על אל מאכט א נייע געזעץ

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

שליחה דורך טרויבן88 »

קומט יעצט ארויס אז די מעשה איז נאר האלב געשטויגן....

בחדרי חרדים

כיכר

(כיכר האט לעצטנס אנגעפאנגען בעטן געלט פון "אמעריקאנע" ליינער, דערפאר ווער עס וויל ציקימען אומזיסט ברויכט ניצן א ווי-פּי-ען)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:איין זאך איז אבער לפלא. אז מיט יארן צוריק.פאר די היינטיגע דור מיט זייערע פאלשע פרומקייטן זענען אויפגעוואקסן, איז נישט געווען קיין שום פראבלעם מיט זיצן נעבן א פרוי אויף א פלעין. אדער אויף א באס. די אלע זאכן זענען נאר נולד געווארן זייט די מענטשן וועלכע האבן איבריג צייט האבן אנגעהויבן צו וועללן העלפן כביכול פאר'ן באשעפער פיהרן די וועלט. זיי זענען געווארן זיינע משגיחים און פאליציי...!


ס'נישט מוכרח אז די ביסט גערעכט. פאר די סאשול מידיע עפאכע איז געווען זייער שווער אזא נייעס זאל ווערן פארשפרייט. בפרט טאמער ס'נישט געמאכט געווארן קיין פאליס רעפארט, איז געווען זייער שווער צו וועריפייען אזא מעשה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס רעש'ט זיך אין די נייעס מיט אן אל-על פלייט וואס האט געדארפט פארן דאנערשטאג נאכט פון JFK קיין ארץ ישראל, און איז כלומר'שט געווארן אפגעשטופט צוליב די אומערווארטעטע שווערע שניי, און ווען די חרדי'שע אידן אויפן פליגער האבן געזען אז זיי וועלן עס נישט מאכן אויף שבת, האבן זיי אנגעהויבן פארפירן אז זיי ווילן אראפגיין, און זיך אויפגעפירט זייער פרעך צו די מאנשאפט. עכ"פ אזוי האט די נייעס געלויטעט.

אבער צום מזל איז דארט געווען א דזשורנאליסט, און בבחי' מלאך רע בע"כ יענה אמן, טענה'ט אז דאס איז פשוט פעיק ניוז... די אידן האבן זיך אויפגעפירט גאנץ שיין פארהאלטניסמעסיג, און די פארוואלטונג פון אל-על איז זיך גאר ווערד דאס געלט, זיי זענען אנגעקומען שפעט, און זיי האבן פשוט צו-נאר געלייגט די פאסאזשירן מיט נארישע פאלשע תירוצים, און אנשטאט נעמען אחריות האבן זיי נאך די חוצפה ארויפצושמירן די שולד אויף היימישע אידן.

צום סוף איז טאקע נישט געווען בכדי שיעשו אנצוקומען אויף שבת קיין ארץ ישראל, האט מען געמוזט סטאפן אינמיטן וועג אראפצולאזן די אידן שומרי שב"ק...

https://www.jpost.com/Israel-News/We-we ... ork-572234
וירח ה' את ריח הניחוח
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'איז שוין העכסט צייט, אז מיר זאל קומען צו ארנעקעקנונג אז מיר חרדים זענען אן איינגארטיג פאלק. די אלגעמיינע עטישע רייזע מאסנאמען זענען אונז נישט מאסגעבענד. מיר דארפן זיך אהערשטעלן מיט אונזער איינגארטיגע טראנפארטאציע סיסטעם, אויסגעשטאטעט לויט אונזערע נאכאנאנדע ספעסיפישע געברויכן. ס'איז ממש נישט צו באגרייפן וואס די נישט אידישע פאסאנזשירן רייזענדיג מאכן מיט מיט אונז אידן. נישט חלילה צוליב דעם וואס מיר זענען פעלערהאפטע פארשוינען, נאר צוליב אונזער איינגארטיקייט. ווי הייליג גערעכט איז געווען דער צדיק רבי יחזקאלע, מיטן איינפירן איינגארטיגע טעגליכע באס טראנספארטאציע פארן חרדישער אינדענטום.

אט איז ווי אזוי דער צוקנופטער חרדישער אטונאמיע פלי געזעלטשאפט וועט אויסקוקן:

דער חרדישער פלי-געזעלשאפט וועט זיין אויסגעשטאטעט מיט א פלאטע פון פארגעשריטע פליגערס, מיט היימישע צוגעלאזענע פילאטן און מאנשאפטן, באזונדער פאר מענער און באזונדער פאר פרויען. פליגערס וועלן מאכן רעגלמעסיגע רייזעס קיין אומאן און קיין ווילעדניק, אדער צו סיי וועלכע קברים, געוואנדען לויטן געפילישער גייסט וואס הערשט אין די עפאכע, זיי וועלן זוכער מאכן אז ווען אימער עמיצער פאלט אריין א הייליגע גיסטע, און נויטיגט זיך עטוואס צו פלעגן די געפילן, זאל באלד שטייט צו זיין פארפיגט א פליגער, אים זאפארט אפצופירן צו זיי דעסטענאציע. ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך וועלן די פליגערס זיך קיינמאל נישט הייבן פונקטליך, און די מאנטשאפט וועט רואיג אויסווארטן ביז די לעצטע ראדני-שלעפערס קומען צו קריכן מיטן טלית און תפילין אינעם חק, אונטערן ארעם. א גמ''ח פון גארטלעך, פעדערס, ברילן, נעגל שניידער, קעמלך, שיך בענדלך, גאטשע בענדלך, פלעסטיק פאר די היטן, און נאך וועלן שטיין אין פארפיגט צו די חשובע רייזענדע.

א כריזמאטישער מגיד מישירים וועט אונטערהאלטן די רייזענדע מיט אינהאלטרייכע דרשות. דער קול מבשר ליניע וועט זיין גענצליך פריי אן קיין שום אפצאל. און לויט די אויסשליסליכסטע אנווייזונגען פון די גדולים-רבנים, וועט מען אויך קענען מיטהאלטן די חרדישע טעלעוויזיע סעריעס א שטייגער ווי שטייסל, שובבניקם, אטונאמיע א.ד.ג. דאס איז בלויז צוליב די זיכרהייטס פון די פאסאזשירן, אז מ'זאל זיך פשוט נישט אנהייבן זיך צו רייסן ביי די נעזער פאר ליידיג גיין ווי ס'איז דער אלגעמיינער לי עווניו שטייגער.

און יא! מ'וועט חלילה נישט סערווירן קיין טמא'נע סושי פיש בלע''ז, נאר בלויז פרישע ראפאגאש בארכעס מיט קרעפטיגע קעלבערנע גולאש, און זעלבסטפארשטענליך אויך פיין שמעקיגע סקאַנדיניווישע שמאלץ העריג מיט א סאך ציבלע. א פארגרעסטער סעפטיק פעסל וועט אינסטולירט ווערן אויף יעדען פליגער באזונדער, געוואנדן לויטן הכנה געברויך פון ציבור, און אין יעדע הכנה בודקע באזונדער וועט זיין אינסטולירט א גלעזעל וואסער פאר נקיות אורזאכן, און ווי אויך א פריי טעגליכער דבר יום ביומו אונטערצוהאלטן די יושבים.

שלאפן וועט מען נישט קענען אויפן פליגער, צוליב די נאכאנאנדע מנינים וועלכע וועלן זיך שטעלן יעדע פינף מינוט. מ'וועט האלטן אין איין דאווענען, אזוי אז די רייזענדע זאל נישט זיין אויסגעשטעלט צו די מנינים נודניקעס.

אלענספאלס, א גליקליכע רייזע...[/justify]
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז נישט נאר געווען די חרדים אויפ'ן פליגער וואס האבן פארפירט, אלע ארטאדאקסישע אידן האבן פארפירט. נאר אין גריכלאנד האבן די אל על מאנשאפט באשטעלט א האטעל נאר פאר די וואס האבן באשטעלט מהדרין מאלצייטן, און די וואס עסן רעגולאר כשר'ס זענען געבליבן אויפ'ן וואסער. כך שמעתי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

און עטליכע בייזוויליגע, רישעות'דיגע חילונים האבן אויסגעטראכט א בילבול אז די חרדים (אלע חרדים) האבן זיך צו ווילדעוועט און געשלאגן א פלייט אטענדאנט, א פרוי. זיי האבן די בייזוויליגע רישעות ארויפגעלייגט אויףדי סאושל מידיא אין ישראל. און ס'איז געווארן א גאנצע סומאטאכע. נאר צו זייער שלעכט מזל איז אויך געווען א זשורנאליסט אויפ'ן פלעין. און ער האט רעקארדירט די גאנצע סצענע וויאזוי די פלייט מאנשאפט האטציך באצויגן זייער געמיין צו די ערליכע אידן. און טראצדעם האבן זיי זיך אויפגעפיהרט אנשטענדיג...!

