רשעות לשם שמים

מחשבה, השקפה ועיון
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

אונטער חכם האט געשריבן:לאמיר עס מאכן אביסל מער רעלעוואנט, וויאזוי קוקט איר אן ישי שליסל, וועט איר זיך פרייען אויב עפעס שלעכט וועט אים געשען? וואונטשט איר אים דעם טויט?

אקעי ס'איז נישט שיין זיך צו פרייען ווען א מענטש איז בצער, אבער די שאלה איז א ריכטיגע, און די משל איז טאקע זייער פאסיג
בקיצור, איז דא א religious exemption פאר רוצחים און רשעים אזוי ווי ס'דא פאר וואקסינען?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

exepmtion פון וואס?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

רבינו הקדוש והטהור זכותו יגון ואנחה
וואס פונקטליך איז אייך שווער דא?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה האט געשריבן:פארפאלען, די אשכול גייט שוין אריינפאלען אין די פילאף - בערל - שמעקעדיג מערכה. חבל על דאבדין. באלד וועט ימים ידברו קומען כאפן א שטיקעל פון די חורבנות.

גדליה: דו קענסט עס נאך ראטעווען. זאג עס עפעס א גוטן מאמר וועלכעס לייגט זיך אויפ'ן שכל. אן אריינמישן דיין פערזענליכע אגענדא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דאכט זיך אז אויב וויל מען פארשטיין די חרדישע אידישע אידילאגיע צו מחלק זיןן ביין אייסיס להשומרים איז אין צוויי שורות אזוי
יעדע רשעות וואס א מענטש טוט און פארופט זיך מיט אן אמת אויף מקורות אין אן אמת'ערעליגיע (ליין: תורת משה ביי אידן) אפילט ער מאכט א טעות איז ער נישט קיין רשע, נאר א מסירות נפש איד וואס האט געמאכט א טעות! אזוי ווי אויב וואלט למשל פנחס געמאכט א טעות מיט הרגנ'ן זמרי וואלט ער נאך אלץ נישט געווען קיין רשע נאר א איד א צדיק וואס האט אויסגעפירט אטעותדיגע מסירות נפש אקט. דאס טייטש אזוי, אונזער רעליגיע געט א מקום פאר א טעות ווי לאנג דיין כוונתך רצויה פארן אידישן גאט. משא"כ דער אייסיס מערדער האט נישט דעם דעקונג און אונזער רעליגיע, ווייל זיין כוונה איז נישט רציוה פארן אידישן גאט ממילא בלייבט מען איבער נאר מיט א מעשה רשע.
אבער אדואי דער אייסיס מערדער קען זיין פונקט אזא נאבעלע פערזענליכקייט ווי להבדיל פנחס.

אבער דער אייסיס מערדער וועלכער האקט קעפ האט יא א דעקונג. פון זיין אייגענע רעליגיע. ער האט דאך מקיים געווען דזשיהאד. ער דארף נישט די דעקונג פון די אידישע רעליגיע. ער איז אויפ'ן זעלבן שטאפל. לשיטתו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אונטער חכם האט געשריבן:לאמיר עס מאכן אביסל מער רעלעוואנט, וויאזוי קוקט איר אן ישי שליסל, וועט איר זיך פרייען אויב עפעס שלעכט וועט אים געשען? וואונטשט איר אים דעם טויט?

איך קען נישט דעם בעקגראונד פון ישי שליסל. אבער איך בין זיכער אז ער איז א..."בעל תשובה"... וועלכער האט נישט גוט אראפגעלערנט די כונה און מיין פון אידישקייט. און מקיים זיין מצוות...ער איז פשוט מיס-גיידעד...קיין האס און שנאה קענמען נישט האבן אויף איהם. אבער אויף לא תרצח האט ער עובר געווען...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לענינו של דבר, מיין איך אז מען דארף קוקן בכלליות אויף דעם מהות פון דעם מענטש וואס טוט די מעשה רשעות/רציחה.

דאס הייסט אזוי, טאמער איז דער מענטש בעצם א וואוילער מענטש, ער האט א גוט הארץ, טוט מעשי חסד ווען אימער עס איז שייך, האט אין נאטור אהבת הבריות, נאר אמאל האט פאסירט א מעשה וואס לויט זיין רעליגיע דארף מען זיך אומגיין מיט אכזריות דערצו, דאן קען מען נישט האבן קיין טענות. דאס איז די וועלט, נישט אייביג קען מען און מעג מען זיין גוט צו יעדן. בפרט אז מען זעהט אז דער מענטש אז ביסודו א וואוילער, נאר די אומשטענדן האבן גורם געווען אז יעצט דארף ער גיין שלא כהרגלו און זיך באנוצן מיט רציחה, נישט ווייל זיין הארץ וויל עס, אדער ער ברענט פאר כעס אדער נקמה, נאר ווייל אורייתא קא מרתחא בי' (אדער להבדיל אן אנדער גלויביגער וואס זיין רעליגיע ברענט אים), דאן איז פאראן א 100 פראצענטיגע צד צו מלמד זכות זיין אויף אים, און נאר דאס קען מען אנרופן "רשעות לשם שמים", ווי דער קעפל פון אשכול לויטעט.

משא"כ אויב דער מענטש איז ביסודו א שלעכטער, ער איז א בחי' פון ועל חרבך תחי', ער פאסמאקעוועט זיך צו האקן קעפ אדער דינען אלס א תליין, ער קען קוים ווארטן מתי יבא פארברעכער לידי ואקיימנה, דאן איז די מעשה גאר אנדערש, דאס איז בכלל נישט קיין 'לשם שמים', אפילו ער טוט עס נאר ווען זיין רעליגיע הייסט אים, ווייל דאס איז רציחה לשם הנאת עצמו אונטערן שלייער פון רעליגיע.

עס איז ידוע די משל פון ר' ישראל סאלאנטער, דער חילוק פון א פרוי וואס דינגט א קאץ צו קעהר נעמען פון די מייזלעך ביי איר אינדערהיים און די קאץ זעלבסט, לכאורה, ביידע, די פרוי און די קאץ ווילן פארטיליגן די מייז.... נאר דער חילוק איז אז די פרוי וויל נישט די מייז זאל קומען בכלל, זי זאל פטור ווערן פון זיי מעתה ועד עולם, און דאן פטור ווערן פון דעם קעצל אויכעט; משא"כ די קאץ קוקט ארויס אז די מייזלעך זאלן נתרבה ווערן און ער וועט האבן צו עסן, אדרבה ער קוקט און לאקערט מתי יבא לידי......

ער האט דאס געזאגט צו מסביר זיין דעם חילוק פון אמת'ע קנאים לשם שמים צו די פאלשע קנאים, שלעכטע מענטשן וואס נוצן רעליגיע פאר א שלייער פאר זייערע מעשי רציחה און זיי זענען זיך מחי' צו קענען מוחה זיין, ווידעראום די אמת'ע קנאים זענען גוטע מענטשן וואס וואלטן נישט געוואלט אז מען זאל דארפן מוחה זיין, און ווען מען קען העלפן אנדערע מענטשן וועלן זיי אייביג זיין גרייט צו העלפן.

ווען מען נעמט למשל אזא מעשה פון פנחס בן אלעזר, וואס איז געווען אן איינמאליגע זאך לויט ווי די תורה האט געהייסן, און דער באשעפער האט אים אפילו באלוינט מיט "בריתי שלום" צו ווייזן אז ער איז בעצם א איש השלום נאר דא איז געווען אן איינמאליגע אויסנאם, קען מען דאס נישט פארגלייכן צו א רוצח, להבדיל אלף אלפי הבדלות. אפי' בי"ד וואס האט געמעגט הרג'ענען ווייס מיר דאך אז דאס איז געווען זייער זעלטן, אדרבה, מען האט געזוכט צו מהפך זיין בזכותו פון דעם נידון וויפיל עס איז שייך, און אפי' נאכדעם איז געווען ברור לו מיתה יפה וכו', ווי שוין אויסגעשמועסט אין מערערע אשכולות.

ווען מען נעמט אבער אן אראבער וואס איז פשוטו כמשמעו בלוט-דורשטיג, און איז זיך מחי' ווען אנדערע מענטשן ליידן, ווי מער ליידן אלס מער איז זיין הנאה, ווי מער בלוט גיסט זיך אלס מער נחת שעפט זיין קראנקע נפש, און ער זאגט אז ער טוט דאס "לשם אללאה", ווייס מיר אלע וויפיל אמת ליגט אין די ווערטער. און מיט דעם הינזיכט בין איך זיך שטארק מחלק מיט דברי ידידינו בענזשאמין הנ"ל, וואס האט געשריבן
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אבער אודאי דער אייסיס מערדער קען זיין פונקט אזא נאבעלע פערזענליכקייט ווי להבדיל פנחס.

חס וחלילה צו פארגלייכן די צוויי, כרחוק מזרח ממערב...

זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז נישט אלץ אזוי שווארץ-און-ווייס, אדער מזרח-מערב, עס איז פאראן אסאך מדריגות אינצווישן וואס מען דארף קענען מחלק זיין, ומי חכם ויבן את זאת, אבער לכאורה איז דאס דער שליסל מיט וואס צו מעסטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט