מחזור של התעללות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

מחזור של התעללות

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איינע פון די סוב ג'אנרעס פון פאנטאזיע פילם אפטיילונג, איז די זאמביס ג'אנרע. די ג'אנרע איז געבויט אויף איינע פון די הייטישע ( Haitian) פאלקס לענגענדעס, ווי א מענטש פארלירט די כח המשבה און בחירה דורך א ביס פון א צווייטע אנגעשטעקטער, און ער ווערט פארוואנדעלט און בלוט דורשטיגע חיה ויקרא שמו בהייטי "זאמבי".

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו זען אזא פילם און עס האט מיר זייער באנומען. ספעציעל איין סצענע ווי מען זעהט איין מינוט איז מען אן אדם חשוב, חושב, ומתחשב באחרים, א הארץ דאקטער, וואס איז פארנומען צו ראטעווען צאללאזע לעבענס, און נאכן כאפן א ביס ווערט ער אפעקטירט און פארלירט די שכל און צורת אדם און דערנאך איז ער נושך נשיכת זאמבי אין זיין בן יחיד א תינוק בן שנתיים און איז עובר אויף דמו לא תאכלו לויט אלע מפרשים, און ער איז אים גומר אויפן פלאץ.

ונבוך הייתי, ווי אזוי שפירן מיר לגבי דעם מציל נפשות וואס תוך כדי נשיכה אחת איז נתהפך געווארן לזאמבי אחר, און זיך אנגעפאנגען באשפעטיגן מיט הריגת נפשות. פון איין זייט האבן מיר געהאט א געוואלדיגע רחמנות אויף אים, ער איז נעבעך געביסן געווארן אין פארוואנדעלט געווארן אין א זאמבי שלא באשמתו, אבער פון די אנדערע זייט זענען מיר געווען געפערליך אנטריסט אויפגערעגט און צעשוידערט ווי אזוי ער האט געהארגעט זיין ביז איצטיגע בת עינו, זיין בן יחיד'ל, מיט אזא אזכריות ווי א נשיכת עורף.

דער אמת איז אז מיר מיר זענען צוגעוואוינט צו צוטיילן די וועלט אין צוויי חלקים, שחור ולבן, שווארץ ווייס, די פרעדיטערס און די וויקטימס, די וואס שעדיגען אנדערע און די וואס ווערן געשעדיגט, אבער אין אונזער פאל, אז מען איז משים לב איז באמת נישטא קיין פרעדעיטערס בכלל, עס איז נאר דא א סייקל פון וויקטימס, ווייל ווען מען ווערט געביסן פון אן אנשטעקעדיגער, אפעקטירט עס די מח און די בלוט צעלן, מען פארלירט די צורת האדם, כח הבחירה, און מען ווייסט נאר פון דורשט פאר בלוט.

כלפי מה דברים אמורים, מיר זענען פארנומען צו האסן און פארדאמען מאלעסטערס, כאילו דער איז נאך בצורת אדם, און האט נאך א בחירה ווי מיך און דיך און ער איז א פרעדיטאר שכל כולו רוע לב ואכזריות, און מיר האבן רחמנות און נעמען זיך אן פאר די וויקטימס. ווען דער אמת איז, אז צוואנציג יאר צוריק איז דערפרעדיטאר געווען די זעלבע וויקטים ווי פאר וועם מיר נעמען זיך יעצט אן. ועוד, אין צוואנציג יאר ארום וועט דער היינטיגער וויקטים פאר וועם מיר האבן אזוי רחמנות, זיין די זעלבע פרעדיטאר ווי וועם מיר האסן און פארדאמען יעצט מיטן גאצן אייפער.

אוודאי איז דא אויסנאמם פעלער אויף ביידע זייטן, פרעדיטארס וואס האבן א כח הבחירה און זיי זענען בחור ברע, אדער וויקטימס וואס ווערן נישט קיין פרעדיטארס און פארלירן נישט די כח הבחירה. אבער בדרך כלל איז עס א סייקעל, ווי דער זאמבי וואס בייסט אריין אין א מענטש (וויקטים), וואס דערנאך ווערט ער אליין א זאמבי און בייסט אריין אין נאך א מענטש (פרעדיטאר) וחוזר חלילה.

נישט אז עס מאכט א חילוק למעשה, מיר מענטשן ברויכן נאך אלס פרובירן צו אויסראטן און איינשפארן פרעדיטארס די זעלבע ווי מיר ברויכן אויסשיסן אלע אפעקטירטע זאמביס. אבער פון די אנדערע זייט אויב איז פארהאן וואספארא מהלך פון היילן אין ארבעטן מיט א פרעדיטאר ברויכן מיר דאס טוען מיטן גאנצן אייפער און ברען, פשוט ווייל מיר מוזען זען אין דעם היינטיגען גרויסען פרעדיטער אן אמאליגע קליינע וויקטים.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: מחזור של התעללות

שליחה דורך קל וחומר »

יעדער מענטש איז א וויקטים אויף א געוויסע זין, די שאלה איז וואס מען טוט מיט דעם מציאות, צו בויעט מען זיך אויף און מען קומט דורך די שוועריגקייטן אדער נעמט מען זיך שמייסן אין די מענטשהייט ארויסשטעקענדיג דעם וויקטים קארטל.
דשאו נעוואראו אין זיין בוך 'געפארפולע פערזענליכקייטן' שרייבט א שטארקע הגדרה אויף די מערסטע מסוכנ'דיגע מענטשן אויפן כדור הארץ, 'זיי זענען וויקטימס וואס זוכן דעם פרעדעטער'.

דאס טערם 'וויקטים' דארף אן איבערמאכונג.
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

מחזור של התעללות

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

בעצם האבן מיר א׳ תבועה צים וויקטים פינקט ווי צים פרעדיטאר, ״ נעם דיר אין דיהענט אריין
! and get over it״
דהיינו אינז גלייבן אז ער האט נישט פארלוירען איגאנצן די בחירה,
אבער צי פארשפרייטן אויף ווייטער די מחלה,איז די תבועה פשוט נאך שטערקער!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יב הלוי סאלאווייטשיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מחזור של התעללות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב ערגעץ געליינט, אז די גאנצע זאך אז וויקטימס ווערען מאלעסטערס איז גארנישט באשטעטיגט. דאס קומט בלויז פון מאלעסטערס וואס זוכען גענאד פונ׳ם ריכטער און ווינען אז מ׳האט זיי באלעסטעד. קיים עמטליכע פארשונג האט עס קיינמאל נישט באשטעטיגט.

טאמער איינער קען לינקען צו א שטודיע וואס זאגט אנדערש, וואלט איך עס געוואלט ליינען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב ערגעץ געליינט, אז די גאנצע זאך אז וויקטימס ווערען מאלעסטערס איז גארנישט באשטעטיגט. דאס קומט בלויז פון מאלעסטערס וואס זוכען גענאד פונ׳ם ריכטער און ווינען אז מ׳האט זיי באלעסטעד. קיים עמטליכע פארשונג האט עס קיינמאל נישט באשטעטיגט.

טאמער איינער קען לינקען צו א שטודיע וואס זאגט אנדערש, וואלט איך עס געוואלט ליינען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס איז א סיינטיפישע פאקט אז אז עקזעסטירט אזא סייקל, די שאלה איז נאר ווען, און וואס די פראצענט איז
נאט אייך איין לינק, און נאך איינס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

נארסעיסטען וואס פייניגן זייערע קינדער און אנדערע זענען אויך וויקטעמס. אבער זיי האבן געדארפט פארשטיין נישט צו גיין פאבריצירן נאך סארסעסיסטען נאר זיך נעמען אין די האנט אריין
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

מיר פרובירן נישט צו בארעכטיגען זייער געמיינהייטן, און עס איז גרינג צו ברענגן היטלער און נארסעסיסטן צו פראוון א פוינט אז מען ברויך זיי האלטן הונדערט פראצענט ריספאנסבעל . די מציאות פאר די וואס ארבעטן מיט טייל פון די פרעדיטארס (און אפשר אויך טייל פון די נארסעסיטן) איז אז גאנץ אפט שטעלט זיך ארויס נישט אזא שווארץ ווייס בילד ווי דער המון עם האט אויף זיי, און דאס איז וואס איך האב פרובירט צו מיטיילן דא מיטן עולם.
ווער עס וויל בלייבן מיט זיינע שווארץ וויייסע ברילן איז מכובד, איך וועל זיי אליינס אויך נישט דן זיין מיט א שווארץ ווייסע ברילן, איך וועל ליבערשט וועלן פארשטיין וואס עס שטופט זיי צו בלייבן מיט אזאנע ברילן...
חמין במוצאי שבת מלוגמא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אפשר דארף מען הנאה האבן אז אזא מאנסטער ווי היטלער איז געווארן מאלעסטירט ?
גאנץ איראניש
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווען ער איז געווארן מאלעסטירט איז ער נאכנישט געווען קיין היטלער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען ער איז געווארן מאלעסטירט איז ער נאכנישט געווען קיין היטלער.

דאס איז טאקע די איראניע דערפין, דאס איז די וועג וויאזוי מענטשן טראכטן. השנאה מקלקלת את השורה
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב ערגעץ געליינט, אז די גאנצע זאך אז וויקטימס ווערען מאלעסטערס איז גארנישט באשטעטיגט. דאס קומט בלויז פון מאלעסטערס וואס זוכען גענאד פונ׳ם ריכטער און ווינען אז מ׳האט זיי באלעסטעד. קיים עמטליכע פארשונג האט עס קיינמאל נישט באשטעטיגט.

טאמער איינער קען לינקען צו א שטודיע וואס זאגט אנדערש, וואלט איך עס געוואלט ליינען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס איז נישט וויכטיג אויב ס'איז פאקטיש אמת, ס'גענוג אז ס'לייגט זיך אויפן שכל אז עס קען זיין אמת ארויסצוברענגען די איראנישע נקודה.
די נקודה קען ווערן ארויסגעברענגט אלס אן אנטווארט פאר א וואונטש איבער א מאלעסטערער. כ'האף אז זיינע קינדער ווערן מאלעסטעד, ער זאל דאס אליין שפירן אויף זיין אייגענע בארד- וואס פארשטייט זיך בכלל נישט קיין אויסגעהאלטענע וואונטש, וואס זענען זיינע קינדער שילדיג- ווייסט וואס, נאך שטארקער פון דעם, ער אליין איז געווארן מאלעסטעד. יעצט פאטשט דיר אין בויך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

איך זעה נישט ווי עס שטייט אינעם ארטיקל וואס סאטמאר רב ברענגט צו אז היטלער איז מאלעסטירט געווארען, עס שטייט דארט סך הכל אז זיין טאטע איז נישט געווען שיין צו אים.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב ערגעץ געליינט, אז די גאנצע זאך אז וויקטימס ווערען מאלעסטערס איז גארנישט באשטעטיגט. דאס קומט בלויז פון מאלעסטערס וואס זוכען גענאד פונ׳ם ריכטער און ווינען אז מ׳האט זיי באלעסטעד. קיים עמטליכע פארשונג האט עס קיינמאל נישט באשטעטיגט.

טאמער איינער קען לינקען צו א שטודיע וואס זאגט אנדערש, וואלט איך עס געוואלט ליינען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס איז א סיינטיפישע פאקט אז אז עקזעסטירט אזא סייקל, די שאלה איז נאר ווען, און וואס די פראצענט איז
נאט אייך איין לינק, און נאך איינס


דיין ערשטע לינק שטייט גארנישט, נאר אז מ'האט עס שטודירט. די תוצאות שטייען נישט דארט אין דער עפענטליך און איך בין נישט קיין דאקטאר צו באקומען צוטריט.

אין דיין צווייטע לינק, טרעפט מען די ווערטער Among 747 males the risk of being a perpetrator was positively correlated with reported sexual abuse victim experiences וואס מיינט reported? דורך וועמען? וויאזוי איז עס באשטעטיגט אז עס איז עמטליך געשען? ווייל מ'דארף גלויבען יעדער וויקטים?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אדאלף היטלער איז נעבעך געווען א וויקיטים.

see the book "For your own good" by Alice Miller

Godwinslaw#

רביה"ק זי"ע: דאס איז אפשר אויך געווען איינס פון די סיבות וואס אסאך גרויסע שרייבערס און טעאטער אקטיארן זענען געווען אלקאהאליקערס. זיי האבן געשפירט אן אומפארגעסליכן פיין פון זייער יוגנט. און זיי האבן עס געוואלט דערשטיקן מיט אלקאהאל...!
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב ערגעץ געליינט, אז די גאנצע זאך אז וויקטימס ווערען מאלעסטערס איז גארנישט באשטעטיגט. דאס קומט בלויז פון מאלעסטערס וואס זוכען גענאד פונ׳ם ריכטער און ווינען אז מ׳האט זיי באלעסטעד. קיים עמטליכע פארשונג האט עס קיינמאל נישט באשטעטיגט.

טאמער איינער קען לינקען צו א שטודיע וואס זאגט אנדערש, וואלט איך עס געוואלט ליינען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס איז א סיינטיפישע פאקט אז אז עקזעסטירט אזא סייקל, די שאלה איז נאר ווען, און וואס די פראצענט איז
נאט אייך איין לינק, און נאך איינס


דיין ערשטע לינק שטייט גארנישט, נאר אז מ'האט עס שטודירט. די תוצאות שטייען נישט דארט אין דער עפענטליך און איך בין נישט קיין דאקטאר צו באקומען צוטריט.

אין דיין צווייטע לינק, טרעפט מען די ווערטער Among 747 males the risk of being a perpetrator was positively correlated with reported sexual abuse victim experiences וואס מיינט reported? דורך וועמען? וויאזוי איז עס באשטעטיגט אז עס איז עמטליך געשען? ווייל מ'דארף גלויבען יעדער וויקטים?

וועגן די ערשטע לינק האסטו אפשר פארפאסט דעם זאץ וואס שטייט אינעם אבסטרעקט we discovered evidence to support the existence of a cycle of abuse for male CSA victims who had experienced particular abuse characteristics
בנוגע דיין שאלה צו מען האט ווערטיפייט צו זיי זענען טאקע געווארען מאלסטעדט? איך פארשטיי אז "reported" מיינט פאר זיי זענען געווען accused וואס מיינט אז זיי האבן נאך נישט געהאט קיין נגיעה בדבר, קען זיין אז איך מאך א טעות
חמין במוצאי שבת מלוגמא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

יישר כח פאר דעם רעיון.
לאמיר דאס נעמען אביסעלע ווייטער.
יעדע מענטש וואס מאלעסטעט קינדער איז געווענליך א פעדעפייל, דאס מיינט איינער וואס זייין תאווה מינית איז פאר אומערוואקסענע. איז ווי אזוי קענען אונז פשוט'ע מענטשען, אזוינע וואס פארמאגען נישט די תאווה, עם פארמשפטען?
(כרעד נישט דא פון אומשעדליך מאכען, כרעד פון א מאראלישע משפט)
אויב מיר וואלטען פארמאגן די דאזיגע תאווה, צו וואלטען מיר נישט געטוהן, אדער געוואלט טוהן, די זעלבע זאך?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גדליה האט געשריבן:לאמיר דאס נעמען אביסעלע ווייטער.

קענסט דאס זאגן אויף יעדע זאך. פארוואס האט סטאלין גע'הרג'ט מענטשן און דו נישט? ווייל סטאלין איז געווען א שלעכטע מענטש און דו ביזט א גוטע מענטש. איז אויב דו וואלסט געווען א שלעכטע מענטש און סטאלין וואלט געווען א גוטע מענטש...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

דארטען קען מען זאגען אז א מענטש וואס האט ליעב צו הרג'ענען איז טאקע א שלעכטע מענטש. ווייל ווער דען האט ליב צו הרג'ענען אויב נישט א שלעכטע מענטש א רוצח?
אבער א מענטש וואס האט ליעב צו טאטשען קינדער איז לאו דווקא א שלעכטע מענטש.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס זאג איך טאקע, אז ווען גאט באשאפט דיר מיט סטאלין'ס הארץ וואלסטו גארנישט בעסער געווען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

אקעי אבער דו רירסט אן א צווייטע נקודה וועגען בחירה וכו'.
דא איז מיין טענה אז דו קענסט נישט דן זיין א מענטש וואס פארמאגט א אנדערע תאווה ווי דיך.
וועסטו מיך זאגען אז סטאלין האט אויך א תאווה צו רציחה. נו טאקע פארדעם האב איך אים פיינט ווייל א מענטש וואס האט א תאוה צו רציחה איז א שלעכטע שעדליכע מענטש
יעצט זאגסטו מיך אז ג-ט וואלט מיך געקענט באשאפען א סטאלין?
טאקע אמת און יע'דער וואלט מיך פיינט געהאט און מיט רעכט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך זעה נישט פארוואס דו זאגסט אז ס'איז א צווייטע נקודה, לדעתי זה היינו כך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

כאב נישט קיין געדולט זיך צו טענה'ן יעצט אבער לדבריך מאכסטו נאר שטערקער די קשיא
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
פארשפארט