העפי ענעווערסערי, רבי!
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
העפי ענעווערסערי, רבי!
'פרוי' איז גאט'ס צווייטע טעות. אזוי זאגט ניטשע.
נו, ווער איז געווען דער ערשטער טעות? דער זכר. דער קראנקער זכר (הגם ניטשע מיינט עס לכאורה נישט אזוי).
איר הערט א בריסקער ווארט? דער פרוי איז די טעות. טאקע די צווייטע, אבער פארט די 'טעות'.
מיט איר איז נשלם געווארן דער טעות. מיט איר איז דער טעות געווארן טעות.
א מציאות קען האבן פילע זייטן; דריי פיר פינעף, אבער ווייניגער פון צוויי איז נישט שייך. אינטערעסאנט, ניין? פארוואס קען א זאך נישט האבן בלויז איין זייט?
א מציאות מוז 'פראדזשעקטען', אז נישט איז ער א טויטער. ער מוז האבן פנים ואחור; דעם אחור באהאלט ער אינעם עבר, ער מאכט אן אשר יצר, דעקט עס איבער מיט א רעקל, און שטעלט א פנים פאר'ן עתיד כאילו ס'איז גארנישט געשען.
גאט האט באשאפען דעם זכר. נו, ער האט זיך באנארישט, ס'מאכט זיך. א ברירה האט ער דען געהאט? טבע הטוב להטיב, ער מוז זיך פארשפרייטען, אלס דער אלטימעט מציאות 'מוז' ער פראדזשקעטן ווייטער.
אבער דער זכר אליין איז דאך א פלג גופא, ער אליין קען נישט גיין ווייטער, ער מוז האבן א נקבה וואס זאל ערגענצען דעם טעות. יעצט זענען מיר פארזיכערט מיט גאט'ס פירות ביז משיח'ס טאג.
-------
ס'איז טאקע אלעס להטיב לבריותיו, אבער איר האט שוין זיכער געוואלט אמאל מאכן אן ערליכען ברוך מוחל טובות. ער האט אונז טאקע באשאפען אין זיין אויסזען, אבער ס'איז נאכנישט די פיינעל פראדאקט, ס'איז נאכנישט גרייט פאר מעסס פראדאקשען.
ווי זאגט טוועין, טאקע אין זיין געשטאלט, אבער מיר ענדלען נישט גענוג אז מ'זאל אונז פארמישען, חוץ דורך איינער מיט א גאר שוואכע זע-קראפט...
באט ווי קענט בלעים הים. פונקט ווי גאט האט נישט קיין ברירה נישט צו קענען אויפהייבען א שווערע שטיין, האט דער כל יכול נישט די מעגליכקייט נישט צו עקזעסטירען. אמער, דאס איז דאך זיין גאנצע קונץ אז ער 'איז' עקזיסטענץ.
און אז ער מוז זיין, מוז ער זיך מתפשט זיין.
אבער דאס איז טאקע די נקודה: 'ער' מוז זיך מתפשט זיין. מיר זענען 'אים', זיין התפשטות, און צום אייגענעם מציאות קען מען נישט זאגן מוחל טובות.
-----------
פילאזאפען רעדן א שאלה, פארוואס איז מציאות פארהאנען, ווען עס וואלט פונקט אזוי געקענט נישט-זיין.
דער בריטישער פילאזאף קאלין מעקין טענה'עט אז די פראגע אליין זאגט אז עס איז אומ-מעגליך איר צו ענטפערען.
ווען כ'וואלט דן געווען אויף א ספעציפישע מציאות, וואלט איך דיר באלד געגעבען דעם הסבר, סיבות און גורמים, פארוואס עס איז דא.
די טיש איז דא, ווייל דער קארפענטער האט עס צוזאמענגעשטעלט. דער קארפענטער איז דא, ווייל זיינע עלטערן האבן זיך ליב געהאט. דער בארג איז דא ווייל די ערד-פלאטעס האבן זיך צוזאמענגעקוועטשט.
אבער די רגע דו פרעגסט מיר אויף די 'גאנצע' מציאות, די גאנצע הויה, פארוואס איז זי פארהאנען, לייגסטו דאך אריין אין די פראגע אויך אלע גורמים און סיבות פון וואס איך קען נאר טראכטן. ממילא זאגט די שאלה, מצד עצמה, אז עס איז נישט מעגליך קיין תשובה.
-----------
דאס איז אבער איידער מען נעמט אריין גאט אינעם חשבון. איינמאל מיר האבן אים, איז די מעשה פונקט פארקערט; נישט נאר ער מוז זיין, נאר אלעס וואס פאפט ארויף ביי אים אין מוח [עלה במחשבה, אין די הייליגע סלענג], 'מוז' זיין.
ברשות חברי, ובזכות אבותי ורבותי, וויל איך פארשלאגען א נייע הלכה: צו קענען דן זיין אויף א זאך צי ער איז דא, פארוואס ער איז דא, מוז מען האבן א 'ברייטערע' רעפרענס פרעים לגבי וואס מען איז אים דן.
מען קען שמועסן צי און פארוואס דער בענקל עקזעסטירט, נאר ווייל מיר געפונען זיך אין א צימער, און די אמת'ע שאלה איז פארוואס געפונט זיך א בענקל אינעם צימער.
מען קען פרעגען צי געפונט זיך דער צימער אינעם בנין, פארוואס געפונט זיך דער בנין אויפן ערד קוגל. צי געפונט זיך דער ערד קוגל אינעם יוניווערס, און פארוואס געפונט זיך דער יוניווערס אין?...
...גאט.
ריכטיג, גאט איז דער ברייטסטער רעפרענס-פרעים, און נאר 'אין' אים וואלט געפאסט צו פרעגען אויב אדער פארוואס עפעס עקזעסטירט. אויף גאט אליין 'קען' מען נישט שמועסן פארוואס ער עקזעסטירט, ווייל דו האסט נישט עפעס וואס נעמט אים ארום.
דאס איז וואס רש"י ברענגט אז גאט איז מקומו של עולם, ואין העולם מקומו. ס'קלינגט עפעס ווארעם, מקומו של עולם. ס'מיינט פשוט עברי-טייטש, גאט געפונט זיך נישט אין די וועלט, די וועלט געפונט זיך אין גאט.
(כ'וואלט פארקויפט די תורה פאר די אטעאיסטן, אויף די שאלה פארוואס\וויאזוי די סינגעלערעטי האט עקזעסטירט, אבער ס'גייט שוין אריין אין די טערעטאריע פון סינגעלערעטי = גאט.)
-----------
במושכל ראשון זעט עפעס אויס ווי יעצט איז די ריכטיגע בריאה; יציאת מצרים, חורבן בית המקדש, רבי ז"ל, טראמפ, דאס אלעס איז די בריאה. משיח, ווען ער וועט קומען (כ'הער זאגן...), וועט זיין עפעס אזא דיזערט סוף פון די זעקס טויזנט יאר פון 'בריאה'. אזא קאנפענסאציע פאר אן אומבאלומפערטע פראדוקט, עפעס צו לאזן א גוטען טעם אין מויל.
זאלט איר וויסן אז לא היו דברים מעולם. ער האלט נאך אינמיטן אוועקשטעלען זיין פראדוקט, ס'איז נאך אין די טרייעל ענד עראר פאזע. אט אט קומט ער צום ווארט און לאזט אריין די געסט אינעם שיין-אנגעגרייטען זאל. אה, יו שאד העוו סיען דע מעסס עי העף ען האור עגאו...
חסידות איז היער טו געט דע דזשאב דאן. א חסיד איז א לעבעדיגע זאך, ער דארף פראדזשעקטען, ער דארף פראפעגעיטען.
הערט א מעשה, אלמלא לא ראיתי לא האמנתי. כ'האב לעצטענס געדאווענט מנחה מיט א שיינעם מתנגד. א וואוילער איד, זאגט מוסר שמועסן וכו'. עפעס א יונגערמאן האט אים געשטערט ביי שמו"ע, זאגט ער נאכ'ן דאווענען בזה"ל: איך בין אים נישט מוחל, וואס ער האט מיר געשטערט ביי שמונה עשרה.
איר הערט? ער איז אים נישט מוחל...
זאגט נאר, איר דאווענט פאר זיך, אדער פאר גאט?
וועקט אייך אויף רבותי, מיר זענען דא אויף א מיסיע, ס'דארף דא עפעס מסודר ווערן, ווערט נישט פארכאפט אין סעלפיש אטענטשאן זיכעריי.
מיר גרייטן זיך אלע אויפן גרויסען טאג, סעמסאנג וועט ארויסגעבען דעם געלעקסי 10. מ'איז משקיע הונדערטער מיליאנען, שווייס און בלוט, ס'וועט זיין אזאנס און אזעלעכס.
איין אומערוואקסענער איינגעשטעלטער איז פארנומען טיילען מחילות.
ר' איד, מ'האט אייך אהער געברענגט דאס בענקל צו ווארעמען? מיר דארפן דעם פראדוקט! טראכט ווייניגער פון דיר, ענד געט דע דזשאב דאן.
----------
תורת החסידות איז תורתו של משיח, מיר האבן ענדליך דעם מענועל מסדר צו זיין דעם פראדוקט, און איינמאל פאר אלעמאל געט איט אפען פאר ביזנעס.
דאס וועט זיין דער ריכטיגער מציאות פון גאט. דער טעות וועט מתוקן ווערן, לתקן עולם במלכות שדי.
היינט, י"ד כסלו, איז דעם ליובאוויטשער רבי ז"ל חתונה יאר-טאג. "דאס איז דער טאג וואס מ'האט מיר פארבונדן מיט אייך, און אייך מיט מיר", כלשון קדשו.
נשיאי ישראל ונשמות כלליות שפיגלען אפ דעם דבר הויה, דא בעוה"ז. זיי זענען דא אויף איין מיסיע – געט דע דזשאב דאן. ניצחתי ואנצח.
אין ירושלים איז געווען ר' אברהם הערש כהן. איינער האט אים אמאל פארדרייעט א קאפ וועגן דעם רבי'ן מיט ציונות וכו'. איך ווייס נישט וואס איר ווילט, שרייעט ר' אברהם הערש, שטייט א איד און שרייעט דרייסיג יאר איין זאך, 'אין עוד מלבדו', וואס ווילט איר?!
וכבר העירו אז די גרויסע מנהיגים שבדור הקודם האבן נישט געלאזט קיינע פיזישע דורות, ליובאוויטש, סאטמאר, גור, בעלזא. אפי' דער קלוזענבורגער רב האט זיך אפגערעדט, אינדערהיים האביך געהאט סיגוט'ער קעפ, דא האביך נייטרא'ער טעפ...
זיי דארפן נישט יצירת אדם וחוה אוועקצושטעלען זייער מציאות, זיי גייען גלייך צום נמשל.
דער רבי האט פארציילט, אידן זענען אמאל אראפ פון באן צום רבי'ן, האא איינער פון די אנדערע רייזענדע געפרעגט זיין פריינט, וואס איז דא? האט יענער געזאגט, דא וואוינט דער ליובאוויטשער רבי.
און וואס זענען דאס ליובאוויטשער, פרעגט יענער ווייטער. ליובאוויטשער, זאגט דער פריינט, זענען אידן וועלכע גלייבן אין משיח...
פארשטייט איר, רבותי, היינט זענען קיינע דעמאקראטן און רעפובליקאנער פארהאן. היינט זענען מיר אלע ליובאוויטשער.
איי האופ סאו פאר אוער סעיק.
לחיים, רבי! העפי ענעווערסערי! מעי יו ליוו העפעלי עווער עפטער.
-------
לע"נ א חבר מיינער וועלכער האט מיר גערופען צו ד"ת פארוואס כ'שרייב נישט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xDVLKvlsj58[/youtube]

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]דו האסט א כח הכתיבה אזאנס וואס מ'זעהט נישט היינט. דאס איז עפעס דירעקטע אבסטראקט. ס'קלינגט זיך ווי דו פארציילסט עפעס מעשה'לעך און זיסע משלים אבער באמת זענען זיי טיפע געדאנקן משולב איינער אינעם אנדערע בגאונות.
דאס וואס דו שרייבסט אז מ'קען נישט פרעגן אויף גאט ווייל זי האט נישט קיין ברייטערע רעפרענס איז א געוואלדיגע חידוש. איז דאס אייגנס? עכ"פ, מכאן אתה למד אז ווען דו טרעפסט אן א זאך וואס האט נישט קיין ברייטערע רעפרענץ, דאס איז וואס מיר באטיטלען גאט. אבער נאר ביז מ'טרעפט נישט אויס א ברייטערע רעפרענץ, וואס דעמאלטס ווערט יענץ גאט. דאס איז פשט עד שאמר לעולמו די. ביז דא איז דיין רעפרענץ, דיין השגה אין מיר, ביז די נעקסטע אנטדעקונג.
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
טענקס, הוגה, און פאר די געוואלדיגע הוספה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: העפי ענעווערסערי, רבי!
ס'נישט נארמאל די טאלאנט וואס שפריצט פונעם דאזיגען.
זיין פעדער האט ציפעדיגע זיסע זויערע טרוקענע פייכטע הייסע קאלטע און לוילעכע טינט באנעזאם.
דע רבי לעבט!

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
הוגה האט געשריבן:[justify]דאס וואס דו שרייבסט אז מ'קען נישט פרעגן אויף גאט ווייל זי האט נישט קיין ברייטערע רעפרענס איז א געוואלדיגע חידוש. איז דאס אייגנס?
.[/justify]
איך מיין אז ראביי YY דערמאנט די געדאנק אין די ערשטע אדער צווייטע שיעור פון די סעריעס basics of Emunah. מיט א משל פון א פיש כאפער וואס האט נאר געכאפט גרויסע פיש, ווייל זיין נעץ האט געהאט גרויסע לעכער.. עיי"ש.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
עס האט זיך אמאל פאסירט אזא מעשה. א איד איז געקומען צו זיין רבי'ן און זיך אפגערעדט זיין פילע צרות וואס פאסירען אים אין לעבן. מיט די ווייב און קינדער און מיט פרנסה, מיט די געזעץ און די געזונט און וואס נישט. דער רבי האט אים אויסגעהערט און געטרייסט, אז יעקב אבינו איז אויך אויסגעשטאנען אסאך צרות, און קוק ווי עס איז אים געלונגען. ענטפערט דער איד, "וואס גלייכסטו צו מיין צרות צו יעקב אבינו? ביי אים איז אלס געווען מכוון צו דערהויבענע זאכן". האט דער רבי אים געזאגט, "דיינע צרות זענען אויך מכוון צו דערהויבענע זאכען".
עס איז א מאדנע סארט גלויבונג, אז די חתונה פון הבה"ח מנחם מענדל עם הכלה הבתולה המהוללה חיה מושקא, איז עפעס אנדערש פון די חתונה פון סיי וועם. זיי זענען געווען צוויי מענטשען, וואס האבען חתונה געהאט פונקט ווי יעדעם, און אויפגעבויט א שטוב כמעט ווי יעדעם, און פון דעם ווערט געבויט אחת מחרבות ירושלים. גראדע צו זש"ק האבען זיי נישט זוכה געווען, און דאס איז א ווייטאג, אבער זייער עניווערסארי איז נישט אינטרעסאנטע ווי סיי וועמען. דיין חתונה, דו פשוט'ע שלומיאל מיט זיין צורישדי, איז א וויכטיגע רינגל אין די קייט פון בנין חורבות ירושלים, און ווען נישט פאר דיין הייראטונג, וואלט די מצב געווען 'לא טוב', ווי עס שטייט אין תורה.
הערטס אויף אוועק געבען דער 'זיך' צו סיי וועמען און וואס אחוץ דער אויבישטער און זיין תורה. אויף יעדער מענטש שטייט 'בשבילי נברא העולם', נישט נאר אויף געוויסע.
