הוגה האט געשריבן:איך האב מיך פונקט לעצטע וואך אונטערגעהערט איאן בית המדרש ווי צוויי יודן לערנען א שטיקל מסילת ישרים, ער זאגט דארט אז די מענטש טראץ דעם וואס בעצמותם זענען זיי שוואכער ווי אלע אנדערע בע״ח דאך האט זיי די אייבישטער געמאכט געוועלטיגן איבער אלע. (יש לעיין מה בדיוק הוא מתכוון, אבער עס איז געווען אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע.)
אינטערסאנטע אשכול. אריינגעבלאנזשעט דא בטעות.
זיי זענען ״פיזיש״ שטערקער, אבער אונז זענען ״קלוגער״ דעריבער האבן מיר שליטה איבער זיי. ביידע פון די זאכן איז א פראדוקט פון שטייטע עוועלוציע במשך פון מיליאנען יאהרן. ס׳האט זיך אנגעהויבן אז א געוויסע שבט פון קלוגע ״עיפס״ האבן אויסגעטראפן וויאזוי צומאכן פייער, דאס איז געוועהן די גרעסטע אויסטרעף זינט די וועלט שטייט און א גרויסע Game-changer וואס האט געפירט צו א רעוועלוציע און צו די דיוועלעפמענט פון מאדערן-הומאנס. פייער איז גענוצט געווארן אלץ א וואפן, צו מאכן בעסערע Tools און מעטאלס, צו הייצן, צו קאכן- עסען געקאכטע עסען- פעטע פלייש האט געפירט צו דיוועלעפמענט פון די ״גרויסע ברעין״ און אונז געגעבן די מעגליכקייט און די ענערדזשי וואס די ברעין דארף האבן.
די נאמען פון די מעשה דארף הייסן ״פייער האט אונז געמאכט מענטשען״...
דאס אלעס איז נאר לויט די כופרים... גלייבטס נישט די אלע מעשיות! אונז האבן א תורה מסיני....