וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
פיינע נייעס! פיינע נייעס!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר צו באקומען ביי טוביה'ס אין מאנסי.
אַז אייער פילטער איז מודר דריסת הרגל פון אמאזאן אָדער מחמת טעם הכמוס קענט איר עס נישט ערהאלטן אויפן פאסט האָט איר שוין נישט קיין תירוץ. לויפט אפילו ת"ק פרסה קיין טוביה'ס און כאפט שוין אריין.
דער ברייט איז אַזוי אַז עס גייט אַריין אין בוזעם טאַש און ממילא זענען די פאַרדינסטן דאָפּלט. סיי איר קענט אַריינגיין אין טוביהיס, וירא כי אין איש, געבן אַ באַצאָל און באַלד דערנאָך אַ שווערץ אַריין אין קעשענע און נאָכדעם קענט איר שוין געבן אַ קראַץ אין בערדל און באַטראַכטן עפעס אַ חיבור אויפן העכסטן פּאָליצע כאילו לא היה, און נאָך איר האָט עס פאַרציקט מדאָשקע לדאָשקע (ווי דער ברוך טעם האָט פאַרציקט דער נייער באַנד נודע ביהודה) איז עס לייכט עובר מיד ליד און אַזוי אַרום קענט איר שוין אויך זיין אַ מזכה את הרבים.

העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
מיין לענגערע אבזערוואציע אויפן בוך: viewtopic.php?f=24&t=12495
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
איך בין מציע אז מ'זאל מקדיש זיין א חיבור אינעם וועקער פאר ארטיקלען און רעצענזיעס איבער דער טעמע. איך האב אליין וואס צו זאגן און איך זע אז אנדערע פילן אן די בלעטער פון קאווע שטיבל איבער דעם. וואלט נישט געווען כדאי עס אריינצולייגן אין א כלי און מאכן פון דעם א העפטיגע דעבאטע וואס זאל בלייבן פארשריבן פאר די קומענדיגע דורות?
[tag]דער וועקער[/tag] [tag]אבטולמוס[/tag]

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
איך האב ערשט יעצט געהאט דער צייט און ישוב הדעת צו ליינען דער הערליכען קונטרס. שפתיים ישק!
לדעתי איז דער גרעסטע חידוש פון דעם "ותינוק" דאס באוויינען דער חלק הרוחני פון אונזער לימודים. עס איז נישט קיין ספק אז דער תוצאה פון אונזער חדרים איז אחד מאלף להוראה און דער ניין הונדרעט ניין און ניינציג קענען קוים אליינס לערענען א בלאט גמרא. פארשטייט זיך אליין אז דער רוב קינדער וואס זענען "בארד" רוב טאג, ווייל מען לאזט זיי נישט וויסען גענוג צו קענען מקיים זיין ללמוד מה שלבו חפץ, ליידיגייען טאג נאך טאג און בטלה מביאה לשיעמום ושיעמום מביאה למצבנו הירודה.
וואס טוט מיר באדערען דאס מערסטע איז ווען איך האב פראבירט צו שמועסען מיט מיין משפחה ביי א שמחה האט קיין איינער פון זיי נישט געהערט פון דעם קונטרס בכלל. ווידער נעמען פון מיר אזא ספר וואלטען זיי זיך נישט דערוואגט ווייל זיי קענען מיר און מיינע דיעות כוזבות, לדעתם.
איך האב אויף דעם נישט קיין עצה. צו דארף מען טאקע ווארטען ביז זיי ענדיגען חתונה מאכען די קינדער און כאפען מה עלה לנו? דארף עס נעמען נאך א דור פאר עס קומט א טויש?
לדעתי איז דער גרעסטע חידוש פון דעם "ותינוק" דאס באוויינען דער חלק הרוחני פון אונזער לימודים. עס איז נישט קיין ספק אז דער תוצאה פון אונזער חדרים איז אחד מאלף להוראה און דער ניין הונדרעט ניין און ניינציג קענען קוים אליינס לערענען א בלאט גמרא. פארשטייט זיך אליין אז דער רוב קינדער וואס זענען "בארד" רוב טאג, ווייל מען לאזט זיי נישט וויסען גענוג צו קענען מקיים זיין ללמוד מה שלבו חפץ, ליידיגייען טאג נאך טאג און בטלה מביאה לשיעמום ושיעמום מביאה למצבנו הירודה.
וואס טוט מיר באדערען דאס מערסטע איז ווען איך האב פראבירט צו שמועסען מיט מיין משפחה ביי א שמחה האט קיין איינער פון זיי נישט געהערט פון דעם קונטרס בכלל. ווידער נעמען פון מיר אזא ספר וואלטען זיי זיך נישט דערוואגט ווייל זיי קענען מיר און מיינע דיעות כוזבות, לדעתם.
איך האב אויף דעם נישט קיין עצה. צו דארף מען טאקע ווארטען ביז זיי ענדיגען חתונה מאכען די קינדער און כאפען מה עלה לנו? דארף עס נעמען נאך א דור פאר עס קומט א טויש?
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
יישר כוחכם ר' [tag]לולב הגזול[/tag] פאַר אייערע ווערטער וכשיוצאין ולולביהן בידיהן יודעין דאינון נצח.
די פּראָבלעם אַז ס'זאָל אָנקומען צום עולם איז נישט בלויז אַז זיי דערוואַגן זיך נישט. איך קלער אַז אַ גרויסער חלק (רוב?) פון די וואָס האָבן עס געקויפט דאַרף מען נישט צופיל משכנע זיין כאָטש עס איז נאָך אַלץ כדאי געווען עס אַראָפּצולייגן אויף אַ מסודר'דיקן און דורכגעטראַכטן אופן. ווייטער די וואָס דאַרפן עס דער וויכטיגקסטער ווייסן ניטאַמאָל דערפון און אפילו ווען זיי זאָלן יאָ וויסן איז חינוך נישט ביי זיי גענוג וויכטיג אַן ענין אַז זיי זאָלן זוכן צו הערן וואָס אַנדערע זאָגן און בפרט אַז ס'איז קעגן דעם שטראָם. עס קען זיין אַז מער מענטשן האָבן עס געלייענט ווי איך קלער. עס פאַרקויפט זיך נישקשהדיג און די מבינים זאָגן אַז ביי אונז איז מקויים די 'ברכה', וקראו עשר אנשים בספר אחד. הלוואי, און וויבאַלד רווחים איז ווייט פון מיין ציל זאָלן הונדערט לייענען יעדער עקזעמפּלאַר געזונטערהייט. נאָר אעפ"כ שפּיר איך אַז עס האָט נאָך נישט דורכגעבראָכן אין דער וויסיגקייט (קאַנשיסנעס) פון אונזער עולם. אפילו אַז יעדער איז ממשיך ווי נעכטן זאָלן זיי כאָטש געבן אַ טרייסל.
ס'איז געווען אַ רעדע פון אַרומשיקן די הייזער נאָר דער קאָסט דערפון איז גאָר אַ הויכער. ביי צייטונג פאַרקויפער אין היימישע געגנטער איז אויך דאָ שוועריקייטן. ס'איז דאָ ביי טוביה אָבער דאָס איז נאָר אויף איין פּלאַץ. והדרא קושיא לדוכתא, וואו נעמן מיר די שופרות אויף אונטער צו וואַרפן, אָדער כאָטש לייטער אויף אַריבערצוקלעטערן, די יריחו'דיגע חומות?
אַז עמעצער האָט אידעיען אדרבה לאָזט אייך הערן.
