ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

שליחה דורך שמעון וואלף »

זייענדיג אינטערן דרוק נאך א שווערע פארלוסט וואס האט מיך ליידער באטראפן, עפען איך די אשכול ווי מ'זאל זיך קענען מחזק זיין איינער דעם צווייטן.

די גמרא זאגט שוין דאגה בלב איש ישחנה - לאחרים, אז בלויז דאס זיך אויסרעדן א פראבלעם צו א צווייטן מאכט שוין עטוואס גרינגער. איז אודאי אזוי ווען מ'רעדט זיך דא אויס פאר חברים מקשיבים וואס האבן א ווארעם הארץ איינער פאר'ן צווייטן, און וועלן ציווארפן דברי חיזוק.

ואסיים בברכה, שישמע בשטיבל זה בשורות טובות ישועות ונחמות און טאמער ח"ו מאכט זיך ביי איינעם א פראבלעם זאל מען וויסן אז דא איז דא אן אוזן קשבת און מ'איז נישט אליין.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך בין לעצטענס דורך א פיינענשעל לאסס וואס האט מיר געקאסט שווערע געלטער,און ס'לאזט מיר נישט קיין מנוחה. איך טריי מיך צו קאנטראלירן און נישט ארויס ווייזן צובראכנקייט פאר די ווייב און קינדער ווי ווייט מעגליך, אבער תוך תוכו בין איך א שברי כלי. איך האב נישט די מוט פאר פריילעכקייט און איך באמערק אויך אז איך ווער שנעלער אויפגערעגט אויף די קינדער ווען זיי פאלגן נישט וכדומה.

ב"ה אז אפילו מיט די פארלוסט בין איך נישט קיין רחמנות, און דאס גוט מיר חיזוק אבער פון די אנדערע זייט עגבערט עס מיר געפערליך. איך וואלט שטארק הנאה געהאט ווער ס'קען העלפן מיט אן עצה אויף דעם.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ראשית סאררי פאר דיין פעין, איך שטעל זיך פאר אז עס שפירט אומדערטרעגליך, והשם ימלא חסרונך.
אבער כדי מיר זאלן קענען זיין הילפבאר, קום אריין קלארער, וואס עגבערט דיך? ווואס איז דאס וואס די שפירסט, איז עס גילט? ענגער? לאסס? ווערטלאז? ווי מער פרטים איבער דיין סטראגעל מיט דיינע מחשבות און געפיהלן (נישט די פרטים פון די מעשה) וועט זיין גרינגער צו זיין הילףבאר.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ס'טוט שטארק וויי צו הערן אזאנס, טאקע ווייל איך בין שוין אויך דורך, ליידער מער פון איינמאל, און כ'האף אז מער קיינמאל. ס'נישט קיין גרינגע זאך דורך צו טראגן און ספעציעל אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער.


ווי אזוי האט מיר א גרויסער ביזנעסמאן געזאגט, "ביזט גרייט צו פארלירן געלט, וועסטו מאכן געלט, און אז נישט איז כמעט נישט מעגליך צו מאכן".

די פאקט איז, אז נישט אין יעדע דיל פארדינט מען, ס'דא וואו מ'מאכט און ס'דא וואו מ'גייט ארויס מיט די הויזן און אמאל מאכט זיך, אז מ'גייט ארויס אן די אינטער הויזן, דאס איז די מציאות פון מאכן געשעפטן. נאר דער רבוש"ע זאל העלפן אז ס'זאל זיין מער רווחים ווי אינטערהויזן געשעפטן


כ'האף אז דו מאכסט עס גאר שנעל צוריק, און אלף פעמים ככה.

פרוביר דיך צו שטארקן, ס'שרייבט זיך גרינגער ווי ס'טוט זיך אבער האפענונג איז פון די שטערקסטע און ווירקליכסטע זאכן וואס גאט האט אינז באשאנקן.
זעה אנצוהאלטן דיין היומאר, ס'קומט גוט צוניץ.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ראשית סאררי פאר דיין פעין, איך שטעל זיך פאר אז עס שפירט אומדערטרעגליך, והשם ימלא חסרונך.
אבער כדי מיר זאלן קענען זיין הילפבאר, קום אריין קלארער, וואס עגבערט דיך? ווואס איז דאס וואס די שפירסט, איז עס גילט? ענגער? לאסס? ווערטלאז? ווי מער פרטים איבער דיין סטראגעל מיט דיינע מחשבות און געפיהלן (נישט די פרטים פון די מעשה) וועט זיין גרינגער צו זיין הילףבאר.

איך שפיר מיך ווי א גרויסע פעיליור ווייל איך האב נישט געטון עפעס וואס איז א גרויסע ריסק. איך האב געמאכט אן אינוועסטמענט וואס איז מעשים בכל יום, מענטשן טיען עס כסדר און פונקט ביי מיר איז עס דורכגעפאלן און נישט סתם נאר מיט אלע פיטשיווקעס, ווי ס'האט נאר געקענט גיין ראונג.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

שליחה דורך קל וחומר »

איך בין אויך געווען שוין אין אן ענליכן סוטאציע, ווען געציילטע יאר נאך מיין חתונה האב איך אוועקגעלייגט אפאר מאות און אינוועסטירט, א שיין חלק דערפון איז געגאנגען א גאנג.
ס'האט מיר פיין געציפט, ביז איך בין איין טאג געקומען צום החלטה אז איך גיי רעכענען דעם פארלוסט פאר אן אינוועסטמענט אין זיך זעלבסט, איך גיי זיך אויסלערנען ווי אזוי צו דיעלן מיט אזא מצב און ווי אזוי צו מאכן בעסערע החלטות ווען ס'קומט צו אינוועסטירן. (געליינט אפאר ביכער אויפן נושא, אנגעהויבן מיט poor dad rich dad).
ב"ה אז היינט אפילו אז ס'מאכט זיך אמאל אן אינוועסטירונג וואס גייט נישט אזוי רעכטס, בין איך גענוג געדעקט פון אנדערע אינוועסטירונגען.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך או אינו »

איז די דיעל געגאנגען שלאפן דורך אומוויסענשאפט פין דיינס א חבר וואס האט זיך פארקויפט אלס געשעפטסמאן? אדער לייגן אייגענע איטערעסע פאר דיין? קומט אריין קלאר! איך האלט שוין לאנג אז מ'זאל אנהויבן לערנען חושן משפט מיטן ציבור אדער גרינדען א כמו sec פאר אינדיווידואלע היימישע אינוועסטירער. איך האף אז נישט ביטקוין? סך הכל די עקספיריענס מאכט אייך פאר א בעסערע אינוועסטער פארן נעקסטן דורכפאל. שבע יפול צדיק וקם! עס קומט גיטע צייטן
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

שליחה דורך טמיר »

ווער שטייט בעסער/ערגער, איינער וואס איז פון אנפאנג געווען א לא יצלח און אלעס איז עם געגאנגען מיט די לינקע פיס, אדער איינער וואס די הצלחה האט עם געשיינט 20 יאר, דערנאך האט ער דערלייגט האלב פון זיין פארמעגן אין א שלעכטע דיעל?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

אוודאי די צווייטע, די ערשטע האט דאך נאך נישט געהאט א גוטן טאג אין לעבן.

זיער א גיטע און וויכטיגע אשכול, יישר כח שמעון וואלף, איך מיין אז יעדער קען צולייגן זיינע מעשיות, יעדער פון אונז האט שוין געהארט פארלוסטן און הארץ עסעניש, אפשר וועט טאקע ווערן גרינגער אויפן הארץ נאכן עס אראפ לאדענן אין דעם אשכול.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'ווערט געשאצט אז אזוי פול ווי 15 מיליאן אמעריקאנער פארמאגן א אַלקאָהאָל ניצן דיסאָרדער. און אויף דער באנוץ פון אומלעגאלע סאבסטאנצן איז ניטאמאל פארהאן קיין גענוי אפשאצונג. אפגעזען פון דעם וואס שווערע טויזענטער מענטשען שטארבן יערליך פון אַלקאָהאָל פארגיפטונג און פון אומקאנטראלירטע סאבסטאנצן באנוץ, פארט האלטן זיך מענטשן נישט אפ פון זיך צו באנוצן מיט זיי.
ווען איר וועט זיי פרעגן פארוואס זיי טוען דאס, וועלן זיי אין אלגעמיין ענטפערן אז זיי גייען דורך געוויסע שוועריקייטן אין לעבן, און דאס העלפט זיי זיך צו פארטייבן די געפילן און זיך צו פארגעסן פונעם ארום. זיי זענען פילייכט ביים באוויסטזיין אז אַלקאָהאָל אדער סאבסטאנצן היילן נישט דעם פראבלעם. פארט זענען זיי שוואכלינגען וואס גיבן זיך אונטער צו זייער פראבלעמען.

אלזא, ווילט איר זיין א גיבור אדער א שוואכלינג?

דער קונסט איז צו זיין א גיבור, און זיך נישט אונטערגעבן צום פראבלעם. זאכן פארן מיטן פיטום אראפ? איר זענט נישט אליין, יעדער באזונדער מוטשעט זיך מיט זיינע אייגענע פראבלעמען. מ'דארף אנווענדן יעדע סארט מיטל נישט באהערשט צו ווערן פון פראבלעמען.

דער גרינגסטע און שנעלסטע וועג איז טאקע אַלקאָהאָל און סאבסטאנצן. ווארום דאס היילט נישט די פראבלעם, און ס'איז גאר זייער שעדליך.

דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.

דער דריטער גאנג איז אמונה. דאס באדייט ווירקליך גלויבן אז אויב דאס האט פאסירט צו אייך האט דאס ווירקליך געדארפט פאסירן, און עטווענטועל וועט זיך ארויסשטעלן אז דאס איז גאר געווען א טובה פאר אייך. און דאס קאסט נישט קיין געלט. ווי עס לויטעט דאס שפריכווארט: גלייבן און צוזאגן קאסט נישט קיין געלט.

דאס פערטע גאנג איז אמונת רובאשקין. דאס איז אין אלגעמיין ווירקזאם ביז גאר. אמונת-רובאשקין איז אזוי ווירקזאם, אז ס'נעמט עטווענטועל גענצליך אוועק דעם פראבלעם, דער פראבלעם ווערט גענצליך צונישט ווי ס'וואלט ווען קיינמאל גאר נישט געווען. ווי ס'האט זיך טאקע ווירקליך ארויסגעשטעלט ביי רובאשקין זעלבסט.

אלזא דער לעזונג איז טאקע דא, אבער גיוואלד, ווי האנדלט מען זיך איין אזא פעלזן שטארקע אמונה? פון עסן געבראטענע ווארשטליך מיט זויער קרויט ווארשיינליך נישט![/justify]
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

קודם כל, המקום ימלא חסרונך, הויה זאל אייך צוריקצאלן בכפלי כפליים.
געדענקט אז חרטה און גילט געפילן ברענגען נישט קיין שום נוצען אויסער דיך חרוב מאכען. די עבר איז די עבר און סגייט נישט געטוישט ווערען.
געדענק נישט צו זיין פון די בני אדם וואס ממונם חביב עליהם מגופם, מאך נישט חרוב דיך אליין צוליב געלט.
א פארלוסט איז א פארלוסט, אבער זיך אויפעסן נאך א פארלוסט מאכט אלעס הונדערט מאל ערגער.
אויב דארף א מענטש עפעס דורעכגיין, איז עס די גרינגסטע מיט דערלייגן געלט (אויסער אויב ממוטשעט זיך ממש אויף פרנסה, וואס איך פארשטיי איר האלט נישט דארטען).
די וויכטיגסטע זאך פאר א מענטש איז זיין מנוחת הנפש, ס'איז נישט ווערד קיין מיליאנען אויפצוגעבען דיין מנוחת הנפש.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.[/justify]


אבי געהאקט אין טשייניק, אזא סטעטמענט קומט פון צופיל קראצען די פיס אין מקוה.
סייענטיפיק דעטע זאגט אנדערש.CBT למשל איז, לויט שטודיעס, עפעקיטיוו 50-75 פראצענט פון די צייט פאר דיפרעששן און ענעקזייטי נאך 8-10 סעששאנס, וכו' וכו' אויף אנדערע מהלכים און אנדערע דיסארדערס.
טשעק די פאקטן פאר די רעדסט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