העפפי ענניווערסארי פאר יעדעם, ווען עס וועט נאר זיין.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]וואס הייסט? דו לייקנסט אז דער ליובאביטשער רבי האט געהאט א השפעה אויף טויזנטער אידן און ער וואלט נישט דערגרייכט רוב פון זיי ווען נישט וואס ער איז אן איידעם ביים ריי"ץ ז"ל? כלפי די עצם הייראטונג איז עס טאקע די זעלבע ווי מיינס און דיינס, אבער כלפי די חסידים זעלבסט (און אינאיינוועגס, כלפי א יעדע יוד וואס איז נהנה פון דעם רבינ'ס פעולות) איז דער טאג אסאך מער ווי סתם אן אנעווערסערי.
.[/justify]
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: העפי ענעווערסערי, רבי!
און נאך אסאך א גרעסערע טאג איז די טאג פונעם פארהייראטונג פון ר' לוי'ק, דעם רבינ'ס טאטע, ווען נישט דעם טאג וואלט די רבי בכלל נישט געבוירן געווארן...הוגה האט געשריבן:[justify]וואס הייסט? דו לייקנסט אז דער ליובאביטשער רבי האט געהאט א השפעה אויף טויזנטער אידן און ער וואלט נישט דערגרייכט רוב פון זיי ווען נישט וואס ער איז אן איידעם ביים ריי"ץ ז"ל? כלפי די עצם הייראטונג איז עס טאקע די זעלבע ווי מיינס און דיינס, אבער כלפי די חסידים זעלבסט (און אינאיינוועגס, כלפי א יעדע יוד וואס איז נהנה פון דעם רבינ'ס פעולות) איז דער טאג אסאך מער ווי סתם אן אנעווערסערי.
.[/justify]
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: העפי ענעווערסערי, רבי!
פאר מר חסיד פון זיין רבי, דארף זיין עלטערענ׳ס עניווערסערי פונקט אזוי פיל נעמען אן ארט ווי זיין רבינ׳ס. איך ווייס ניטאמאל ווען מיין עלטערן האבען חתונה געהאט, ווייל דאס איז מיר נישט אינטרעסאנט. פארוואס איז דער רבינ׳ס וויכטיגער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: העפי ענעווערסערי, רבי!
און בערך אזוי גרויס איז די טאג פון די פארהייראטונג פון ר' מאיר שלמה יאנאווסקי, דעם רבינ'ס זיידע, ווייל ווען נישט ער האט חתונה וואלט די רעבעצין חנה (די רבי'ס מאמע) נישט געבוירן געווארן, וואלטן מיר נישט געהאט דעם רבי'ן...הוגה האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי מען מעסט גרעסער ווס. קלענער, אבער עס איז זיכער א גוטע טאג פאר די חסידים, פונקט ווי דעם רבינ'ס געבורטסטאג.
אזוי אויך די פארהייראטונג פון ר' אברהם, די שווער פון רבי'ן ריי"ץ, ווען נישט ער האט חתונה וואלט די רעבעצין נחמה דינה נישט געבוירן געווארן, וואלט זי נישט געהאט די רעבעצין חי' מושקא... וואלט די רבי'ס השפעה נישט אנגעקומען....
וכו' וכו' ואין לדבר סוף....
אויך די טאג פון מיין טאטנ'ס הייראט איז גאר א גרויסע טאג, ווען נישט דעם טאג וואלט די רבי'ס השפעה לכאורה אויך נישט אנגעקומען צו מיר...
אויך י' שבט איז גאר א גרויסער טאג, ווען נישט די ריי"ץ שטארבט, וואלט די רבי'ס השפעה אויך נישט אנגעקומען צו אונז...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
יהודי פשוט האט געשריבן:און בערך אזוי גרויס איז די טאג פון די פארהייראטונג פון ר' מאיר שלמה יאנאווסקי, דעם רבינ'ס זיידע, ווייל ווען נישט ער האט חתונה וואלט די רעבעצין חנה (די רבי'ס מאמע) נישט געבוירן געווארן, וואלטן מיר נישט געהאט דעם רבי'ן...הוגה האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי מען מעסט גרעסער ווס. קלענער, אבער עס איז זיכער א גוטע טאג פאר די חסידים, פונקט ווי דעם רבינ'ס געבורטסטאג.
אזוי אויך די פארהייראטונג פון ר' אברהם, די שווער פון רבי'ן ריי"ץ, ווען נישט ער האט חתונה וואלט די רעבעצין נחמה דינה נישט געבוירן געווארן, וואלט זי נישט געהאט די רעבעצין חי' מושקא... וואלט די רבי'ס השפעה נישט אנגעקומען....
וכו' וכו' ואין לדבר סוף....
אויך די טאג פון מיין טאטנ'ס הייראט איז גאר א גרויסע טאג, ווען נישט דעם טאג וואלט די רבי'ס השפעה לכאורה אויך נישט אנגעקומען צו מיר...
אויך י' שבט איז גאר א גרויסער טאג, ווען נישט די ריי"ץ שטארבט, וואלט די רבי'ס השפעה אויך נישט אנגעקומען צו אונז...
עס האט עפעס מער ווי די אנדערע ,
וויבאלד דעס האט א דירעקטע השפעה אויף די קשר מיט די חסידים ,
אז ער איז געבוירן און זיין טאטע איז געבוירן... האט עם נישט מקשר געוועהן מיט די חסידים ער וואלט געקענט זיין א גרויסע מענטש אבער גארנישט ספעציעל ציגעלייגט אויף די קשר מיט חסידים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אלעס צוליב משקה...
דער דאזיגער טעזע ברענגט ארויס דעם אלט-באקאנטן נאסטאלאגישער פאלקס ליד:
שיר הלל למשקה:
בשעת דער שדכן איז געקומען צום זיידן.
דעם טאטען און מאמען, א שידוך רעדן.
האט מען גערעדט, און גערעדט, און עס איז געווארן צונישט.
ביז ווי לאנג דער משקה האט זיך אריין געמישט.
מיט די משקה איז די שידוך געווארן געשלאסן.
און דער טאטע איז געווארן מיין מאמעס חתן.
איך געדענק נאך ביי מיין ברית.
איז דער משקה נישט אראפ פון טיש.
מען האט מיר געווינטשען מזל טוב.
און אז איך זאל אויסוואקסען א גרויסע רב.
אוי צילוב די משקה האט מיין טאמע מיין מאמע גענומען.
צילוב די משקה בין איך אויף די וועלט געקומען.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הוגה האט געשריבן:[justify]וואס הייסט? דו לייקנסט אז דער ליובאביטשער רבי האט געהאט א השפעה אויף טויזנטער אידן און ער וואלט נישט דערגרייכט רוב פון זיי ווען נישט וואס ער איז אן איידעם ביים ריי"ץ ז"ל? כלפי די עצם הייראטונג איז עס טאקע די זעלבע ווי מיינס און דיינס, אבער כלפי די חסידים זעלבסט (און אינאיינוועגס, כלפי א יעדע יוד וואס איז נהנה פון דעם רבינ'ס פעולות) איז דער טאג אסאך מער ווי סתם אן אנעווערסערי.
.[/justify]
איך פיהר געווענליך נישט קיין דיסקוסיעס מיט אזא סנאב ווי דו ביסט. אויך איינער פון די פסעוודא אינטעלעקטואלן. וועלכע האבן אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורסישע ביכלעך. און זיי האלטן זיך פאר גאנצע חכמים. דערווייל זענען זיי געבליבן מיט דעם ענגליש וואס זיי האבן ערווארבן אין חעידער.
אבער אויב איך וואלט יא געפיהרט א דיסקוסיע מיט אזעלכע ווי דיינס גלייכן. וואלט איך דיר געזאגט אז ס'איז בכלל דא אין גאנצן אן אנדערער פערספעקטיוו (נישט פראספעקטיוו. ווי עטץ זאגטץ. ווייל עטץ קענט נישט מבחין זיין. ברוב חכמתכם וידיעתכם.) איבער דעם חתונה האבן פון ר' מנחם מנדל מיט די טאכטער פונ'ם מהריי"ץ...! און דאס איז דער מזל. אדער די האנט פון די השגחה אז אזא טאלאנטפולער און געלערנטער מענטש איז געווארן אן איידעם פון אן אנדער'ן ריזיגן בעל השפעה...! און א צדיק ובעל מסירות נפש...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
אז מען קען נישט פראווענען די יארצייט מוז מען פייערען די ענעווערסערי
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:איך פיהר געווענליך נישט קיין דיסקוסיעס מיט אזא סנאב ווי דו ביסט. אויך איינער פון פון די פסעוודא אינטעלעקטואלן. וועלכע האבן אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורסישע ביכלעך. און זיי האלטן זיך פאר גאנצע חכמים. דערווייל זענען זיי געבליבן מיט דעם ענגליש וואס זיי האבן ערווארבן אין חעידער.
אבער אויב איך וואלט יא געפיהרט א דיסקוסיע מיט אזעלכע ווי דיינס גלייכן. וואלט איך דיר געזאגט אז ס'איז בכלל דא אין גאנצן אן אנדערער פערספעקטיוו (נישט פראספעקטיוו. ווי עטץ זאגטץ. ווייל עטץ קענט נישט מבחין זיין. ברוב חכמתכם וידיעתכם.) איבער דעם חתונה האבן פון ר' מנחם מנדל מיט די טאכטער פונ'ם מהריי"ץ...! און דאס איז דער מזל. אדער די האנט פון די השגחה אז אזא טאלאנטפולער און געלערנטער מענטש איז געווארן אן איידעם פון אן אנדער'ן ריזיגן בעל השפעה...! און א צדיק ובעל מסירות נפש...!
'עטץ' און 'זאגטץ' שרייבט מען אין כתה ח'.
זאלל דערר רבש"ע זיךך דעררבאררימען.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אונז טרעפן מיר (ברכות טז.) אז בשעת רבי אמי און רבי אסי האבן געמאכט א חופה פאר די חתונה פון רבי אלעזר האט רבי אלעזר געהערט פון רבי יוחנן ווי מ׳איז מער מפרש די משנה (לעיל שם טו.) אז קרא ״וטעה יחזור למקום שטעה״ (וואס ביים חתונה איז מען בכלל פטור פון ק״ש) ע״ש. ולענינינו קען מען אפשר זאגן א שטיקל רמז׳ל צום ענין אז די בריאה פון די נקיבה נאך די זכר ערגענצט דעם ענין פון ״טעות״ אין די בריאה וואס האט געמוזט זיין, ווייל דעם ענין פון ג-ט ב״ה מוז זיך מתפשט זיין, ווייל ער איז דער רעפרענס פרעים פון אלעס והיינו ״מקומו של עולם״ וככל הנ״ל. ולכן בעת׳ן חתונה פון זכר לנקיבה איז געקומען די רמז אין מבאר זיין די הלכה פון ״טעה יחזור למקום וכו׳״.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
העפי ענעווערסערי, רבי!
ונבנתה העיר האט געשריבן:א מציאות מוז 'פראדזשעקטען', אז נישט איז ער א טויטער. ער מוז האבן פנים ואחור; דעם אחור באהאלט ער אינעם עבר, ער מאכט אן אשר יצר, דעקט עס איבער מיט א רעקל, און שטעלט א פנים פאר'ן עתיד כאילו ס'איז גארנישט געשען.
גאט האט באשאפען דעם זכר. נו, ער האט זיך באנארישט, ס'מאכט זיך. א ברירה האט ער דען געהאט? טבע הטוב להטיב, ער מוז זיך פארשפרייטען, אלס דער אלטימעט מציאות 'מוז' ער פראדזשקעטן ווייטער.
און אז ער מוז זיין, מוז ער זיך מתפשט זיין.
אבער דאס איז טאקע די נקודה: 'ער' מוז זיך מתפשט זיין. מיר זענען 'אים', זיין התפשטות, און צום אייגענעם מציאות קען מען נישט זאגן מוחל טובות.
דאס רירט אביסל אן אין די מחלוקת צווישן אל-גאזאלי און אבן סינה [אביסעננא]. דהיינו, אבן סינה האט געהאלטן אז דאס ווי אזוי די וועלט איז האט ״געמוזט״ זיין און פאסירן מכח דאס עמענעישן פון ג-ט. משא״כ אל-גאזאלי האט זיך געקריגט דערויף און געזאגט אז לגבי ג-ט כביכול אליין איז יא דא א בחינה פון בחירה וממילא האט עס נישט ״געמוזט״ זיין אזוי ווי ס׳איז.
דאס גייט צוזאמען מיט דעם וואס זיי האבן ביידע געהאלטן אז לגבי מענטשן איז טאקע נישט דא קיין בחירה חופשית; טאקע מכח די ידיעה פון ג-ט און זיין היותו סיבה ראשונה וואס דעטערמינט דאס.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער אור ה׳ (מאמר ג ח״א כלל א פ״ג), בהסברו על מהלכו של הרלב״ג (במלחמות ה׳ מאמר ו ח״א פכ״ד ועוד) נגד שיטת הקדמות, איז מסביר מענתו על הטענה אז ביידע די מציאות און אי-מציאות של העולם איז א סתירה, ווייל יעדעס כח דארף ארויסקומען להפועל וממילא איז דא סיי מציאות און העדר/אי-מציאות ביינאזאם, איז נאר א סתירה טאמער די כח ״מוז בהכרח״ ארויסקומען להפועל [אין אונזער קאנטעקסט ביי די וועלט], אבער אויב איז דאס נאר אפשרי וברצון דעמאלטס איז דאס נישט שווער:
דער אמת איז אז ווי אזוי דר. סיִמאָר פעלדמאן איז אים מסביר (להלן במאמר ג ח״א כלל א פ״ה) לערענט רב חסדאי אפ אזוי ווי די חילוק וואס אל-פאראבּי [אבונצר] און אבן סינא האבן געמאכט דערין. דהיינו, אז עס איז דא א סוג וואס איז אפשרי מצד עצמו [בעצם] אבער איז הכרחי מצד הפועל. די וועלט בכלליות גייט אריין אין די כלל.
וכן מה שחיזק טענתו כי אם הנחו המציאות וההעדר אפשריים, והנח אחד מהם נמצא תמיד, יקרה מזה בטל. הנה הבטל הוא אם נניחהו נמצא בחיוב; אבל אם נניחהו באפשרות לא יקרה בטל.
דער אמת איז אז ווי אזוי דר. סיִמאָר פעלדמאן איז אים מסביר (להלן במאמר ג ח״א כלל א פ״ה) לערענט רב חסדאי אפ אזוי ווי די חילוק וואס אל-פאראבּי [אבונצר] און אבן סינא האבן געמאכט דערין. דהיינו, אז עס איז דא א סוג וואס איז אפשרי מצד עצמו [בעצם] אבער איז הכרחי מצד הפועל. די וועלט בכלליות גייט אריין אין די כלל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
פאַר מיר פּערזענלעך איז דער טאג אצינד געהויבן... װייל א דאנק דעם האבעך זוכה געװען צו לעהזן די לעכטיגע דיבורים פון הרב ונבנתה. דעטס דזשאָסט װאַט איי נידעד טודעי!
װי זינגט רבי שלמהלע, "לעולם אינך יודע, יו נעװער נאָו", יו נעװער נאָו האַו יור עקשן'ס װיל עפעקט אָדערס.
א הארציגן פּערזענלעכן ייש"כּ ונבנתה, (און מי אני פארן עס ארויפברענגען היינט); כ'האב די זכיה זיך אנצושטויסן אין די אשכול אין די ריכטיגע צייט. איך בין שטארק מעריך געװיסע נקודות אין אייער תוכנפולע אינסופיגע תגובה!

Just another nerd