די פּראָבלעם אַז ס'זאָל אָנקומען צום עולם איז נישט בלויז אַז זיי דערוואַגן זיך נישט. איך קלער אַז אַ גרויסער חלק (רוב?) פון די וואָס האָבן עס געקויפט דאַרף מען נישט צופיל משכנע זיין כאָטש עס איז נאָך אַלץ כדאי געווען עס אַראָפּצולייגן אויף אַ מסודר'דיקן און דורכגעטראַכטן אופן. ווייטער די וואָס דאַרפן עס דער וויכטיגקסטער ווייסן ניטאַמאָל דערפון און אפילו ווען זיי זאָלן יאָ וויסן איז חינוך נישט ביי זיי גענוג וויכטיג אַן ענין אַז זיי זאָלן זוכן צו הערן וואָס אַנדערע זאָגן און בפרט אַז ס'איז קעגן דעם שטראָם. עס קען זיין אַז מער מענטשן האָבן עס געלייענט ווי איך קלער. עס פאַרקויפט זיך נישקשהדיג און די מבינים זאָגן אַז ביי אונז איז מקויים די 'ברכה', וקראו עשר אנשים בספר אחד. הלוואי, און וויבאַלד רווחים איז ווייט פון מיין ציל זאָלן הונדערט לייענען יעדער עקזעמפּלאַר געזונטערהייט. נאָר אעפ"כ שפּיר איך אַז עס האָט נאָך נישט דורכגעבראָכן אין דער וויסיגקייט (קאַנשיסנעס) פון אונזער עולם. אפילו אַז יעדער איז ממשיך ווי נעכטן זאָלן זיי כאָטש געבן אַ טרייסל.
ס'איז געווען אַ רעדע פון אַרומשיקן די הייזער נאָר דער קאָסט דערפון איז גאָר אַ הויכער. ביי צייטונג פאַרקויפער אין היימישע געגנטער איז אויך דאָ שוועריקייטן. ס'איז דאָ ביי טוביה אָבער דאָס איז נאָר אויף איין פּלאַץ. והדרא קושיא לדוכתא, וואו נעמן מיר די שופרות אויף אונטער צו וואַרפן, אָדער כאָטש לייטער אויף אַריבערצוקלעטערן, די יריחו'דיגע חומות?
אַז עמעצער האָט אידעיען אדרבה לאָזט אייך הערן.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
דער ענטפער וועט דארפען צו זיין צייט. אזוי ווי רבי עקיבא'ס שטיין. למעשה איז חינוך אויף איעדער איינער'ס קאף. ווי פרומער דער מער קומערט זיך מיט'ן חינוך הטהור וכדו'. ווען זיי כאפען זיך אז צו האבען 10-12 קינדער כולם אהובים וברורים דארף מען זיי געבען דעם נער א חינוך כפי דרכו, וועט דאך זיין דער תיקון השלם.און פארדעם איז דער הפלה'דיגע קונטרס א גוטע התחלה.
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:@ קטלא קניא: איז שייך איר זאלט אונז עטוואס מער ערקלערן איבער דאס וואס איר שרייבט בנוגע נעמען "פרויען לערערינס" פאר די אינגלעך וויבאלד זיי זענען מער געבילדעט און אונטעלעקטועל?
טענק יו
לבי, איך האָב נישט געדענקט אַז איך זאָל האָבן אַזוי געשריבן און איך האָב עס נאָכגעקוקט. פון אונטן זענען פונקט די ווערטער ווי זיי ערשיינען אינעם בוך.
'אינטעלעקטועל' האָב איך נישט געשריבן נאָר 'געלערנט' יאָ, וואָס איז ווי געבילדעט. איך האָב אַזוי געשריבן פאַרדעם ווייל כלפי מענער וואָס זענען תלמידים פון חסידישע תלמוד תורהס זענען די פרויען, אפילו דו וואָס זענען געגאַנגן אין די מיידל שולעס פון דער זעלבער באַוועגונג, מער געלערנט. אין לימודי חול זיכער און ביי לימודי קודש אויך אין די לימודים פון די יינגערע כתות. און אַז עס פעלט זיי קענען זיי זיך לייכט צולערנען וויבאַלד די פרויען לערערינס, און בכלל טיטשערס, זענען בדרך כלל געשניטן פון אַן אַנדערע שטאָף ווי מלמדים.
פאַרשטייט זיך אַז מען קען נישט זאָגן אַז יעדער איז אַזוי נאָר צוקוקנדיג דער הלוך ילך ביי אונזערע חדרים וואו בלויז מענער לערנען מיט די קינדער, מיין איך עס וואָלט געווען אַ שטאַרקער תועלת צו האָבן פרויען און בפרט ווען מען שטעלט אויך צו די אַנדערע מעלות.
ממילא אַז די ברירה איז צווישן היימישע טיטשערס מענער אָדער פרויען זענען זיי בדרך כלל מער געלערנט און מער צוגעפּאַסט. און אפילו אַ מאַן וואָס האָט זיך אַליין אויסגעלערנט איז אינו דומה אַ לערער\ין וואָס האָט עס געלערנט אין שולע און געזען ווי מען לערנט געהעריג אויס קינדער אין אַ שולע צו אַ ישיבה בחור אָדער אַ כולל יונגערמאַן וואָס האָט זיך געלערנט פון ביכער און צייטונגן און האָט אין זיין לעבן נישט געזען אַ געהעריגע קלאַס.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
באופן כללי, זענען פרויען בעסער פאר געוויסע אספעקטען פון חינוך. אין די נארמאלערע חדרים אין לעיקוואד, האט מען פרויען פאר לימודי חול ביז די דריטע גרעיד, וואס דאס איז כתה ד׳ ביי ענק. נאך דעם איז מען שוין פרום.
זיי טוען זיך אריין מער אין די ארבעט, ווען מענער שפעטען פון זייער אייגענע דזשאב. און אפילו ווען א מאנסביל א לערער נעמט יא ערנסט זיין דזשאב, איז עס שווערער פאר זיי זיך אראפ צו לאזען צום קינד׳ס טראכטסגאנג ווי א פרוי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
טאמער האט איר געלייענט ותינוק און געבליבן אנטוישט קענט איר דא לייענען http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/212108/ א רעצענזיע אז אלעס איז ביי אונז געלויבט דעם פון אויבן אין בעסטן והראיה פון בלעם הרשע.... דער שרייבער איז אויך מציע צו לייענען דער אמת לאמיתה איבער וואס עס טוט זיך אין אונזערע שולע סיסטעם אין דער איד\בלאט\צייטונג
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
[center]לכבוד חנוכה - ותינוק ללמדו ספר פאר בלויז $5!
(ביי טוביה'ס פאר $6 איבער דער חנוכה וואך)[/center]
קויפט פאר אייערע נאנטע און באליבטע. קויפט פאר אייערע קינדער און אייניקלעך. קויפט פאר אייערע עלטערן און באבעס און זיידעס. לייכט אויף זייער מוח מיט א שיין און א לויטערקייט. קויפט וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר.
א ווארט לכבוד חנוכה אויך.
דער פך אחד של שמן איז כידוע מרומז צו חכמה, סיי חכמת התורה ווי דער גמרא זאגט הרואה שמן זית בחלום יצפה למאור תורה און סיי סתם חכמה און פארשטאנד ווי עס שטייט אין מס' ב"ב, אמר רבי יצחק הרוצה שיחכים ידרים ושיעשיר יצפין, וסימניך שלחן בצפון ומנורה בדרום, ורבי יהושע בן לוי אמר לעולם ידרים, שמתוך שמתחכם מתעשר, שנאמר (משלי ג, טז) אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד. דער אויבנדערמאנטער פסוק שטייט נאך דעם פסוק, אשרי אדם מצא חכמה ואדם יפיק תבונה וואס קען ארויפגיין אויף אלע סארט חכמות.
דער פך אחד של שמן לא היה בו להדליק אלא יום אחד, און ווייסט איר פארוואס? טאקע פארדעם ווייל ס'איז געווען מונח בחותמו של כהן גדול. ווי מיר זען בזמנינו וואס מער חכמה און וויסנשאפט, בפרט פאר אונזערע קינדער, קומט פארזיגלט מיט זיגלעך פון די כהנים גדולים בימינו איז דא אלס ווייניגער דערמיט עפעס אנצוצינדן און אויפצולייכטן און עס ברענט אלס ווייניגער. און בלויז א נס האט געקענט מאכן אז ס'זאל ברענען אויף אכט טעג. און מיט דעם איז אויך פארענטפערט דער בית יוספ'ס קשיא ווייל מדרך הטבע אז דאס קריגל אייל איז מונח בחותמו של כהן גדול ברענט עס א פייג און ניטאמאל אויף א טאג.
מורי ורבותי, מיר האלטן ביי נכנסו יוונים בהיכל וטמאו כל השמנים. די שמנים זענען אויך אונזער קינדערלעך ווי עס שטייט, בניך כשתילי זיתים. אונזערע קינדער ווילן נישט דאס וואס אונז איז טייער. זיי זען נישט דער שיין אין אונזער לעכטיקייט. חכמה און בינה קומט חותם בתוך חותם פון אונזערע כהנים גדולים ווייל נעבעך אין לנו אלא כהנים שבימינו. מיר ווילן זיך נישט אומקוקן אויף אונזערע העלדן שבכל דור ודור וואס זענען געוועזן גאונים און גדולים סיי אין תורה און סיי אין אלגעמיינער חכמה.
דער נס ליגט אבער ביי אונז. לאמיר אנצינדן א פייער עס זאל פלאקערען. אלע זאלן זיך קומען דערביי אנווארעמען און דער ליכטיקייט דערפון זאל באלייכטן די קומענדיגע דורות. און ווי ר' יהושע בן לוי זאגט, שמתוך שמתחכם מתעשר. אין לערנען און אין פארשטאנד ליגט אויך פרנסה און יישובו של עולם נישט גניבות און ערמות. דרכיה דרכי נועם נישט געשפיצלט און געקליגט מיט היתירים און בדיעבד'ס.
בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים. מיר דארף א נס פאר אונזערע קינדער נאר אין סומכין על הנס. דבר אל בני ישראל ויסעו און דער ים וועט זיך פאר אונז שפאלטן און אונזער ליכטל וועט ברענען לדור ודור ולנצח נצחים.
א פרייליכן חנוכה!

עת לנטוע ועת לעקור נטוע ודו"ק
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
לכבוד חנוכה קענט איר דא ארויפלייגן (אדער אין אישי) אייער באקאנטע אין חינוך וועם איר האלט ס'וואלט כדאי געווען זיי ליינען די ספר און פעטער יאסל וועט זיי עס אהיים שיקען מיט עמעזאן אין די מעיל. פריי אן קיין אפצאל.
לעילוי נשמת מיין טייערע רבי הרוצה בעילום שמו, זאל ער לעבען און האבן א השפעה אויף כלל ישראל.

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:לכבוד חנוכה קענט איר דא ארויפלייגן (אדער אין אישי) אייער באקאנטע אין חינוך וועם איר האלט ס'וואלט כדאי געווען זיי ליינען די ספר און פעטער יאסל וועט זיי עס אהיים שיקען מיט עמעזאן אין די מעיל. פריי אן קיין אפצאל.
לעילוי נשמת מיין טייערע רבי הרוצה בעילום שמו, זאל ער לעבען און האבן א השפעה אויף כלל ישראל.
א שיינעם דאנק. מען האט עס שוין אביסל ארום געשיקט פאר דעות-פארמירער במחנינו און אז פאלט מיר עמעצער אן וועל איך צושיקן. אנדערע האבן אויך רשות מציע זיין נעמען? אז יא, איז עס ווערד א טוויט אויך אז דער עולם זאל געבן נעמען און זייער שטעלע און מען וועט זיי אויפלייכטן דער חנוכה.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ר' אהרן הערש פריעד האט עפעס רעאגירט צו דער קונטרס? איך וואלט געוואלט הערן זיין מיינונג, ווייל אין זיין אנדערע מאמרים אויף חינוך איז ער אן אריגינעלע דענקער און ער לאזט זיך קריטיקירען ווען מ'דארף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
[tag]יאסל ראקאווער[/tag] רעדט צו גאט. און אויך צו אונזערע מחנכים!
ר' יאסל האט מיר באשטעטיגט אז מען קען אים אריינשיקן דער נאמען און אדרעס פון וועלכער מחנך ס'זאל נאר זיין און ער וועט זיי אריינשיקן אויף חנוכה א ותנוק'ל.
שיקט אריין די פרטים צו anongreen@gmail.com און ר' יאסל וויל טעיק קער אוו דע רעסט.
צי איר שיקט אריין א קאנווערט צום מלמד צי נישט איז אייער ביזנעס אבער דא קענט איר מהנה זיין אייר זינ'ס מנהל\מלמד\משגיח\משפיע\מבין\פסיכאלאג\פאדאגאג און ווי נאר מען רופט זיי מיט די אורות פון חנוכה אז ס'זאל ברענען א גאנץ יאר. און די פארדינער זענען אייערע קינדער.
בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים!