אומנויטיגע צדקה קאמפעין?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

אומנויטיגע צדקה קאמפעין?

שליחה דורך [NAMELESS] »

א וואוילע איד ר' זלמן זלאוויק איז נפטר געווארן. ער האט נישט איבערגעלאזט קיין משפחה. יעצט איז דא א קאמפעין צו שאפן געלט אים צו קענען באגראבן. זיי זוכן צו שאפן 20,000 דאלער און ס'איז שוין אריינגעקומען איבער 7000.

איינער קען מיך מסביר זיין פארוואס מ'דארף האבן די געלט? ס'איז דאך דא חסד של אמת און מתעסקים וואס טוען ממש דאס. אויך, ר' זלמן האט זיך געדרייט אין באבוב אין איז געוועהן מקורב ביים באבוב'ער רב זצוק''ל. דארף דאך די קהילה אין קענען מקבר זיין אין זייער בית החיים.

כ'וויל נישט ח''ו שוואך מאכן די קאמפעין (אויב ס'האט א פארשטענדליכע סיבה) אבער אז מ'נעמט געלט פון די ציבור דארף מען קלאר מסביר זיין פארוואס דאס איז, און פארוואס פינקליך מ'דארף די געלט.
פארשפארט