזש ער דאנקט גאר זיין פאסטן?

ולליבערמאן הפתרונות...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איידער סגייט פארסירן...

ו.ב.י.ל.י.כ.ל.

דאס איז געשריבן נישט אינגאנצן אין איינקלאנג מיט די הייליגע ויואל משה. ס'איז אזוי ווי 'נישט אין שבת גערעדט'...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קאך_לעפל האט געשריבן:די ספעציעלע קרעפטן איינהייטן פון מדינת ישראל האבן דורכגעפירט געהיימע מיליטערישע איבונגען אין עזה...

:roll: :roll: :roll:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: פאר מיר געפעלט נאר ווי ער רופט אן די איזראעלי עיר פארס... "די לופטוואפפע פון מדינת ישראל"...!

ביי די פארשאלטענע, אומוויסנדע בהמות שטייען די נאציס העכער ווי אונזערע ברודער וועלכע זענען זיך מוסר נפש צו באשיצן די אידן וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל...!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

בערל אויף דיר האט מען גהערט בת היענה קולות מיט קראדיקאל טרערן ביי אי איווענט מיט די ראש החופרים פון ישראל איז דעקימען צו א פריוואטע ראלי און לאנג איילענד און א ספארטס אירענא ווי א א איידעם פון א ראש מועצת גדולי התורה האט געשריגען מנהמת... תלמידי רביינו אייכם? מיט א באסיווע שטימע און א אויגען וואס האבען געזיכט אינטערעסע אבער ביי דיר בערל זעה איךהאט ער נישט אויפגעטהון.. האסטו גלערינט 5 מיניט על הגאולה? האסטו גחזרט גואל ישראל? אייכם? אייכם?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

די פראגע איז בלויז וואס ס'וועט זיך אצינד ווירקליך אויסקאכן:

ליבערמאן און בנט ווילן פאררופן פריע וואלן. אבער די פארזיצער פון די לכוד פארטיי זענען ביי די מיינונג אז ס'פעלט זיך נישט אויס קיין פריצייטיגע וואלן. נאר אז די פאזיציע פון שר הבטחון זאל פארפילט ווערן דורכן פרעמיער נתניהו זעלבסט.
דוכט זיך אז זינט דער אלטער פון שדה בוקר, דוד בן גיריון שר''י, דער ערשטער מדינת ישראל פרעמיער, איז נאך קיינמאל נישט געווען אז דער פרעמיער זאל גלייכצייטיג דינען אויך אלס שר הביטחון. דאס איז ווארשיינליך צופול מאכט פאר איין אינווידואלע מענטש.
אפשר גאר האט טאקע דער נתניהו צוליב דעם טאקע אין געהיים אנגעדרייט די גאנצע רעזיגנאציע פון ליבערמאן ? ווער ווייסט דען?! דער נתניהו איז גאר א כיטרע מאן.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

גראדע איז יצחק רבין אויך געווען שר הביטחון אלס ראש הממשלה, און איראניש אז דער יונגער ראש האופוזיציה ביבי נתניהו האט איהם שארף אראפגעריסן פארדעם.
https://mobile.twitter.com/chaimlevinson/status/1062685064260132864
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו האט געשריבן:בערל אויף דיר האט מען גהערט בת היענה קולות מיט קראדיקאל טרערן ביי אי איווענט מיט די ראש החופרים פון ישראל איז דעקימען צו א פריוואטע ראלי און לאנג איילענד און א ספארטס אירענא ווי א א איידעם פון א ראש מועצת גדולי התורה האט געשריגען מנהמת... תלמידי רביינו אייכם? מיט א באסיווע שטימע און א אויגען וואס האבען געזיכט אינטערעסע אבער ביי דיר בערל זעה איךהאט ער נישט אויפגעטהון.. האסטו גלערינט 5 מיניט על הגאולה? האסטו גחזרט גואל ישראל? אייכם? אייכם?

ימים ידברו" די אלע גוטע און זיסע ווערטער און נעמען וואס איך האב געהאט פאר דיר וועלל איך נישט ארויפברענגען על הכתב. ווייל כ'ווייס נישט אויב דאס פאפיר וועט עס אויסהאלטן. אבער. יהי רצון. זאלל זיין כאילו. א יעדער קען זיך אליינס פארשטעללן וואו מיין בלוט פרעשור האלט. נאר אזויפיהל וועל איך דיר זאגן...אוי.קעי...איין ווארט....(פטור בלא כלום אי אפשר)...בהמה וואס דו ביסט...איך האב אדורכגעלערנט דעם ..."על הגאולה ועל התמורה"...נאך פאר דו ביסט געבוירן...כ'האב מורא אז נאך פאר דיין טאטע איז געבוירן...!

די יעקעס וואלטן געזאגט. (אפשר בן נריה אויכעט.)...דו אומ-וויסנדער קערל...געה צוריק שלאאפען...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: ליבערמאן רעזיגנירט!

שליחה דורך גר ותושב »

ווי באוויסט האט ליבערמאן א גרויסע יד אין די אזוי גערופענע גזירת הגיוס און אזוי ווי די התאחדות האט אפגערופען די מחאה האט ער מרוב כעס שנעל ריזיגנירט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גר ותושב: אפשר פארקערט. דער ראש פון התאחדות הרב איצא שייגעץ, האט געהערט אז ליבערמאן ווילל רעזיגנירן. האט ער אפגערופן די מחאה. ער ווייסט אבער נישט אז די אנדערע זענען נאך ערגער פון איהם לגבי גיוס. איינער וואס האט יא א פארשטענדעניש אר די חרחדישע אידן וואס וויללן נעמען געלט פון די מדינה און נישט גיין אין מיליטער, איז נפתלי בענעט. די פראבלעים מיט איהם איז אבער אז ער א גרויסער ציוני. פון די לעצטע רעליגיעזע ציונים וואס זענען נאך פארבליבן. אויך. האט ער זייער א קליין קאפל...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בנט איז מעגליך א ציוני, ווייס איך נישט. אבער רעליגיעז איז ער קיינמאל נישט געווען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

צוריק צו ענטפערין צים אויפגרעגטע בערל וואס שוימפט פאר כעס... עס דערמאנט מיר א מעשה .. א מגיד שיעור האט מסביר געווען די גמרא והי' כי זקן יצחק ותכהיין עיניו אז דער צדיק יצחק זאל נישט זעהן דעם רשע עשיו איז ער בלינד געווארען. האט ער מסביר געווען בלשונו ווען דער רשע בן גריון איז געקימען צום הייליגען חזון איש האט די חזון איש אויסגעטהון זיינע ברילען נישט צו קיקען בצורת אדם רשע... אויפגערגעטרהייט ווי אונזער בערל שטעלט זיך אויף א אלטע איד א ציוניסט און שרייט ארויס אנטשולדיגט פארוואס איז בנגריון א רשע? ווייל ער האט באזיכט ביים חזון איש? אזוי פרעגט ער מיט ערענסטע מיניע!
בערל וואס די לרעינסט על הגאולה און דארט זעה סטו זיך אנצונעמען פאר ליבערמאן ? שעמסטיך נישט ליבערמאן איז א כופר און א רעכטע מילטאנט די שעמסט דיך נישט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ימים יחזרו: זיי וויסן אז עד קאטש איז אויך געווען א כופר, איך געדענק נישט אז ביי די כ"א כסלו דיננער ווי ער האט זיך באטייליגט זאל זיך איינער אויסטון די גלעזער...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בנט איז מעגליך א ציוני, ווייס איך נישט. אבער רעליגיעז איז ער קיינמאל נישט געווען.

ליטוואק פון בודאפעסט. ער איז יא רעליגיעז. ער איז א בעל תשובה בן בעל תשובה. בעל בעלת תשובה. נאר אנצוטון א נארמאל קאפל איז ער נאכנישט אנגעקומען...מסתמא ווילל ער זיין צו גאט און צו לייט. פארדעם טוט ער אן א פיטשימאנטשיק, כזית קאפעלע. פאררוקט אויפ'ן עק פונ'ם קרחת...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו האט געשריבן:צוריק צו ענטפערין צים אויפגרעגטע בערל וואס שוימפט פאר כעס... עס דערמאנט מיר א מעשה .. א מגיד שיעור האט מסביר געווען די גמרא והי' כי זקן יצחק ותכהיין עיניו אז דער צדיק יצחק זאל נישט זעהן דעם רשע עשיו איז ער בלינד געווארען. האט ער מסביר געווען בלשונו ווען דער רשע בן גריון איז געקימען צום הייליגען חזון איש האט די חזון איש אויסגעטהון זיינע ברילען נישט צו קיקען בצורת אדם רשע... אויפגערגעטרהייט ווי אונזער בערל שטעלט זיך אויף א אלטע איד א ציוניסט און שרייט ארויס אנטשולדיגט פארוואס איז בנגריון א רשע? ווייל ער האט באזיכט ביים חזון איש? אזוי פרעגט ער מיט ערענסטע מיניע!
בערל וואס די לרעינסט על הגאולה און דארט זעה סטו זיך אנצונעמען פאר ליבערמאן ? שעמסטיך נישט ליבערמאן איז א כופר און א רעכטע מילטאנט די שעמסט דיך נישט?

ימים יחזרו: (קרעדיט רביה"ק זי"ע)...דו האסט גוטע פאנטאזיעס. דו האסט מיך געהערט זאגן אז איך האלט פון ליבערמאן...?!
פארשפארט