יעקב בחיר האבות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

יעקב בחיר האבות

שליחה דורך קל וחומר »

האלטענדיג ביי די פרשיות וואס דיסקוסירן די אבות, איז מיר ארויפגעקומען אין געדאנק דעם באקאנטן מימרא פון חז"ל אז יעקב אבינו איז געווען די בחיר האבות.
האב איך פראבירט אביסל צו איבערגיין די לעבנס-געשיכטע פון די אבות און זעהן פארוואס טאקע יעקב זאל האבן פארדינט אט דעם טיטל.
אברהם אבינו איז טאקע געווען די טאטע און גרינדער פון אידישקייט אבער ווי נישט ווי איז ער נישט געווען די טיפיקל קינד. ער איז געווען אן אזוי גערופענער אויבער חכם, קלוגער פון אלע זיינע ארומיגע, ער האט פארשטאנען בעסער פון זיין טאטע.
ער איז טאקע געווען שטארק אויסגעצייכנט אין מידת החסד, אבער פארט איז דאס געקומען מיט א פרייז, ער האט געמאכט קומזיצן מיט שוואכע עלעמענטן און עס גע'כשר'ט דורך זינגען דאנק לידער צו גאט.
שפעטער ווען ער איז ארויף קיין מצרים איז געווען א גאנצע סקאנדאל מיט זיין ווייב, ווען טייל באשולדיגען אים פארן נישט אויסזאגן אז שרי איז גאר זיין את חיל.
זיין רייכטום איז אויך געווען א זאך וואס האט פארדראסן פאר אסאך צוקוקער, זיי האבן געהאלטן אז א רבי ברויך נישט האבן אזויפיל געלט.

איבער יצחק טרעפן מיר נישט קיין סאך, חוץ פון זיין שיינע שידוך מיטן דריי יעריג קאזינע, נישט פון די שענסטע משפחה, ער האט זיך טאקע אויסגעשטרעקט דאס האלז פאר גאט'ס וועגן, אבער ווען מען קוקט ביי די קינדער זעהט מען א פיפטי פיפטי, א יעקב מיט אן עשו. נו, וואלט ער דאך געקענט פארטרייבן דעם עשו אזוי ווי דער פאטער האט געטוהן מיט זיין ברודער ישמעאל, לא יעלה על הדעת. און נישט נאר דאס נאר ער האט אים גאר געגליכן מער פון זיין צדיק'ל יעקב! אויף אזוי ווייט, אז ווען ס'איז געקומען צו טיילן ברכות איז זיין החלטה געווען אז עשו איז דער וואס דעזערווד דעם פעקעדש.

יעקב איז שוין אינגאנצן אן אנדערן פרשה, דא זיצט ער און הארעוועט יומם ולילה, דא העלפט ער אינדערהיים מיטן קאכן, ער פארפלאנטערט זיך מיטן ברודער עשו פאר ברכות וואס איז זיך אים סייווי געקומען, און עשו וויל אים גאר הרג'ענען, ער אנטלויפט מיט די נשמה אין די הענט, מ'בארויבט אים פון קאפ ביז פוס, ער גייט לערנען פערצן יאר אין ישיבה! נאכדעם גייט ער צום פעטער לבן טרעפן זיין באשערטע, ער דינט דעם פעטער ערליכערהייט זיבן גאנצע יאר און וואס? מ'פאפט אים אויס מיטן שידוך, ער דארף יעצט ארבעטן פאר נאך זיבן יאר! ער שטעלט אויף א שיינע שטוב בדרך ישראל סבא ער האט איין קינד נאכן צווייטן, אבער די קינדער מאכן אים עגמת נפש, דינה האט זיך געטראפן א בוי-פרענד שכם, און ווען דער פאטער חמור וויל מאכן א פארמאלע חתונה טאקט, קומען צוויי ווילדע קינדער און שחט'ן אויס דעם גאנצן שטאט ווי דער חמור איז געווען מעיאר, נאכן זיי פייניגען מיטן מילה.

ענליך האט ער שוין דעם נחת קינד, א זוהן פונעם באליבטן רחל, הייבט ער אן צו דערציילן חלומות פאר די ברודער, זיי גלייכן עס בכלל נישט, קודם וויל מען אים הרג'ענען, די לעצטע מינוט האט מען מחליט געווען אז מ'פארקויפט אים אלס קנעכט און דעם פאטער לאזט מען איינרעדן אז ער איז א פארציקטער.
ער קומט ענליך אן קיין מצרים וואו ער טרעפט א נשקשה'דיקן שטעלע, וויל מען אים רעיפן, ווען ער אנטלויפט ווערט ער גאר באשולדיגט פאר עטעמפטעד רעיפ קלאגעס און אריינגעשליידערט אין טורמע, ווען ער איז פותר חלום פאר זיינע סעל מעיטס, פארגעסן זיי פון אים שפעטער.
בקיצור, א איד וואס האט מיט געמאכט פון יונגווייז אן און האט אויפגעשטעלט א שיינע שטוב לתפארת, זיך געשלאגן מיט א מלאך, געגאנגען אין גלות, פארלוירן דאס באליבטע צארטע ווייבל באלד נאכן געבורט פון א צווייטן קינד.
יעקב בחיר האבות!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קל וחומר האט געשריבן:ער שטעלט אויף א שיינע שטוב בדרך ישראל סבא

וועלכע דרך איז דאס? :shock: :P

דו שרייבסט שיין אבער כ'כאפ נישט וואו דו ווילסט צוקומען.
יא, יעקב האט געהאט גאר א שווער לעבן. און אזוי האט ער געזאגט פאר פרעה שפעטער (בראשית מז, ט) מעט ורעים היו ימי שני חיי, אבער מצד שני האט ער אויפגעשטעט א הערליך דור.
ווי אויך לויט די מדות, איז תפארת א ממוצע צווישן די מדות חסד וגבורה פון אברהם און יצחק און די פערפעקט באלאנס צו עבודת ה'.

סתם פאר די פאן האב איך געגעבן א סורטש אין גוגל און די ערשטע איז מיר דאס ארויפגעקומען:
https://www.kikar.co.il/abroad/248001.html
וירח ה' את ריח הניחוח
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: יעקב בחיר האבות

שליחה דורך קל וחומר »

כ'כאפ... דאס איך שוין א נייער חידוש אינעם כיף שטרעכל ביזנעס!...

עניוועי, איך האב דאס געשריבן פאר לאנגווייליגקייט בשעת מאכן הכנות צום גרויסן ברכת אשר יצר...
מיין געדאנק האט געדארפט צו זיין אז יעקב איז געווען די מערסטע טיפיקל וואוילע יונגל, בחור, אינגערמאן, זיידע. זיין לעבנס-געשיכטע קען זיך אפשפיגלען אין אסאך היינטיגע וואוילע אינגעלייט, משא"כ אברהם ויצחק.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קל וחומר: דו ווייסט דאך זיכער די באקאנטע מעשה (ס'איז נישט מוכרח אז ס'איז אמת.) פון ר' יונתן אייבשיץ. ער האט געזאגט אז ער פלעגט ליינען א צייטונג אין ביה"כ כדי ער זאלל נישט קומען מהרהר צו זיין דברי תורה. איינמאל האט ער געליינט א רעפארט אין א צייטונג אז אין האללאנד האט א געוויסער פראפעסאר אויסגעפונען אז ווען מ'גיסט ארויף פרישע געקאכטע ציגן מילעך אויף די ערד, וואקסט בעסערע פירות. איז איהם דאמאלס איינגעפאללן איבער די סמיכות פון די פסוקים וואו ס' שטייט..."ראשית ביכורי אדמתך תביא בית ה' אלוקיך..."לא תבשל גדי בחלב אמו"...אז...כאטש נוצן די גדי בחלב אמו העלפט צו צו האבן שיינע פירות...דאך איז עס אסור...! האט ער אויפגעהערט צו ליינען צייטונגען אין ביה"כ...!

עכ"פ. דיינע תורות און איינטייטשונגען זענען זייער שיין. אבער ס'האט א ביה"כ גערוך...!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: יעקב בחיר האבות

שליחה דורך קל וחומר »

ר' בערל,
כ'האב געהאט דא א הערליכע אשכול [emoji6][emoji6][emoji6]
און דו האסט עס פארדרייט [emoji23][emoji23][emoji23][emoji23][emoji23][emoji23]
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קל וחומר האט געשריבן:האלטענדיג ביי די פרשיות וואס דיסקוסירן די אבות, איז מיר ארויפגעקומען אין געדאנק דעם באקאנטן מימרא פון חז"ל אז יעקב אבינו איז געווען די בחיר האבות.
האב איך פראבירט אביסל צו איבערגיין די לעבנס-געשיכטע פון די אבות און זעהן פארוואס טאקע יעקב זאל האבן פארדינט אט דעם טיטל.
אברהם אבינו איז טאקע געווען די טאטע און גרינדער פון אידישקייט אבער ווי נישט ווי איז ער נישט געווען די טיפיקל קינד. ער איז געווען אן אזוי גערופענער אויבער חכם, קלוגער פון אלע זיינע ארומיגע, ער האט פארשטאנען בעסער פון זיין טאטע.
ער איז טאקע געווען שטארק אויסגעצייכנט אין מידת החסד, אבער פארט איז דאס געקומען מיט א פרייז, ער האט געמאכט קומזיצן מיט שוואכע עלעמענטן און עס גע'כשר'ט דורך זינגען דאנק לידער צו גאט.
שפעטער ווען ער איז ארויף קיין מצרים איז געווען א גאנצע סקאנדאל מיט זיין ווייב, ווען טייל באשולדיגען אים פארן נישט אויסזאגן אז שרי איז גאר זיין את חיל.
זיין רייכטום איז אויך געווען א זאך וואס האט פארדראסן פאר אסאך צוקוקער, זיי האבן געהאלטן אז א רבי ברויך נישט האבן אזויפיל געלט.

איבער יצחק טרעפן מיר נישט קיין סאך, חוץ פון זיין שיינע שידוך מיטן דריי יעריג קאזינע, נישט פון די שענסטע משפחה, ער האט זיך טאקע אויסגעשטרעקט דאס האלז פאר גאט'ס וועגן, אבער ווען מען קוקט ביי די קינדער זעהט מען א פיפטי פיפטי, א יעקב מיט אן עשו. נו, וואלט ער דאך געקענט פארטרייבן דעם עשו אזוי ווי דער פאטער האט געטוהן מיט זיין ברודער ישמעאל, לא יעלה על הדעת. און נישט נאר דאס נאר ער האט אים גאר געגליכן מער פון זיין צדיק'ל יעקב! אויף אזוי ווייט, אז ווען ס'איז געקומען צו טיילן ברכות איז זיין החלטה געווען אז עשו איז דער וואס דעזערווד דעם פעקעדש.

יעקב איז שוין אינגאנצן אן אנדערן פרשה, דא זיצט ער און הארעוועט יומם ולילה, דא העלפט ער אינדערהיים מיטן קאכן, ער פארפלאנטערט זיך מיטן ברודער עשו פאר ברכות וואס איז זיך אים סייווי געקומען, און עשו וויל אים גאר הרג'ענען, ער אנטלויפט מיט די נשמה אין די הענט, מ'בארויבט אים פון קאפ ביז פוס, ער גייט לערנען פערצן יאר אין ישיבה! נאכדעם גייט ער צום פעטער לבן טרעפן זיין באשערטע, ער דינט דעם פעטער ערליכערהייט זיבן גאנצע יאר און וואס? מ'פאפט אים אויס מיטן שידוך, ער דארף יעצט ארבעטן פאר נאך זיבן יאר! ער שטעלט אויף א שיינע שטוב בדרך ישראל סבא ער האט איין קינד נאכן צווייטן, אבער די קינדער מאכן אים עגמת נפש, דינה האט זיך געטראפן א בוי-פרענד שכם, און ווען דער פאטער חמור וויל מאכן א פארמאלע חתונה טאקט, קומען צוויי ווילדע קינדער און שחט'ן אויס דעם גאנצן שטאט ווי דער חמור איז געווען מעיאר, נאכן זיי פייניגען מיטן מילה.

ענליך האט ער שוין דעם נחת קינד, א זוהן פונעם באליבטן רחל, הייבט ער אן צו דערציילן חלומות פאר די ברודער, זיי גלייכן עס בכלל נישט, קודם וויל מען אים הרג'ענען, די לעצטע מינוט האט מען מחליט געווען אז מ'פארקויפט אים אלס קנעכט און דעם פאטער לאזט מען איינרעדן אז ער איז א פארציקטער.
ער קומט ענליך אן קיין מצרים וואו ער טרעפט א נשקשה'דיקן שטעלע, וויל מען אים רעיפן, ווען ער אנטלויפט ווערט ער גאר באשולדיגט פאר עטעמפטעד רעיפ קלאגעס און אריינגעשליידערט אין טורמע, ווען ער איז פותר חלום פאר זיינע סעל מעיטס, פארגעסן זיי פון אים שפעטער.
בקיצור, א איד וואס האט מיט געמאכט פון יונגווייז אן און האט אויפגעשטעלט א שיינע שטוב לתפארת, זיך געשלאגן מיט א מלאך, געגאנגען אין גלות, פארלוירן דאס באליבטע צארטע ווייבל באלד נאכן געבורט פון א צווייטן קינד.
יעקב בחיר האבות!


ר' ישראל וויזשניצער בחיר הרבי'ס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט