חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך ימים ידברו »

היות און די לעצטע תקופה שטייט מען פאר א דורכברוך, די נייע געזעץ, די רעגירונג, און ביז דערווייל הערשט א צומישעניש רוב מענטשען ווייסען נישט איז דא א גזירה בכלל, איז נישטא א גזירה, און ציביסלעך הערט מען פון דא און פון דארט אז סנישט פויגעלדיג, עס זעהט אויס ווי א רעוואליציע האלט ביים אויסברעכען, אינדערהאלב די חסידישע קרייזען איז שוין כמעט קלאר ביי יעדען אז די מעשה איז נישט פויגעלדיג, וויל איך מאכען א סדר, ווער האלט וואס, איך וויל נישט פראבירען צו רעדען פון די סאטמארע מנהיגים ווייל דאן וועט דאס אריינפליען אין צימעס איך וויל דייקא רעדען פון די גאנצע עולם התורה והחסידות חוץ עדה וסאטמאר,
דעת הרב מלכיאל קולטער,
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

וואס דער נאווימינסקער האלט ווייסטו שוין ?......

די גאנצע זאך אז ס'גייט זיך יעצט עפעס טוישן איז באמת אויך נאר א פארבלענדעניש פון די ציונים די אמתע קנאים ווי הרב אויערבאך ווייסן אז ביז יעצט איז דאך אויך געווען די זעלבע באמת לאמתו גייט זיך גארנישט טוישן
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

הרב מלכיאל קוטלער שליט"א איז מחשיב אלע גדולי תורה, ער זעהט א פראבלעם מיט דורך לאזען די חק הגיוס, אן קיין מחאה פון ביידע זייטען, ער וואלט זייער געוואלט באופן של שלום זאל יעדער טוען בכל לב ונפש נגד החק החדש,
הרב חיים קניבסקי וואס איז א גרויסער צדיק וגדול בתורה וקדוש, זאגט בוחר הרע במיעוטו און די חק איז בלית ברירה יא גיט,
הרב דב לאנדא זאגט אז די דרך החזון איש איז יא צו שטימען פאר די חק, און אונז האבען א אויסגטרעטענע וועג, און אורבאך איז קוק און מיר זענען יא פרים,
ווייטער הרב ישראל יצחק קאלמינאוויטש וואס איז אויכעט א חזון איש'ניק א גדול בתורה וקדושה ויראה, שרייט אז ס'שמד ס'איז יהרג ואל יעבור, א חברותא פון רבי חיים שליט"א געווען, און מ'לאזט אים נישט צו רעדען מיט אים וויל ער שרייט חמס..
הרב ישראל יצחק גייט א טריט ווייטער, און שרייט מטאר נישט גיין מער צו בחירות ממוז זיך אפהאקען אונגאנצען פון די מדינה.. א טריט פרימער פון פריער... און ממיז איבערדרייען די שטאט מיט הפגנות און אסור להתייצב בכלל לשכות הגיוס,
ווייטער הרב ברוך שמואל דויטש מיט די ראשים פון די עץ פארטיי, זאגט אז מ'מוז וואיטען אויב ס'דא פאר וועם, ווען אונזער פארטיי ווערט פאטרעטען מוז מען יא וועלען... אבער די גזירה פון גיוס איז שמד די עצה איז נישט, נישט וועלען, נאר לוחם זיין מאכען הפגנות איבערקערניש וכו' וכו'
די דגל התורה פארטיי זאגט הפגנות איז נישט קיין דרך התורה, חוץ ביי בחירות מוז מען יא איבערדרייען ירושלים וכדומה דאן איז דאס יא דרך התורה, ?
נאוומינסקער רבי מיט הרב שמואל קמנצקי זאגען אז מדארף זיין כפוף צו די גדולים וואס רוב מנין ובנין האבען אנגענימען א ציבור פון די מיעוט איז נישט רעלווענט...
והמשך יבוא
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

גאנצעל ביטע בלייב אין צימעס
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דעת הרב מלכיאל קוטלר - יעדער וואס האט אים נישט געשטיצט טויזענט פערצענט אין זיין געפעכט מיט זיין ערשטע ווייב, איז נישט ראוי לבא לקהל. און די וואס האבען יא געשטיצט, זענען גערעכט אין אלס וואס האט מיט אים, במג און דער גאנצע וועלט.

דאס איז זיין דעת תורה פון יארען פון הארעוואניע, ואידך פירושא.

הרב ישראל יצחק קאלמאנאוויטש איז א גרויסע תלמיד חכם, אבער נישט קיין חזון איש׳ניק. ער האט אים לכאורה קיינמאל נישט געטראפען, און זיין דרך הלימוד איז נישט נאנט. ער איז אבער א קאלמאנאוויטש, און דאס איז די סבה פאר זיין היינטיגע שיטה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך וואלט עפרישיעטעד אז איינער וואס ווייסט זאל מסביר זיין וואס די חק איז, באזונדער פין פרשנות אויב עס איז יא אויסגעהאלטען אדער נישט, קודם די אלף בית, וואס גייט פאר. איך פיל מיר ווי א גאנצער עם הארץ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ימים ידברו האט געשריבן:גאנצעל ביטע בלייב אין צימעס


דו האסט דאך געברענגט צימעס אהער
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

ליטוואק פון בודאפעסט! הרב מלכיאל איז זייער א איידעלע איד! אדרבה ברענג מיר איינמאל ווי ער האט געפירט חשבונות פרטיות, ער מעג האבען א דעה און א ענין אזוי ווי יעדער! און ער האט נישט גרעדט קיין ווארט שלעכט קעגען קיינעם,
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

און בנוגע הרב קלמנוביץ שעמט אייך פאר מבזה זיין א איש קדוש ווי אים בושה תכסה פניך שעם אן יוא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

כ׳האב געמיינט אז אלע בחורים זענען שוין אין מיליטער, וועם קען מען נאך שיקען?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ווער עס הערט מנשה רייזמאן'ס שיעור איז היבש סורפרייזד געווארן ווען נעכטן ביי די זונטאגדיגע שיעור (בערך 35 מינוט אריין אינעם שיעור) האט מען געקאנט מיינען אז ר' הערשל קלאר האט פארכאפט דעם מיקראפאן, ער האט זיך אריינגעלאזט אין א קנאות רעדע, אינטערסאנט נאר אז ביז נישט לאנג צוריק האט מען געהערט אז ס'עקזעסטירט כלל נישט קיין גזירה
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

@יעקב אפשר ווייסטו נישט די נייעס וועל איך אייך פארציילן ס'גייט ארויסקומען א נייער חק וואס גייט זיין אנדערש ווי ביז יעצט פאר אביסל מער הסבר ביז היינט זינט בערך תשט זייער אויסגעקלארט איז עס געווארן שפעטער אבער ביז היינט אויסער צוויי יאר פון תשעג ביז עה אבער אויסער די צוויי יאר איז געווען די געזעץ אז א בחור הלומד בישיבה קען נעמען א פטור (עס איז אויך געווען א פשרה במשך די יארן וואס דאס איז באקאנט אלס חוק טל וואס איז באשטעיטיגט געווארן בערך תשנט מיט די גוטסהייטונג פון הרב שך און זיינע נאכפאלגער הרב שטיינמאן און הרב אויערבאך ועוד) און דעס וויל מען יעצט טוישן הי' לא תי' טא אויב אזוי נאכן וויסן די נייעס אפשר וועט דיר קלאר ווערן דיין אינטערסאנטקייט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס הערשט אין ארץ ישראל א געזעץ אז יעדער מוז דינען אין מיליטער. דאס איז א הארבע גזירה לכו"ע.

עס זוכען מאנכע צו מינירען די גזירה דורך איינפירען א געזעץ אז מיט געוויסע תנאים, קענען די וואס תורתם אומנתם אפשטופען זייער דינסט ביז׳ן ארויס גייען פון בית המדרש. די מאנכע איז כולל דער חזון איש און ר׳ איסר זלמן מלצר, דער טשעבינער רב און דער בריסקער רב, ביז הרב שך און הרב שטיינמן זכרון צדיקים לברכה.
לעצטענס האבען געוויסע אנגעהויבען פארפירען אויף פארקערט, אז די אלע דיחויים פון די לעצטע זיבעציג יאר איז גאר די גזירה, ווייל קיינער מעג נישט גייען אין מיליטער, און די געזעץ כשהוא פון שירות חובה איז גאר די ׳נישט גזירה׳.

אינטרעסאנט איז, אז פון לעיקוואד ביז ווסמב"ג אי א קיי"ל פון אנדערהאלב שעה צו פארען. און אזוי קען מען פארפירען וועגען די איידעלקייט פון די יורש הריעל עסטעיט לבית קלעצק. שטעל זיך פאר וויפיל שטותים מ׳קען אריבער שיקען פון מעבר לים? פאר עפעס א סבה, גלויבט מען יעדער גרעפס פון ככר השבת און בחדרי חרדים, ווייל ׳מ׳קען דאך זען די דאקומענט׳ן׳. און מ׳טראכט נישט קיין מינוט ווי לייכט עס איז צו פארפירען פון אזוי ווייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ימים ידברו האט געשריבן:און בנוגע הרב קלמנוביץ שעמט אייך פאר מבזה זיין א איש קדוש ווי אים בושה תכסה פניך שעם אן יוא
איך פראביר צו פארשטייען. דער פסוק זאגט אז אלישע הנביא איז אן איש קדוש, עכ"פ אזוי האט די שונמית געמיינט. הייסט׳ס ער איז אויך געווען א חזון איש׳ניק? ווען מ׳זאגט אויף איינער אז ער איז נישט קיין חזון איש׳ניק, מיינט עס אז עס פעלט אים אין קדושה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

כפול בטעות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ליטוואק, האסט דאך עס אזוי גוט אראפגעלייגט.
די דאקומענטען! א גאנצע שטויס דאקומענטען וואס באווייזען באשיימפערליך אז מירער ישיבה איז ליידיג
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: דו האסט נישט מסביר געווען וואס דער חק הגיוס איז. און וואס דער נייער חק הגיוס גייט (ח"ו) זיין. און וואס דער חק טל איז. דו האסט געזאגט אז דו גייסט מסביר זיין בטוב טעם ודעת...!
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

יעקב מענטש האט געשריבן:ווער עס הערט מנשה רייזמאן'ס שיעור איז היבש סורפרייזד געווארן ווען נעכטן ביי די זונטאגדיגע שיעור (בערך 35 מינוט אריין אינעם שיעור) האט מען געקאנט מיינען אז ר' הערשל קלאר האט פארכאפט דעם מיקראפאן, ער האט זיך אריינגעלאזט אין א קנאות רעדע, אינטערסאנט נאר אז ביז נישט לאנג צוריק האט מען געהערט אז ס'עקזעסטירט כלל נישט קיין גזירה

קיין שום חידוש נישט. האסט באמת געמיינט ביז יעצט אז בעלז און וויזניץ זענען פרא-מדינה און פרא-מיליטער ? וואס ליינסטו חוץ פון 'דער איד' ?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גאנצל האט געשריבן:@יעקב אפשר ווייסטו נישט די נייעס וועל איך אייך פארציילן ס'גייט ארויסקומען א נייער חק וואס גייט זיין אנדערש ווי ביז יעצט פאר אביסל מער הסבר ביז היינט זינט בערך תשט זייער אויסגעקלארט איז עס געווארן שפעטער אבער ביז היינט אויסער צוויי יאר פון תשעג ביז עה אבער אויסער די צוויי יאר איז געווען די געזעץ אז א בחור הלומד בישיבה קען נעמען א פטור (עס איז אויך געווען א פשרה במשך די יארן וואס דאס איז באקאנט אלס חוק טל וואס איז באשטעיטיגט געווארן בערך תשנט מיט די גוטסהייטונג פון הרב שך און זיינע נאכפאלגער הרב שטיינמאן און הרב אויערבאך ועוד) און דעס וויל מען יעצט טוישן הי' לא תי' טא אויב אזוי נאכן וויסן די נייעס אפשר וועט דיר קלאר ווערן דיין אינטערסאנטקייט

א לומד בישיבה קען נעמען א פטור? מיינסט אפשר א דיחוי?! דאס האט מען געקענט נעמען פון ע"ג ביז ע"ה אויך. א פטור פאר 'משוגעים' האט מען נישט געבען די צוויי יאר פאר נארמאלע לומדי תורה.

בעט מהר"א אז ער זאל נאכאמאל אויפקלערן די היסטאריע און די פאקטן, ווייל ווי ער האט שוין עטליכע מאל געוויזן קען ער עס בערך אזוי גוט ווי דו...
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

לאמיר נאר מאכען א שטיקעלע סדר, זינט וועדת טל איז דא טענת אז די היימישע פארטייען בעיקר דגל התורה פארטיי מאכט פשרות איבער נושרים און זיי האבען געגרידענט א נחל ספעציעל פאר חרדים וואס עס הייסט אז הרב שטיינמאן האט מתיר געווען נאר פאר חייבי כריתות די מנהלים דערפון טענהן אז מרעדט פון חשובע בחורים וואס האלטען נאר נישט ביים לערנין 18 שעה א טאג אלטע דעבאטע, הרב שטיינמאן האט געלייקענט ברבים אז ער האט מתיר געווען ...
זינט וועדת טל איז אוריסגעלאפען איז אריינגעקימען א לפיד וואס מרן מבעלזא האט געשריגען מנהמת לבו ביי א שטייענדיגע תורה אז ער איז א הינט! וואס ער האט בשעתו געמאכט א געפרליכע געזעץ מיט פלילות סנקציות משניידט געלט רחמנה ליצלן... ווען די לפיד ביבי ממשלה איז געפאלען איז געבליבען די זעלבע געזעץ נאכאמאל די זעלבע! נאר נישט שניידען געלט ברוך השם... דאן איז אגודה דגל געווען צופרידען, קיינער האט נישט געוויסט פון א גזירה, אבער די מכסות און יעדים האבעם געשפיגען און פנים און די ספרדים האבען אנגעהויבען צו זעהן כי נמכרנו אני ועמי, און ישראל אייכלער האט געזאגט פארן סלאנימער רבי וואס שטערט אייך אפאר פרענקליך וועלען גיין און מילטיער?
איז צוביסלעך אזוי די רעכטע חסידין מהר"י מוויזניץ מהר"ש מסלאנים ובנו הרב משה מיט די גורער רבי געזעהן אז די זאך טויגט נישט.. ווי אויכעט די רצ"מ זילבערבער רי"ב וואזנער אדמור מסאסוב וטשערנאביל שווארץ סלונים וכו' האבען אנגעהובען בונטווען ... און די חסידישע לאגער האט זיך ערוועקט, אמת און קרית יואל איז נאך אלץ געבליבען שטיל..וד"ל
אבער די ליטאים הרבנים אדלשטיין וקניבסקי האבען געזאגט זיכערער הייט ס'גארנישט דא, הרב אדלשטיין האט געזאגט פאר חכם שלום כהן אין לדאוג, ווען ער האט אנגעהובען פילען די היץ ביי אחיו הספרדים נאך די מחאה הגדולה על קברו של הרב עובדי' , הג"ר דוד לאנדא זאגט נאך אלט'ס ס'גארניטש דא סאיז נאר די קוק'ניק אורבאך...
לעת עתה אזי די געזעץ וואס האט שוין אריינגעוטריבען אזוי פיל חרדישע בחורים און מילטער און פיל מער און פלאנטער ווי אויך בנות ישראל, שטייען זיי נאך אלטץ מיט א עזות און זאגען סאיז אלעס גיט!
און משה גפנימיט זיינע שותפים הייבען זיך אויף די היטען פיקשערען זיך ביי הרב קניבסקי טרינקען לחיים און שלעפען עס אראף און מגייט צו אדלשטיין און אין לדאוג, ובו בעת זענען שוין און די לעצטע צען יאר איבער צען טויזענט בחורים פארפאלען געגאנגען מיט די פשרות און עצות און הסכמים פון ליבערמאן מיט די הילף פון גאנצעל בערל בעל עגלה און ליטוואק פון בודאפעסט...
יעצט וועט מען מאכען א נייע געזעץ און סווערט נאר ערגער....
איין עצה לייגט אוועק אלע פאלטישע חשבונות און זאגט צוזאמען א פעסטע ניין, ניין צו בחירות, ניין צו געלט, ניין צו מיליטער, ניין צו אקדעמיע, עץ זאל נישט גיין צו קיין שום בחירות כבקשת הרב קלמנוביץ, בעלזא מיט גער, זאל מוותר זיין די טריפנה געלטער, און קרית יואל זאל מוותר זיין אויף צו זיין די איינציגסטער און די ערשטער.. און אויך אויף די ראש העיר און בני ברק און בית שמש...
נאוומינסק זאל מוותר זיין אויף אגודה אחת, ויהא שם שמית יתגדל ויתקדש
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

געוואלדיג שיין מסדר געווען!! יעצט איז שוין אלעס קלאר פארענטפערט!!

איין קלייניגקייט איז מיך אבער נאך אלס שווער, אויף וואס גייט ימים דארפן מוותר זיין??
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען מ'טייטשט איבער פון איין שפראך צום צווייטען, דארף מען זיכער מאכען אז מ'קען ביידער שפראכען. פלילות מיינט קרימינאל, נישט שניידען די געלט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

וואס דו כאפסט נישט ימים איז, אז די געלט נעמט נישט בעלז גור וכו׳ פאר פיצא און פרענטש פרייס, זיי נעמען עס כדי די מוסדות זאל האבן א קיום, גיב נאר א קוק אויף די געציילטע קהרת הטודש מוסדות, זיי סטראגלן אויף זייער עקזיסטענץ!! שוין נאכדעם וואס מען ליידיגט זיי אויס די קעשענעס איבער די וועלט, אויב בעלז הערט אויף צו נעמען געלט פון די מדינה, באקומט די מיליטער אויף קומענדיגע שנת הלימודים, נאך טויזנט חיילים, פון בעלז אליינס!! צופרידן??
פארשפארט