כ'האב געהערט פון א אידן וואס איז דורכגעגאנגען שווערע צייטן אז ער האט אפירגענומען דעם חובת הלבבות'ל און אסאך געלערנט אין שער הבטחון, ער האט גענומען די הייליגע ווערטער צו זיין הארץ און פרובירט צו לעבן דערמיט, און ס'האט עם אסאך געהאלפן.
אפען גערעדט האט איר נישט קיין סאך צו פארלירן, קיין עצה צוריקצוברענגן ס'געלט איז לכאורה ניט דא, בלייבט נאר איבער זיך מחזק זיין. מ'ווייסמער אז די תורה איז די מקור החכמה והאמת און אלעס איז נכלל אין די תורה, ממילא איז חיזוק דורך די תורה די בעסטע חיזוק. מ'לערנט און מ'חזרט די דיבורים פון בטחון בהשי"ת ווערט מען כקטן שנולד דמי און ס'געבט א נייע פערספעקטיוו אויף געלט און אויף מקרים וואס האבן פאסירט. כ'קען מעיד זיין אז ס'ארבעט פיין.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ווען איך פארליר א מיליאן דאללאר, אדער ווען מיין זון דרייט נאך ארום ר''ח טבת אן קיין ישיבה, אדער דאס ווייב איז א מכשפה וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען, אדער מ'איז שולדיג ראטע פאר 10 חדשים און די מארשאלן דראהען אראפצורייסן די טיר, און ארויס שטעלן די קינדער געבענשטע פאמיליע אויפן גאס. אד''ג. מיט וואס קען מיר דאן דער טראפיסט העלפן? ער קען מיר מאכן עטוואס פילן גוט, ביז דער נעקסטער פעקל חסדים פון הימל קומט צו פליען מיט אן אימפעט? א טראפיסט קען לעזען א פראבלעם? ער/זי קאן דיר אפשר מאכן שפירן עטוואס גוט אויף 15 מינוט, פאר די פרייז דריי מאות ככר כסף עובר לסוחר א שטונדע.[/justify]
ווען מ'לעבט מיט א ריינע אמונה, גיבט מען זיך נישט אונטער פאר קיין שום פראבלעם אין דער וועלט. אונזערע זיידעס זענען נאך די גרעסטע באווייז. מ'האט געלעבט מיט א ריינע אמונה, און די טראפיסטן האבן זיך בלויז פארנומען מיט די נישט גלויביגע.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.[/justify]


אבי געהאקט אין טשייניק, אזא סטעטמענט קומט פון צופיל קראצען די פיס אין מקוה.
סייענטיפיק דעטע זאגט אנדערש.CBT למשל איז, לויט שטודיעס, עפעקיטיוו 50-75 פראצענט פון די צייט פאר דיפרעששן און ענעקזייטי נאך 8-10 סעששאנס, וכו' וכו' אויף אנדערע מהלכים און אנדערע דיסארדערס.
טשעק די פאקטן פאר די רעדסט.


איר זענט הייליג גערעכט, סקען זיין אז טראפי העלפט פאר דיפרעשן און ענעקזייטי, אבער ווען מ'לעבט מיט אמונה דערזעט מען זיך אין די אלע הויכע קאודס...
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ד' נתן וד' לקח - הילף נאך א פארלוסט

שליחה דורך טמיר »

סמבטיון האט געשריבן:אוודאי די צווייטע, די ערשטע האט דאך נאך נישט געהאט א גוטן טאג אין לעבן.

זיער א גיטע און וויכטיגע אשכול, יישר כח שמעון וואלף, איך מיין אז יעדער קען צולייגן זיינע מעשיות, יעדער פון אונז האט שוין געהארט פארלוסטן און הארץ עסעניש, אפשר וועט טאקע ווערן גרינגער אויפן הארץ נאכן עס אראפ לאדענן אין דעם אשכול.

אבער דער צווייטער האט דאך געהאט 30 זאטע יארן, און אפילו יעצט שטייט ער נאך בעסער ווי דער ערשטער!
סארא נאנסענס, און נאך אודאי!
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך פיל מיט דיר שמעון וואלף. זיי נישט געבראכן אבער כ'בעט דיר. זיי זאגן אז די וואס זענען מצליח איז נאר ווייל זיי נעמען אזויפיל מאל ריסק אז זיי מוזן אמאל מצליח זיין...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קאך_לעפל האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.[/justify]


אבי געהאקט אין טשייניק, אזא סטעטמענט קומט פון צופיל קראצען די פיס אין מקוה.
סייענטיפיק דעטע זאגט אנדערש.CBT למשל איז, לויט שטודיעס, עפעקיטיוו 50-75 פראצענט פון די צייט פאר דיפרעששן און ענעקזייטי נאך 8-10 סעששאנס, וכו' וכו' אויף אנדערע מהלכים און אנדערע דיסארדערס.
טשעק די פאקטן פאר די רעדסט.


איר זענט הייליג גערעכט, סקען זיין אז טראפי העלפט פאר דיפרעשן און ענעקזייטי, אבער ווען מ'לעבט מיט אמונה דערזעט מען זיך אין די אלע הויכע קאודס...