נ.ב.: איך האב אמאל. מיט א לאנגע צייט צוריק געהאט א מנהג צו קויפן דעם צייטונג ידיעות אחרונות. און געצאלט $5 דאללער. (בימים ההם. ובזמן הזה). איך האב עס אבער געמוזט אויפגעבן. די מאס שנאה און פאראורטייל צו ערליכע אידן. גערופן "חרדים" וואס האט געשפריצט פון דארט איז גארנישט געווען אונטערשטעליג פון די ערגסטע אנטיסעמיטישע צייטונגען אין פוילן אדער אונגארן. (כ'ווילל נישט זאגן ..."דער שטירמער"...). פאר אלץ און אלעמען זענען די.."חרדים"... געווען שולדיג. זיי דארפן נישט קיין מדינה. זיי דארפן וואוינען צווישן די פוילישע אדער אונגארישע אנטיסעמיטן. וועללן זיי וויסן וואס ס'הייסט צו זיין א איד...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בערל כ'רייב מיר די אויגן... ס'גלייבט זיך מיר נישט אז דו שרייבסט דאס טאקע :געוואלד: :ניין:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב שמעקעדיג: דו דארפסט דיר נישט רייבן די אויגן. אדער קויפן נייע גלעזער. איך בין א ציוני. ניין .צוערשט ביניך אן ארוני. איך גלייב בלב ובנפש אז הרב ר' אהרן טייטלבוים שליט"א מיט זיינע אלע חסרונות וואס מ'פרובירט ארויפצולייגן אויף איהם, איז דער ריכטיגער מנהיג בחסד עליון פאר דעם היינטיגן דור. ואכמ"ל...שכבר הארכנו בזו הסוגיא אלף פעמים ואחת...!

נאכדעים ביניך א ציוני. נישט אז איך זאג הלל אין יום העצמאות אדער איך גיי מאכן א באר.בי.קיו. נאר איך האלט אז ביז ביאת משיח צדקנו איז בעסער אז ארצינו הקדושה, וועלכעס איז אויכעט א טייל פון גלות, היינטיגע צייטן. והדברים יוכיחו. זאלל ווערן געמענעדזשט דורך אידן. אפילו אויב זיי זענען נישט אייביג אזעלכע וואוילע יונגלעך. ווי איידער דורך די שמוציגע, שטינקעדיגע (עיין רש"י הק' אצל מכירת יוסף הצ') רוצחים און מערדערס און אנטיסעמיטן. די פארשאלטענע אראבערס...!

אבער אין די זעלבע צייט ביניך אויך א רעאליסט. און ווען איך ליין אדער הער אזעלכע שרעקליכע אויסברוכן פון שנאה צו ערליכע אידן. וויל איך נעמען די גאנצע מדינה און זי ווארפן אין גארבידזש. מיט אלע חילונ'ישע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל...!

דאס איז פון מיינע י"ג עיקרי האמונה...!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איז דא א ווידיאוי פון דעם סצענע?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מעגליך אויף די איזראעלי מידיא נעצן. ווי בחדרי חרדים און אנדערע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז נישט נאר געווען די חרדים אויפ'ן פליגער וואס האבן פארפירט, אלע ארטאדאקסישע אידן האבן פארפירט. נאר אין גריכלאנד האבן די אל על מאנשאפט באשטעלט א האטעל נאר פאר די וואס האבן באשטעלט מהדרין מאלצייטן, און די וואס עסן רעגולאר כשר'ס זענען געבליבן אויפ'ן וואסער. כך שמעתי.

אן אריינגיין אין זאגן א מיינונג איבער דעם מצב בכלל. דערמאנט דאס די מעשה פון די גמ' אז בימי השמד. איז געווען א איד וואס ער האט געהאט א רעסטאראנט. און ווער ס'איז אריינגעקומען צו איהם און ר'האט זיך געוואשן נטילת ידים צו ברויט. האט ער איהם געגעבן א כשר'ן מאלצייט. און ווער ס'האט זיך נישט געוואשן האט ער איהם געגעבן צו עסן חזיר. ווייל ער האט געהאלטן אז יענער איז א גוי. איז איינמאל אריינגעקומען א איד וועלכער האטציך נישט געוואשן צו ברויט. האט איהם דער בעה"ב דערלאנגט א טריפה מאלצייט. ווען ער האט זיך באקלאגט אז ער איז א איד איז שוין געווען צו שפעט. אט דאס איז דער לימוד וואס די גמ' פארציילט פון די מעשה...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א שטיקל לימוד זכות אויף די מעשה פון אל-על

https://liveandletsfly.boardingarea.com ... diversion/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: אבער דער חלק איז צו פארדאנקען פאר די חב"ד שלוחים, קאפל. די אחריות פון ד עירליין איז נאכאלץ אקטיוו. און די דעמאנסטראציע פון האס און שנאה כלפי ערליכע אידן דורך די פרייע פאסאזשירן וועלכע איז מבצבץ ויוצא ביי א יעדע געלעגנהייט. אלס רעזולטאט פון ווערן געפיטערט מיט פאלשע און בייזוויליגע פראפאגאנדע. דורך די איזראעלי מידיא. די חילונים אין זייער אויסבראך פון שנאה אויף די ערליכע אידן זענען גארנישט בעסער ווי די גוי'אישע אנטיסעמיטן...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

9 מיליאן שקל פארלאנגט פאר קאמפענסאציע!

https://www.jpost.com/Israel-News/Passe ... ion-572489
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק. דאס געלט וואס די ערליכע אידן האפן צו באקומען פון דעם לאוסוט איז ערליך פארדינט. ס'איז נאך אפילו ווייניג. פאר די בזיונות און שקרים ועלכע זענען געווארן אנגעפיהרט דורך די עירליין. איך האב געליינט די ערשטע רעפארטס אין די איזראעלי מידיא. וואו די עירליין מאנשאפט האטציך אהערגעשטעלט אלס די ..."וויקטימס"...פון די חרד'ישע ווילדקייט און געוואלדטאטן. וואו זיי האבן געפרעגט, רעטאריש.."וואס איז וויכטיגער שמירת שבת פון די חרדים. אדער די סעיפטי פון די פלייט קרו"...?!. שפעטער , ווען מ'האט זיי קאנפראנטעד מיט די ווידיא. וועלכע ווייזט אז די ערליכע אידן האבן זיך גוט אויפגעפיהרט. און זיי האבן קיינעם נישט געשלאגן. האט די עירליין אנגעהויבן צוריקצודרייען. זאגנדיג אז זיי האבן קינמאל נישט באשולדיגט די ..."חרדים"...אין שלאגן די קרו...!

איך פערזענליך אלס ..."ציוני"... וועלל בלי"נ קיינמאל נישט פארן מיט אל על. ווייל איך האב מיט א סאך יארן צוריק צוגעזעהן אן עקלדיגע, אומווירדיגע סצענע אנגעפילט מיט האס און שפאט צו ערליכע אידן...אן ערליכער איד דארף זיין משוגע צו פארן מיט זייער עירליין...!

מיט בערך 25 יאר צוריק איז הרה"צ ר' שלמה מ'באבוב זצ"ל געפארן קיין ארץ ישראל. מיין זוהן, וועלכער האט דאמאלס געלערנט אין באבוב'ער ישיבה איז אויך מיטגעפארן. איך האב איהם באגלייט אין עירפארט. ווען דער עולם איז שוין געווען אויפ'ן פלעין, האביך באמערקט אין טערמינאל 2 ארבעטערס פון אל על (א שייגעץ און א שיקסע) זענען געשטאנען אין א זייט און זיך געקוילערט פאר געלעכטער. מאכנדיג חוזק פונ'ם רעבי'ן און זיינע חסידים. און נוצן די ערגסטע שפאט אויסדרוקן אויף זיי. ממש ווי די פוילישע אנטיסעמיטן. אדער גאר די נאציס...! דא גייען די אידן און געבן אויס טויזנטער דאללערס אין ענקער טאש אריין. און עטץ שפייטץ זיי אין פנים אריין. קיין שום גוי'אישע עירליין וואלט דאס נישט געטון. נאר זיי וואלטן זיך (לכה"פ) לפנים באדאנקט פאר די אידן...!
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

וזהו בחי' שנאת עם הארץ לתלמיד חכם בזעיר אנפין...
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

יין שרף האט געשריבן:אחורי אישה איז לכאורה ניט שייך מיט א עירפלעין זיץ. א מחיצה שלימה. (חוץ מזה די עיקר איסור פון אחורי אישה איז אין גאס,אויב זי וועט זיך אויפהייבן די קלייד בשלילות מים, ולכן אסרו מכל מקום).
......

(איך געדענק נישט, אבער איך מיין אז רב וואזנער'ס פסק איז פאר באסעס וכדו' אדער דאמעסטיק פלייטס. פאר לענגערע נסיעות, וואס עס איז די סדר צו שלאפן אדער זיך גוט גוט באקוועם מאכן, נישט).


אין די גמרא מוז בכלל נישט זיין אז דער איסור פין אחורי אשה בדרך איז אלץ אויפהייבן די קלייד, נאר אין וואסער איז דאס דער פראבלעם. והראי' אפילו אחורי אשתו איז אסור, און רש"י זאגט ווייל עס איז א גנאי. ממילא איז זיצען ווי עס איז נישט די חששות מותר. חוץ אויב עס איז א גנאי פאר א חסידישער בן מלך צו זיצען אונטער א פרוי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

פאזיטיווע שטראל אויף על-אל

שליחה דורך לבי ובשרי »

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
פארשפארט