ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ווערט א ת"ח בלויז ווייל ער האט געלערנט אין 'ישיבות הקדושות', און איך בין אן ע"ה נאר ווייל איך האב געלערנט אין ליטווישע ישיבות......
אביעקטיוו איז וואס איך בעט דיר. אביעקטיוו גערעדט, וועלכע פון דיין רשימה הייסן עובדי ה' מנעוריהם? עפ"י וואס? וואס האט מען געזען אויף זיי אנדערש ווי א פלענער בחור צו יונגערמאן? אביעקטיוו גערעדט.
נאר אז מ'וועט זאגען אז אביעקטיוו מיינט 'האלטן ווי מיר'.
איך מיין אז דיין פראבלעם איז אז דו קאנסט ניט די אדמורים פערזענליך, נאר פון הערן אדער פון זיך פארשטעלן. אז דו וועסט קענען לערנען די אויבנדערמאנטע אדמורים פנים אל פנים וועט ביי דיר זיך אויסמאלעווען גאר אן אנדער בילד. אבער מיט איין תנאי צו זוכן דאס אמת ווי נאר עס וועט דיר פירען.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גערעכט. אפילו ווען ער איז נישט פון די גזע, וואלט ער געווען עפעס. און טאקע אין זיינע יארען האט מען פארלאזט אנדערע באזעסענע חסידות'ן פאר אים, און זיינע מענטשען האבען אים נישט איבערגעלאזט, א זאך וואס האט ווייניג פאסירט ביי אנדערע פלעצער.
עס טוט מיר אבער זייער וויי דיר איבערצוגעבן די אומאיינגענעמע נייעס, אז זיין נשמה האט פארלאזט זיין גוף פיר און צוואנציג און א האלב יאר צוריק, אום ג׳ תמוז תשנ"ד.
נח נפשיה דרב ואנן ברכת מזוני לא גמרינן.
ליטוואק פון בודאפעסט: נישט א יעדער וואס האט אן הערצה פאר הרב רמ"מ שניאורסאן נ"ע, איז בהכרח א משיח'יסט...! ס'איז דא ב"ה בשפע פון די סארט. ספעציעל אין די ארטיגע קהילה. אבער מענטשן פון די גאס וועלכע זענען מעריצים (וגם אני בתוכם), זענען נישט פארכאפט געווארן אין אט די משוגעת...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 28, 2018 8:59 am
berlbalaguleh האט געשריבן:זיסע מילך: דו האסט געהערט עמיצן זאגן אז זיי זענען נישט...?! אדרבה שרייב פרטים איבער זייער הנהגה און השפעה. דער עולם (אדער לכה"פ, איך) בין/איז גרייט צו הערן...!
איך האב נישט געהערט... אבער איך זעה אז זייער נאמען ווערט נישט דערמאנט...
הפנים, ר' מנשה ישראל, ביודעי ומכירי אז זיין טעגליכע שיעור בעניני הפרשה/דיומא (וואס דאס איז איינס פון זעקס שיעורים א טאג) ווערט צושפרייט לרבבות טאג טעגליך.
ביי אונז אין ביורא איז דא לכה"פ פונף היימישע סוחרים וואס דער סדר היום הייבט זיך אהן מיט אויסהערען זיין שיעור הנ"ל
אויב דאס הייסט נישט א משפיע - ווייס איך נישט "משפיע מהו".....
- קפה נמס
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל
Re: ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
תורה ומדע האט געשריבן: דער בעלזער רב און סטאלינער רבי זענען מנהיגים בחכמה עילאה בנוסף צו זייער פערזענליכע גדלות אין תורה. זיך אביסל אביעקטיוו, ליטוואק, וועסטו זעהן...
אפשר זענט איר אביסל מרחיב אין די אויבנדערמאנטע גדלות בתורה וואס מען דארף זיין אביעקטיוו דאס צו זעהן ?
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קפה נמס האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן: דער בעלזער רב און סטאלינער רבי זענען מנהיגים בחכמה עילאה בנוסף צו זייער פערזענליכע גדלות אין תורה. זיך אביסל אביעקטיוו, ליטוואק, וועסטו זעהן...
אפשר זענט איר אביסל מרחיב אין די אויבנדערמאנטע גדלות בתורה וואס מען דארף זיין אביעקטיוו דאס צו זעהן ?
דער סטאלינער איז א חכם מחוכם, וואס אפילו זיינע מתנגדים זענען מודה אז זיי זענען נישט יורד לסוף דעתו. כ'האב געהערט נאכזאגן פון זיינ'ס א שוואגער, אז ער האט נאך קיינמאל נישט מחדש געווען עפעס פאר דעם סטאלינער. אפילו ווען ער קומט אויף מיט א מורא'דיגע פשט אין עפעס א פארשטופטע ר' ראובן האט ער שוין געטראכט דערפון.
דער בעלזער איז באוואוסט צו זיין א גרויסע חכם, דאס ווייס איך פון איינער וואס קען איהם פערזענליך. חכמה עילאה? מ'האט שוין געהערט אזאנס. גדלות בתורה? לא שמעתי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
די חכמה פון דעם בעלזער און פון דעם סטאלינער וואלט אונז געהאלפען ווען זיי וואלטען געווארן אויפגענומען אלס רבי טאקע וועגען זייער חכמה, די פאקט איז אז פונקט די צוויי מענטשען זענען געווארען אויפגענומען אלץ רבי ווען זיי זענען נאך אפילו נישט געקומען געהעריג לכלל דעת, די פופצען יעריגע בחור'ל וואס מ'האט געקרוינט אלץ רבי וואלט געקענט אויסוואקסען א טיפש עצום און גאנץ בעלז וואלט געשטוינט פון זיין פקחות און גדלות.
די סיבה פארוואס בעלזער רבי איז רבי איז נישט ווייל ער איז די קלוגסטע מענטש אין בעלז נאר ווייל ער הייסט רוקח. אלע זיינע החלטות וואס ער מאכט איז געבעיסד אויף די רוקח מיטאלאגיע נישט אויף זיין אנגעבליכע חכמה. זיין זון וועלכער איז באקאנט אלץ א וואוילע מענטש אבער גאר ווייט פון געלונגען וועט זיין די זעלבע מאכטפולע רבי.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: ווער פון די היינטיגע משפיעים איז די מערסטע צו די זאך?
נישט אינגאנצן.
ביסט גערעכט אז שמא קא גרים ביי רוב רבי'ס, דאך קאן מער זיך נישט מתעלם זיין פונעם פאקט אז דער בעלזער האט געברענגט נייע זאכן צום טיש וואס די אנגעבליכע בעלזע מיטאלאגיע וואלט זיך נישט צוגעפאסט דערצו.
וועגן זיין זוהן איבערנעמען האב איך שוין געהערט מפורש פון מער ווי איין בעלזער אז זיי פלאנען זיך אפצוזעקלען פונעם פארטיי די רגע ער נעמט דעם ראד.
קאן זיין אז זיי גייען נישט מקיים פסק זיין, אבער אויף אזוי פיל איז עס ווערד צו גיבן א פערספעקטיוו אויף זייער הערצה צום רבי'ן און אז די חכמה זיינע האט א שטארקע געוויכט אויף די הצלחה אינעם פארטיי.
ביסט גערעכט אז שמא קא גרים ביי רוב רבי'ס, דאך קאן מער זיך נישט מתעלם זיין פונעם פאקט אז דער בעלזער האט געברענגט נייע זאכן צום טיש וואס די אנגעבליכע בעלזע מיטאלאגיע וואלט זיך נישט צוגעפאסט דערצו.
וועגן זיין זוהן איבערנעמען האב איך שוין געהערט מפורש פון מער ווי איין בעלזער אז זיי פלאנען זיך אפצוזעקלען פונעם פארטיי די רגע ער נעמט דעם ראד.
קאן זיין אז זיי גייען נישט מקיים פסק זיין, אבער אויף אזוי פיל איז עס ווערד צו גיבן א פערספעקטיוו אויף זייער הערצה צום רבי'ן און אז די חכמה זיינע האט א שטארקע געוויכט אויף די הצלחה אינעם פארטיי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ווען דער ממלא מקום אין בעלזא וועט אי"ה ממלא מקום זיין , וועט זיין חכמה (אדער דער העדר דערפון) נישט זיין קיין פראבלעם. אזוי לאנג ווי ער וועט זיין א גוט יונגל. און פאלגן די פיהלע יועצים וואס וועללן זיך יאווען ארום איהם. פונקט אזוי ווי א געוויסער וועלט בארימטער אדמו"ר ועלכער האט מענטשן תלמידי חכמים וואס שרייבן איהם פאר זיינע שלוש סעודות תורה'ס. און אנדערע דרשות. ווילאנג ער גייט נישט ..."אףף סקריפט"... איז ער אין ארדענונג. אבער די מינוט וואס ער הייבט אן צו זאגן זיינע אייגענע חידושים, מאכט ער אן גרויסע חורבנות...אזוי ווי ער האט לעצטנס זיך צופייערט און געזאגט..."אז דער עירוב אין וויליאמסבורג איז געשטעלט געווארן חרוב צו מאכן אידישקייט"...! איבער'ן עירוב אין בארא פארק האט ער אפילו נישט גערעדט. ווייל בארא פארק איז דאך ממילא א טרייפענע שטאט. איז קם ליה מדרבא מיניה...! אבער די עיר הקדשה וויליאמסבורג. על זה דוה ליבנו. ועל אלה חשכו עיננו. מילא פון די קלויזנבורגער און וויזשניצער מחללי שבת רעדט מען דאך נישט. אבער ביי אונז ערליכע אידן...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
די אלע חשבונות זענען אין די לופט, און יעדער קען נעמען סיי וועלכע קנה מדה ער וויל. חכמה מיינט פאר יעדעם עפעס אנדערש.
עס איז דא אן אביעקטיווע וועגן צו מעסטן די כח ההשפעה פון די אלע רבי'ס. פון די אלע דרויסענדיגע מענטשן. נישט וואס זיי זאגן, נאר וואס זיי טוען. וויפיל מענטשן זענען געקומען קיין בעלזא מאז היתה האדמו"ר לרבי? וויפיל קיין סטאלין? און וויפיל קיין ר' צבי מאיר? ר' מיילעך בידרמן? ועוד. זייט די וועלט האט זיך באזעסן נאכ'ן קריג, האבען די אלע קאמערשעל רבי'ס כמעט גארנישט צוגעברענגט. גער און ליובאוויטש, ותו לא.
אז איינער וויל אביעקטיוו, קען ער עס דארט טרעפן. אבער דאס שטערט עפעס, דארף מען אביעקטיוועהייט, פארשטייט זיך, זוכן אן אנדערע קנה מדה. עפעס ווי חכמה עילאה צו וואס.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 368 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
גדליה האט געשריבן:די חכמה פון דעם בעלזער און פון דעם סטאלינער וואלט אונז געהאלפען ווען זיי וואלטען געווארן אויפגענומען אלס רבי טאקע וועגען זייער חכמה, די פאקט איז אז פונקט די צוויי מענטשען זענען געווארען אויפגענומען אלץ רבי ווען זיי זענען נאך אפילו נישט געקומען געהעריג לכלל דעת, די פופצען יעריגע בחור'ל וואס מ'האט געקרוינט אלץ רבי וואלט געקענט אויסוואקסען א טיפש עצום און גאנץ בעלז וואלט געשטוינט פון זיין פקחות און גדלות.
די סיבה פארוואס בעלזער רבי איז רבי איז נישט ווייל ער איז די קלוגסטע מענטש אין בעלז נאר ווייל ער הייסט רוקח. אלע זיינע החלטות וואס ער מאכט איז געבעיסד אויף די רוקח מיטאלאגיע נישט אויף זיין אנגעבליכע חכמה. זיין זון וועלכער איז באקאנט אלץ א וואוילע מענטש אבער גאר ווייט פון געלונגען וועט זיין די זעלבע מאכטפולע רבי.
דער יארמער רב זאגט: עס איז געווען א בדחן ר' חיים מענדל ע"ה, ער איז נפטר געווארן, איבערגעלאזט נאר איין בן יחיד, און ער האט נישט איבערגענומען זיין טאטן'ס ארט מיט בדחנות. פארוואס טאקע נישט? פארוואס ווען א רבי גייט פונעם וועלט, נעמט איבער א זוהן, אדער אמאל עטליכע זוהן, די רבי'סטווע?
נאר זעהט אויס, אז צו זיין א בדחן דארף מען עפעס קענען....
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 9:53 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
למעשה, וואס איז טאקע פשט אז טויזענטער אידען ווייקען זיך ביי די רבי'ס?
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
א פשוטע איד האט געשריבן:למעשה, וואס איז טאקע פשט אז טויזענטער אידען ווייקען זיך ביי די רבי'ס?
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')
די סיבה איז פשוט. דער עולם זיכט שטאביליטעט. א גרופע פון טויזענטער אידען אונטער אן אדמו״ר וועלכער האט א מסורה, און וועלכער פראדוצירט א נייעם דור מיט תורה און יר״ש, איז אסאך שטערקער ווי זיך ארומוואלגערן און נאשען אביסעל פון דא און דארט.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 9:53 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:א פשוטע איד האט געשריבן:למעשה, וואס איז טאקע פשט אז טויזענטער אידען ווייקען זיך ביי די רבי'ס?
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')
די סיבה איז פשוט. דער עולם זיכט שטאביליטעט. א גרופע פון טויזענטער אידען אונטער אן אדמו״ר וועלכער האט א מסורה, און וועלכער פראדוצירט א נייעם דור מיט תורה און יר״ש, איז אסאך שטערקער ווי זיך ארומוואלגערן און נאשען אביסעל פון דא און דארט.
בקיצור אמאל האבען חסידים געזיכט צו טרעפען א רבי, היינט זיכט מען א פלאץ וואס איז דיך מסדר פון געבורט ביזען לעצטע אטעם (און אויף נאכדעם...)
על הא כצווח הרבי מסאטמאר זי"ע נשתכח תורת החסידות..
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
א פשוטע איד האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:א פשוטע איד האט געשריבן:למעשה, וואס איז טאקע פשט אז טויזענטער אידען ווייקען זיך ביי די רבי'ס?
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז געבענטש מיט חכמה ווי איינשטיין אבער פארט וואס איז די סיבה אז די שלשלת'ן ציעהן זיך?
איך וואלט נישט אפגעסטעמפעלט א גאנצע עדה אלס שוטים, עס מיז זיין איך פארפאס דא עפעס. אדרבה קען איינער מסביר זיין?
(עס איז מיר שווער אנצונעמען אז יעדער טוט עס נאר ווייל מען דארף מוסדות וכו')
די סיבה איז פשוט. דער עולם זיכט שטאביליטעט. א גרופע פון טויזענטער אידען אונטער אן אדמו״ר וועלכער האט א מסורה, און וועלכער פראדוצירט א נייעם דור מיט תורה און יר״ש, איז אסאך שטערקער ווי זיך ארומוואלגערן און נאשען אביסעל פון דא און דארט.
בקיצור אמאל האבען חסידים געזיכט צו טרעפען א רבי, היינט זיכט מען א פלאץ וואס איז דיך מסדר פון געבורט ביזען לעצטע אטעם (און אויף נאכדעם...)
על הא כצווח הרבי מסאטמאר זי"ע נשתכח תורת החסידות..
אכן, ע״ז צווח הרבי מסטמר, אבל זהו בדיוק מה שעשה בעצמו. גם עשה ותיקן חסידות קאמירשלי גדול עם כל המשתמע מזה, וגם ביטל כל הרביסטווע של שאר האדמורים, וגם...התנהג ברביסטווע....
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:וגם...התנהג ברביסטווע....
אית רביסטעווע, ואית רביסטיווע. יעדער וואס קען נאר איינעם וואס האט געקענט רביה"ק מסאטמאר ווייסט אז ער האט פיינט געהאט די אלע רבישע/חסידישע מעשיות.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that