אמונה און בטחון איז עפעס וואס אדער האט מען עס, אדער נישט. אמת, אמאל האט מען נאר בכח, און עס העלפט ווען מען ברענגט עס ארויס בפועל דורך עוסק זיין דערין.

אבער זייער אסאך מאל מאכט זיך אז אמונה ובטחון ווערט א טייל פון די פראבלעם אנשטאט די לייזונג, ווייל דער מענטש ווערט נאך מער צערידערט אז ער האט נישט קיין ריכטיגע אמונה ובטחון, והא ראי ער איז דיפרעססעד און ענקשעס, און אמאל האט דער מענשט באמת נישט גענוג אמונה זיך צו קענען טרייסטן, ועל זה דוה לבנו. און אזאלעכע פעלער מעג מען, זאל מען און ברויך מען זיך באנוצען מיט מעטאדי הפסיכלאגיע למניהם.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]דער צווייטער גאנג איז, טאראפי. דאס באדייט זיך אויסצורעדן פאר אנדערע. אפגעזען פון די אסטראנאמישע סומעס געלט וואס דאס קאסט אפ, העלפט דאס אין אלגעמיין בלויז א מכה בדופן. און די סעסיעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט. נעמליך, דער טאראפיסט דארף דאך האבן פון ווי צו לעבן.[/justify]


אבי געהאקט אין טשייניק, אזא סטעטמענט קומט פון צופיל קראצען די פיס אין מקוה.
סייענטיפיק דעטע זאגט אנדערש.CBT למשל איז, לויט שטודיעס, עפעקיטיוו 50-75 פראצענט פון די צייט פאר דיפרעששן און ענעקזייטי נאך 8-10 סעששאנס, וכו' וכו' אויף אנדערע מהלכים און אנדערע דיסארדערס.
טשעק די פאקטן פאר די רעדסט.

ווען זיי זאגען אז ס'איז עפעקטיוו מיינט אז פאר פופצען מינוט האסטו געשפירט בעסער נאכ'ן זיך אויסוויינען פאר א טעראפיסט וואס טשארדזשט דיך דריי מאות א שעה
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ניין, אויסדרוקלען נישט אקוראט.
עס מיינט למשל אז סימפטאמס פון דיפרעששן ווי ווייניג אפעטיט, נעגעטיוו בליק, צופיל אדער צוווייניג שלאף, וכו' ווערט פארשווינדען.
ווען מען מאכט א שטודיע צו א מהלך איז עפעקטיוו נעמט מען א דיפרעששען סקאר וואס איז געבויט אויף די באשטאנדטיילן און סימפטעמס פון די ספעספישע דיסארדער. ווען דאס ווערט פארשווינדען און דער מענשט סקארט פאר א לענגערע וויילע און די רענדש פון א נארמאלער מענשט, אדער נאנט צו דעם, הייסט עס אז עס איז עפעקטיוו.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ס'איז א שמועס פאר זיך אבער מברויך עס געהעריג צולייגען.
פאר אנהייבערס, רוב מענטשען ווערען נאטורליך בעסער, רוב מענטשען בלייבען נישט אין דעפרעשען א גאנץ לעבען, סאו ס'איז לאו דווקא די טעראפי וואס העלפט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ריכטיג, סאיז א שמועס פאר זיך.
ועוד שלשה הערות
א. ווען מען מאכט א שטודיע ברויך אייביג זיין א קאנטראל גרופ, און מען מעסט די עקספירימענט אקעגן א קאנטראל גרופ (וואס מען טוט נישט מיט זיי גארנישט און ווערן נישט בעסער אדער מיט ווייניגער פראצענט) נאר דאן הייסט דאס עפעקטיוו.
ב. ענעקזייעטי און אסאך אנדערע דיסארדערס (אנדערש ווי דיפפרעשן) ווערן כמעט קיינמאל נישט בעסער אן קיין טערעפי אדער טריעטמענט.
ג. נעמען דריי הונדערט דאללער פער סעששאן איז עניוועס ע"פ רוב גזילה גניבה וחזערישקייט און דאס איז גענומען אדווענדטזש פון די נשברי לב, און עס איז אויך נישט ווערט דאס געלט, ווייל מען קען דאס באקומען אומזיסט דורך אינשורענס.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די בעסטע טעראפי איז וואס מ'מאכט אליינס, און ס'קאסט נאר אכט דאללער!!!

https://www.amazon.com/Focusing-Eugene- ... 0553278339
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט